סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס. וואס איז דאס? (פערטער חלק ארויף)

אינטערעסאנטע ידיעות איבער אלץ און אלעם
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס. וואס איז דאס? (פערטער חלק ארויף)

פאוסט דורך איך ווייס »

וואס איז א סטאק? לאמיר זאגן אז איך האב א ביזנעס, און איך זיך שותפים, געלט שותפים, אמאל, האבן ביזנעסעס זיך אויפגעזוכט געלט שותפים, איינער האט געארבייט, און די צווייטע האט אינוועסטירט, און מען האט צוטיילט די רווחים, יעדער ביזנעס לויט זיין הסכם. אין די גמ' ווערט דאס שוין דערמאנט, בלשון עיסקא, עיסקא זאגט די גמ' אז אויב די אינווערסטירער (די געלט שותף) נעמט אויף זיך די אחריות אז אויב די ביזנעס דערלייגט, וועט ער דערלייגן די געלט, און אויב עס וועט מרוויח זיין וועט די אינוועסטירער באקומען זיין חלק, דאן איז עס נישט קיין ריבית. אויב אבער די ארייבט שותף דארף באצאלן די פארלוסטן, דאן איז דאס ריבית. פארשטייט זיך אז דער ארבייט שותף האט נישט געמעגט פושע זיין, און טוהן ריזיקאלישע געשפטען מיט די געלט, דאן וואלט ער געווען א פשוט'ע גנב, און וואלט געדארפט באצאלן אפילו ווען מען די געלט שותף נעמט זיך אויס זיך צו טיילן אין די הפסד, אבער אויב ער טוהט דאס וואס ער זאגט צו צו טוהן, און ס'איז דא הפסד, דאן טאר די ארבייט שותף זיך אונטערנעמן צו באצאלען, און טאמער נעמט ער זיך יא אויס, דאן איז דאס ריבית.

במשך די יארן, האבן גרעסערע ביזנעסער געדארפט אסאך געלט, און זיי האבן געמוזט נעמען אסאך שותפים, און צוביסלעך איז געווארן נאך שותפים, און נאך שותפים, ביז סאיז געווארן וואס מען רופט היינט "סטאקס". יעדער סטאק, איז א קליין פיציקעלע שותפות אין די ביזנעס. מיט דער מהלך פון סטאקס, האבן זיך מיטל קלאס פארדינער דערזעהן מיט א נייע מציאות, ביז היינט, האבן בלויז גרויסע עשירים געקענט אינוועסטירען, אבער מיט סטאקס, האט יעדער מיט א פאר דאללער געקענט אינוועסטירען. דאס האט אבער געברענגט א פראבלעם אויך, אויב ביז היינט, האט אן אינוועסטירער געברענגט גרויסע סכומים צום טיש, און יעדער אינוועסטירער האט דורכגעטוהן די ביזנעס איידער אינוועסטירערן, איז דאס נישט מעגליך געווען ווען יעדער שותף האט בלויז אריינגעלייגט אפאר דאללער, און ס'איז דא צענדליגע טויזענטער שותפום, צוליב דעם, איז דער רעגירונג אריינגעקומען מיט שטרענגע רעגולאציעס וויאזוי די זאך זאל צוגיין, אויך מיט די יארן, נאך א קראך, האט די רעגירונג שטערנגער געמאכט אדער געטוישט די רעגולאציעס.

וואס איז א פיוטשער? א פיוטשער, אדער אין לשה"ק אן עתיד, מיינט א מקח וואס גייט פארקומען אין די עתיד. לאמיר געבן א משל, ס'איז דא א פארמער, וואס ער פלאנצט oranges, און דערנאך איז דא א צווייטער, וואס ער פראדיצירט ארענזש דזשויס. יעצט איז אזוי, פרייז, איז געוואנדען אין סופליי און דימענד, יעצט, סופליי און דימענד טוישט זיך זייער אפט, און דאס מיינט, אז אויך די פרייזן טוישן זיך זייער אפט. יעצט סיי די פארמער, און סיי די ארענדזש דזשויס פעקטערי, דערזעהן זיך מיט א פראבלעם, די פארמער, ער דערזעהט זיך מיט א פראבלעם אזוי, ער וויל יעצט פלאנצען זיינע ארענדזעשס, און ער וויל משקיע זיין אסאך געלט אין דעם, אבער ער ווייסט נישט טאמער אין א פאר חדשים ארום ווען זיינע ארענזשעס וועלן רייף ווערן, צו די פרייז פון ארענזשעס דעמאלסט וועט זיין גענוג צו דעקן זיין יעצטיגע השקעה. דער ארענדזש דזשויס פעקטערי, האט אן ענליכע פראבלעם, ער ליידט פון דעם אז די פרייזן פון די ארענזשעס האלטן זיך אין איין טוישן, און דאס מיינט אז די קאסטן פון די ארענזש דזשויס שפרינגט אויך ארום, און ער וויל נישט דארפן טוישן די פרייזן יעדער פאר טעג.

לימים נזדווג בעל החריץ לבעל התל, און מען מאכט א געשעפט, די דזשויס פעקטערי מאכט אן הסכם מיט די פארמער, ווען עס וועט קומען די צייט, לאמיר זאגן 3 חדשים ארום, וועסטו מיר פארקויפן די ארענזשעס פאר א פרייז פון כך וכך. די פארמער גייט אהיים רואיג, ער ווייסט שוין אויף זיכער אז ער גייט עכ"פ צוריקמאכן זיין השקעה, וויבאלד די דזשויס פעקטערי וועט עם באצאלן דעם פון פאראויס באשטימיטע פרייז, און די דזשויס פעקטערי גייט אהיים רואיג, ער קען אפמאכן א פרייז פאר זיין דזשויס, און ער איז פארזיכערט אז עס גייט נישט ארומשפרינגען.

