ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2332
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5946

Re: ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

פאוסט דורך פופציגער »

ווער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 11:59 am א נייע באריכט ערווענט אז פּרעזידענט ביידען האט פארברענגט ביז אהער כמעט אזויפיל צייט אויף וואקאציע ווי וויפיל ער האט פארברענגט אויף טאן זיין דזשאב אלס פּרעזידענט. דער 81 יעריגער פּרעזידענט האט אין ווייניגער ווי פיר יאר שוין געהאט 532 וואקאציע טעג, וואס קומט אויס בערך פערציג פּראצענט פון די 1,326 טעג וואס ער איז שוין געווען אין אמט. פאר א דורכשניטליכן אמעריקאנער בירגער וואס באקומט 11 טעג וואקאציע א יאר, וועט דויערן 48 יאר צו האבן 532 וואקאציע טעג
קוק אהער, פאר אזא אלטן איז נישט לייכט אנגעקומען דאס לויפן פאר פרעזידענט... קומט אים אזא 4 יאר וואקאציע נאך אזא געלויף.

כ’בין נאר נייגעריג ווען מגייט זיך כאפן אז אמעריקע ראנט געהעריג אויך אן א פרעזידענט... סתם א שאד דעי גאנצע גרויסע קאסטבארע ווייסע הויז אין די סי, מקען עס דאך נוצן פאר אן אימיגראנטן שעלטער.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
שרייב פאוסט