דער חורבן פון עקסטרעמיזם

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1677
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4129

דער חורבן פון עקסטרעמיזם

פאוסט דורך נקודות טובות »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 1:35 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 12:38 pm
כלל ישראל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 11:42 pm אז סאטמאר רבי בעט אז די קינדער זאלן זיך אנטוהן בעקיטשעס שבת האט מען פארגעסן די מסורה?
גראדע האט איינע פון די מנהלים אין סאטמאר מהר''א געמוטשט דעם רבי'ן מען זאל איינפירן אז אלע בחורים זאלן גיין מיט בעקעטישעס שבת די רבי האט נישט געוואלט
אקעי, אז מגייט שוין דא אראפ דעם מהלך און מרעדט פון די צד שני פון איינפירן פרומע ענינים.
עס זייער פשוט, עמיצער וועלכער איז נישט אזוי פרום ווי דיר און אלעס ארום אים הייבט אן טון פרומערע ענינים, ווערט דאך יענער מיט יעדע פרומע ענין וואס קומט אריין אטאמאטיש אויסגעשפיגן פון זיינע אייגענע סירקלס. אדער טוט ער עס בדיעבד נאך, בעכ”ח נגד רצונו, צוליב די סאושעל פרעשור און סוכ”ס וואקסט אויף א דור (בני באלעבאטים. גראב גערעדט, וואוילע, אבער פארט פויערן אין די קישקעס ווי די טאטעס) וועלכע זענען בועט דערין. וכיוון שבועט שוב אינו מבחין בין תורה מסיני להוספות חדשות. סליגט מיר אויפן צינג א גרויסע קהילה מיט מאסן אפגעפארענע, בפשטות אין רעזאלטאט צוליב אירע צוגעלייגטע ענינים און קפידות וואס איז נישט מעגליך פאר דעם טיפישן באלבאטיש קינד צו סובל זיין, טראצדעם וואס זיין טאטע זיידע האבן זיך צוקנייטשט פאר דעם. עס האט א שיעור וואו ווייט מקען גיין מיטן שולל זיין דעם דרך הממוצע פון פשוטע קיום התורה והמצוות כתיקונו.

צו זיין קלאר, כרעד דא די נושא פון וואוילע ערליכע אידן פולשטענדיגע שומרי תורה ומצות, נאר פשוט זיי האבן נישט דיינע הייליגע געפילן פון הוספות חדשים לבקרים און זיי פארצוגן יא די פשוטע באלבאטישע ווערטשאפט. הייבן דעם סטאנדארט איז קיינמאל קיין ענין פון ’פארוואס נישט’ ? ’אם לא יועיל לא יזיק’? ניין! הייבן די סטאנדארט באדייט אז דו עסט דא טעכניש ארויס ערליכע אידן פון זייערע קהילות (און פאטענציעל יהדות) וועלכע זענען בס”ה נישט אויף דיין לעוול פרומקייט. ומהיכי תיתי אז דו האסט די רעכט דערצו?

אין עני קעיס, לעניננו, אין א ספעציפישע פאל ווען א רב פון א קהילה טוט עפעס, דוגמת דא, איז עס פשוט נישט אונזער ביזנעס צו טענה’ן אט די טענות.
א’ ער ווייסט דאס אויכעט.
ב’ עס קען בשוא”א ארבעטן אזוי, אז פשוטע עמך אידן זאלן אינטערהאקן רבנים.
דעריבער די צד שני באלאנגט בכלל נישט דא צו ווערן אויסגעשמועסט אויפן חשבון פון א כרוז פון א רב בישראל פאר בני קהילתו. בפשטות האט ער דאס אלעס אויכעט גענומען אין באטראכט. כשמועס אויס די צד שני מענין לענין מיין כלליות’דיגע קוק, וואס דאס געהערט בעצם נישט אהער דאהי.
מיך פערזענליך האט נאר געקוועטשט די מסורה חלק שבו, כאילו סאיז געווען ביז אהער א מסורה.
לאמיר עס צונעמען אביסעל די וועג ווי אזוי איך קוק עס אן.

קודם כל וואס מיינט א פרומע לבוש? א שווארצע רעקל איז א פרומע לבוש? א מאט בעקיטשע איז א בעל הבית'ישע לבוש? די זאכן האבן הלכות? אויב יא, וואו קויפט מען דעם שלחן ערוך אויף דעם?