וואס איז דאס אפטשענס? מיר וועלן עס צוטיילט אין צוויי, ס'איז דא א Call אפטשיען און ס'איז דא א Put אפטשען. איז קודם וועלן מיר מסביר זיין די קאל אפטשען. וואס איז דאס? לאמיר זאגן די זעלבע מעשה מיט די פארמער און די דזשויס פעקטערי, איין יאר זאגט די פארמער, ס'איז מיר נישט קיין חילוק טאמער די פרייזן גייען ארויף אדער אראפ, איך בין גרייט איינצושטעלן טאמער די פרייז אראפ. די דזשויס פעקטערי, פון זיין זייט, וויל יא באשטימען א פרייז. זאגט עם די פארמער אזוי, די וועסט מיר באצאלן יעצט געלט, און מיר וועלן ווייטער מאכן א פיוטשער, אבער, די קענסט צוריקציען אויב די ווילסט. אבער, פאר דעם וואס די האסט די ברירה (אפטשען אין ענגליש) צוריקצוציען, און איך נישט, דארפסטו מיר פארדעם באצאלן א פרייז.

למשל, איך בין זיך מתחייב דיר צו פארקויפן די ארענזשעס פאר א פרייז, לאמיר זאגן $20 א קעסטעל, און דערפאר צאלסטו מיר יעצט $2. די צאלסט מיר יעצט די געלט, ווייל די האסט די ברירה צוריקצוציען, און איך נישט, מילא אין אזא געשעפט איז ידך על העליונה, און מילא כדי איך זאל מסכים זיין צו דער געשעפט, פארלאנג איך פון דיר $2.

א פוט אפשען איז פונקט פארקערט. די לוקח איז זיך מקבל אז ער וועט צאלן לאמיר זאגן $20 אפגעזעהן וואס די פרייז וועט זיין אין 3 חדשים ארום. און די מוכר האט די רעכט צוריקצוציען, און ווייל ידו של מוכר על העליונה, צאלט די מוכר פאר די לוקח $2.

לאמיר איבערגיין.
א סטאק איז א קליינע שותפות אין א ביזנעס
א פיוטשער איז א הסכם צו פארקויפן א געוויסע זאך אין די עתיד פאר א געוויסע פרייז.
א קאלל אפטשען איז א הסכם צו פארקויפן א זאך אין די עתיד פאר א פרייז, וואו די לוקח קען זיך ארויסציען פון די מקח, אבער די מוכר נישט.
א פוט אפטשען איז א הסכם צו פארקויפן א זאך אין די עתיד, וואס די מוכר האט די רעכט זיך ארויסצוציען, און די לוקח נישט.


עד חזון למועד אביסל מער מרחיב צו זיין, וואס זענען די פארשידינע פועלי יוצא פון פויטשערס און אפטשענס. וואו זיי ענדלען, און וואו זיי זענען אנדערש.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1038

Re: סטאקס, פיוטשערס און אפטשעינס. וואס איז דאס?

פאוסט דורך ווירקליך »

הוהא! יישר כח!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 792
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 849

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס; וואס איז דאס?

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

WOW

אסאך מאל וואונדער איך זיך וויאזוי מענטשן זענען מנדב ווערפולע אינפארמאציע וואס זיי קענען ווען מאכן געלט דערויף דאס צו שרייבן אין א מאגאזין וכדו'

כנראה איז דא אידן וואס האבן פשוט א הארץ מהנה צו זיין אנדערע. יישר כח!! זייער ווערדפול פאר מיר פערזענליך.
בעל מנוחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:44 pm
x 2

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס; וואס איז דאס?

פאוסט דורך בעל מנוחה »

א גרויסן דאנק @איך ווייס פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע צולייגט מיט געוואלדיגע קלארקייט
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס; וואס איז דאס?

פאוסט דורך איך ווייס »

לאמיר רעדן פון די פויטשער. מען שטייט יעצט אב, און מען מאכט אן הסכם אז אין אדר גייט די דזשוס פעקטערי אפקויפן די ארענדזשעס פון די פארמער. וויפיל גייט זיין די פרייז? וויפיל זאל זיין די פרייז? דאס איז שוין שווער, וויבאלד די פארמער וויל עס פארקויפן פאר וויפיל עס גייט, די מער די בעסער, משא"כ די דזשויס פעקטערי וויל באצאלן די ווייניגסטע וואס שייך, און קיינער ווייסט נישט וואס די פרייז וועט זיין אין אדר. נעמען די יעצטיגע פרייז? דאס איז אפשר א געדאנק, אבער מאן יימר אז די פרייז פון יעצט גייט נאך זיין גילטיג אין אדר?

זעצן זיך צוזאם די מוכר און די לוקח, און מען פאנגט אן פארהאנדלען, די פארמער זאגט אזוי, שוין יארן לאנג וואס איך טוה אין פארקויפן ארענזשעס, לויט מיין עקספעריענס קען מען זיך רעכענען אז די פרייז אין אדר וועט זיין בערך $50 א קעסטל, עס וועט העכסט ווארשיינליך זיין צעווישן $40 און $60 און אין דורכשניט וועט עס זיין $50, די דזשויס פעקטערי זאגט, יא, לויט מיין עקספריענס האלט איך אז די ביסט גערעכט, די דורכשניט וועט זיין $50, שוין שליסט מען מקח אויף אדר, פאר $50 א קעסטל וועט די דזשויס פעקטערי קויפן די ארענזשעס פון די פארמער.

