ברוך דיין האמת; רבי משה וואלפסאן, רב אמונת ישראל בארא פארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3627

ברוך דיין האמת; רבי משה וואלפסאן, רב אמונת ישראל בארא פארק

פאוסט דורך רואה חשבונות »

ברוך דיין האמת!

מיט גרויס צער מוז מען מודיע זיי פאר כלל ישראל איבער די פטירה פון הגאון הצדיק רבי משה וואלפסאן זצ"ל, אין עלטער פון 99 יאר!

גדולה מיתת צדיקים יותר משריפת בית אלקינו!
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3627

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך רואה חשבונות »

רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3627

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך רואה חשבונות »

מ'גייט פירן דעם צדיק קיין ארץ ישראל. מקום מוכן לו בעיר טבריא.
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3627

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך רואה חשבונות »

א טיפאיש בילד פון רבי משה ז"ל
פיילס
download.jpg
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2552
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2890

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך אנדערער »

ברוך דיין אמת. אויפגעשטעלט א קהלה פון ערליכע אידן וואס ווילן פשוט זיין ערליך
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3627

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך רואה חשבונות »

די לוויה איז געפלאנט פאר מארגן 10 אזייגער, אין בארא פארק, פארענט פון בית מדרשו. א ריזן עולם איז ערווארטעט זיך צו באטייליגן.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2634
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7245

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך פופציגער »

ברוך דיין האמת.

דער דור האט פארלוירן נאך אן אויטענטישע בריק צום פריערדיגן דור.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 989
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1440

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

די מיטה פון מרן המשגיח הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל זצ"ל איז נארוואס אריינגעברענגט געווארן בבית מדרשו של רבי, אין ביהמ"ד הגדול דקהל אמונת ישראל אויף די זעכצנטע עוועניו, פילע אידן זענען פארזאמלט אצינד אין ביהמ"ד און זאגן תהלים מיט בכיות נוראות, זיך צו געזעגענען פונעם געטרייען רבי און מנהיג.
פיילס
IMG_20240623_023610_327.jpg
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 989
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1440

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

די לויה וועט ארויסגיין מארגן צען אזייגער צופרי מבית מדרשו אמונת ישראל אין ב"פ, אויפן וועג קיין ארץ ישראל ווי ער וועט קומען לקבורה אינעם אלטן בית החיים אין טבריה.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3627

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך רואה חשבונות »

מודעה
פיילס
רבי משה.jpeg
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3620
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4521

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך שמח »

בד''ה, מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ ביים זעהן דעם טעמע!
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
ציבורא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 237

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך ציבורא »

ליגט מיר נאך אין די ביינער די הספד וואס ער האט געזאגט אויף רביה"ק מסאטמאר זי"ע, געווען פון די שענסטע און תוכנפולסטע הספדים פון נישט א חסיד, (ער האט זיך פארופן א סקווירא חסיד)

איין קרישקלע וואס איך געדענק, ער האט געוואינט אין וומסב"ג און פלעגט אסאך קומען צו די תפלות און טישן, איינס פון זיינע קביעות צו קומען איז געווען שבת פרשת בראשית צו קריאת התורה, ווייל ער האט געוואלט הערן ווי נאך די עבודה פון די הייליגע טעג הייבט דער רבי אן מיט א פרישקייט פרשת בראשית #השגות

ד"א, כדאי אייסצוהערן די הספד
ווא'טו'זיך
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:22 pm
x 31

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך ווא'טו'זיך »

ציבורא האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 9:49 am ליגט מיר נאך אין די ביינער די הספד וואס ער האט געזאגט אויף רביה"ק מסאטמאר זי"ע, געווען פון די שענסטע און תוכנפולסטע הספדים פון נישט א חסיד, (ער האט זיך פארופן א סקווירא חסיד)

איין קרישקלע וואס איך געדענק, ער האט געוואינט אין וומסב"ג און פלעגט אסאך קומען צו די תפלות און טישן, איינס פון זיינע קביעות צו קומען איז געווען שבת פרשת בראשית צו קריאת התורה, ווייל ער האט געוואלט הערן ווי נאך די עבודה פון די הייליגע טעג הייבט דער רבי אן מיט א פרישקייט פרשת בראשית #השגות