מיין שאלה איז אלעמאל, אויב איז פרומקייט א סטייל פונקט ווי בעל הבית'יש, מאי שנה? וואס איז דער בעל הבית אנדערש מיט דעם וואס ער גייט מיט'ן בעל הבתיש'ען סטייל, ווי דער פרומער וואס גייט מיט'ן פרומען סטייל? סטייל איז סטייל, פעשאן איז פעשאן. הצד השוה ביידע זענען חיצוניות! קומט אויס אז די גאנצע פרומקייט איז נאר א דבר חיצוני?


לעניית דעתי נראה, יעדע מאל עס טוישט זיך א סטייל קען מען זעהן עטליכע סארט מענטשן. לדוגמה, ארום פופצען יאר צוריק האט זיך די סטייל פון טיש בעקיטשעס געטוישט פון די טראדיציענאלע גלאנציגע צו מאט.

ווי אלעמאל זענען דא די וועלכע האבן נישט קיין דעת עצמם, נאר די רגע עס קומט א נייע סטייל קויפט ער דאס. זיין בעקיטשע האט ער געקויפט מיט פונקט דריי חדשים צוריק, עס איז נאך אין פערפעקט קאנדישן. אבער ער מוז שוין האבן א נייע ווייל ער דארף זיין אפ טו דעיט.

כת ב וועט ווארטן ביז ווען ער דארף סיי ווי קויפן א בעקיטשע, און דעמאלטס וועט ער קויפן די וואס איז אין סטייל. ער לויפט נישט נאך קיין סטייל'ס, אבער אפ טו דעיט איז ער.

כת ג איז נישט דא צו זיין אפ טו דעיט, אבער איינמאל ער וועט זעהן אז דאס איז וואס דער עולם גייט מיט, וועט ער דאס אויך קויפן. ער זוכט פשוט נישט צו זיין דיפרענט. ער גייט מיט די שטראם.

כת ד גלייכן פשוט נישט די נייע סארט, ער גלייכט בעסער די אלטע סטייל און דערפאר וויל ער בשום אופן נישט טוישן צו די נייע. אבער ווען ער זעהט אז 90% עולם גייט מיט די נייע, וועט ער טוישן.

דא קומען מיר צום פרומען אינגערמאן. דער פרומער אינגערמאן וועט אלעמאל זוכן צו בלייבן ביים אלטען. ער וויל נישט נאכגיין קיין מאדעס, ער איז באמת ממאס ווען היימישע אינגעלייט קומען אריין מיט די ווייבער צו טשאזען דעזיינס. ער מיט די גלאנציגע טיש בעקיטשע, ער רוקט זיך נישט פאר הגשמה. וקדוש יאמר לו! איך ריספעקטיר דאס באמת!

לעניית דעתי איז דאס די סיבה ווי אזוי עס איז באשאפן געווארן חסידישע מלבושים. ערליכע פרומע חסידישע אידן וואס האבן אלעמאל פראבירט צו בלייבן טראדיציענאל און נישט נאכגיין קיין סטיילס זענען אטאמאטיש געבליבן מיט א סטייל לבוש, זייער סטייל איז די סטייל פון 20 יאר צוריק. און צומאל ווען מען זעהט אז דור הולך ודור בא, קומט אויס אז די אלטע סטייל קומט צוריק און דעמאלטס איז דער פרומער אויך אפ טו דעיט. צא ולמד פון די היינטיגע גלעזער, וואס ביז פינף יאר צוריק וואלט דאס געהייסן פרומע גלעזער. אדער בנוגע א קאף אויף די הויזן.

איינמאל עס איז באשאפן געווארן א פרומע לבוש קען מען דאס נעמען אויף צוויי אופנים. אדער קען מען בלייבן פרום, אדער קען מען מאכן פון דעם א סטייל. אויף דעם איז געזאגט געווארן צדקים ילכו בם ופשעים יכשלו בם. עס קענען זיין צוויי אידן וואס גייען די זעלבע לבוש, איינער איז עס בכוונה לשם שמים, און דער צווייטער איז עס א שטיק גאווה ושחצניות.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז דער מלמד בן מלמד, בן בנו של אותו מלמד איז נישט דומה צום נגיד בן נגיד, בן בנו של הנגיד הגדול. עס איז נישט מסתבר צו זאגן אז די צוויי דארפן גיין אנגעטוהן די זעלבע. די קינדער פון די צוויי האבן נישט וואס אויסצוזעהן די זעלבע. די פראבלעם מאכט זיך אבער מיט די פושעים יכשלו בם פון די פרומע פארטייען, וואס זיי ווילן כסדר באצווינגען די בעל הבתיש'ער עולם צו זייער סטייל. די מאכן תקנות און זענען פאנומען באצווינגען די מענטשהייט. איך פרעג זיי אבער אזא פראגע, איר קענט מיר זאגן וואו איר זענט אנגעקומען דערמיט? געבטס מיר א סוקסעס רעיט פון אייער חינוך. צו דען וויבאלד מען צווינגט קינדער אין חדר צו גיין מיט פלעסטיק גלעזער וואקסן די קינדער אויף בעסער? וואס טוט דער אינגעל איינמאל ער ווערט עלטער און עס איז מער נישט דא די תקנות. בלייבט ער מיט'ן פרומען לבוש, אדער גייט ער דוקא להיפך זוכענדיג ארויסצוגיין פון די באקס? צו אפשר גאר ווי @מסתמא זאגט אז פון פארלייגן צופיל פאוקעס אויף דברים של מה בכך, נעמט מען אטעמאטיש אוועק פאוקעס פון עיקרי התרוה ודת. און דאס איז א חרבן!