יעצט וואס געשעט אויב קומט אדר, אין די פרייז איז נישט $50? לאמיר זאגן די פרייז איז $60? דאן פארדינט די דזשויס פעקטערי, ער באקומט די ארענדזשעס פאר $10 ביליגער פון די פרייז. אויב איז עס $40, דאן פרייט זיך די פארמער, ער פארקויפט זיין סחורה פאר $10 העכער פון די פרייז. וויבאלד ס'איז א פיוטשער, זענען ביידע מחיוב איינס צום צווייטער, און קיינער פון די 2 קען נישט צוריקציען, נישט קיין חילוק די יעצטיגע פרייז. בין כך ובין כך, האבן ביידע זייטן זיך פארדינט מנוחת הנפש.

גייט דורך א פאר יאר, און די פארמער'ס שכן, האלט מיט די מקח, יעדער תמוז מאכט מען געשעפט אויף אדר. די שכן, איז א קלוגער מענטש, און נעמט זיך שטודירען די מארקעט, ווען איז די פרייז $40, ווען איז עס $50, און ווען איז עס $60, נאכן שטודירען פאנגט ער אן טראכטן אז ער איז דערגאנגן די סוד, ער ווייסט שוין ווען די פרייז איז הויעך, און ווען ס'איז נידריג. ער מאכט זיך די חשבון אז היי יאר, וועט די פרייז זיין אין אדר $60. לויפט ער שנעל צום פארמער, און ער זאגט, יעדעס יאר האלט איך מיט די שליסט די אדר מקח אויף $50, מיט'ן חשבון אז דאס איז די דורכשניט, איך האב פאר דיר אן אפפער, איך וועל די געבן $55 פאר די ארענזשעס. די פארמער פרייט זיך, ער גייט דא פארדינען $5 מער פון יעדער יאר. די דזשויס פעקטערי בלייבט אויסגעשפילט, ער וועט שוין מוזן קויפן זיינע ארענזשעס אין אדר, ביי די דעמאלסטדיג'ע פרייז.

יעצט וואס פלאנט די שכן צו טוהן מיט די ארענדזשעס? גארנישט. ער קען גארנישט טוהן דערמיט, נאר וואס דען איז זיין חשבון? זיין חשבון איז, אז ווען אדר קומט, וועט דאך לויט זיינע חשבונות די פרייז זיין $60, וועט ער דאן גיין צום דזשויס פעקטערי און עס פארקויפן פאר עם פאר $60 ער וועט ליגן אויף'ן קאוטש, גארנישט טוהן, נישט פלאנצן קיין ארענדזשעס, נישט מאכן קיין דזשויס, און ער וועט מרוויח זיין $5 א קעסטל דורך ליגן אויף די קאוטש. וואס וועט אבער זיין טאמער זיינע חשבונות זענען נישט ריכטיג? עס שטעלט זיך אויס אז זיינע חשבונות זענען אומריכטיג? די פרייז איז $50? דאן דערלייגט ער די $5 פון זיין טאש. דא אבער האט ער באמת פארלוירען, וויבאלד קיין מנוחת הנפש האט ער נישט באקומען.

נעקסטע יאר, די שכן מיט די חשבונות, יעצט רעכענט ער אויס אז די פרייז וועט זיין אין אדר $40. דאס מאל לויפט ער צו די דזשויס פעקטערי, ער שליסט מקח מיט זיי פאר $45 און די דזשויס פעקטערי פרייט זיך, ער שפארט זיך $5 איבער די געווענטליכע יאר. וואס וועט זיין אין אדר? די שכן האט דאך נישט קיין ארענדזשעס? קיין פראבלעם, לויט זיינע חשבונות וועט דעמאלסט קאסטן ארענזשעס בלויז $40, ער וועט עס קויפן פון די פארמער פאר $40, און מאכן $5 א קעסטל פארן ליגן אויף די קאוטש. אויב אבער די פרייז וועט זיין $50 דאן וועט ער בעל כרחו מוזן קויפן די ארענדזשעס אין אדר פאר די הויעכע פרייז, און צאלן די איבריגע פון זיין טאש.

נאך א משל, לאמיר זאגן אז אב מאכט זיך די שכן א חשבון, אז אדר וועט עס קאסטן $40 א קעסטל, ער שליסט געשעפט מיט די דזשויס פעקטערי, אויף $45 א קעסטל. קומט שבט, מאכט ער איבער זיינע חשבונות, און עס ווערט עם שווארץ פאר די אויגן, יעצט רעכנעט ער זיך אז עס וועט קאסטן אין אדר $55 א קעסטל, ער לויפט שנעל צו די פארמער, און זאגט, קוק איך האב א קאנטראקט צו פארקויפן ארענדזשעס, איך האב דאך נישט, קום איך וויל שליסן מיט דיר א מקח, דיין געווענטליכע מקח $50 א קעסטל, און איך געב דיר איבער די קאנטראקט אז די דזשויס קאמפיני מוז קויפן פון דיר אנשטאט מיר, און איך וועל באצאלן די חילוק אין פרייז פון $45 און $50, שוין מקח געשלאסן, אין דער שכן פארלירט די $5 (די זעלבע איז ביי די טייערער).

