רבי יעקב יצחק שפירא מבלענדוב ז"ל - כ"ד סיון תרמ"ב

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2330

רבי יעקב יצחק שפירא מבלענדוב ז"ל - כ"ד סיון תרמ"ב

פאוסט דורך מירון »

חתן: רבי ארי לייביש אב"ד טאמישאוו, חעלם, יאנוב. מחבר ספר: אמת ליעקב

רבי יעקב יצחק שפירא פון בלענדוב, איז געבוירן געווארן צו זיין גרויסן פאטער רבי חיים מאיר יחיאל - דער שָׂרָף פון מאַגלניצא, וועלכער איז געווען א בן אחר בן פונעם מגלה עמוקות, און אן אייניקל פונעם קאזניצער מגיד. פון זיין מוטער'ס זייט איז דער בלענדובער צדיק געווען אן אייניקל פונעם רבי רבי אלימלך פון ליזענסק, זיין מאמע די צדיקת מרת פייגא איז געווען א טאכטער פון רבי אלעזר פון ליזענסק - א זוהן פונעם ר"ר אלימלך. רבי יעקב יצחק, האט זיך פון זיין גאר פריסטע יוגענט אויסגעצייכענט מיט זיין התנהגות וואס האט געוויזן סימנים פון קדושה און טהרה, און אלע האבן געזעהן אז דאס קינד וועט אויסוואקסן א צדיק און א קדוש.

מעשה: פאסירט איין יאר, ערב פסח שנת ת"ר, ביים מצות באקן האט דער טאטע - שָׂרָף פון מאגלניצא, גערעדט הייליגע דיבורים פון וועלכע ס'האט משמע געווען אז משיח קומט שוין צו גיין אָט אָט און די צייט איז גאר נאנט, און מען האט געטראפן א ראיה דערצו אין זוהר הקדוש, ווי ס'איז פאַרהאַן א משמעות אז די יאר ת"ר איז מסוגל פאר די גאולה שלימה. עס איז דאן געווען אנוועזנד זיין זוהן דער צדיק פון בלענדוב, און פון גרויס פחד אז משיח קומט דאָך שוין און ער איז נאכנישט גרייט, האט ער אנגעהויבן צו פיבערן מיט היץ, און איז געווען ממש קראנק במשך גאנצע זעקס וואכן, ביז ענדליך נאנט צום יום טוב שבועות האט ער זיך געשטארקט און געקענט ארויסקומען פון בעט, אלעס צוליב זיין פחד און מורא אז משיח קומט שוין און ער איז נאכנישט גרייט.

מדבריו הקדושים: אין זיין ספר 'אמת ליעקב' אין פרשת פקודי, שרייבט ער אויפן פסוק (שמות לח, כא), אלה פקודי המשכן משכן העדת וכו'. חז"ל זאגן אז ווי עס שטייט די ווארט "אֵלֶה" מיינט דאס "פּוֹסֵל אֶת הָרִאשׁוֹנִים", עס האַקט אפ דאס פריערדיגע. די כוונה דערפון אין אונזער פסוק קען מען ערקלערן "אֵלֶה" ווען א איד טוט תשובה און ער איז פּוֹסֵל אֶת הָרִאשׁוֹנִים, דאס הייסט, ער האַקט איבער, ער לאזט אפ זיינע פריערדיגע שלעכטע מעשים וואס ער האט געטוהן ביז היינט און ער נעמט זיך אונטער זיך צו פירן ווי עס דארף צו זיין פון היינט און ווייטער, "פְקוּדֵי הַמִשְׁכָּן" דעמאלס קען ער זוכה זיין צו גערעכנט ווערן צווישן די צדיקים וואס זענען ווי א משכן און א וואוינונג פאר די שכינה הקדושה. און א באווייז דערצו לייגט צו די תורה הק' "מִשְׁכַּן הָעֵדֻת" די משכן וועט עדות זאגן אויף דעם, ווייל פונקט ווי די אידן האבן זוכה געווען צו השראת השכינה אינעם משכן, כאטש זיי האבן געזינדיגט ביים עגל און זיך נישט געפירט ווי עס דארף צו זיין, דאָך ווי נאר זיי האבן תשובה טוהן האבן זיי זוכה געווען צו תשובה. פון דעם זעען מיר ווי גרויס איז די כוח פון תשובה.

זכותו הגדול יגן עלינו
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3638

Re: רבי יעקב יצחק שפירא מבלענדוב ז"ל - כ"ד סיון תרמ"ב

פאוסט דורך רואה חשבונות »

היינט איז דער יארצייט. זי"ע.
שרייב פאוסט