נאך א זאך. אויב האט אמאל א אינגערמאן מיט ווייסע זאקן שבת געוויסט אז ער קען נישט זיצן אין א פיצא שאפ מוצאי שבת, ווייל א אינגערמאן מיט ווייסע זאקן זיצט נישט אין א רעסטעראנט. האסטו דאס בידים מבטל געווען. ווי לאנג ווייסע זאקן שבת האט געמיינט אז איך בין א חסידישער איד, האט ער זיך געפירט ווי א חסידישער איד. אויב יעדע מגושם טוט אזן ווייסע זאקן, ברענגט ער אראפ דעם גאנצן לבוש. מגושם בלייבט מגושם! נישטא מער די געדאנק אז אינגערמאן מיט שווארצע גלעזער קען זיך נישט דרייען אין א מעיסיס געשעפט. ער האט דאך א קפידא אז יעדער זאל גיין שווארצע גלעזער, און מגושם בלייבט מגושם. און ווער איז אין דען שולדיג? דו! דו וואס האסט געוואלט באצווינגען כל הקהל הקודש צו דיין סטייל!

א שטאפל ווייטער. ווען עס קומט אריין ביי די פרויען די מידי סקירטס, פארפירט ער געפערליך אז די זעלבע ייצר הרע וואס האט ביז יעצט געהייסן גיין קורץ, הייסט יעצט גיין לאנג. און מיט דעם וויל ער צווינגען כל הקהל הקודש צו זיין טראדיצע. סיריעסלי? ביסט משוגע? איז גיין א לאנגע סקירט די זעלבע דרגא ווי גיין א קורצע? קען זיין אז עס ציעט אן אויג און עס איז נישט פארגעשלאגן. ווי אויך האט מען ביי חסידים שטארק מקפיד געווען נישט נאכצוגיין די מאדעס. אבער איז עס די זעלבע? אויב האט מען פאר צען יאר צוריק נישט געקענט גיין אין גאס, ווייל רחמנא לילצן ווי אזוי פרויען זענען געגאנגען אנגעטוהן. גילוי דאורייתא! מען האט קיין ברכה נישט געקענט מאכן, ושב מאחוריך! קומטסטו זאגן אז דאס איז די זעלבע ייצר הרע?? אויב קען מען זיך וועלן איין עקסטרים אדער די אנדערע, וואלסטו בכלל געהאט א ספק? אויב יא ביסטו הן א פוסטער עם הארץ, און הן א גרויסער שוטה. נבלה סרוחה טובה הימנו!

די פראבלעם דערפון איז פילפאכיג. קודם כל מדבר שקר תרחק. מען טאר נישט ארבעטן מיט שקר אידישקייט איז אמת, און דו ביסט היפך! צווייטענס, שקר ארבעט נישט. קיינער קויפט נישט דיינע ליגענטס, און אויב יא, ווען דער מיידל גייט ארויס פון סקול וויסענדיג אז גיין מיט א מידי איז פונקט אזוי שלעכט ווי גיין מיט א מיני. נו, אז איך האב שוין נישט די הנהלה וואס שטערט מיך קען איך שוין גיין מיט מיני אויך. רחמנא ליצלן! אלץ צו פארדאנקן דעם פושע! עיקרי הדת, חומרות, און סתם שטותים, גייט אריין אין איין כלל. און די תוצאות זענען שרעקליך!

תקנות איז זייער א וויכטיגע זאך, אבער מען מוז זיך האלטן צו הלכה. אודאי מיט גדרים וסייגים אויך, אידישקייט איז נאר מיט גדרים. אבער, מיט דעת.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11394

Re: די חרבן פון עקסרעמיזם

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שיינע דיבורים @נקודות טובות.