יעצט קען אויך זיין פארקערט, אז די פארמער קוקט זיך איהם חודש שבט, ער האט מורא אז די פרייזן גייט זיין $40, וואס הייסט, דער גרויסער שכן מבין זאגט אזוי, גייט ער אריבער צום שכן, און זאגט עם ווייסט וואס? איך בין גרייט דיר צו פארקויפן די ארענדזשעס פאר $42 א קעסטל, כאטש זאל איך האבן עטוואס מנוחת הנפש. די שכן פון די אנדערע זייט, ווייסט דאך נישט זיכער צו זיינע חשבונות וועלן שטימען מילא איז ער מסכים צום געשעפט.

לסיכום
א פיוטשער האט א פרייז, לויט וויפיל די מוכר\לוקח שאצן אז עס גייט זיין.
כדי צו קויפן א פיוטשער, מוז מען נישט דארפן די חפץ, מען קען פשוט האפן עס צו פארקויפן פאר א העכערע פרייז.
נאך מער, כדי צו פארקויפן א פיוטשער, מוז מען נישט האבן די חפץ, מען קען האפן צו קויפן די חפץ פאר ביליגער.
א פיוטשער קען מען קויפן און פארקויפן, פונקט וואו א חפץ אליין, פארשטייט זיך אז מען וועט דארפן עסן די חילוקים פון די פרייזן פון די ערשטע מכר ביז די צווייטע מכר.


אן אנדער וועג פון קוקן דערויף, ווען איינער קויפט א פיוטשער, האפט ער אז די פרייז וועט דעמאלסט זיין טייערער פון די פיוטשער פרייז, און ווען איינער פארקויפט א פיוטשער האפט ער אז די פרייז וועט זיין טייערער. רוב רובם פון פיוטשערס כהיום יום, ווערן נישט געקויפט און פארקויפט דורך פארמערס אדער פעקטעריס, נאר די "שכינים" אדער די שעפוקלירער וואס זיצן אויף'ן קאוטש און מאכן bets טאמער די פרייז וועט זיין העכער אדער ביליגער פון די פיוטשער פרייז ווען עס קומט די צייט.

ווערטער בוך.
זיין לאנג = האבן א פיוטשער וואס מען דארף נישט די חפץ, נאר מען האפט עס צו פארקויפן פאר ביליגער.
זיין שארט = האבן א חיוב צוצושטעלן א חפץ וואס מען האט נישט, נאר מען האפט עס צו קויפן פאר ביליגער.
עקספיירעטשען דעיט = די טאג וואס די פיוטשער ווערט אויס פיוטשער, דהיינו, די טאג וואס מען האט אפגעשמועסט אז די מקח זאל געשען.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס; וואס איז דאס?

פאוסט דורך איך ווייס »

לאמיר צולייגן א באקאטנע קאמישע עפיזאד אפשר וועט דאס העלפן פארשטיין.

אנהויב קאוויד, זענען די אויל פיוטשערס געגאנגגען נעגעטיוו, וואס איז געשען? אסאך שעפוקלירער האבן געקויפט פיוטשערס מיטן חשבון אז די פרייז גייט זיך ארגעץ צוריקכאפן, קיינער גייט דאך נישט אוועקגעבן די אויל בחנם, נישט אזוי? וואו מער די פרייז האט געטראסטקעט, אלץ מער און מער שעפוקולערער האבן זיך געמאכט די חשבון אז די אויל קען דאך נישט גיין אזוי נידריג, אונטער $10 א פעסל? נישט מעגליך. אונטער $5 א פעסל? קען נישט זיין, דאס איז א מציאה רבה. עס איז געקומען די עקספיירעטשען דעיט, און, צענדליגע אינוועסטירער האבן זיך געזעהן מיט א חיוב צו קויפן אויל און גארנישט צו טוהן מיט דעם. די געז קאמפיניס, האבן נישט פארקויפט קיין געז, מילא האבן זיי נישט געדארפט קיין אויל, און די אינוועסטירער האבן זיך דערזעהן מיט אן ערענסטע פראבלעם, וואס גייען זיי טוהן מיט די אלע פעסלעך אויל וואס זיי זענען מחויב צו קויפן? סטארידזשען? וואו? דאס קען מען נישט סתם אריינפאקן אין א ווערהויז, די געז און אויל קאמפיניס האבן געמאכט א לעבן דערויף, יענע חודש, איז געז געווען פונקט וואו מיסט, פונקט וואו מיסט צאלט מען א קאמפיני אוועקצוטראגן (אדער דורך שטייער, אדער פרייווייט פאר ביזנעסער), דא אויך האבן די אינוועסטירער געמוזט צאלן פאר איינעם אוועקצוטראגן זייער "מיסט". אויל איז דאן געגאנגגען נעגעטיוו, דערגרייכנדינג אזוי נידריג וואו $37.63-. איידער ס'האט זיך "צוריקגעכאפט" צו ענדיגן די טאג ביי בערך $20-.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס; וואס איז דאס?

פאוסט דורך איך ווייס »

גענוג קלאר? אדער מען דארף נאך מער הסבר?
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 792
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 849

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס; וואס איז דאס?

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

גאר קלאר.

יעצט דארף מען נאר הלכה למעשה... א לינק... וואו לייגט מען דאס געלט? (אה, אויך דארף מען געלט)
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס; וואס איז דאס?

