די אויסקוק פון אונזערע חתונות
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
א נקודה
אט אט הייבן בעז''ה די אהבת קדומים אידן אן חתונה צו מאכן אור איינקליך דאס מיינט אז עס גייען בעז''ה זיין חוץ די 2 מחותנים און 4 זיידעס אויך אפאר עלטער זיידעס קען זיין ביז 8 עלטער זיידעס דאס מיינט א לאנגע לאנגע מצוה טאנץ, די פאריגע דור האבן רוב נישט דערלעבט קיין חתונה פון א אור איינקיל ווייל רוב האבן געהאט שפעט קינדער צוליב די מלחמה, מען וועט מוזן מאכן אז אויפרופן א זיידע זאל נישט נעמען מער פון אפאר מינוט.

אהא, און די עצם טאנצן?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:12 pmדער ענין איז משמח זיין חתן וכלה, אזוי שטייט אין שלחן ערוך סימן ס"ה. מצוה טאנץ דארף זיין אויף אן אופן וואס חתן כלה ווערן דערפרייט דורך דעם. סתם שלעפען אין די נאכט אריין מיט דברי חרוזין וטיפשות, מספיד די זיידעס באבעס פון די וועלט, און אראפברענגען די זיידעס ביז אדם הראשון פון יענע וועלט, אויסרימען די פעטערס מיט שבחים וואס שטימט ניטאמאל איז אבסורד! נישט דאס איז מצוה טאנץ! דאס איז עבירה טאנץ! צער בעלי חיים ממש! עס זיצן אידן וואס דארפן גיין ארבעטען נעקסטען טאג, אינגעלייט וואס דארפן גיין אין כולל, אבער דער גראמער איז נאך מחרוז שור וחמור. 20 מינוט מצוה טאנץ איז פונקט גענוג.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 3:31 pmקודם זאל מען פארשטיין דעם ענין פון מצוה טאנץ און נאכדעם קען מען האבן א שמועס דערוועגן. אבער באופן פשוט, יעדע זאך וואס מאכט פרייליך דעם חתן און שושבינין איז ווערט צו טון. טא דארף מען עס דורכטון ביי יעדן פאל באזונדער.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2024 2:13 pm נקודה זעקס איז א שטארקע נקודה, וואס פילע משפחות טוען טאקע אזוי.
מיין שווער זז"ג האט טאקע אזוי געטון ביי מיין חתונה, בשעת מ'האט אויפגערופן דעם זיידע, האט מען צוגעלייגט "און גאנץ משפחת... זיי גייען זיי גייען...", יעדער האט הנאה געהאט צו ענדיגן פינף מינוט שנעלער.
די חתן כלה ווערן זייער אויפגעלעבט ווען די עלטער פעטער פון א"י שפאצירט מיטן אנגעכאפן גארטל אהין און צוריק, ווען די מוזיק שפילט א ניגון וואס די זיידע אינדערהיים פלעגט נאך צו זינגען יעדע שבת...
און נאך צוויי מינוט קומען אריין אלע פעטערס אינעם רינג, אריינ-נעמענדיג די חתן.
נאכדעם פארמירט זיך א חוט המשולש רינג אינמיטן מיט די חתן-פעטער-מחותן, מ'דרייט זיך אזוי אין א קליינע רינג, ביז מ'ווערט דיזי, און איינער ווייזט מיט די האנט פאר די שפילער צו סטאפן, און ער גיבט א מאך אזא שארט-סטאפ אינמיטן פונעם ניגון.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1677
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4129
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
מיין לעזונג? כעין ווי אזוי עס איז געווען ווען ידידנו @וואוילער האט חתונה געהאט.וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 3:35 pmאהא, און די עצם טאנצן?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:12 pmדער ענין איז משמח זיין חתן וכלה, אזוי שטייט אין שלחן ערוך סימן ס"ה. מצוה טאנץ דארף זיין אויף אן אופן וואס חתן כלה ווערן דערפרייט דורך דעם. סתם שלעפען אין די נאכט אריין מיט דברי חרוזין וטיפשות, מספיד די זיידעס באבעס פון די וועלט, און אראפברענגען די זיידעס ביז אדם הראשון פון יענע וועלט, אויסרימען די פעטערס מיט שבחים וואס שטימט ניטאמאל איז אבסורד! נישט דאס איז מצוה טאנץ! דאס איז עבירה טאנץ! צער בעלי חיים ממש! עס זיצן אידן וואס דארפן גיין ארבעטען נעקסטען טאג, אינגעלייט וואס דארפן גיין אין כולל, אבער דער גראמער איז נאך מחרוז שור וחמור. 20 מינוט מצוה טאנץ איז פונקט גענוג.
די חתן כלה ווערן זייער אויפגעלעבט ווען די עלטער פעטער פון א"י שפאצירט מיטן אנגעכאפן גארטל אהין און צוריק, ווען די מוזיק שפילט א ניגון וואס די זיידע אינדערהיים פלעגט נאך צו זינגען יעדע שבת...
און נאך צוויי מינוט קומען אריין אלע פעטערס אינעם רינג, אריינ-נעמענדיג די חתן.
נאכדעם פארמירט זיך א חוט המשולש רינג אינמיטן מיט די חתן-פעטער-מחותן, מ'דרייט זיך אזוי אין א קליינע רינג, ביז מ'ווערט דיזי, און איינער ווייזט מיט די האנט פאר די שפילער צו סטאפן, און ער גיבט א מאך אזא שארט-סטאפ אינמיטן פונעם ניגון.
דער חתן קומט אריין פאר די פלייש, עס טאנצען מיט אים די מחותנים, זיידעס, און שיינע אידן. דערנאך זעצט מען זיך צו די פלייש, דערביי אפנעמעדיג די שטומפיגע מזל טוב'ס פון די שטאפענע היטן און בלויע רעקלעך, כדי זיי זאלן נישט צושטערן דאס טאנצען שפעטער. נאך די פלייש בענטשט מען און עס קומען אן די חברים פון חתן און טאנצען מיטן חתן, בשעת די מחותנים טאנצן מיט די געשוויסטער און נעפיוס, און נאנטע חברים. שפעטער מאכט מען אן הפסקה וואו מען ברענגט אריין אייזקרים מיט לייכטע איבערבייס בשעת'ן הערן דברי בדחנות מאחד הלצים, און נאך א האלבע שעה הייבט זיך אן מצוה טאנץ וואו יעדער איינער טאנצט לפני החתן וכלה פאר עטליכע מינוט, און דערנאך קומט דער חתן און טאנצט מיט די משפחה אנשטאט ביים ערשטען טאנץ.
