א פייער פון קנאת ה' צבאות נעמט ארום הררי ציון וירושלים זיך גרייטנדיג מיט אן אש דקדושה צום עצרת מחאה אדירה וואס ווערט פאררופן אויפ'ן קומענדיגן מיטוואך שלח על פני ככר השבת, אפצושרייען די ביטערע גזירת הגיוס וואס די ציוניסטישע ממשלת השמד האט ליידער גוזר געווען אויף אלע לומדי תורה אין ארץ ישראל.
די מחאה ווערט פאררופן דורכ'ן בי"ד הגדול שבירושלים "עדה החרדית", על פי קריאת הקודש פון כ''ק מרן גאב''ד ירושלים און די שרי התורה הרבנים הגאונים והצדיקים שליט"א חברי הביד"ץ וועלכע טוען אין א פייערדיגע קול קורא רופן גאנצן חרד'ישן ציבור פאר חוב קדוש ארויסצוגיין בחוצות קרי' און מכריז זיין קבלת עם ועולם אז דער יהדות החרדית וועט שטיין פעלזנפעסט מיט מסירת נפש קעגן די גזירה האיומה, און מ'וועט זיך ח"ו נישט לאזן פון די שענדליכע פשרות און וויתורים וואס ווערן ליידער געמאכט נאכצוגעבן רח"ל פאר די רעגירונג למחצה ולשליש ולרביע, היה לא תהיה.
דער עצרת מחאה אדירה וועט אפגעהאלטן ווערן מיטוואך שלח, אינעם יום תענית צדיקים כ' סיון, 7:00 אין אווענט, אויפ'ן שטח האדיר על פני ככר זופניק און ארומיגע גאסן, וואו עס ווערט ערווארט א היסטארישע צונויפגיס פון צענדליגער טויזנטער חרדים לדבר ה', וועלכע וועלן אויסשרייען די געמיינזאמע קול זעקה קעגן די שרעקליכע גזירה און די שוועבנדע סכנה עצומה דורך די מפשרים וואס פירן אן א משא ומתן מיט די רעגירונג נאכצוגעבן ח"ו אויפ'ן חשבון פונעם יהדות החרדית.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.

למעשה וועט די עצרת פארקומען קומעדיגע יום א' אויף כיכר השבת
א פייער האט אויסגעבראכן נעכטן זונטאג אין א ישיבה געביידע אין רמת בית שמש, וואס האט געברענגט ערנסטע שאדן פאר די געביידע און פאר פילע ספרי קודש, און ווי עס שיינט איז עס ווארשיינליך אונטערגעצינדן געווארן דורך פארברעכער.
עס האט פאסירט אין די שוהל פון א ישיבה, אין די צייט וואס קיינער האט זיך נישט געפונען אינעווייניג, פייערלעשער האבן געארבעט אראפצוקלאפן די פלאמען, אבער די פייער האט באוויזן אנצוברענגען גרויסע שאדן. נאך א אויספארשונג איז א איינוואוינער אין שטאט ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג מיט די פייער, אויף פארדאכטן אז ער האט עס בייזוויליג אונטערגעצינדן.
ירושלים - אין א דראמאטישע אנטוויקלונג האט די העכסטע געריכט אין מדינת ישראל, די בג"ץ ארויסגעגעבן אן אורטייל אויף די צושטאנד פון די חוק הגיוס, אין די אורטייל אויסגעשפרייט אויף 42 בלעטער געשריבן דורך ריכטער פוגלמאן שרייבט די געריכט אז וויבאלד עס איז נישט דא יעצט קיין געזעץ וואס טוט באפרייען די בחורים פון גיין אין מיליטער דארף זיך די מיליטער באגיין מיט זיי אזוי ווי מיט יעדע אנדערע בירגער אין זיי דרעפטן צו די מיליטער.
.
נאך שרייבט די ריכטער מיט די צושטימונג פון אלע אנדערע ריכטער אז וויבאלד געזעצליך זענען די בחורי ישיבה נישט קיין אויסנאם קען נישט די מדינה געבן קיין שטיצע פאר די ישיבות ווי זיי לערנען אויב אנטזאגן זיי זיך פון זיך אנשליסן אין די מיליטער.
דער אורטייל גייט נישט אריין אין די פונקטליכע ציפערן וויפיל בחורים דארפן אריינגעשלעפט ווערן אין מיליטער, די מיליטער האט אין זייער אנטווארט צו די קלאגעס אריינגעגעבן אז זיי זענען דערווייל גרייט צו נעמען נאר 3,000 בחורים אויף דעם יאר.
אין די אינטערנאציאנאלע מידיע איז די נייעס געדעקט געווארן מיט גרויס אינטערעסע ווי זיי האבן געשריבן אז דער אורטייל איז א פאליטישע קלאפ פאר פרעמיער מיניסטער נתניהו וואס וועט יעצט דארפן טרעפן א וועג צו האלטן זיין רעגירונג פון 64 מיט די פרומע פארטייען אינעווייניג, ווען פון איין זייט וועלן די פרומע נישט מסכים זיין צו קיין נייע געזעץ וואס שטעלט די בחורים אויפן זעלבן סטאטוס ווי אלע אנדערע בירגער אין לאנד, און פון די אנדערע זייט האט ער דעפוטאטן אין זיין פארטיי און אין די אנדערע רעכטע פארטייען וואס שטיצן יא אזא געזעץ.
אין ווידעא: הויעכהילכערס אין די גאסן פון ירושלים רופן אויס אז מען וועט נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות מיט די רעגירונג און קיין איין בן תורה וועט נישט גיין אין מיליטער.
"התורה הקדושה תנצח"
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:56 pm
33 בחורים תלמידים פון הגאון רבי שמואל אויערבאך זצ"ל זענען ארעסטירט געווארן ביים אפשפארן די רוט 4 און נישט לאזן קארן דורך פארן.
Spa 42 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:11 pm