פאוסט דורך איך ווייס »

לאמיר אביסל דורכגיין קאל אפטשענס.

וואו געזאגט, קאל אפטשענס איז טייטש א חיוב צו פארקויפן א סטאק, אויב קויפט מען די אפטשען מיינט אז אויב וויל מען, קען מען קויפן די סטאק ביי יענע פרייז, אבער מען קען צוריקציען. פארדעם באצאלט מען געלט. אויב פארקויפט מען די אפטשען מיינט עס אז מען האט א חיוב עס צו פארקויפן.

לאמיר רעדן א משל. דער פארמער האט ווייץ צו פארקויפן, און די בעקער דארף די מעל, מען שטייט יעצט אין אב, און די בעקער דארף די ווייץ אין אדר. יעצט די בעקער איז אינטריסירט צו האלטן זיין פרייז ביי א געוויסע סכום, ער וויל נישט דארפן ארויף גיין אדר די פרייז. די פארמער באדערט נישט אזוי ווייט זיכער צו מאכן אז ער גייט מאכן ריווח, ער דארף דאך סייווי פלאנצען ווייץ, און וואס וועט זיין וועט זיין. צוריק צום משל, די בעקער גייט צום פארמער, איך וויל מאכן א פיוטשער, זאגט די פארמער לויט מיין עקספעריענס וועט ווייץ אין אדר זיין צעווישן $40 און $60 א בינטל, די דורכשניטליכע יאר איז די פרייז $50, קום מאכן א פיוטשער פאר $50. זאגט די בעקער, איך האב אסאך קאמפיטישען, אויב וועט זיך אויסשטעלן אז ווען עס קומט אדר וועט די פרייז זיין ביליגער פון $50, וועלן דאך אלע אנדערע בעקער באצאלן ביליגער פאר זייער ברויט, און איך וועל צאלן טייערער, וועל איך מוזן בעטן טייערער און איך וועל נישט קענען פארקויפן די ברויט. זאגט די פארמער נישט קיין פראבלעם, אויב אין אדר וועט די פרייז זיין ביליגער, וועסטו קענען צוריקציען, אבער, פאר די זכות פון קענען זיך ארויסציען, וועסטו מיר באצלען יעצט געלט.

זיצן די צוויי אין מאכן א חשבון אזוי, 20% יארן איז די פרייז $40, 20% יארן איז די פרייז $45, 20% איז עס $50, 20% איז עס $55, און 20% איז עס $60. יעצט, אין 40% פון די יארן וועט די פרייז אין אדר זיין ביליגער פון די אפגעשמועסטע פרייז פון $50, און די בעקער וועט צוריקציען און נישט קויפן. נאך 20% יארן, וועט די בעקער גארנישט האבן פון די חיוב, וויבאלד ער קויפט עס ביי מארקעט פרייז. ווען וועט עס יא זיין נוגע? 20% יארן, וועט די בעקער פארדינען $5, וויבאלד ער וועט עס קענען קויפן פאר $5 אונטער מארקעט פרייז, און 20% יארן וועט ער פארדינען $10. קומט אויס אזוי, ס'איז א 20% טשענס פון פארדינען $5, 20% טשענס צו פארדינען $10, וויפיל איז דאס ווערט? 20% מאל $5 איז $1, + 20% מאל $10, איז עס נאך $2, פילע ווערט איז $3. שליסט מען מקח, די בעקער צאלט יעצט $3 פאר א בינטל ווייץ, אין די פארמער איז זיך מתחייב צו פארקויפן די ווייץ פאר $50.

ס'איז וויכטיג צו באטאנען, אויב די ווייץ גייט למעשה אין אדר זיין $52, לכאורה, גייט די בעקער פארדינען, וויבאלד ער וועט קענען קויפן די ווייץ פאר $2 אונטער מארקעט פרייז, אבער די אמת איז, אז ס'איז נישט אזוי, וויבאלד ער האט שוין באצאלט $3 פאר די אפטשען, קומט אויס אז די פילע פרייז פון די ווייץ איז געווען $53, נישט $50, און כאטש אויף די מינוט לוינט זיך עם צו ניצן די אפטשען, אבער אין די גרויסע בילד האט ער דערלייגט געלט.

נעקסטע יאר, קומט די בעקער און ער זאגט, הער מיר צו איך וויל קויפן די ווייץ אין אדר פאר $45. זאגט די פארמער, דאס איז דאך ביליגער פון די דורכשניטליכע פרייז, פארוואס אין די וועלט זאל איך מסכים זיין צו אזא געשעפט? זאגט די בעקער, ס'איז אזוי, איך האבן נישט ליב קיין ריזקע, איך וויל נישט איינשטעלן געלט פאר דיין התחייבות, נאר אבי צו זעהן אז צום סוף איז דאס גארנישט ווערט, איך וועל דיר יעצט באצאלן מער געלט, אבער זיי מסכים צו פארקויפן אין אדר פאר $45. וויפיל איז די אפטשען ווערט? 20% מאל $5 (אויב למעשה וועט עס זיין $50), 20% מאל $10, און 20% מאל $15, רעכן צוזאם איז עס $6. שליסט מען ווייטער מקח $6 פאר די אפטשען צו קויפן די ווייץ פאר $45. איך גיי נישט אויסרעכנען אלעס, אבער א $40 אפטשען איז ווערט לויט די חשבון $10, און א $55 אפטשען איז ווערט $1, און א $60 אפטשען איז ווערט נאנט צו גארנישט.