איי וואס טוט די כלה? איך ווייס נישט... זי קען טאנצען מיט די פרענדס ביים קבלת פנים, און נאך די סעודה מיט די משפחה.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
די מצוה פון שמחת חתן וכלה איז אבער נישט באגרעניצט צו בלויז ריקוד.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:30 pmניין, דברי שבח איז א חלק פון די מצוה פון מרקדים לפני הכלה, כלה נאה וחסודה וכו' און אזוי איז נפסק להלכה. אבער סתם הספדים, און גראגעריזם? דאס איז נישט מצוה טאנץ!פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:22 pmאויב פארשטייסטו דברי שבח אדער בדחנות, דעמאלט אויב דער חתן וויל הערן ווי מען גראמט אויס זיין זיידע מיט זיינע פעטערס, כל הכבוד.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:21 pm
ניין, ווייל גראגערן אין קאפ אריין איז נישט מכלל המצוה טאנץ. מצוה טאנץ איז לרקוד לפני חתן וכלה, זאגן דברי שבח, און אפשר זאגן דברי בדחנות. אז די חתן וויל איך זאל טאנצען, וועל איך טאנצען, אבער לאז די נאנסענס אינדרויסן. עס האט נישט קיין שום זין צו זיצן דארט בשעת דער גראגער גראגערט אין קאפ אריין.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4111
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11395
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
אמת, אבער די מצווה איז נישט אים צו 'משמח זיין' אז ער זאל זיין פרייליך אן קיין סיבה, אויב ווערט ער פרייליך פון א אמיוזמענט פארק איז א מצווה אויפצושטעלן אין זאל א גליטשער?...פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 4:16 pmדי מצוה פון שמחת חתן וכלה איז אבער נישט באגרעניצט צו בלויז ריקוד.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:30 pmניין, דברי שבח איז א חלק פון די מצוה פון מרקדים לפני הכלה, כלה נאה וחסודה וכו' און אזוי איז נפסק להלכה. אבער סתם הספדים, און גראגעריזם? דאס איז נישט מצוה טאנץ!
מ'דארף אים מאכן פרייליך מיט זיין חתונה האבן, מיט זיין פרישע חתונה געהאטע לעבן, מיט זיין פרישע כלה, וכו'.
סתם באזינגען די פעטערס צדקות און די מומעס קאקאש קעיק איז ווי אריינברענגען א טרעמפאלין אין זאל ווייל פון דעם ווערט די חתן פרייליך... ס'האט קיין שייכות צום חתונה.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1398
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4685
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
אויב איז מצוה טאנץ סתם שמחת חתן וכלה פארוואס ביי די רעבישע חתונות איז עס יא גאר אן ערנסטן זמן בכלל נישט קיין ווערטלעך?
הלא דבר הוא, עס איז עפעס העכער'ס.
הלא דבר הוא, עס איז עפעס העכער'ס.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
יא.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 8:20 pmאמת, אבער די מצווה איז נישט אים צו 'משמח זיין' אז ער זאל זיין פרייליך אן קיין סיבה, אויב ווערט ער פרייליך פון א אמיוזמענט פארק איז א מצווה אויפצושטעלן אין זאל א גליטשער?...פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 4:16 pmדי מצוה פון שמחת חתן וכלה איז אבער נישט באגרעניצט צו בלויז ריקוד.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:30 pm
ניין, דברי שבח איז א חלק פון די מצוה פון מרקדים לפני הכלה, כלה נאה וחסודה וכו' און אזוי איז נפסק להלכה. אבער סתם הספדים, און גראגעריזם? דאס איז נישט מצוה טאנץ!
אמת, מיט דעם און מיט עני אנדערע זאך.מ'דארף אים מאכן פרייליך מיט זיין חתונה האבן, מיט זיין פרישע חתונה געהאטע לעבן, מיט זיין פרישע כלה, וכו'.
שוין געהערט פון מענטשן וואס טוען עס. ולמצוה גדולה יחשב.סתם באזינגען די פעטערס צדקות און די מומעס קאקאש קעיק איז ווי אריינברענגען א טרעמפאלין אין זאל ווייל פון דעם ווערט די חתן פרייליך... ס'האט קיין שייכות צום חתונה.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4111
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11395
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
מהיכן דנתנו? איך האב אלס געוויסט אז די משנה זאגט "במה משמחו? בדברים! כלה נאה וחסודה וכו'"פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:55 amיא.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 8:20 pmאמת, אבער די מצווה איז נישט אים צו 'משמח זיין' אז ער זאל זיין פרייליך אן קיין סיבה, אויב ווערט ער פרייליך פון א אמיוזמענט פארק איז א מצווה אויפצושטעלן אין זאל א גליטשער?...אמת, מיט דעם און מיט עני אנדערע זאך.מ'דארף אים מאכן פרייליך מיט זיין חתונה האבן, מיט זיין פרישע חתונה געהאטע לעבן, מיט זיין פרישע כלה, וכו'.
קוקט אויס אז די נקודה איז אים צו מאכן פרייליך איבער די מקח וואס ער האט אצינד געמאכט, ווי די גמ' איז מסביר ווייטער.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
מפי דברי המאירי ברכות ו' ע"ב:שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 22, 2024 1:03 pmמהיכן דנתנו? איך האב אלס געוויסט אז די משנה זאגט "במה משמחו? בדברים! כלה נאה וחסודה וכו'"פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 22, 2024 10:55 amיא.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 8:20 pm
אמת, אבער די מצווה איז נישט אים צו 'משמח זיין' אז ער זאל זיין פרייליך אן קיין סיבה, אויב ווערט ער פרייליך פון א אמיוזמענט פארק איז א מצווה אויפצושטעלן אין זאל א גליטשער?...אמת, מיט דעם און מיט עני אנדערע זאך.מ'דארף אים מאכן פרייליך מיט זיין חתונה האבן, מיט זיין פרישע חתונה געהאטע לעבן, מיט זיין פרישע כלה, וכו'.