דיסקלעימער: וואס איך שרייב דא רעפרעזענטירט נישט מיין פערזענליכע מיינונג אין די נושא, ס'איז בלויז צו אראפברענגען די אנדערע פערספעקטיוו, צו פרובירן צו פארשטיין ביידע צדדים.

לגבי מאכן תקנות אויף גלעזער וכו', די פראבלעם איז אז איין צד וועט בע"כ באצווינגען די צווייטע צד ווען מ'רעדט פון קינדער. אויב וועט א געוויסע פראצענט פון חדר גיין א געוויסע פארגעשריטענע מבוש, וועט עס האבן אן השפעה אויף די איבריגע און אראפברענגען די סטאנדארט, ממילא בע"כ פון די הנהלה מוזן זיי עס טון, ווייל אויב נישט וועט די צווייטע עקסטרעם דיר באצווינגען.

דאס איז בכלליות די לאגיק אונטער די סאו-קאלד עקסטרעמיזם, ווען די אנדערע צד גייט נישט עקסטרעם קען איך זיך באגיין מילד מיט יענעם, אבער די מציאות איז אז די היינטיגע וועלט איז גאר עקסטרעם אויף די שלעכטע זייט, און מען מוז ציען די שטריק אויף צוריק.

אקעי, מדארף זיף נעמע צו די ארבעט, כ'וועל בל"נ צוריקקומען.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1229
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3419

Re: די חרבן פון עקסטרעמיזם

פאוסט דורך מסתמא »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 24, 2024 1:23 pm לאמיר עס צונעמען אביסעל די וועג ווי אזוי איך קוק עס אן.

קודם כל וואס מיינט א פרומע לבוש? א שווארצע רעקל איז א פרומע לבוש? א מאט בעקיטשע איז א בעל הבית'ישע לבוש? די זאכן האבן הלכות? אויב יא, וואו קויפט מען דעם שלחן ערוך אויף דעם?

מיין שאלה איז אלעמאל, אויב איז פרומקייט א סטייל פונקט ווי בעל הבית'יש, מאי שנה? וואס איז דער בעל הבית אנדערש מיט דעם וואס ער גייט מיט'ן בעל הבתיש'ען סטייל, ווי דער פרומער וואס גייט מיט'ן פרומען סטייל? סטייל איז סטייל, פעשאן איז פעשאן. הצד השוה ביידע זענען חיצוניות! קומט אויס אז די גאנצע פרומקייט איז נאר א דבר חיצוני?
מיינע צוויי צענט

פרום אנגעטון האט טאקע עטוואס מיט געוויסע ספעציפישע מלבושים וואס ביי חסידים איז מען געגאנגען, אז דער איד זאל זיין מציון בבגדיו.

אבער מער פון דעם איז דא א געוויסע אנטיבאדי געפיל פון טון בדוקא דאס פארקערטע ווי וואס דאס הארץ ציעט און ווי וואס דאס מענטשהייט טוט. סאיז א געוויסע פארעם פון פרישות און נזירות. דער מסילת ישרים שטעלט אוועק אז פרישות איז די חלק הסור מרע פון חסידות (וואס איז עשה טוב). סאיז א געוויסע ’אנטי’ נארמאלקייט ענין. קען זיין כדארף זוכן א בעסערע ווערטער סעלעקציע עס צו שרייבן מער בדרך ארץ. און אויף דאס אלעס האט רבינו יואל מסאטמאר קלאר אוועקגעשטעלט אז ער גייט נישט מאכן אן עסק פון לבוש (די באלבאטישע לבוש איז גענוג אידיש און מציון בבגדיו), מאקסימום האט מען געפייט גראב פיצעריי משא”כ די ענין פון מאכן דעם עולם גיין אנגעטון פארפרומט. וכ”ש מאיז נישט געגאנגען אווער-סייזד בשיטה. מאיז נישט געגאנגען שלאכיג בשיטה וכו’ וכו’ יחידים יא. אבער אין אנדערע מקומות איז דאס געווען א גאנצע דרך, א דרך פון גירא בעינא דשיטנא, אזא דוקא’דיגע שלילות אין אנושיות, ווי צו זאגן פאר די בהמיות אז דו ביסט נישט בעה”ב דא. איז דאס געווען די אונגארישע דרך? קלאר אז נישט. איז דאס עפעס וואס שטימט מיט הלכות דעות להרמב”ם? קלאר אז נישט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט