די אויסקוק פון אונזערע חתונות

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11395

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:10 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 12:48 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 12:45 pm

פון דער ערשטער מינוט האב איך אנגעהויבן אז מען זאל פרעגן חתן כלה וואס זיי האבן ליב.
@שאינו יודע לשאול דו קענסט מיר קומען צו די רעסקיו? איך כאפ נישט וואס @פעיק ניוז פארשטייט נישט דא. איז עפעס ראנג מיט מיר, אדער מיט אים?
איך האב געשריבן אז איך פארשטיי עפעס נישט?
פון דיין תירוץ איז משמע אז דו האסט נישט עומד געווען אויפן קושיא.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1121

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך פעיק ניוז »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:18 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:10 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 12:48 pm

@שאינו יודע לשאול דו קענסט מיר קומען צו די רעסקיו? איך כאפ נישט וואס @פעיק ניוז פארשטייט נישט דא. איז עפעס ראנג מיט מיר, אדער מיט אים?
איך האב געשריבן אז איך פארשטיי עפעס נישט?
פון דיין תירוץ איז משמע אז דו האסט נישט עומד געווען אויפן קושיא.
@נקודות טובות האט געמאכט א לאנגס און א ברייטס אז איך האב עפעס געפליפט פלאפט מיט מיין שטעלונג און עס געטוישט לכל אורך הדיסקוסיע. אויף דעם ארויף האב איך געשריבן אז מיין דעה אז עס ווענדט זיך אין חתן כלה האב איך געשריבן פון דער ערשטער ביז דער לעצטער מינוט.

בנוגע צו גראמען אויף פעטערס און זיידעס איז א הידור אין שמחת חתן וכלה צו נישט, האב איך שוין געשריבן, און איך קען עס שרייבן נאכאמאל. דער מאירי שרייבט אז יעדע זאך מיט וואס מען איז משמח חתן וכלה און די שושבינין איז א מצוה. אלזא איז עס יא א הידור צו טון עפעס פון וואס חתן וכלה האבן הנאה. אויב אזוי, קומט מען צוריק צו דעם אז מען דארף זיי לכאורה פרעגן וואס זיי גלייכן.

דאס איז רוחניות'דיג גערעדט. גשמיות'דיג גערעדט איז דאך פשוט קאממאן סענס, אז א מחותן, חתן אדער כלה האבן דעם רעכט אויסצושטעלן זייער שמחה לויט זייער אייגן געשמאק.

דריטנס, די מידע פעטערס וואס האבן נישט קיין נערוון קענען אהיימגיין. דער מחותן, חתן אדער כלה דארף נישט און זאל נישט טוישן 'זייער' שמחה וויבאלד א פעטער האט נישט קיין געדולד דערצו. איי, מען דארף דאך בלייבן ביים שווער'ס מצוה טאנץ. ניין, זאג איך דיר. איי מעכל רעכל וועט בלאזן. טא "האסטו" א פחד פון יענעמ'ס בלאזעריי. דער מחותן דארף נישט ליידן צוליב דיין פחד. אויב וועט דער מחותן בלאזן, קענסטו אים רואיג זאגן דאס וואס דו האסט געשריבן דא, אז דו פילסט נישט די וויכטיגקייט פון ציען מיט די גראמען, און פון דארט און ווייטער קען ער זיך בלייבן מיט זיין אויסגעצויגענע חתונה נאכט און דו מיט דיין אויסגעצויגענע נאכט שלאף, און פארטיג.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1677
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4129

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך נקודות טובות »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 1:52 pm

הרב, איר האט נישט געפליפ פלאפט. פשוט פון הין און צוריק תגובות האט איר פאר רגע פארגעסן די המשך הדברים, און מגיב געווען שלא מן הענין.

בלייבן ביים טאטע/שווער מצוה טאנץ האט גארנישט מיט מעכל רעכל, עס האט מיט מיין פערזענליכע כיבוד אב. ווען מיין ברודער מאכט חתונה און מען רופט אויס מיין טאטע, וואלט אים עס וויי געטוהן אויב זיינע קינדער זיצן נישט דארט! מיין טאטע דארף נישט די גאנצע עבירה טאנץ, אבער ער בלייבט דארט. נו, אז מיין טאטע זיצט דארט בין איך אויך געצווינגען צו זיצן דארט ביז ער ענדיגט טאנצען, מצער זיין א טאטע איז אן איסור דאורייתא. און צוליב דעם פרעג איך מיין ברודער מה לי לצרה הזאת? וואס טוסטו מיט מיר? דו האלטסט מיר האסטידזש דא!