קוקט אויס אז די נקודה איז אים צו מאכן פרייליך איבער די מקח וואס ער האט אצינד געמאכט, ווי די גמ' איז מסביר ווייטער.
"יש דברים שהאדם צריך להתעורר בהם לשמחה ואחת מהם סעודת חתן שראוי לשמח שם בכל מיני שמחות ובלבד שלא לבא לידי הוללות"
קלאר אז דער עיקר נקודת המרכז דארף זיין די השגה אין וואספארא געוואלדיגער מאמענט די חתן און כלה שטייען איצט, אבער די מיטלען פון ארויסברענגען די שמחה פון די חתן כלה און די שושבינין קענען זיין פארשידנארטיג בכל אופן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1677
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4129
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
יא, ס'איז אן אלטע פראבלעם מיינער. איך ברענג מיך שווער ארויס, דערנאך ווען מען פארשטייט מיר נישט ווער איך frustrated. יישר כח @שאינו יודע לשאול פארן זיין די מלאך המושיע צו מסביר זיין מיינע ווערטער!שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 8:20 pmאמת, אבער די מצווה איז נישט אים צו 'משמח זיין' אז ער זאל זיין פרייליך אן קיין סיבה, אויב ווערט ער פרייליך פון א אמיוזמענט פארק איז א מצווה אויפצושטעלן אין זאל א גליטשער?...פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 4:16 pmדי מצוה פון שמחת חתן וכלה איז אבער נישט באגרעניצט צו בלויז ריקוד.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 1:30 pm
ניין, דברי שבח איז א חלק פון די מצוה פון מרקדים לפני הכלה, כלה נאה וחסודה וכו' און אזוי איז נפסק להלכה. אבער סתם הספדים, און גראגעריזם? דאס איז נישט מצוה טאנץ!
מ'דארף אים מאכן פרייליך מיט זיין חתונה האבן, מיט זיין פרישע חתונה געהאטע לעבן, מיט זיין פרישע כלה, וכו'.
סתם באזינגען די פעטערס צדקות און די מומעס קאקאש קעיק איז ווי אריינברענגען א טרעמפאלין אין זאל ווייל פון דעם ווערט די חתן פרייליך... ס'האט קיין שייכות צום חתונה.
@פעיק ניוז מפשטות לשון הגמרא וכן השלחן ערוך איז נישט משמע אז מען דארף משמח זיין בכל מיני שמחה, נאר דוקא לרקוד און דברי שבח, און דער מהרי"ל אין הלכות עשרת ימי תשובה לייגט צו אז אויך דברי לצנות איז א מצוה. מער ווי דעם ווייס איך נישט, אדרבה אז דו האסט א מקור אויף מער ברענג. איך קען נישט די סוגיא.
נאר וואס, קודם כל פארשטייט איר אליינס אז א מקור פון א מאירי איז נישט א מחייב. מיר רעדן דא פון הלכה למעשה, ברענג א רש"י רמב"ם וכדו', אדער א מג"א פמ"ג רעק"א חתם סופר וכדו', מען קען נישט אפירקראצן יעדע ר' חיים פאלגי און דאס ארויפצווינגען אויף כל הקהל הקודש. מען רעדט דא פון טריקען הלכה.
צווייטענס, דער מאירי כמדומה רעדט נישט פון משמח זיין חתן וכלה, ער רעדט פון אליינס זיין בשמחה ווי דו ברענגסט אליינס די לשון. שראוי לשמח שם בכל מיני שמחות.
עקסטערדעם רעד מען דאך שוין דא פון בני המשפחה וואס האלטן שוין נאך 7 שעה און א ציה משמח זיין דעם חתן, איך זיץ ביים קבלת פנים פון 6:45 און 1:45 גראגערט נאך דער גראמער אין קאפ אריין. גענוג געווען! איך מיין אז 12:30 איז שוין כלו כל הקיצין, איך מעג שוין אהיים גיין! אז די חתן האט עס זייער ליב זאל ער בעטן זיינע חברים צו זיצן דארט. איך האלט שוין נאך א שבת באווארפן, איך זיץ שוין דא 7 שעה, צוויי טעג ארום זיץ איך ביים שבע ברכות. גענוג!
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1677
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4129
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
הער אויס, ווי לאנג די מנהג פון מצוה טאנץ איז קלאר דאקימענטירט לשמח חתן וכלה פון די גמרא, ביז נאך די שלחן ערוך ונושאי כלים, אינקלאדינג חסידישע. האט נישט קיין זין צו לעבן אין מיסטישקייט. הונדערט פראצענט אז מצוה טאנץ איז א הויכע ענין, ווייל משמח זיין חתן וכלה איז א הויכע ענין. ס'איז נישט פשוט בכלל. אונז האמיר נישט קיין השגות אין די גאנצע מצוה כלל וכלל.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 6:26 am אויב איז מצוה טאנץ סתם שמחת חתן וכלה פארוואס ביי די רעבישע חתונות איז עס יא גאר אן ערנסטן זמן בכלל נישט קיין ווערטלעך?
הלא דבר הוא, עס איז עפעס העכער'ס.
צווייטענס, איז דען דא דאמקימענטירט עפעס וועגן הספדים ביים מצוה טאנץ? איז בכלל דא רעפרענץ צו ערענסטע מעמדים פון מצוה טאנץ? כמדומה אז נישט. לאז געמאכט. מען קען נישט באשאפן קיין מנהגים ווען איך און דו געדענקען נאך ווען מצוה טאנץ האט אויסגעזעהן פיל אנדערש ווי עס זעהט היינט אויס. איי די רבישע? וואס זאל איך טוהן? זאל איך פירן טיש יעדע וואך? זאל איך אויסלעשן די לייטס ביי שלש סעודות? רבישע מעשיות לאז פאר די רבי'ס, אונז וועל מיר זיך ווייטער פירן בעל הבתיש ווי אונזערע עלטערן. איך גיי נישט קיין בגדי שבת בשבעת ימי המשתה אין ביהמ"ד אויך נישט.