אין דער געשעפט קען אויך די שכן זיך אריינמישן, כאטש ער האט נישט די ווייץ און כאטש ער דארף עס נישט, ער קען קומען מיט זיין גרויסע מבינות, און האפן אז ער גייט זיין אויף די ריכטגע זיין פון די וועט. אויב האלט ער אז די פרייזן גייען זיין נידריג, פארקויפט ער א אפטשען, ער האפט אז די פרייזן וועלן זיין ביליגער פון די פרייז וואס ער איז זיך מתחייב צו פארקויפן און אין אדר וועט די התחייבות זיין גארנישט ווערט, וויבאלד די מארקעט וועליו וועט זיין ביליגער פון די פרייז, און די לוקח וועט זיך ארויסציען. און ווען ער האלט די פרייזן וועלן זיין הויעך, קויפט ער אן אפטשען, האפט אז די אפטשען וועט עם לאזן קויפן די ווייץ פאר ביליגער פון די מארקעט וועליו, און דאן וועט ער עס קויפן און גראד פארקויפן פאר טייערער. פארשטייט זיך אז אויב טבת זעהט זיך די שכן מיט א שלעכט געשעפט, קען ער קויפן\פארקויפן די אפטשען און פארמאכן די געשעפט.

וואס שטעלט איין איינער וואס קויפט\פארקויפט קאל אפטשענס? די לוקח, שטעלט גארנישט איין, אין ערגסטען פאל, וועט די אפטשען זיין ווערטלאז אויף די עקספיירעשען דעיט, און סך הכל וועט ער דערלייגן די געלט וואס ער האט באצאלט פאר די התחייבות, די מוכר פון די אנדערע זייט שטעלט איין אסאך געלט, וויבאלד העכער האט נישט קיין שיעור, און טאמער די ווייץ גרייכט $1000 א בינטל, האט די פארמער דערלייגט אלע זיינע מעגליכע רווח פון העכער די פרייז באשטימט אין די אפטשען. נאך מער איז די שכן, וויבאלד ער האט אן התחייבות צו פארקויפן ווייץ וואס ער האט נישט, און ער מוז גיין צו די פארמער און קויפן די ווייץ פאר $1000, און דערנאך גראד עס פארקויפן פאר $50, און ער איז מפסיד $950 פון טאש.

בקיצור:
א קאל אפטשען איז א חיוב פון א מוכר צו פארקויפן עפעס אין די עתיד, וואס די לוקח קען אלעמאל צוריקציען
די ווערט פון די קאל אפטשען איז וויפיל עס איז די מעגליכקייט צו פארדינען דערויף ווען עס עקספייערט (מעגליכקייט טיימס פארדינסט)
אנדערש פון א פיוטשער וואס די פרייז איז וואס די מוכר\לוקח קלערן עס וועט זיין ווען עס עקספייערט, קען אן אפטשען פרייז זיין וואס זיי ווילן, די חילוק איז נאר וויפיל מען וועט דארפן צאלן פאר די אפטשען .


ווערטער בוך
premium = די פרייז וואס מען צאלט פאר די אפטשען
strike price = די פרייז ביי וועלעכע די מוכר איז זיך מתחייב צו פארקויפן די חפץ
in the money = אן אפטשען וואס די סטרייק פרייז איז ביליגער פון די מארקעט פרייז, און עס לוינט זיך פאר די לוקח עס צו ניצן
out of the money = אן אפטשען וואס די סטרייק פרייז איז טייערער פון די מארקעט פרייז, און עס לוינט זיך פאר די לוקח צוריקצוציען
at the money = אן אפטשען וואס די סטרייק פרייז איז די זעלבע וואו די מארקעט פרייז
exercising the option = פאקטיש ניצן די אפטשען צו קויפן
break even = די פרייז וואס די מארקעט וועליו דארף זיין אויף עקספייערישען כדי אז די לוקח זאל נישט דערלייגן קיין געלט. למשל איינער קויפט אן אפטשען פאר $3 מיט א סטרייק פרייז פון $50. די ברעיק עיווען איז $53, וויבאלד דאס איז די פולע פרייז וואס ער גייט למעשה באצאלן פאר די חפץ, $3 פאר די פרימיום, און $50 פאר די סטרייק פרייז.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס. וואס איז דאס? (דריטער חלק ארויף)

פאוסט דורך איך ווייס »

לאמיר גיין אביסל ווייטער. איך גלייב נישט איך דארף איבריג מסביר זיין פונקטליך וויאזוי א פוט אפטשען ארבייט. עס איז זייער ענליך צו א קאל אפטשען, מיט די איין חילוק אז ביי א פוט ליגט די חיוב אויף די לוקח צו קויפן, און די מוכר קען צוריקציען, משא"כ ביי די קאל ליגט די חיוב אויף די מוכר. די אלע ווערטער וואס זענען שייך ביי קאלס, איז אויך שייך ביי פוטס. אפשר קלער איך איבערצוגיין די ווערטער און איבערשרייבן אויף די פוטס כדי מען זאל סיי בעסער פארשטיין פוט אפטשענס אין די באדייט פון די ווערטער. די געטוישטע ווערטער וועלן זיין אין באלד

premium = די פרייז וואס די אפטשען קאסט
strike price = די פרייז ביי וועלעכע די לוקח איז זיך מתחייב צו קויפן די חפץ
in the money = אן אפטשען וואס די סטרייק פרייז איז טייערער פון די מארקעט פרייז, און עס לוינט זיך פאר די מוכר עס צו ניצן
out of the money = אן אפטשען וואס די סטרייק פרייז איז ביליגער פון די מארקעט פרייז, און עס לוינט זיך פאר די מוכר צוריקצוציען
at the money = אן אפטשען וואס די סטרייק פרייז איז די זעלבע וואו די מארקעט פרייז
exercising the option = פאקטיש ניצן די אפטשען צו פארקויפן
break even = די פרייז וואס די מארקעט וועליו דארף זיין אויף עקספייערישען כדי אז די מוכר זאל נישט דערלייגן קיין געלט.