דו שרייבסט אז די ח"כ דארפן נישט טוישן זייער שמחה וליב איינעמס בלאזעריי, האסטו אבער געכאפט אז די שמחה איז לכתחילה געפלאנט געווארן אויף מיין ענגשאפט ארויף?

ווען ער ווייסט ווען אז אלע פעטערס האבן זיך אפגעשמועסט אז מ'גייט זיך נישט דערשרעקן פון קיינעמס בלאזעריי, און יעדער גייט אהיימגיין ווען אים שמעקט, וואלט ער צוגעיאגט די מצווה טאנץ, און זיך נישט געוואלט טרעפן מיט ליידיגע טישן... רייט?

פשט איז, אז ער נעמט עדווענטעזש פון דער פאקט אז מיין שוויגער גייט בלאזן אויב איך גיי אהיים פאר מצווה טאנץ, און אויף מיין פיקל איז ער זיך "משמח" [לדבריך אז ס'דא משום שמחה]

נאט נייס.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1121

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך פעיק ניוז »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 2:03 pm

איך האב נישט פארלוירן קיין המשך. קוק איבער.

כיבוד אב? דו גייסט דאך יא מיט'ן שלחן ערוך. בלייבן ביי מצוה טאנץ פון א טאטן האט זיך קיינמאל געטראפן מיט כיבוד אב. קענסט צוגיין צום טאטן מיט גרויס דרך ארץ בעפאר דער חתונה און אים זאגן: אבא, די זאך איז נישט פאר מיר. איכעל נישט זיין קיין מענטש מארגן אז איך בלייב דא.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1121

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך פעיק ניוז »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 2:15 pm

און דו נעמסט עדווענטידזש פון דעם פאקט אז ער גייט זיך נישט וועלן טרעפן מיט ליידיגע טישן אים איינצוטיילן וויאזוי ער זאל אויסשטעלן זיין שמחה, כאפסט?

ביסט אבער גערעכט, דער מחותן וואס גייט אן אז די פאר ברידער וואס האבן נישט קיין געדולד דארט צו בלייבן זאל זיך טאקע צושטעלן צו זיי. די נארמאלסטע וועג איז אבער אז יעדער מחותן זאל קענען מאכן זיין שמחה וויאזוי ער וויל און ווער עס וויל קומען זאל קומען און ווער נישט נישט. דאס דארף ווען זיין א קאנצעזוס פון ביידע זייטן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1677
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4129

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך נקודות טובות »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 4:04 pm
► Show Spoiler

ניין, איך כאפ נישט. איך נעם עדווענטידזש? איך טייל אים איין ווי אזוי צו מאכן זיין שמחה? איך לאז אים טאנצען ביז 5 פארטאגס און נאך צאלן אווערטיים פאר די שפילער/בדחן/זאל. אבער מיר מיט די אנדערע האסטעדזשיס זאל ער פריי לאזן! כאפסט ווי קרום דו ביסט? איך בין גאר דער וואס נעמט עדווענטידזש ווייל איך וויל זיין א האלב נארמאלע מענטש די נעקסטע טאג. אז איך שמועס אפ מיט מיינע אנעדער ברודערס אז 1:30 הייבט זיך יעדער אויף און מען גייט, הייסט אז איך נעם עדווענטידזש? דו זאגסט דאך אז די מידע פעטערס מעגן גיין, ניין? קאמאן מען. איך האב ערווארטערט עפעס מער פון דיר!

ווען מיין שוואגער מאכט אפ אז ער סערווירט נישט קיין סעודת החתונה, די חופה מאכט ער ביים וואסער, טאנצן טאנצט מען אין בית המדרש, און מצוה טאנץ איז ביי אים אין שטוב וואלטסו אויך געזאגט אז איך נעם עדווענטידזש אויב קום איך נישט, ווייל איך צווינג אים צו מיינע סטאנדארטן? פליז! דיין קאפ קענסט גראד מאכן, מיינס לאז פארדרייט...

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 4:01 pm
► Show Spoiler
איך האב נישט פארלוירן קיין המשך. קוק איבער.

כיבוד אב? דו גייסט דאך יא מיט'ן שלחן ערוך. בלייבן ביי מצוה טאנץ פון א טאטן האט זיך קיינמאל געטראפן מיט כיבוד אב. קענסט צוגיין צום טאטן מיט גרויס דרך ארץ בעפאר דער חתונה און אים זאגן: אבא, די זאך איז נישט פאר מיר. איכעל נישט זיין קיין מענטש מארגן אז איך בלייב דא.
אזוי?? מהיכן דנתני?? אין לך כיבוד ומורא אב גדולה מזו! איינער וואס גייט אהיים פאר זיין טאטע טאנצט, איז מצער זיין טאטן! די סדר פון מצוה טאנץ איז אז ווען דער זיידע טאנצט, שטייען די קינדער פון הונטער אים, און דערנאך מאכן זיי א רינג ארום. קיינער, אבער קיינער, אינקלודינג דיר, וויל נישט טאנצען אליינס און דארפן צוקומען צו די טובה פונעם אנדערען צד וואס זאל מאכן א רינג ארום דיר ווען דו טאנצט מיטן חתן!

כיבוד אב איז נישט פשט אז דו דארפסט מסביר זיין פאר דיין טאטען אז עס איז דיר שווער. כיבוד אב מיינט אז דו דארפסט אים מכבד זיין און חלילה נישט גורם זיין קיין צער, אפילו עס איז דיר שווער. און לויט אסאך פוסקים איז מען אפילו מחויב צו מבטל תורה זיין צוליב דעם! קינדער וואס בלייבן נישט ביי די מצוה טאנץ פון די עלטערן, זענען מצער די עלטערן ועתידים ליתן את הדין. חוץ אויב די טאטע ממש זאגט זיי קלאר אז זיי זאלן אהיים גיין, אדער אז מען ווייסט בברירות אז עס באדערט אים באמת נישט. די גרעסטע פרייד פון עני נארמאלע מענטש איז זיינע קינדער! בניך כשתולי זתים סביב לשלחנך איז די גרעסטע תענוג! עכ"פ עס איז נאך עניטיים אזא הידור אין כיבוד אב, ווי עפעס א מאירי וואס איז נישט קלאר וואס ער מיינט, און איז נישט געברענגט להלכה!
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1121

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך פעיק ניוז »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 5:00 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 4:04 pm
► Show Spoiler
און דו נעמסט עדווענטידזש פון דעם פאקט אז ער גייט זיך נישט וועלן טרעפן מיט ליידיגע טישן אים איינצוטיילן וויאזוי ער זאל אויסשטעלן זיין שמחה, כאפסט?

ביסט אבער גערעכט, דער מחותן וואס גייט אן אז די פאר ברידער וואס האבן נישט קיין געדולד דארט צו בלייבן זאל זיך טאקע צושטעלן צו זיי. די נארמאלסטע וועג איז אבער אז יעדער מחותן זאל קענען מאכן זיין שמחה וויאזוי ער וויל און ווער עס וויל קומען זאל קומען און ווער נישט נישט. דאס דארף ווען זיין א קאנצעזוס פון ביידע זייטן.
ניין, איך כאפ נישט. איך נעם עדווענטידזש? איך טייל אים איין ווי אזוי צו מאכן זיין שמחה? איך לאז אים טאנצען ביז 5 פארטאגס און נאך צאלן אווערטיים פאר די שפילער/בדחן/זאל. אבער מיר מיט די אנדערע האסטעדזשיס זאל ער פריי לאזן! כאפסט ווי קרום דו ביסט? איך בין גאר דער וואס נעמט עדווענטידזש ווייל איך וויל זיין א האלב נארמאלע מענטש די נעקסטע טאג. אז איך שמועס אפ מיט מיינע אנעדער ברודערס אז 1:30 הייבט זיך יעדער אויף און מען גייט, הייסט אז איך נעם עדווענטידזש? דו זאגסט דאך אז די מידע פעטערס מעגן גיין, ניין? קאמאן מען. איך האב ערווארטערט עפעס מער פון דיר!

ווען מיין שוואגער מאכט אפ אז ער סערווירט נישט קיין סעודת החתונה, די חופה מאכט ער ביים וואסער, טאנצן טאנצט מען אין בית המדרש, און מצוה טאנץ איז ביי אים אין שטוב וואלטסו אויך געזאגט אז איך נעם עדווענטידזש אויב קום איך נישט, ווייל איך צווינג אים צו מיינע סטאנדארטן? פליז! דיין קאפ קענסט גראד מאכן, מיינס לאז פארדרייט...
מיין 'עדווענטידזש' ארגומענט איז געווען לדבריו פון שאינו יודע לשאול. עניוועי.

ס'איז מיר שווער צו שמועסן ווען עס טוט זיך קולות..
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2326
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2528

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך אנדערער »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:33 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 6:26 am אויב איז מצוה טאנץ סתם שמחת חתן וכלה פארוואס ביי די רעבישע חתונות איז עס יא גאר אן ערנסטן זמן בכלל נישט קיין ווערטלעך?
הלא דבר הוא, עס איז עפעס העכער'ס.
הער אויס, ווי לאנג די מנהג פון מצוה טאנץ איז קלאר דאקימענטירט לשמח חתן וכלה פון די גמרא, ביז נאך די שלחן ערוך ונושאי כלים, אינקלאדינג חסידישע. האט נישט קיין זין צו לעבן אין מיסטישקייט. הונדערט פראצענט אז מצוה טאנץ איז א הויכע ענין, ווייל משמח זיין חתן וכלה איז א הויכע ענין. ס'איז נישט פשוט בכלל. אונז האמיר נישט קיין השגות אין די גאנצע מצוה כלל וכלל.