ד"א, כדאי אייסצוהערן די הספד
אפשר ברענגטסטו עס
ציבורא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 237

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך ציבורא »

ווא'טו'זיך האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 9:51 am

איך האב עס נישט

מסתמא לאדיא וכדומה האבן עס
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 573
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 646

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך איד »

ביי די לוויה האט מען מכתיר געווען די אייניקעל הגה''צ ר' שמואל יהודה זילבער שליט''א (וואס מאכט היינט נאכט חתונה) [בן חתנו אדמו''ר מ'תולדות יהודה דחסידי סטוטשין שליט''א] אלץ מ''מ און רב בבית מדרשו אין ב''פ
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4601
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13754

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

JDN
מיט שרעקליכע צער און טרויער ווערט אויפגענומען די פארווייטאגטע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק מרן המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זכר צדיק וקדוש לברכה, רב ומייסד דקהל אמונת ישראל ומישישי הדרת עיר ואם בישראל בארא פארק, וועלכער איז במוצאי מנוחה נפטר געווארן לגנזי מרומים, בשיבה טובה אין עלטער פון ניין און ניינציג יאר.

די שרעקליכע חלל וואס לאזט זיך אראפ אויף די אידישע וועלט איז אומבאשרייבליך, כלל ישראל האט ארויפגעקוקט און געשעצט דעם אדם הגדול בענקים, דער תורה ריז וואס האט פארקערפערט אין זיך א וועלט פון נגלה און נסתר, דער מלהיב לבבות ישראל וואס האט אויפגעפלאקערט אידישע הערצער לאביהם שבשמים, דער מורה דרך וואס האט אויסגעטראטן א וועג פון תורה עבודה און הדרכה פאר צענדליגע טויזענטער תלמידים, דער רבי און מנהיג פאר הונדערטער אידן איבער דער גארער וועלט וואס האבן זיך נישט גערירט פון זיינס א ווארט כמלוא נימא.

חודש שבט תרפ"ה איז דער משגיח געבוירן געווארן צו זיינע חשובע עלטערן, זיין טאטע איז געווען הרב ר' שמואל יהודה וואלפסאן ז"ל, און שפעטער איז ער געווארן א איידעם ביי הרב החסיד ר' אליעזר ליפמאן שפיטצער ז"ל. ער איז אויפגעוואקסן ווי א געווענליכע קינד אין ישיבה תורה ודעת, אבער מיט זיין התמדה און נאכאנאנדע שאיפות זייענדיג א ריכטיגער מבקש, האט ער גענאסן א קירבה יתירה ביי זיינע גרויסע רבי'ס, הגאון רבי שרגא פייוויל מענדלאוויטש זצ"ל, הגאון רבי גדלי' שארר זצ"ל, און הגאון רבי יעקב קאמינעצקי זצ"ל.

ווי באקאנט איז אמעריקע אין יענע יארן געווען א שטארקע סתירה מיט ערליכע אידן, אבער מיט דעם אלעם איז ר' משה געווען אויסגעצייכנט מיט זיין שטאלצע אידישקייט, און זיך געשלאגן פעלזן פעסט קעגן די נסיונות הדור. זיין טאטע פלעגט אים דעמאלטס נעמען צו יעדע חסידישע רבי וואס איז געקומען קיין ניו יארק, צווישן זיי כ"ק הרה"ק בעל שארית מנחם מווישיווא זי"ע פון וועם ער האט באקומען א ווארעמע ברכה אלס קליין קינד.

זיין ראש ישיבה ר' גדלי' שארר האט אים שטארק צוגעשטיפט צו גיין אויפן חסידישן שטייגער, זעענדיג אז לגדולות נוצר, און זיינע כשרונות דארפן גענוצט ווערן אינערהאלב די חסידישע וועלט. דער משגיח שליט"א איז דעמאלטס נאנט געווארן מיטן מודזיצער רבי הרה"ק בעל אמרי שאול זי"ע. צווישן נאך פילע גדולי ישראל האט ער זיך געדרייט ביי כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל, כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און הרה"ק רבי יוחנן מקארלין זי"ע.

שפעטער האט ער אנגעקניפט א נאנטע קשר מיט כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זי"ע, און עד יומו האחרון האט ער אנגעהאלטן זיין נאנטע קשר קיין סקווירא, ווי א פייערדיגער חסיד ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ער פלעגט כסדר קומען קיין סקווירא מיטהאלטן מעמדי קודש, און כמעט ביי יעדע חתונה בחצר הקודש סקווירא איז ער מכובד געווארן אלס "עד קידושין".