איין זאך. איך בין ברור אז די סיבה פארוואס מחותנים ווילן די לאנגע מצוה טאנץ (היינט שוין נישט אזוי ווייט) איז ווי איך האב אויבן געשריבן. פון די שידוך שליסן, ביז מצוה טאנץ איז נישט דער בעל שמחה אין די שמחה זעלבסט, ער איז פארנומען מיט אלע שטותים. מצוה טאנץ איז דאס ערשטע מאל ווען ער זיצט רואיג און ער קען אביסעל אריינקריכן אין זיינע געפילן.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1677
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4129
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
לעניית דעתי, ביי א חתונה דארף מען גיין אנגעטוהן מיט בגדי שבת! סאיז נישט קיין וואכנאכט! דער וואס קען נישט נעמען די טירחא פון זיך איבערטוהן צו בגדי שבת, האט נישט וואס צו זוכן ביין חתונה מתחילה!
די משפחה קומט דאך ממילא מיטן שטריימעל, גאר נאנטע חברים וואס פרייען זיך באמת מיט מיט די שמחה האבן נישט קיין פראבלעם צו קומען מיט א שטריימעל, און עס זענען דא וואס קומען טאקע אזוי. דער געוועזנע שכן וואס קומט אריין שאקלען די הענט, און דער וואס שטייט אונטער דעם מחותן אין די ליין זיך צו וואשן די הענט ביי שלש סעודות, האבן נישט וואס צו זוכן ביים חתונה. חוץ פון שטערן דעם רינג, און מבלבל זיין דעם מחותן מיט די נאכאנאנדע הענט שאקלעריי, איז ער גארנישט מוסיף צום שמחה. א חברותא, מיטארבעטער, נאנטע חבר וכדו', זאל קומען מיט א שטריימעל. סתם ביהמ"ד אידן זאלן געבן מזל טוב אין ביהמ"ד. לאז די שמחה א שמחה, א חתונה איז נישט קיין OJBA.
די משפחה קומט דאך ממילא מיטן שטריימעל, גאר נאנטע חברים וואס פרייען זיך באמת מיט מיט די שמחה האבן נישט קיין פראבלעם צו קומען מיט א שטריימעל, און עס זענען דא וואס קומען טאקע אזוי. דער געוועזנע שכן וואס קומט אריין שאקלען די הענט, און דער וואס שטייט אונטער דעם מחותן אין די ליין זיך צו וואשן די הענט ביי שלש סעודות, האבן נישט וואס צו זוכן ביים חתונה. חוץ פון שטערן דעם רינג, און מבלבל זיין דעם מחותן מיט די נאכאנאנדע הענט שאקלעריי, איז ער גארנישט מוסיף צום שמחה. א חברותא, מיטארבעטער, נאנטע חבר וכדו', זאל קומען מיט א שטריימעל. סתם ביהמ"ד אידן זאלן געבן מזל טוב אין ביהמ"ד. לאז די שמחה א שמחה, א חתונה איז נישט קיין OJBA.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4111
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11395
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
ווען איך גיי צו א חתונה פון א נישט קרוב רעכן איך אויס צו גיין אדער נאכן עסן פארן טאנצען אדער ביי די ברעק דעמאלטס האט מען הנאה ווען מען קומטנקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:40 pm לעניית דעתי, ביי א חתונה דארף מען גיין אנגעטוהן מיט בגדי שבת! סאיז נישט קיין וואכנאכט! דער וואס קען נישט נעמען די טירחא פון זיך איבערטוהן צו בגדי שבת, האט נישט וואס צו זוכן ביין חתונה מתחילה!
די משפחה קומט דאך ממילא מיטן שטריימעל, גאר נאנטע חברים וואס פרייען זיך באמת מיט מיט די שמחה האבן נישט קיין פראבלעם צו קומען מיט א שטריימעל, און עס זענען דא וואס קומען טאקע אזוי. דער געוועזנע שכן וואס קומט אריין שאקלען די הענט, און דער וואס שטייט אונטער דעם מחותן אין די ליין זיך צו וואשן די הענט ביי שלש סעודות, האבן נישט וואס צו זוכן ביים חתונה. חוץ פון שטערן דעם רינג, און מבלבל זיין דעם מחותן מיט די נאכאנאנדע הענט שאקלעריי, איז ער גארנישט מוסיף צום שמחה. א חברותא, מיטארבעטער, נאנטע חבר וכדו', זאל קומען מיט א שטריימעל. סתם ביהמ"ד אידן זאלן געבן מזל טוב אין ביהמ"ד. לאז די שמחה א שמחה, א חתונה איז נישט קיין OJBA.
קומען אינמיטן ווען ער טאנצט און געבן די הענט שטערט עס אזוי אויך כאפט ער קוים ווער עס איז און געדענקט ניטאמאל אז מען איז געקומען
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1737
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3814
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
איך כאפ נישט די נקודה. ביי א קידוש און א וואכנאכט ווילסטו אויך אז דוקא משפחה זאל קומען? פארוואס?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:40 pm לעניית דעתי, ביי א חתונה דארף מען גיין אנגעטוהן מיט בגדי שבת! סאיז נישט קיין וואכנאכט! דער וואס קען נישט נעמען די טירחא פון זיך איבערטוהן צו בגדי שבת, האט נישט וואס צו זוכן ביין חתונה מתחילה!
