איך בין א גלות איד אן אמעריקאנער בירגער, פיגער אויס וויאזוי סארבעט ביי מיר.יאנטשי האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 1:01 pmאנבעליעוועבל ווי פון דעם 'גלות איד' איז געווארן א 'אמעריקאנער בירגער' וואס דארף רעפרעזענטירט ווערן אין אלבאני/וואשינגטאן.צפנת פענח האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 12:47 am בשער בת רבים וויל איך דא מודיע זיין אז איך האלט זייער שטארק פון עסקני הציבור און כלל טוער'ס, ובפרט ווען זיי מאכן נישט קיין שום געלט אדער פאוער דערפון (דאס איז נאר א פרט ווייל בכלליות אפי' אויב איינער מאכט יא געלט דערפון - אזוי ווי רוב פון היינטיגע עסקנים - איז נאכאלץ א מורא'דיגע זאך צו טוען פארן כלל).
וויז דעט סעד, איך וועל בעז"ה נישט וואוטן פאר קיין שום מענטש וואס בשעת'ן לויפן ווערט דער מענטש אראפגעלייגט אלץ אן עסקן און דערפאר דארף איך וואוטן פאר אים און דאס מיינט אז איך וועל נישט קענען האבן קיין טענות אויף אים אדער האלטן אקאונטעבל.
דער נושא איז א לאנגע און כדאי דאס צו פארשטיין אין דיטעיל דארף מען פארשטיין סיוויקס און וויאזוי דער אמעריקאנע רעפרעזענטעטיוו סיסטעם ארבעט, און עס קען זיין אז ביום מן הימים וועלמיר דאס אויסשמועסן אין א לענגערע אנאליז.
במילא. בעט איך דא אלע חשובע עסקנים, נעמט א דזשאב אלץ א לאביעסט און טוט אויף פאר כלל ישראל אין די לעגיסלאטור און מאכט געלט אין די זייט אויך (און איך קוק שטארק ארויף די סארט עסקנים וואס טוען דאס עז לאנג זיי טערעראזירן מיר נישט וויאזוי צו שטימען היות איך בין נישט איינגעשריבן אין זייער יוניאן, און אויב זיי ווילן מאכן א יוניאן אדרבה טוט עס - און איך וועל טאקע נישט אריינגיין דערין), לאזט אבער מיינע רעפרעזענטעטיוו'ס אין גאווערמענט אלץ א מענטש אויף וועם איך קען האבן טענות, וועם איך קען רופן זאגן וויאזוי איך וויל ער זאל וואוטן וכדומה.
ואכמ"ל
צ"פ
(הגם איך פערזענליך האלט פון די טראמפ אדשענדע, איז א ווייטאג צו זען וואס טראמפיזם האט געטון מיט אונז היימישע אידן. די זעלבע אין א"י ווי די אסאך היימישע אינגע חברה שטימען שוין נישט דווקא פאר די חרדישע פארטייען, נאר גייען פאר די רעכטע)
וויט דעט סעד, אן עסקן איז אן עסקן און א פאליטישאן איז א פאליטישאן, ביי מיר גייט מען דאס נישט מישן און כפלאן צו קוקן אויף זיינע דערגרייכונגען/אגענדע/דעליווערי, טאמער איז עס עפעס וואס איך האב נישט די זכיה מיטצוהאלטן, וועט ער נישט האבן די זכיה מיטצוהאלטן מיין וואוט פאר אים.
כהאב באמת נישט קיין מושג ר’ בנציון’ס רעקארד וכו’ און סתם אזוי ווילט זיך מיר נישט אריינוועלן א איד, ענדערש א גויאישע רעפרעזענטעטיוו.
סאו אלעס וואס כהאב דא געשריבן איז באופן כללי אן קיינעם פערזענליך האבן במחשבה, דאס יא, כבין אן אפגעבריטער מאנסי תושב וואס זיצט טעגליך אין טרעפיק צוליב די אומפארשטענדליכע אווער-דעוועלאפמענט וואס שאדט מיך... און כוואוט לויט ”מיך”. א צווייטער זאל וואוטן לויט ”זיך”.
נאכאמאל צו זיין קלאר, כהאב באמת נישט גארנישט קעגן ר’ בנציון און כהאב נישט קיין מושג איבער זיין רעקארד פון דעליווערן. במציאות האט מארגארעטין מיט זיין לאביאינג מעטאד אויפגעטון במידת מה אפילו מער ווי די אלע פאליטישאנס וואס די יהדות החרדית האט אריינגאוואוט אלע יארן.