אלס אינגערמאן נאך די חתונה איז ער אויפגענומען געווארן אלס מגיד שיעור אין ישיבה תורה ודעת, און זייענדיג גאר שטארק מצליח מיט זיין הפלא'דיגע צוגאנג צו תלמידים, האט מען אים אויפגענומען אלס דער משגיח אין די ישיבה. זיינע תלמידים האבן זיך אלע יארן געשפירט גאר נאנט צו אים, און זייער קשר האט אנגעהאלטן אויך שפעטער ווען זיי האבן חתונה געהאט.

לאנגע יארן איז דער משגיח געשטאנען אין שפיץ פון די מערכת העבודה אין ישיבת תורה ודעת, זייענדיג דער משגיח און בעל מוסר וואס האט כסדר אויפגעטרעטן מיט מוסר שמועסן און מאמרי חסידות אויף א פארצייטישן שטייגער מיטן אמאליגן חן, זיין אויטענטישקייט און ארגינעלקייט איז געווען להפליא, און האט געשטעלט אפדרוקן אויף סיי ווער עס איז נאר געקומען אין זיין געגנווארט.

מיט צענדליגע יארן צוריק האט ער מייסד געווען די קהילה קדושה אמונת ישראל בעיר ואם בישראל בארא פארק, א מעכטיגע אימפעריע וואס קען ריכטיג ווערן אנגערופן אויפן היינטיגן שפראך "א חסידות", פייערדיגע תלמידים און חסידים האבן זיך געווייקט לאורו הגדול, געקומען יעדן פרייטאג צונאכטס צו א חסידישן טיש וואס דער משגיח האט געפירט, און ווידעראמאל ביי שלש סעודות וואס איז געווען רעווא דרעווין מיט א ערנסטע התעוררות און קרבת אלקים.

טראץ וואס דער משגיח איז נישט געגאנגען מיט קיין שטריימל, האט ער אבער געפירט די קהילה קדושה אויפן פארצייטישן חסידישן שטייגער, זייענדיג אליינס א פייערדיגער חסידישער איד במלוא מובן המילה. נישט בלויז לפנים, נאר טיף אין הארץ האט ער געלעבט מיט חסידות, מיט כח המחשבה, און מיט א געהויבענע דביקות צום בורא כל עולמים. ער האט איינגעפירט צו דאווענען אויף די קארלינע דרך, מיט קולי קולות און שטייט במתינות, אריינצולייגן גרויס מחשבה ביי די תפילות.

די שיעורים פונעם משגיח זענען באקאנט איבער די גאנצע וועלט, עטליכע בענדער אינעם ספר "אמונת עתיך" איז שוין ערשינען פון די דברי תורה און שיעורים דורכאויס די יארן, און אזוי אויך די שלש סעודות תורות און די מוסר שמועסן אלוועלטליך. אויך איז די קהילה שטארק געוואקסן אויף א מעכטיגע פארנעם, מיט א רייע קהילות און בתי מדרשים אין אנדערע שטעט, אין מאנסי און לעיקוואד, אין ירושלים עיר הקודש און אין ביתר עילית.

די הייליגע עבודה פונעם משגיח איז געווען דורכגעקאכט מיט אמונה, אמונה פשוטה אינעם בורא כל עולמים, אמונה און השגחה פרטית אין יעדע ריר, אמונה אין ביאת משיח, אלע יארן האט ער גערעדט און געהאפט צו זוכה זיין צו די גאולה שלימה, און ארויסגעקוקט בכליון עינים רעדנדיג דערפון ביי יעדע איינציגע שמועס און דברי תורה.

יעדעס יאר פלעגט ער פארן קיין ארץ ישראל אויף עטליכע וואכן, און דערמיט עטוואס ארויסברענגען מכח אל הפועל זיין שטארקע תשוקה צו די גאולה שלימה. ער פלעגט יעדן טאג דאווענען ביים כותל המערבי, און פראווענען שלש סעודות אין אלטשטאט ירושלים.