די משפחה קומט דאך ממילא מיטן שטריימעל, גאר נאנטע חברים וואס פרייען זיך באמת מיט מיט די שמחה האבן נישט קיין פראבלעם צו קומען מיט א שטריימעל, און עס זענען דא וואס קומען טאקע אזוי. דער געוועזנע שכן וואס קומט אריין שאקלען די הענט, און דער וואס שטייט אונטער דעם מחותן אין די ליין זיך צו וואשן די הענט ביי שלש סעודות, האבן נישט וואס צו זוכן ביים חתונה. חוץ פון שטערן דעם רינג, און מבלבל זיין דעם מחותן מיט די נאכאנאנדע הענט שאקלעריי, איז ער גארנישט מוסיף צום שמחה. א חברותא, מיטארבעטער, נאנטע חבר וכדו', זאל קומען מיט א שטריימעל. סתם ביהמ"ד אידן זאלן געבן מזל טוב אין ביהמ"ד. לאז די שמחה א שמחה, א חתונה איז נישט קיין OJBA.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1398
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4685
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
ר' @נקודות טובות
איר האט שוין חתונה געמאכט?
איר קומט אריין מיט א מחותן פרעספעקטיוו ווי איר וואלט דאס דורכגעגאנגען, דעריבער וויל איך וויסן צו עס איז טאקע אזוי? אדער נאר אייער בליק פון א דרויסענדיגער משתתף?
איר האט שוין חתונה געמאכט?
איר קומט אריין מיט א מחותן פרעספעקטיוו ווי איר וואלט דאס דורכגעגאנגען, דעריבער וויל איך וויסן צו עס איז טאקע אזוי? אדער נאר אייער בליק פון א דרויסענדיגער משתתף?
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
דו ברענגסט זיך זייער פיין ארויס ב"ה.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:29 pmיא, ס'איז אן אלטע פראבלעם מיינער. איך ברענג מיך שווער ארויס, דערנאך ווען מען פארשטייט מיר נישט ווער איך frustrated. יישר כח @שאינו יודע לשאול פארן זיין די מלאך המושיע צו מסביר זיין מיינע ווערטער!שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 8:20 pmאמת, אבער די מצווה איז נישט אים צו 'משמח זיין' אז ער זאל זיין פרייליך אן קיין סיבה, אויב ווערט ער פרייליך פון א אמיוזמענט פארק איז א מצווה אויפצושטעלן אין זאל א גליטשער?...
מ'דארף אים מאכן פרייליך מיט זיין חתונה האבן, מיט זיין פרישע חתונה געהאטע לעבן, מיט זיין פרישע כלה, וכו'.
סתם באזינגען די פעטערס צדקות און די מומעס קאקאש קעיק איז ווי אריינברענגען א טרעמפאלין אין זאל ווייל פון דעם ווערט די חתן פרייליך... ס'האט קיין שייכות צום חתונה.
@פעיק ניוז מפשטות לשון הגמרא וכן השלחן ערוך איז נישט משמע אז מען דארף משמח זיין בכל מיני שמחה, נאר דוקא לרקוד און דברי שבח, און דער מהרי"ל אין הלכות עשרת ימי תשובה לייגט צו אז אויך דברי לצנות איז א מצוה. מער ווי דעם ווייס איך נישט, אדרבה אז דו האסט א מקור אויף מער ברענג. איך קען נישט די סוגיא.
נאר וואס, קודם כל פארשטייט איר אליינס אז א מקור פון א מאירי איז נישט א מחייב. מיר רעדן דא פון הלכה למעשה, ברענג א רש"י רמב"ם וכדו', אדער א מג"א פמ"ג רעק"א חתם סופר וכדו', מען קען נישט אפירקראצן יעדע ר' חיים פאלגי און דאס ארויפצווינגען אויף כל הקהל הקודש. מען רעדט דא פון טריקען הלכה.
צווייטענס, דער מאירי כמדומה רעדט נישט פון משמח זיין חתן וכלה, ער רעדט פון אליינס זיין בשמחה ווי דו ברענגסט אליינס די לשון. שראוי לשמח שם בכל מיני שמחות.
עקסטערדעם רעד מען דאך שוין דא פון בני המשפחה וואס האלטן שוין נאך 7 שעה און א ציה משמח זיין דעם חתן, איך זיץ ביים קבלת פנים פון 6:45 און 1:45 גראגערט נאך דער גראמער אין קאפ אריין. גענוג געווען! איך מיין אז 12:30 איז שוין כלו כל הקיצין, איך מעג שוין אהיים גיין! אז די חתן האט עס זייער ליב זאל ער בעטן זיינע חברים צו זיצן דארט. איך האלט שוין נאך א שבת באווארפן, איך זיץ שוין דא 7 שעה, צוויי טעג ארום זיץ איך ביים שבע ברכות. גענוג!
פון דיין גאנצע תגובה איז די איינציגסטע רעלעוואנטע נקודה געווען דאס אז דער מאירי איז נישט קיין מחייב. אבער אפילו די טענה האלט אויך נישט אויס, זינט איך האב נישט געשריבן אז עס איז מחייב נאר אז מען האט א מצוה מיט סיי וואספארא מיטל שמחה מען נעמט אונטער. אלזא אויב חתן כלה האבן ליב צו הערן ווי מען גראמט אויס זייער זיידע אדער זיסן פעטער, כל הכבוד להם.
וועלכער פעטער ס'איז מיד, קען צוגיין צו זיין שוואגער/ברודער, דער מחותן, און אים זאגן: מחותן טייערער, איך ברויך אריינגיין אין ארבעט מארגן טא האב מיר א גוטע נאכט.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1677
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4129
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
איך בין א אינגערמאן פון 21 יאר, הערשט די פארגאנגענע זומער האב איך געהאט דאס ערשטע אינגעלע און בעיסד אויף מיין עקפיריענס פון שלום זכר, קריאת שמע ליינען, וואכנאכט, ברית, שלישי למילה, פדיון הבן האב איך א מיינונג...להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 1:46 pm ר' @נקודות טובות
איר האט שוין חתונה געמאכט?
איר קומט אריין מיט א מחותן פרעספעקטיוו ווי איר וואלט דאס דורכגעגאנגען, דעריבער וויל איך וויסן צו עס איז טאקע אזוי? אדער נאר אייער בליק פון א דרויסענדיגער משתתף?
