ס'איז דינסטאג 10 אזייגער צופרי (כ'דענק נישט צו ס'געווען גרין יענע טאג אדער נישט..), פיינעלי איך זעה שוין די סיין...קענעדי עירפארט…(בעיסיקלי א קארעקשאן עידזשענסי פאר מענטשן וואס זענען נאכנישט באגאנגען קיין קריים…)מיט'ן לעצטן אטעם קום איך אן צו די קאונטער פון לופטהאנזא, יאפ איך האב עס נאך געמאכט….ערשטע זאך דערלאנג איך ביים דעסק מיין פאספארט, די מיסיס וואס זיצט דארטן קוקט אויף מיין פנים, און דערנאך אין מיין פאספארט וחוזר חלילה, כאילו ווי צו זאגן, דאס בוזטו די משוגענער?….און איך נעם מיין רענצל און איך לייג עס שוין ארויף אויפן וויאזוי הייסטעס...און די פלונית'טע (איין מינוט, וואס איז די באקריוועדען די מענער? הא, פארוואס האבן די פרויען די מערהייט פון די פאזיציע? ווי זענען די ליבעראלן ווען מ'ברויך ענק?) פרעגט מיר, סיר דו האסט א באמבע אין דיין רענצל? סא'קשיא דעס...כ'מיין, לאמיר זאגן איך האב, נניח...טראכט זי איין רגע איך גיי איר זאגן? יא, איין מינוט, דא איז מיין באמבע….כ'מיין וואס איז די שאלה? עני עקספלאסיוו דיווייס אין יור לאגעדזש סיר? ס'רעדסטו, א גאנצע זאפאס פון אטעם באמבע'ס...גיימיר אויפרייסן דייטשלאנד יעצט, ווילסט מיטקומען? ס'נייעס די חברה..
איצטערט גייט מען צום רענצל...מען וועגט אים אפ...און איך פערד לייג עס נאך ארויף אזוי שטייטערהייט כאילו דאס גייט עפעס אויסמאכן...סיר, די רענצל איז איבערוואג'יג...יא! א רענצל קען זיין איבערוואגיג, נישט געוואוסט? יעצט געוואויר ווערן...אבער וואס ווילן זיי פון מיר? לייג עס אויף א דייעט... גענוג וואס איך מוטשע זיך מיט מיין אייגענע וואג, דארף איך מיר נאך ספראווען מיט די רענצל'ס וואג? דער וועט כאפן פון מיר דער רענצל, נאכאיינמאל דו נעמסט א ראגעלע אן רשות, בין דיך נישט מקנא….נו וואס טוט מען יעצט? סיר, דארפסט ארויסנעמען 4 פונט פון דיין רענצל...פיר פונט! כ'ווייס דאך נישט וויפיל פיר פונט איז, רבונו דעלמא כולא...איז דארף איך יעצט עפענען מיין רענצל לפני כל עם ועדה, זאל יעדער איינער זעהן מיין שמוץ וועש פון נעכטן?...כ'מיין שטייט דאך דא א רייע אונטער מיר פון אזוינע הונדערט פופציג מענטשן….שוין, זאל גיין א ריח, וועם שטערט עס...אבער ווי ווייס איך יעצט וויפיל איז פיר פונט?! שוין איך הייב אן נעמען, זאקן מיט די שבת'דיגע שיך, די הויזן, פיינעלי איך האב די פיר פונט מיט מיר וואס קען חס ושלום אראפברענגען דעם פליגער….שטייסט דער וואס שטייט יעצט אונטער מיר אריינצוטשעקן וועגט אזא 500 פונט זיכער, דאס איז נישט קיין שום פראבלעם פאר די פליגער...מיינע זאקן, דאס איז עס...געכאפט דעם טוטער...קודם ווייס איך שוין וויאזוי מ'ברענגט אראפ א פליגער...מיר האט מען איינגערעדט מ'דארף א באמבע, א פאריעריגע שניי…(איין מינוט איין מינוט, פאריאר האט געשנייעט? דעמאלט'ס סארי די היי יעריגע..) עטליכע פאר זאקן און דו האסט געמאכט די זאך….נו ווי לייג איך עס יעצט, פרעג איך די חברה? קענסט עס מיט נעמען אויבן אויפן פליגער, דא נישט, חוץ אויב דו ווילסט צו צאלן….שווערע מעטאמאטישע חשבונות דאס, אויבן ווען מ'טראגט אים ארויף איז עס קיין פראבלעם, משא''כ (קומט מיט די ליטווישע נוסח..) אונטן, דאס איז די חורבן….א דורכגעפאלענע באויאינג קאמפעני, אונטן ווי מ'דארף האלטן די שווערע פעקלעך קען עס נישט האלטן מיט פיר פונט מער, אויבן ווי ס'קומט נישט קיין פעקלעך, יע נעם וויפיל זאקן דו ווילסט….
פיינעלי איך בין פארטיג מיט זיי, איך הייב אן גיין מיט מיין טיקעט און האנט באגאדזש מיט מיינע זאקן אין די הענט….איך פיל מיר יעצט די גליקליכס'טע מענטש אין די וועלט....פצצצצצצ, שלום עליכם, ווי פאהרט א איד? קוק ווער ס'איז דא, ס'ווערט מיר גוט...עפעס א סוחי קומט מיט אויף מיין פליגער….הממממ, איך קען נאך ארויסטשעקן פון די פליגער? איז דא טרעוול אינשורענס אויף אזעלעכע פעלער? כ'מיין פאר א גוט יאר, פארוואס מעג איך נישט וויסן פארדעם וועלעכע מינע באשעפענישן גייען מיט מיר פארברענגען אזא 8 שעה אויפן פליגער?