אין די לעצטע תקופה איז דער משגיח ליידער געווען שוואך, אבער מיט דעם אלעם איז ער אנגעגאנגען מיטן סדר היום די מערסטע מעגליך עד יומו האחרון. דעם שבת קודש איז ער ליידער אוועקגעפאלן, און מוצאי שבת איז ער נסתלק געווארן לגנזי מרומים, ומשה עלה בסערה השמימה במיתת נשיקה, צום שוידערליכן ווייטאג און צער פון אנשי שלומו תלמידיו וחסידיו, כל תושבי בארא פארק און די חסידישע וועלט, און גאנץ כלל ישראל וועלכע טרויערט נאך די שווערע אבידה שאין לה תמורה.

די גרויסע מסע הלוויה וועט פארקומען זונטאג צען אזייגער צופרי בהיכל בית מדרשו קהל אמונת ישראל אויף די זעכצנטע עוועניו, וואו צענדליגע טויזענטער אידן זענען ערווארטעט אפצוגעבן דעם כבוד האחרון באשכבתיה דרבי. די זעכצנטע עוועניו וועט זיין פולקאם פארשלאסן און אזוי אויך די ארומיגע גאסן צו קענען אקאמאדירן די מאסן מלווים, פון דארט וועט די מיטה געפירט ווערן קיין ארץ ישראל וואו דער משגיח וועט קומען למנוחת עולמים.

דער משגיח לאזט איבער א הערליכע דור, גאר חשובע קינדער און אייניקלעך בנין וחתנין רבנן, תלמידי חכמים ומרביצי תורה, צווישן זיי זיין זון הרה"ג ר' אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א רב דקהל אמונת ישראל אין מאנסי, חתנו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה סטוטשין שליט"א, חתנו הרה"ג ר' יעקב עקיבא מאשינסקי זצ"ל, חתנו הרה"ג ר' חיים יוסף דוד וויינבערג זצ"ל ראש ישיבת סלאנים, חתנו הרה"ג ר' חיים ראזענבערג שליט"א ראש ישיבת שערי יושר, און נאך חשובע קינדער גרויסע גאוני תורה. זיין אייניקל הגה"צ רבי שמואל יהודה זילבער שליט"א דומ"ץ קהל אמונת ישראל מאכט חתונה א קינד היינט זונטאג אין שטאט מאנסי.

זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4601
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13754

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ביי א חתונה פון אן אייניקל.
unnamed (53).jpg
unnamed (53).jpg (67.24 KiB) געזען געווארן 1884 מאל
ביים כינוס כלל ישראל.
unnamed (54).jpg
unnamed (54).jpg (78.14 KiB) געזען געווארן 1875 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4601
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13754

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

מיט האדמור מסקולען זצ"ל.
unnamed (56).jpg
unnamed (56).jpg (49.14 KiB) געזען געווארן 1870 מאל
מיט חתנו להבחל"ח אדמור מתולדות יהודה סטיטשין.
unnamed (55).jpg
unnamed (55).jpg (60.46 KiB) געזען געווארן 1870 מאל
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3627

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך רואה חשבונות »

יארן צוריק געהערט א מעשה אויף רבי משה ז"ל, אז ער האט אליין דערציילט אז ער האט מחליט געווען צו אנטוען א שטריימעל איז ער אריין אין שטריימעל געשעפט.

דארט זענען געווען צוויי אינגעלייט. איינער פון זיי האט אנגעטרייט א שטריימעל און געט אפרעגט דעם חבר: "דאו איי לאוק קאול"?

האט ער געטראכט דאס איז א היינטיגע שטריימעל? ארויסצוען קאול? פאר דעם דארף איך נישט קיין שטריימעל און געבליבן מיטן הוט ביז ממש לעצטענס.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4601
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13754

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:35 pm די מסע הלוויה
אין בארא פארק.
פיילס
WhatsApp_Image_2024-06-23_at_1.13.50_PM__1__low.jpeg
WhatsApp_Image_2024-06-23_at_12.19.30_PM_low.jpeg
WhatsApp_Image_2024-06-23_at_11.26.16_bbfab52c_low.jpg
ציבורא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 237

Re: ברוך דיין האמת, רבי משה וואלפסאן רב אמונת ישראל-בארא פארק

פאוסט דורך ציבורא »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 1:43 pm אדמורים ביים לוויה.
תיקון לשון "אדמו"ר " ביי די לויה
שרייב פאוסט