איר פארשטייט נישט וואס איך האב געמיינט. איך זאג נישט אז א בעל שמחה פריידט זיך נישט. אודאי פריידט זיך דער בעל שמחה צו יעדער וואס איז זיך משתתף ביי זיין שמחה לכבודו און אפילו ער קומט נאר אים אפצוגעבן א מזל טוב איז עס אויך עפרישיעיטעט. איך בטבע גלייך היימישקייט און ארגינעלקייט, נישט קאמירשעל. און דערפאר שרייב איך לעניית דעתי. איך דריי מיך אויף אידטיש און נישט אויף אייוועלט אויך וויבאלד עס איז היימיש. אייוועלט איז טא מאטש פאר מי.
@Azoi Tzi Zugen מיין מיינונג לגבי וואכנאכטס וכדו' וועט מען דארפן ווארטן ביז ידידנו @שבת קודש נעמט זיך צו דעם טאפיק. ער האט א פונקטליכע סטראטעגיע ווי אזוי ער ברענגט צוביסלעך ארויף טאפיק נאך טאפיק, לאמיר נישט זיין קיין דוחק את השעה און לאמיר אים לאזן אויף זיין ספיד. איך בין זיכער ער וועט אנקומען צו דעם אויך...
צום ענין. איך גלייך נישט עניטינג קאמערשיל. איך וואלט זייער געוואלט ווען פון א חתונה זאל זיין אזא @טראסק ווי בימי המהרי"ל. איך וואלט געוואלט די שטאט זאל זיך איבערדרייען זקנים עם נערים יחדיו, איך וואלט געוואלט דעם שפינהאלץ מיטן שוש אשיש הפטורה. יעדער זאל לעבן מיט די שמחה.
ס'איז אבער היינט אן אנדערע וועלט, נישטא קיין קליינע שטעט נישטא קיין זעיר אנפין מער. אבער פארוואס דארף מען גיין צום נעקסטען עקסטרים? וויפיל אידן קומען היינט מיט די שבת'דיגע הויזן צו א חתונה? פארוואס מיט'ן רעגן שטריימל און טיש בעקיטשע? די שמחה מיינט עפעס פאר דיר אדער נישט? מען געבט מען א רויל אריין דעם טיש בעקיטשע אינעם קאר, מען כאפט דעם רעגן שטריימל און פארנט פונעם האל מאכט מען א דאבעל פארק מיט די העזארד לייטס מען איז פושט צורה ולובש צורה, מיט טוט אן א שמייכעל פון אויער צו אויער מען כאפט אן די מחותן מען טאנץ הין און צוריק צוויי מאל, מען שאקעלט אים ווארעם די האנט. א מינוט דערויף איז מען שוין צוריק אין קאר, און צען מינוט שפעטער געדענקט ער שוין נישט אז ער איז געווען ביי א חתונה היינט.
פרעג איך אייך, הזאת נעמי? דאס מיינט א חתונה? ווער עס קען נישט נעמען די פאר מינוט זיך איבערצוטהון די הויזן, און ווער עס איז נישט גרייט ארויסצונעמען די שיינע שטריימעל פונעם באקס, האט ביים חתונה נישט וואס צו זוכן. בלייב אינדערהיים! מאך נישט די חתונה א קאמערשיל איווענט. ס'איז נישט אן OJBA וואו מען קלאפט איין, נעמט ביזנעס קארדס, פרעסט טשולענט און מען גייט ווייטער. א חתונה איז א טיפע שמחה. מען קומט זיך צו מיטפרייען מיטן מחותן, נישט יוצא צו זיין. אנדערשווייז הרג'עט מען אפ א שמחה בידים. ווען די סדר זאל זיין אז מען גייט נאר צו ממש נאנטע, וואלטן מיר זיך געפריידט ווי כתה ד' קינדער צו גיין צו חתונות!
יעצט אודאי וויבאלד די סדר איז היינט אז יעדע מחותן האט כאטש פופציג מזל טוב שאקלערס, וויל קיין איין מחותן נישט זיין אויסגעשפילט ממילא פריידט ער זיך צו יעדן. אבער איז דאס די דיפאלט? נישט לעניית דעתי! א חתונה אין מיינע אויגן דארף זיין גענוי ווי א שיינע שבע ברכות. משפחה אין נאנטע חברים און דעטס איט. די שמחה דארף זיין ארגינעל. אלע אנדערע זאלן געבן מזל טוב אין ביהמ"ד. איז נישט די קאוויד חתונות געווען שענער און לעבעדיגער? פארשטייט זיך נישט מער געדאכט. אבער אויב זאל דאס זיין די אוועקגעשטעלטע סיסטעם וואלט א חתונה געהאט אן אנדערע טעם. און איך וועל זאגן נאך מער, ווען מען זאל ווען זיין באמת א חלק אין די שמחה וואלט איך ווען פארקוקט אויף די געשלעפטע מצוה טאנץ. די שמחות היינט האבן נאר נישט קיין היימישען טעם.
ווען איך גיי צו א חתונה און איך זעה אינדרויסן פון זאל ווי די געשוויסטער פונעם מחותן שמועסן אינדרויסן טוט מיר עס וויי! וואס ביסטו אינדרויסן? דיין ברודער מאכט חתונה יעצט! ניין? גיי אריין און הייב דיך אין די לופטן! וואו איז דען דא א שענערע זאך ווען משפחה קומט זיך צוזאם און מען טאנץ צוזאמען א שעה אין א צי זיך מיטפרייענדיג מיט א ברודער/שוואגער. משפחה איז דאך די שענסטע זאך אין די בריאה!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1398
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4685
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
איך קום באלד צוריק אויף א לענגערס בל"נ
אבער אין קורצן, ווען מען נעמט אין מיינד אז יעדער וואס קומט, קומט צו מיר! ער האט געווענליך געשפענדעט 15 מינוט, א האלבע שעה, אדער 6 שעה בלויז צו קומען צו "מיר!" וואונטשן מזל טוב, וואלט מען שוין נישט געקוקט אויף קיין חיצוניות
אבער אין קורצן, ווען מען נעמט אין מיינד אז יעדער וואס קומט, קומט צו מיר! ער האט געווענליך געשפענדעט 15 מינוט, א האלבע שעה, אדער 6 שעה בלויז צו קומען צו "מיר!" וואונטשן מזל טוב, וואלט מען שוין נישט געקוקט אויף קיין חיצוניות
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
יא וואדע, אויב ער קומט צו מיר איז טאקע געוואלדיג!להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 3:42 pm איך קום באלד צוריק אויף א לענגערס בל"נ
אבער אין קורצן, ווען מען נעמט אין מיינד אז יעדער וואס קומט, קומט צו מיר! ער האט געווענליך געשפענדעט 15 מינוט, א האלבע שעה, אדער 6 שעה בלויז צו קומען צו "מיר!" וואונטשן מזל טוב, וואלט מען שוין נישט געקוקט אויף קיין חיצוניות
פרעג אים נאר צו ער האט טאקע געוואלט קומען צו מיר, אדער דאס קומען איז אים א לאסט וואס ער מוז טוהן וועגן: מיך/זיין ווייב הייסט/שוויגער/זיידע וכו'.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1677
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4129
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
ניין מיין פריינט, עס קוקט אויס ווי איר האט פארלוירן טרעק פון וואס דא קומט פאר.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 2:10 pmדו ברענגסט זיך זייער פיין ארויס ב"ה.► Show Spoiler
פון דיין גאנצע תגובה איז די איינציגסטע רעלעוואנטע נקודה געווען דאס אז דער מאירי איז נישט קיין מחייב. אבער אפילו די טענה האלט אויך נישט אויס, זינט איך האב נישט געשריבן אז עס איז מחייב נאר אז מען האט א מצוה מיט סיי וואספארא מיטל שמחה מען נעמט אונטער. אלזא אויב חתן כלה האבן ליב צו הערן ווי מען גראמט אויס זייער זיידע אדער זיסן פעטער, כל הכבוד להם.
וועלכער פעטער ס'איז מיד, קען צוגיין צו זיין שוואגער/ברודער, דער מחותן, און אים זאגן: מחותן טייערער, איך ברויך אריינגיין אין ארבעט מארגן טא האב מיר א גוטע נאכט.
@פעיק הכהן ניוז האט אנגעהויבן מיט דעם אז באופן פשוט, יעדע זאך וואס מאכט פרייליך דעם חתן און שושבינין איז ווערט צו טון. און דערפאר איז ער קעגן די געדאנק פון אפציעל מבטל זיין מצוה טאנץ. און אויף דעם ארויף זאגט @נקודות הלוי טובות, אז דאס איז נישט גערעכט. ווייל די גאנצע מצוה טאנץ איז משום שמחת חתן וכלה, און גראגערן אין קאפ אריין, איז נישט נכלל אין די מצוה אפילו אויב דער חתן ווערט בשמחה פון דעם. ואע"כ שפיר דמי לבטל די מנהג בורות ושטות הנקרא מצוה טאנץ! איי דער מאירי שרייבט יא אזוי? ערשטענס, דער מאירי שרייבט עס נישט. און צווייטענס, אפילו אויב דער מאירי זאל יא אזוי שרייבן איז דאס אבער נישט די הלכה למעשה. מיר האבן א שלחן ערוך און דארט ווערט עס כמדומה נישט דערמאנט.
דערנאך שרייבט @פעיק הכהן ניוז אז אויב דער מחותן גלייכט עס, דאן כל הכבוד. זאגט @נקודות הלוי טובות אקעי, כל הכבוד. אבער נישט אויפן חשבון פון זיין משפחה. דער מחותן ווייסט זייער גוט אז קיינער פון זיינע בני משפחה איז נישט נייגעריג אין מצוה טאנץ יעצט. זיי האבן שוין אלע מקיים געווען דעם מצוה פון שמחת חתן וכלה עם השושבינין בהידור רב. האלט אים נישט אויף יעצט פאר נאך צוויי שעה. אז דו ווילסט דוקא עס זאלן זיצן פופציג אידן און הערן ווי מען איז משבח דיין טאטען, און ווי אזוי מען ווארעמט דיך אן צו טאנצען לפני הכלה, רוף אריבער די טאנצערס אדער מקימי ארגעניזאציע.
אה, איך קען אהיים גיין? אין קאפ אריין! פאר מיין טאטע אדער מיין שווער טאנצט, קען איך דאך זיכער נישט אהיים גיין. איך בין געצווינגען צו זיצן דארט כאטש אן איבריגע שעה און א האלב ביז זיי טאנצען. צווייטענס, איז דען די מחותן טאקע אקעי אז איך גיי אהיים פאר זיין מצוה טאנץ, אדער ער זאגט נאר אזוי? ער ווייסט דאך אויך אז קיינער איז נישט נייגעריג, און ער פארלאזט זיך אז מען וועט אים טוהן די טובה און פארבלייבן ביזן סוף פונקט ווי ער טוט ביי זייערע שמחות. ווען ער ווייסט פאר א פאקט אז יעדער וועט אים נעמען אויף די אפער און אפטראגן פון שטח, וואלט ער קיינמאל געאפערט! נאר וואס, ער ווייסט אז די זעלבע איינס צוויי שוואגערס גייען אייביג אהיים, און די איבריגע פארבלייבן.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
פון דער ערשטער מינוט האב איך אנגעהויבן אז מען זאל פרעגן חתן כלה וואס זיי האבן ליב.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 12:43 pmניין מיין פריינט, עס קוקט אויס ווי איר האט פארלוירן טרעק פון וואס דא קומט פאר.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 2:10 pmדו ברענגסט זיך זייער פיין ארויס ב"ה.► Show Spoiler
פון דיין גאנצע תגובה איז די איינציגסטע רעלעוואנטע נקודה געווען דאס אז דער מאירי איז נישט קיין מחייב. אבער אפילו די טענה האלט אויך נישט אויס, זינט איך האב נישט געשריבן אז עס איז מחייב נאר אז מען האט א מצוה מיט סיי וואספארא מיטל שמחה מען נעמט אונטער. אלזא אויב חתן כלה האבן ליב צו הערן ווי מען גראמט אויס זייער זיידע אדער זיסן פעטער, כל הכבוד להם.
וועלכער פעטער ס'איז מיד, קען צוגיין צו זיין שוואגער/ברודער, דער מחותן, און אים זאגן: מחותן טייערער, איך ברויך אריינגיין אין ארבעט מארגן טא האב מיר א גוטע נאכט.