צווייטענס, איז דען דא דאמקימענטירט עפעס וועגן הספדים ביים מצוה טאנץ? איז בכלל דא רעפרענץ צו ערענסטע מעמדים פון מצוה טאנץ? כמדומה אז נישט. לאז געמאכט. מען קען נישט באשאפן קיין מנהגים ווען איך און דו געדענקען נאך ווען מצוה טאנץ האט אויסגעזעהן פיל אנדערש ווי עס זעהט היינט אויס. איי די רבישע? וואס זאל איך טוהן? זאל איך פירן טיש יעדע וואך? זאל איך אויסלעשן די לייטס ביי שלש סעודות? רבישע מעשיות לאז פאר די רבי'ס, אונז וועל מיר זיך ווייטער פירן בעל הבתיש ווי אונזערע עלטערן. איך גיי נישט קיין בגדי שבת בשבעת ימי המשתה אין ביהמ"ד אויך נישט.

איין זאך. איך בין ברור אז די סיבה פארוואס מחותנים ווילן די לאנגע מצוה טאנץ (היינט שוין נישט אזוי ווייט) איז ווי איך האב אויבן געשריבן. פון די שידוך שליסן, ביז מצוה טאנץ איז נישט דער בעל שמחה אין די שמחה זעלבסט, ער איז פארנומען מיט אלע שטותים. מצוה טאנץ איז דאס ערשטע מאל ווען ער זיצט רואיג און ער קען אביסעל אריינקריכן אין זיינע געפילן.
איך וויל געבן א לייק אבער אן דעם לעצטן שורה

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:40 pm לעניית דעתי, ביי א חתונה דארף מען גיין אנגעטוהן מיט בגדי שבת! סאיז נישט קיין וואכנאכט! דער וואס קען נישט נעמען די טירחא פון זיך איבערטוהן צו בגדי שבת, האט נישט וואס צו זוכן ביין חתונה מתחילה!

די משפחה קומט דאך ממילא מיטן שטריימעל, גאר נאנטע חברים וואס פרייען זיך באמת מיט מיט די שמחה האבן נישט קיין פראבלעם צו קומען מיט א שטריימעל, און עס זענען דא וואס קומען טאקע אזוי. דער געוועזנע שכן וואס קומט אריין שאקלען די הענט, און דער וואס שטייט אונטער דעם מחותן אין די ליין זיך צו וואשן די הענט ביי שלש סעודות, האבן נישט וואס צו זוכן ביים חתונה. חוץ פון שטערן דעם רינג, און מבלבל זיין דעם מחותן מיט די נאכאנאנדע הענט שאקלעריי, איז ער גארנישט מוסיף צום שמחה. א חברותא, מיטארבעטער, נאנטע חבר וכדו', זאל קומען מיט א שטריימעל. סתם ביהמ"ד אידן זאלן געבן מזל טוב אין ביהמ"ד. לאז די שמחה א שמחה, א חתונה איז נישט קיין OJBA.
א ברכה פון א איד האט א גרויסע כח. און געבן ברכות איז א גרויסע זאך. איך גיי צו חברים שמחות אן א שטריימל און אויב מוז איך ברענגען א שטריימל וועט קיינער נישט פארדינען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6698

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך פופציגער »

פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:22 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:21 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:16 pm

אי משום הא דארף מען פרעגן חתן וכלה אויף וועלכן אופן זיי ווערן דאס מערסטע דערפרייט, נישט די פעטערס.
ניין, ווייל גראגערן אין קאפ אריין איז נישט מכלל המצוה טאנץ. מצוה טאנץ איז לרקוד לפני חתן וכלה, זאגן דברי שבח, און אפשר זאגן דברי בדחנות. אז די חתן וויל איך זאל טאנצען, וועל איך טאנצען, אבער לאז די נאנסענס אינדרויסן. עס האט נישט קיין שום זין צו זיצן דארט בשעת דער גראגער גראגערט אין קאפ אריין.
אויב פארשטייסטו דברי שבח אדער בדחנות, דעמאלט אויב דער חתן וויל הערן ווי מען גראמט אויס זיין זיידע מיט זיינע פעטערס, כל הכבוד.
און אויב דער חתן וויל א קארניוואל מיט גרינע קאטן קענדי און האניג פאפקארן אינמיטן די חתונה?

אקעי, כהאב געמוזט ענטפערן קרום, ווייל כזע אז זייענדיג אפוועזנד פון דעם אשכול האט @נקודות טובות אביסל פארטרעטן מיין צד, און ווייסיך דאך אז פון מיר ערווארט ער קרומע תשובות... סא טיעם ווארק איז ווערי אימפארטענט...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6698

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:40 pm לעניית דעתי, ביי א חתונה דארף מען גיין אנגעטוהן מיט בגדי שבת! סאיז נישט קיין וואכנאכט! דער וואס קען נישט נעמען די טירחא פון זיך איבערטוהן צו בגדי שבת, האט נישט וואס צו זוכן ביין חתונה מתחילה!

די משפחה קומט דאך ממילא מיטן שטריימעל, גאר נאנטע חברים וואס פרייען זיך באמת מיט מיט די שמחה האבן נישט קיין פראבלעם צו קומען מיט א שטריימעל, און עס זענען דא וואס קומען טאקע אזוי. דער געוועזנע שכן וואס קומט אריין שאקלען די הענט, און דער וואס שטייט אונטער דעם מחותן אין די ליין זיך צו וואשן די הענט ביי שלש סעודות, האבן נישט וואס צו זוכן ביים חתונה. חוץ פון שטערן דעם רינג, און מבלבל זיין דעם מחותן מיט די נאכאנאנדע הענט שאקלעריי, איז ער גארנישט מוסיף צום שמחה. א חברותא, מיטארבעטער, נאנטע חבר וכדו', זאל קומען מיט א שטריימעל. סתם ביהמ"ד אידן זאלן געבן מזל טוב אין ביהמ"ד. לאז די שמחה א שמחה, א חתונה איז נישט קיין OJBA.
איינפירן מזאל מוזן קומען מיט שטריימלעך וועט אינאיינוועגס שניידן הוצאות... מ’עט קענען חתונה מאכן אין וואכנאכט זאלן.

איך גיי אבסאלוטלי נישט גיין זיך באשטריימלען פאר יעדע חבר’ס חתונה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1677
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4129

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך נקודות טובות »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 10:53 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:33 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 6:26 am אויב איז מצוה טאנץ סתם שמחת חתן וכלה פארוואס ביי די רעבישע חתונות איז עס יא גאר אן ערנסטן זמן בכלל נישט קיין ווערטלעך?
הלא דבר הוא, עס איז עפעס העכער'ס.
הער אויס, ווי לאנג די מנהג פון מצוה טאנץ איז קלאר דאקימענטירט לשמח חתן וכלה פון די גמרא, ביז נאך די שלחן ערוך ונושאי כלים, אינקלאדינג חסידישע. האט נישט קיין זין צו לעבן אין מיסטישקייט. הונדערט פראצענט אז מצוה טאנץ איז א הויכע ענין, ווייל משמח זיין חתן וכלה איז א הויכע ענין. ס'איז נישט פשוט בכלל. אונז האמיר נישט קיין השגות אין די גאנצע מצוה כלל וכלל.

צווייטענס, איז דען דא דאמקימענטירט עפעס וועגן הספדים ביים מצוה טאנץ? איז בכלל דא רעפרענץ צו ערענסטע מעמדים פון מצוה טאנץ? כמדומה אז נישט. לאז געמאכט. מען קען נישט באשאפן קיין מנהגים ווען איך און דו געדענקען נאך ווען מצוה טאנץ האט אויסגעזעהן פיל אנדערש ווי עס זעהט היינט אויס. איי די רבישע? וואס זאל איך טוהן? זאל איך פירן טיש יעדע וואך? זאל איך אויסלעשן די לייטס ביי שלש סעודות? רבישע מעשיות לאז פאר די רבי'ס, אונז וועל מיר זיך ווייטער פירן בעל הבתיש ווי אונזערע עלטערן. איך גיי נישט קיין בגדי שבת בשבעת ימי המשתה אין ביהמ"ד אויך נישט.

איין זאך. איך בין ברור אז די סיבה פארוואס מחותנים ווילן די לאנגע מצוה טאנץ (היינט שוין נישט אזוי ווייט) איז ווי איך האב אויבן געשריבן. פון די שידוך שליסן, ביז מצוה טאנץ איז נישט דער בעל שמחה אין די שמחה זעלבסט, ער איז פארנומען מיט אלע שטותים. מצוה טאנץ איז דאס ערשטע מאל ווען ער זיצט רואיג און ער קען אביסעל אריינקריכן אין זיינע געפילן.
איך וויל געבן א לייק אבער אן דעם לעצטן שורה
מיינטס טאקע איך דארף דיין לייק? לייק יא לייק נישט, איך קימער מיך נישט. איך גיי שלאפן די זעלבע רואיג היינט....

עה, @אנדערער דיין לייק איז ביי מיר זייער חשוב, אפשר דאך געבסטו מיר א לייק און דו פארקוקסט אויף מיין לעצטע שורה?

אקעי, ווייסטו וואס? איך מעק אויס מיין לעצטע שורה, אבער בתנאי אז דו געבסט מיר א לייק. @אנדערער איך וועל טוהן אלעס צו באקומען א לייק פון דיר. דיעל?

אפדעיט. איך קען שוין נישט עדיטן, האב איך באריכטעט דעם תגובה און געבעטן די הנהלה צו מעקן די לעצטע שורה, איך זיך נישט צו טריגערן קיינעם און איך וואלט אפשר מתחילה טאקע נישט געדארפט שרייבן די שורה. אבער @ווירקליך האט נעכטן געהאט א חנוכה פארטי (מסיבה) און ער איז געגאנגען שלאפן זייער שפעט, און ער גייט יעצט זיין אף סקעדזשול פאר די נעקסטע צוויי וואכן. סא יא, געדענק צוריק צו קומען מיט א לייק איינמאל ער קראצט זיך אויס...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1677
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4129

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך נקודות טובות »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 10:57 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:22 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:21 pm
ניין, ווייל גראגערן אין קאפ אריין איז נישט מכלל המצוה טאנץ. מצוה טאנץ איז לרקוד לפני חתן וכלה, זאגן דברי שבח, און אפשר זאגן דברי בדחנות. אז די חתן וויל איך זאל טאנצען, וועל איך טאנצען, אבער לאז די נאנסענס אינדרויסן. עס האט נישט קיין שום זין צו זיצן דארט בשעת דער גראגער גראגערט אין קאפ אריין.
אויב פארשטייסטו דברי שבח אדער בדחנות, דעמאלט אויב דער חתן וויל הערן ווי מען גראמט אויס זיין זיידע מיט זיינע פעטערס, כל הכבוד.
און אויב דער חתן וויל א קארניוואל מיט גרינע קאטן קענדי און האניג פאפקארן אינמיטן די חתונה?

אקעי, כהאב געמוזט ענטפערן קרום, ווייל כזע אז זייענדיג אפוועזנד פון דעם אשכול האט @נקודות טובות אביסל פארטרעטן מיין צד, און ווייסיך דאך אז פון מיר ערווארט ער קרומע תשובות... סא טיעם ווארק איז ווערי אימפארטענט...
@פופציגער איך מוז דיר זאגן דיין קאפ ארבעט פיין. איך ווייס נישט פארוואס איך האב אלעמאל געמיינט אז דו ביסט פון די אידן וואס זוכן די שיך יעדן אינדערפרי, און הענגן א צעטל אין ביהמ"ד יעדע מיטוואך "בטעות גענומען א צווייטענס מקוה בעג פאריגע וואך פרייטאג"... דו געדענקסט דאך יא!

טים ווארק איט איז!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2326
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2528

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך אנדערער »

► Show Spoiler
אפדעיט. געלייקט
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2326
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2528

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך אנדערער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 3:42 pm איך קום באלד צוריק אויף א לענגערס בל"נ
אבער אין קורצן, ווען מען נעמט אין מיינד אז יעדער וואס קומט, קומט צו מיר! ער האט געווענליך געשפענדעט 15 מינוט, א האלבע שעה, אדער 6 שעה בלויז צו קומען צו "מיר!" וואונטשן מזל טוב, וואלט מען שוין נישט געקוקט אויף קיין חיצוניות
ווען יענער שטרענגט זיך אן "מיר!" צו וואונטשן מאכט מיך פילן שלעכט. איך וויל ער זאל נאר קומען אויב וויל ער קומען פאר זיך אליינס
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4685

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:16 pm

דער טייטש איז אז איך האב א געפיל צו דיר, עס איז מיין געלעגנהייט דיר ארויסצוווייזן פריינטשאפט און שעצע, עס גייט אויף ביידע וועגן
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:19 pm

סאו דיין נקודה איז נישט די מיר מיט די שטרעכעלעך נאר אז יענע פרייט זיך מיט מיין שמחה און וויל עס ארויסווייזן

ארויסווייזן מוז נישט מיינען זיצן ביז צום סוף

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:21 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:19 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 1:16 pm

ווען יענער שטרענגט זיך אן "מיר!" צו וואונטשן מאכט מיך פילן שלעכט. איך וויל ער זאל נאר קומען אויב וויל ער קומען פאר זיך אליינס
דער טייטש איז אז איך האב א געפיל צו דיר, עס איז מיין געלעגנהייט דיר ארויסצוווייזן פריינטשאפט און שעצע, עס גייט אויף ביידע וועגן
סאו דיין נקודה איז נישט די מיר מיט די שטרעכעלעך נאר אז יענע פרייט זיך מיט מיין שמחה און וויל עס ארויסווייזן

ארויסווייזן מוז נישט מיינען זיצן ביז צום סוף
אה... כ'האב עס געשריבן אין איילעניש
כ'האב מיך באצויגן צו דער וואס זאגט אז אויב טוסטו נישט אן קיין שטריימל קום נישט צו מיין שמחה.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 729
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1162

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך ווירקליך »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 11:10 am
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 10:53 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:33 pm

הער אויס, ווי לאנג די מנהג פון מצוה טאנץ איז קלאר דאקימענטירט לשמח חתן וכלה פון די גמרא, ביז נאך די שלחן ערוך ונושאי כלים, אינקלאדינג חסידישע. האט נישט קיין זין צו לעבן אין מיסטישקייט. הונדערט פראצענט אז מצוה טאנץ איז א הויכע ענין, ווייל משמח זיין חתן וכלה איז א הויכע ענין. ס'איז נישט פשוט בכלל. אונז האמיר נישט קיין השגות אין די גאנצע מצוה כלל וכלל.

צווייטענס, איז דען דא דאמקימענטירט עפעס וועגן הספדים ביים מצוה טאנץ? איז בכלל דא רעפרענץ צו ערענסטע מעמדים פון מצוה טאנץ? כמדומה אז נישט. לאז געמאכט. מען קען נישט באשאפן קיין מנהגים ווען איך און דו געדענקען נאך ווען מצוה טאנץ האט אויסגעזעהן פיל אנדערש ווי עס זעהט היינט אויס. איי די רבישע? וואס זאל איך טוהן? זאל איך פירן טיש יעדע וואך? זאל איך אויסלעשן די לייטס ביי שלש סעודות? רבישע מעשיות לאז פאר די רבי'ס, אונז וועל מיר זיך ווייטער פירן בעל הבתיש ווי אונזערע עלטערן. איך גיי נישט קיין בגדי שבת בשבעת ימי המשתה אין ביהמ"ד אויך נישט.

איין זאך. איך בין ברור אז די סיבה פארוואס מחותנים ווילן די לאנגע מצוה טאנץ (היינט שוין נישט אזוי ווייט) איז ווי איך האב אויבן געשריבן. פון די שידוך שליסן, ביז מצוה טאנץ איז נישט דער בעל שמחה אין די שמחה זעלבסט, ער איז פארנומען מיט אלע שטותים. מצוה טאנץ איז דאס ערשטע מאל ווען ער זיצט רואיג און ער קען אביסעל אריינקריכן אין זיינע געפילן.
איך וויל געבן א לייק אבער אן דעם לעצטן שורה
מיינטס טאקע איך דארף דיין לייק? לייק יא לייק נישט, איך קימער מיך נישט. איך גיי שלאפן די זעלבע רואיג היינט....

עה, @אנדערער דיין לייק איז ביי מיר זייער חשוב, אפשר דאך געבסטו מיר א לייק און דו פארקוקסט אויף מיין לעצטע שורה?

אקעי, ווייסטו וואס? איך מעק אויס מיין לעצטע שורה, אבער בתנאי אז דו געבסט מיר א לייק. @אנדערער איך וועל טוהן אלעס צו באקומען א לייק פון דיר. דיעל?

אפדעיט. איך קען שוין נישט עדיטן, האב איך באריכטעט דעם תגובה און געבעטן די הנהלה צו מעקן די לעצטע שורה, איך זיך נישט צו טריגערן קיינעם און איך וואלט אפשר מתחילה טאקע נישט געדארפט שרייבן די שורה. אבער @ווירקליך האט נעכטן געהאט א חנוכה פארטי (מסיבה) און ער איז געגאנגען שלאפן זייער שפעט, און ער גייט יעצט זיין אף סקעדזשול פאר די נעקסטע צוויי וואכן. סא יא, געדענק צוריק צו קומען מיט א לייק איינמאל ער קראצט זיך אויס...
כ’לויף דא אריין צו א חנוכה פארטי, אבער אז @נקודות טובות רופט מוז מען קומען...

וואס גענוי שטערט אים? וועלכע חלק?
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2326
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2528

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך אנדערער »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 8:52 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 11:10 am
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 10:53 pm

איך וויל געבן א לייק אבער אן דעם לעצטן שורה
מיינטס טאקע איך דארף דיין לייק? לייק יא לייק נישט, איך קימער מיך נישט. איך גיי שלאפן די זעלבע רואיג היינט....

עה, @אנדערער דיין לייק איז ביי מיר זייער חשוב, אפשר דאך געבסטו מיר א לייק און דו פארקוקסט אויף מיין לעצטע שורה?

אקעי, ווייסטו וואס? איך מעק אויס מיין לעצטע שורה, אבער בתנאי אז דו געבסט מיר א לייק. @אנדערער איך וועל טוהן אלעס צו באקומען א לייק פון דיר. דיעל?

אפדעיט. איך קען שוין נישט עדיטן, האב איך באריכטעט דעם תגובה און געבעטן די הנהלה צו מעקן די לעצטע שורה, איך זיך נישט צו טריגערן קיינעם און איך וואלט אפשר מתחילה טאקע נישט געדארפט שרייבן די שורה. אבער @ווירקליך האט נעכטן געהאט א חנוכה פארטי (מסיבה) און ער איז געגאנגען שלאפן זייער שפעט, און ער גייט יעצט זיין אף סקעדזשול פאר די נעקסטע צוויי וואכן. סא יא, געדענק צוריק צו קומען מיט א לייק איינמאל ער קראצט זיך אויס...
כ’לויף דא אריין צו א חנוכה פארטי, אבער אז @נקודות טובות רופט מוז מען קומען...

וואס גענוי שטערט אים? וועלכע חלק?
חחחח. דער מעקער האט נישט איבערגעלאזט קיין זכר פון מיין פראבלעם

@נקודות טובות האט געשריבן מען זאל אויפהערן דעם עבירה טאנץ
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1677
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4129

Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות

פאוסט דורך נקודות טובות »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 8:52 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2024 11:10 am
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 10:53 pm

איך וויל געבן א לייק אבער אן דעם לעצטן שורה
מיינטס טאקע איך דארף דיין לייק? לייק יא לייק נישט, איך קימער מיך נישט. איך גיי שלאפן די זעלבע רואיג היינט....

עה, @אנדערער דיין לייק איז ביי מיר זייער חשוב, אפשר דאך געבסטו מיר א לייק און דו פארקוקסט אויף מיין לעצטע שורה?

אקעי, ווייסטו וואס? איך מעק אויס מיין לעצטע שורה, אבער בתנאי אז דו געבסט מיר א לייק. @אנדערער איך וועל טוהן אלעס צו באקומען א לייק פון דיר. דיעל?

אפדעיט. איך קען שוין נישט עדיטן, האב איך באריכטעט דעם תגובה און געבעטן די הנהלה צו מעקן די לעצטע שורה, איך זיך נישט צו טריגערן קיינעם און איך וואלט אפשר מתחילה טאקע נישט געדארפט שרייבן די שורה. אבער @ווירקליך האט נעכטן געהאט א חנוכה פארטי (מסיבה) און ער איז געגאנגען שלאפן זייער שפעט, און ער גייט יעצט זיין אף סקעדזשול פאר די נעקסטע צוויי וואכן. סא יא, געדענק צוריק צו קומען מיט א לייק איינמאל ער קראצט זיך אויס...
כ’לויף דא אריין צו א חנוכה פארטי, אבער אז @נקודות טובות רופט מוז מען קומען...

וואס גענוי שטערט אים? וועלכע חלק?
ס'געווען אמאל א רבי וואס האט ארום גערעדט איבער די ענין פון אליינס עוסק זיין אין דאס צוגרייטן די מאכלי שבת, בין הדברים האט דער רבי האט צוגעלייגט אז אפילו ווער עס קען נישט זאל כאטש צולייגן אביסעל זאלץ. יענעם פרייטאג איז אריינגעקומען א חסיד צום רבי'ן אין שטוב און געזעהן דעם טאפ טשולענט וואס דער רעבעצין האט צוגעשטעלט, האט ער געגעבן א לייג צו אביסעלע זאלץ און געקלערט אז אביסעל זאלץ וועט נישט שאטן. גייט נישט דורך קיין פינף מינוט און א צווייטער חסיד מאכט זיך די זעלבע חשבון, און אזוי יעדע פינף מינוט. מען דארף נישט מסביר זיין וואספארא טעם די טשולענט האט געהאט יענע וואך....

@ווירקליך וואלסט געמעגט וויסן אז ביי די טיים דו ריקסט דיך אן האט שוין זיכער איינער זיך מרחם געווען אויף מיר. עס פעלט שוין זעקס שורות פון מיין פאוסט, יעדע אחראי וואס האט אריבער שפאצירט האט געמעקט נאר די לעצטע שורה. איך בלייב שוין באלב אן א פאוסט...
שרייב פאוסט