איך האב אוועקגענומען די משל און איך וועל שרייבן די קאנסעפט פארן פוט אפטשענס.

לאמיר זאגן אז איך האב געקויפט אן אפטשען פאר $3 און יעצט איז די לוקח מחיוב צו קויפן די חפץ פאר $50. וויפיל דארף די חפץ זיין כדי אז איך זאל מרוויח זיין? אויב לאמיר זאגן די טאג פון עקספיירעשען איז די פרייז $48, קומט אויס אז באמת האב איך פארקויפט די חפץ פאר בלויז $47. פשוט וויבאלד איך האב געדארפט צאלן $3 פאר די חתחייבות אז יענער זאל עס קויפן. נקוט האי כללא בידך, די ברעיק עיווען פון א קאל איז סטרייק פרייז + פרימיום, אלעס איבער דעם איז ריווח, אונטער דעם איז פארלוסט. די ברעיק עיווען פון פוטס איז סטרייק פרייז - פרימיום, אלעס אונטער דעם איז ריווח, העכער דעם איז פארלוסט.

נאך איין זאך וואלט איך געוואלט אויסשמועסן. נאך איין מהלך וויאזוי מען קען שפילן מיט סטאקס, און דאס איז דורך בארגן א סטאק. דהיינו, איך ווייס אז ראובן האט א סטאק אין א קאמפיני, איך גיי צו עם, איך קען בארגן דיין סטאק פאר א חודש? ראובן איז גערן מסכים, איך גיי און איך נעם די סטאק און איך פארקויף עס פאר שמעון. יעצט האב איך געמאכט געלט, און שמעון האט באקומען א סטאק. ווען עס וועט קומען די זמן הפרעון, וועל איך מוזן אפקויפן די סטאק פון די מארקעט, און אזוי באצאלן פאר ראובן די חוב. אויב גייט די סטאק אראפ, האב איך פארדינט געלט, איך האב באקומען א סטאק און איך האב עס פארקויפט און געמאכט $50, שפעטער ביי די זמן הפרעון האב איך געקויפט א סטאק פאר $45, און צוריקגעצאלט מיין חוב. אויב אבער די סטאק גייט ארויף, דערלייג איך געלט.

יעצט אז מיר האבן א קלארערע פארשטאנד פון די סארט מהלכים, איז לאמיר זיין צוזאמשטעלן.

איך האלט אז א סטאק גייט טראסקענען. איך האב 4 ברירות.
1. פארקויפן א פיוטשער
2. פארקויפן א קאל אפטשען
3. קויפן א פוט אפטשען
4. בארגן א סטאק.

כנגדו אויב האלט איך אז א סטאק גייט ארויפגיין האב איך 4 מהלכים

1. קויפן די סטאק.
2. קויפן א פיוטשער
3. קויפן א קאל אפטשען
4. פארקויפן א פוט אפטשען

לאמיר זיי צוזאמשטעלן זייט ביי זייט, קודם מיט די 4 מהלכים וואס גייען ארויף. און לאמיר זעהן ווען מען פארדינט און ווען מען פארלירט

1. קויפן א סטאק: איך האב די ברירה צו פארקויפן די סטאק כל זמן שארצה, ווען איך פארקויף עס למעשה וועל איך אדער זען רווחים אדער פארלוסטען, אבער איך קען טוהן וואס איך וויל. אויב טראסקעט עס, קען איך מחליט זיין דאס אנצוהאלטען ביז די מארקעט ערהוילט זיך, און אויב שפרינגט עס, דאן קען איך מחליט זיין אריין צו קעשן די געווינס.
2. קויפן א פיוטשער: דא בין איך מער ווייניגער סטאק מיטן קויפן אויף א באשטימטע צייט, אויב די פיוטשער פרייז איז העכער פון די מארקעט פרייז האב איך דערלייגט, און אויב ס'איז נידריגער האב איך פארדינט
3. קויפן א קאל אפטשען: האב איך שוין צוגערירט אויבן, כל זמן די סטאק פרייז איז העכער פון די ברעיק עיווען, האב איך געמאכט געלט, און אויב ס'איז נידריגער האב איך פארדינט.
4. פארקויפן א פוט. אויב איז די פרייז העכער פון די סטרייק פרייז פארדין איך די גאנצע פרימיום, און אפילו סאיז נידריגער פון דעם האב איך נישט דערלייגט, כל זמן ס'איז העכער פון די ברעיק עיווען.

וואס איז שוין די ערגסטע אדער די בעסטע וואס קען געשען?
1. קויפן די סטאק: די ריזיקע איז אז די קאמפיני גייט באנקראט, אין אזא פאל, האסטו דערלייגט די גאנצע געלט. די פאטיצינאלע רוח, איז אין שיעור, די סטאק קען זיך הייבן אן קיין שום חשבון. (ע"ע געים סטאפ).
2. קויפן א פיוטשער: די זעלבע וואו קויפן א סטאק, די שאלה איז נאר די חילוק אין פרייז.
3. קויפן א קאל אפטשען: די ריזיקע? אז די אפטשען זאל זיין ווערטלאז אין די טאג פון די עקספייערעשן, קומט אויס אז מען האט דערלייגט די פרימיום. פאטעצניאעלע רווחים, איז די זעלבע וואו קויפן די סטאק, חוץ אז מען גייט דערלייגן די פרימיום.
4. פארקויפן א פוט אפטשען: די ריזיקע איז אז די קאמפיני גייט באנקראט, איך האב א חיוב צו קויפן א ווערטלאזע זאך פאר די סטרייק פרייז. די פאטצינאלע רווחים איז אז די אפטשען וועט זיין ווערטלאז, און איך וועל האלטן די פרימיום בחנם.

וואס זענען די מעלות און חסרונות פון די מהלכים?

1. די מעלה פון קויפן א סטאק אז אז עס גיבט פיל מער אפציעס (איראניש, מיט אפציעס האט מען ווייניגער אפציעס) און איז פיל ווייניגער ריזיקאליש, קאמפיניס גייען נישט באנקראט אזוי שנעל, די חסרון איז אז ס'איז היבש טייערער פון די אנדערע מהלכים.
2. פיוטשערס, נישט דא עכט קיין מעלה און קיין חסרון, באמת, ווערן פיוטשערס כמעט נישט געקויפט\פארקויפט אויף סטאקס, נאר אויף זאכן וואס זענען דברים שלא בא לעולם, דברים שבא לעולם וועט מען בדרך כלל קויפן די חפץ אליין נישט פיוטשערס, איך גיי מער נישט רעדן פון פיוטשערס, איך האב עס נאר געברענגט אלץ אז אן הקדמה צו אפטשענס).
3. קויפן א קאל אפשענס. אם יבא אליהו און וועט דיר זאגן אז א סטאק גייט ארויפגיין, איז דאס די בעסטער מהלך צו זעהן די מערסטע פראצענטען, ס'איז פיל ביליגער פון קויפן די סטאק זעלבסט, און האט כמעט די זעלבע פאטינאלע רווחים, ענדערשער קויפן 10 אפטשענס וואו איידער איין סטאק, און מען וועט זעהן 10 מאל די רווחים. די חסרון איז אז די פרימיום געלט גייט אין מיסט. ס'איז אויך מער ריזיקאליש וואו קויפן די סטאק דירעקט. ביי אן אפטשען איז פיל מער שייך אז עס זאל זיין ווערטלאז, וואו איידער אז א קאמפיני זאל גיין באנקראט.
4. אויבן אויף, קוקט אויס וואו דאס איז מלא חסרונות, מען שטעלט איין פיל מער וואו מיט די אנדערע מהלכים, און די רווחים זענען פיל קלענער. מה לי לצרה הזאת? די תירוץ איז ביים פארקויפן באקומעט מען פשוט געלט אין טאש. אויך איז די ברעיק עיווען פיל ווייניגער פאר פוט אפטשענס וואס פאר קאלס. למשל א $50 קאל וואס קאסט $3, איז זיין ברעיק עיווען $53, משא"כ א פוט פון $50 פאר $3 פרימיום איז די ברעיק עיווען $47. נאך איין לעצטע נקודה, ס'איז פיל מער ריזיקאליש צו פארקויפן א אפטשען וואו צו קויפן, אין ממילא איז די אפטשען טייערער פון וואס עס וואלט געווען ווען א קאלטע ראבאט מאכט די חשבון.

(די יודעים וועלן זאגן אז אימפלייעד וואליטיליטי איז אלעמאל מער פון ריעלייזעד וואלטילטי, ואני אומר, אז אימפלייעד וואליטיליטי אז א פונקציע פון די פרייז מילא איז צו זאגן אז אימפלייעד וואליטיליטי טרייבט ארויף די פרייז וואו זאגן אז די פרייז איז העכער ווייל די פרייז איז העכער נ.ב. פאר די וואס פארשטייען נישט דאס, עוד חזון למועד מסביר צו זיין)

נ. ב. איך ווייס אז דאס איז אביסל שנעלער פון די אנדערע תגובות, אויב מען דארף מער הסברה, ביטע מגיב זיין.
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 23

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס. וואס איז דאס? (פערטער חלק ארויף)

פאוסט דורך אהרן זאב »

@איך ווייס די ידיעות און די נאלעדזש וואס דו ווארפסט דא צאם איז אין לתאר!!!

טענק יו ווערי מאטש!!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1038

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס. וואס איז דאס? (פערטער חלק ארויף)

פאוסט דורך ווירקליך »

א הילכיגן יישר כח @איך ווייס !
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2901
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 8701

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס. וואס איז דאס? (פערטער חלק ארויף)

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

@איך ווייס
די ביסט פיין!
איך האב אזוי הנאה עס צו ליינען!!!
און פארשטייט זיך טון למעשה...
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 6:16 pm
ס'דא וואס קומען אהער, זיי האבן זייער הנאה פון די לופט דא, אבער אין די זעלבע צייט ברענגען זיי אהער א כוואליע לופט פון יענע וועלט.
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 180

Re: סטאקס, פיוטשערס, און אפשענס. וואס איז דאס? (פערטער חלק ארויף)

פאוסט דורך בן מנחם »

איך ווייס שכוח א פעסטע און קלארע ארבעט
שרייב פאוסט