שווער צו דערקענען וועלכע היט ער גייט... איינער קען אויסקלארן
מסורה פון לבוש ביי מענער
-
פשוט פשט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 15
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 14, 2025 1:43 am
- Location: בארא פארק
- x 25
Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
אמאל איז קאפס געווען א מאדערנע לבוש היינט נישט. ס'איז נישטא קיין הלכות וויאזוי מ'מעג גיין און וואס הייסט מאדערן אלעס איז לפי המקום והזמן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
מ'רעדט אבער טאמער קאפס הייסט מסורה
62, בלאק אריין די קעדי
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5650
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19944
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
מיט מסורה האט עס זיכער גארנישט. אויב עפעס איז א פראבלעם, איז עס די סיבה פארוואס דער מענטש באשלוסט צו אראפנעמען די קאפס.
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
פאר די זעלבע סיבה פארוואס אין פארגין דור האט מען באשלאסן יא צו לייגן קאפס...שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 2:59 pmמיט מסורה האט עס זיכער גארנישט. אויב עפעס איז א פראבלעם, איז עס די סיבה פארוואס דער מענטש באשלוסט צו אראפנעמען די קאפס.
62, בלאק אריין די קעדי
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2918
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6328
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
ווי איך פארשטיי, איז (שלאבעריש) קורצע הויזן קודם געווען די לבוש חסידות, דערנאך איז עס געווארען לאנגע הויזן אין דערנאך קאפס, בערך די זעלבע זאך מיט די חסידישע העמעדער.
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2918
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6328
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
וואס הייסט מסורה? מסורה איז צו גיין ווי די ערליכע אידן אין דעם דור.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
גיין ווי ערליכע אידן איז א שיינע זאך אבער האט נישט מיט מסורה
62, בלאק אריין די קעדי
Re: מסורה פון לבוש ביי מענער
איז אנשטאט גיין אויע אונאו וועל איך פרובירן זאגן מיין מיינונג וויאזוי עס קוקט מיר אויס.
ביי מענער איז נישטא קיין דינים וויאזוי מ'דארף גיין אנגעטון, בימי חז"ל איז מען געגאנגען מיט לאנגע קליידער און ס'איז נישטא קיין חיוב היינט צו גיין אזוי.
וואס יא?
1. ס'איז דא דער ענין פון סולד זיין פון מאדערנקייט ד.ה. היינטיגקייט ובכלל זה יעדע נייע לבוש וואס קומט אריין, און חסידישע אידן וועלן זיין די לעצטע צו טוישן א לבוש מהאי טעמא. אבער איינמאל א מלבוש איז שוין אריינגעקומען איז נישטא קיין ענין צו גיין אויסגעפינען וויאזוי מ'איז געגאנגען צוויי דורות צוריק ווייל ווי געזאגט די נקודה איז נישט אזא סחורה אדער אזא סחורה די נקודה איז 'נישט די נייע היינטיגע' און יא ווי מער אלטמאדיש און חסידיש דהיינו וואס רוב חסידישע אידן טראגן.
אין די גמרא אין תענית ווערט געברענגט אן איסור צו גיין מיט שווארצע שיך בענדלעך מטעם חוקת הגוי (הגם שיש בזה סתירה עם הגמ' בב"ק) און ס'איז א דבר פשוט אז דער איסור עקזיסטירט שוין נישט היינט און נישט ווייל דער איסור האט זיך געטוישט נאר ווייל דער גוי האט זיך געטוישט.
בעלזער רב האט געהאקט קעגן קנעפלעך און איך גלייב אז ס'איז נישטא קיין ענין היינט צו גיין מיט א רעקל אן קנעפלעך ווייל דער פראבלעם איז קיינמאל נישט געווען קנעפלעך; ס'איז געווען היינטיגקייט, און היות כהיום איז עס מער נישט היינטיג נאר אלע חסידישע אידן גייען דערמיט לית דין צריך בשש.
2. געוויסע זאכן זעט יא אויס אז ס'איז פארהאן א פראבלעם מיט דעם אליינס ווי רויט קורץ וכדו'.
לעניננו קאפס איז נישט קיין פראבלעם כשלעצמו דער פראבלעם דערפון איז אויב ס'איז א היינטיגע זאך און היות כהיום איז עס נישט היינטיג נאר אויב עפעס פארקערט זע איך נישט וואס דער נידון איז.
כ'האף איך בין קלאר.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.