דער סוחי בלייבט נישט ביים שולעם עליכעם, ער פרעגט מיר, זאג אנטשולדיגט, אבער מיין באגאדזש איז אביסל איבערוואגיג, וואלסט אפשר געקענט אריינעמען עטליכע זאכן פון מיר?
הרב סוחי, זאג, דו זעהסט נישט איך האלט מיינע זאקן אין די הענט? חוץ מזה, וואס איך ווייס נישט וויפיל חשק מיין רביצין האט אז דיינע זאקן זאלן אריינגיין אין מיין רענצל, זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן פאר'ן רעדן אזוי שארף...אבער….ההכרח לא נגינה…
דער סוחי איז אבער אן אינטערסאנטע זאך, ער איז דא אפשר איין שעה אין עירפארט, און ער האט שוין איינגעקלאפט מיט יעדן גוי דא….יעדער ווייסט שוין אז ער פאהרט אויף רימענאוו צו עפעס א צדיק...און אז ער פאהרט צוזאמען מיט נאך א גרופע כאסידים...זיינע פרענדס….און אז ער האט א סטאטוס גרופע מיט 50 מענטשן וואס באקומען יעדן טאג אן אפדעיט ווען ער גייט זיך בראשן די נעקסטע מאל די ציין...יעצט האלט עס ביי 267 טעג, אויב ס'איז נוגע….ער האט שוין א פילע טאש מיט ביזנעס קארטלעך וואס ער האט באקומען פון מענטשן, ווייל ער איז ריזיג אין ביזנעס…
צוריק צו מיין רייזע, איך דארף גיין צו סעקיוריטי יעצט אויב וויל איך נאך 'כאפן' מיין פליגער...יעצט קומט פאהר אן אומ'אפציעלע רעיס אין עירפארט….יעדער פרובירט זיך אריינצוכאפן פונעם צווייטן...ווער גייט עס מאכן ערשט?! איז אזוי, די 40 יעריגע גראדע ווייסע יעקער'ס וואס שטייען שוין אויף א האלבע שעה פאר'ן עלות צו איינטשעקן, די גייען מיט די וועלט'ס געמיטליכקייט...פאר זיי האט מען געמאכט די אלע סטארס אינצווישן אויב האסטו דיר אמאל געוואונדערט….(סוחי פאלט אויך אמאל אריין דארטן מפעם לפעם…) די אינגע חברה ווייסן שוין צו גיין גאר שנעל...די מער געלונגענע גייען אויף די פארעדיגע טרעין..כמיין די ערד וואס לויפט אנשטאט דיר….און די מער געריבענע לויפן אויף די ריקעדיגע אזוי קענען זיי זיך אריינכאפן פון יעדעם איינעם...שטייצעך איך בין שפעט, איך ברויך כאפן מיין פליגער, נו גייט מען אויף די ריקעדיגע און מען גייט אין די זעלבע צייט אזוי רעד איך מיר כאטשיג איין אז איך גיי געווינען די רעיס...איך זעה שוין ריזיגע סקרין'ס סטוישט זיך די נעמען, כ'בין זיכער דארטן גייט מען מעלדן די געווינער...נע, קיין ווארט….פיינעלי איך קום שוין כמעט אן, מיטאמאל הער איך א פייפ....פיפ!..עפעס אזא קליינע ווייסע טרעקל האט געמאכט דעם וועג אריין, שטייט דערויף אין גרויס א בילד פון א ווילטשעיר, געמאכט פאר די וואס קענען נעבעך נישט….יא...און ס'מיינסטו וועם זעה איך זיצן דארטן? סוחי...נישט געוואוסט ער איז אן אינוואליד? ס'גארנישט, איך אויך נישט...ער האט זעהט אויס געמאכט אזא שנעלע לקדש שם שמים אקציע…..ערגעץ דארף מען דאך אנהויבן די נסיעה…
איך קום אן פאר די סעקיוריטי טשעק פוינט, א ריזיגע ליין….דא אזא בענדל וואס האלט יעדעם איינעם אין אזא מעיז, און מ'דרייט זיך ארום און ארום אזוי ווי די וועגן וואס מיר פלעגן מאכן אין חדר און דערנאך פארקויפט פאר 5 צענט….איך בין זיכער אז די חברה דא זענען פון די העכסט ראנגיגע אין די מיליטער, סוף כל סוף גייען זיי זיכער מאכן אז די פליגער מיט מענטשן זענען סעקיורד….א מכה, דרייען זיך דארטן ארום אלע ציגאנער'ס פון מיין בלאק...ביינאכט מאכט מען געשעפטן מיט די סחורה, און צופרי איז ער א טי עס עי אגענט, כאפסט? אבער נאך פאר איך קען האבן די זכי-ה אהינצוגיין דארטן ווי מ'מאכט פון דיר צו נער לפני כל העם...מוז איך קודם געבן מיין פאספארט מיט די טיקעט פאר אזא אגענט, וואס מער ווייניגער באשטעטיגט ער דאס זעלביגע וואס די מיסיס ביי די פראנט דעסק האט שוין באשטעטיגט, אז איך זעה אויס גוט משוגע אויפן בילד….און דא קומט סוחי צו גיין נאכאמאל...ער קען נישט גיין די געהעריגע וועג, ער הייבט אויף די בענדל, ווייזט פאר די גוים אז ער האט עפעס א כאווער דארטן...און אזוי געווינט ער די געים…
פארזעצונג מערצעשעם…
זאג, בוזט שוין אמאל געפארן מיט סוחי? אדרבה, געב איבער דיין אייגענע עקספיריענס...וויאזוי איז עס געווען….