@פעיק הכהן ניוז האט אנגעהויבן מיט דעם אז באופן פשוט, יעדע זאך וואס מאכט פרייליך דעם חתן און שושבינין איז ווערט צו טון. און דערפאר איז ער קעגן די געדאנק פון אפציעל מבטל זיין מצוה טאנץ. און אויף דעם ארויף זאגט @נקודות הלוי טובות, אז דאס איז נישט גערעכט. ווייל די גאנצע מצוה טאנץ איז משום שמחת חתן וכלה, און גראגערן אין קאפ אריין, איז נישט נכלל אין די מצוה אפילו אויב דער חתן ווערט בשמחה פון דעם. ואע"כ שפיר דמי לבטל די מנהג בורות ושטות הנקרא מצוה טאנץ! איי דער מאירי שרייבט יא אזוי? ערשטענס, דער מאירי שרייבט עס נישט. און צווייטענס, אפילו אויב דער מאירי זאל יא אזוי שרייבן איז דאס אבער נישט די הלכה למעשה. מיר האבן א שלחן ערוך און דארט ווערט עס כמדומה נישט דערמאנט.
דערנאך שרייבט @פעיק הכהן ניוז אז אויב דער מחותן גלייכט עס, דאן כל הכבוד. זאגט @נקודות הלוי טובות אקעי, כל הכבוד. אבער נישט אויפן חשבון פון זיין משפחה. דער מחותן ווייסט זייער גוט אז קיינער פון זיינע בני משפחה איז נישט נייגעריג אין מצוה טאנץ יעצט. זיי האבן שוין אלע מקיים געווען דעם מצוה פון שמחת חתן וכלה עם השושבינין בהידור רב. האלט אים נישט אויף יעצט פאר נאך צוויי שעה. אז דו ווילסט דוקא עס זאלן זיצן פופציג אידן און הערן ווי מען איז משבח דיין טאטען, און ווי אזוי מען ווארעמט דיך אן צו טאנצען לפני הכלה, רוף אריבער די טאנצערס אדער מקימי ארגעניזאציע.
אה, איך קען אהיים גיין? אין קאפ אריין! פאר מיין טאטע אדער מיין שווער טאנצט, קען איך דאך זיכער נישט אהיים גיין. איך בין געצווינגען צו זיצן דארט כאטש אן איבריגע שעה און א האלב ביז זיי טאנצען? צווייטענס, איז דען די מחותן טאקע אקעי אז איך גיי אהיים פאר זיין מצוה טאנץ, אדער ער זאגט נאר אזוי? ער ווייסט דאך אויך אז קיינער איז נישט נייגעריג, און ער פארלאזט זיך אז מען וועט אים טוהן די טובה און פארבלייבן ביזן סוף פונקט ווי ער טוט ביי זייערע שמחות. ווען ער ווייסט פאר א פאקט אז יעדער וועט אים נעמען אויף די אפער און אפטראגן פון שטח, וואלט ער קיינמאל געאפערט! נאר וואס, ער ווייסט אז די זעלבע איינס צוויי שוואגערס גייען אייביג אהיים, און די איבריגע פארבלייבן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1677
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4129
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
@שאינו יודע לשאול דו קענסט מיר קומען צו די רעסקיו? איך כאפ נישט וואס @פעיק ניוז פארשטייט נישט דא. איז עפעס ראנג מיט מיר, אדער מיט אים?פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 12:45 pmפון דער ערשטער מינוט האב איך אנגעהויבן אז מען זאל פרעגן חתן כלה וואס זיי האבן ליב.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 12:43 pmניין מיין פריינט, עס קוקט אויס ווי איר האט פארלוירן טרעק פון וואס דא קומט פאר.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 2:10 pmדו ברענגסט זיך זייער פיין ארויס ב"ה.► Show Spoiler
פון דיין גאנצע תגובה איז די איינציגסטע רעלעוואנטע נקודה געווען דאס אז דער מאירי איז נישט קיין מחייב. אבער אפילו די טענה האלט אויך נישט אויס, זינט איך האב נישט געשריבן אז עס איז מחייב נאר אז מען האט א מצוה מיט סיי וואספארא מיטל שמחה מען נעמט אונטער. אלזא אויב חתן כלה האבן ליב צו הערן ווי מען גראמט אויס זייער זיידע אדער זיסן פעטער, כל הכבוד להם.
וועלכער פעטער ס'איז מיד, קען צוגיין צו זיין שוואגער/ברודער, דער מחותן, און אים זאגן: מחותן טייערער, איך ברויך אריינגיין אין ארבעט מארגן טא האב מיר א גוטע נאכט.
@פעיק הכהן ניוז האט אנגעהויבן מיט דעם אז באופן פשוט, יעדע זאך וואס מאכט פרייליך דעם חתן און שושבינין איז ווערט צו טון. און דערפאר איז ער קעגן די געדאנק פון אפציעל מבטל זיין מצוה טאנץ. און אויף דעם ארויף זאגט @נקודות הלוי טובות, אז דאס איז נישט גערעכט. ווייל די גאנצע מצוה טאנץ איז משום שמחת חתן וכלה, און גראגערן אין קאפ אריין, איז נישט נכלל אין די מצוה אפילו אויב דער חתן ווערט בשמחה פון דעם. ואע"כ שפיר דמי לבטל די מנהג בורות ושטות הנקרא מצוה טאנץ! איי דער מאירי שרייבט יא אזוי? ערשטענס, דער מאירי שרייבט עס נישט. און צווייטענס, אפילו אויב דער מאירי זאל יא אזוי שרייבן איז דאס אבער נישט די הלכה למעשה. מיר האבן א שלחן ערוך און דארט ווערט עס כמדומה נישט דערמאנט.
דערנאך שרייבט @פעיק הכהן ניוז אז אויב דער מחותן גלייכט עס, דאן כל הכבוד. זאגט @נקודות הלוי טובות אקעי, כל הכבוד. אבער נישט אויפן חשבון פון זיין משפחה. דער מחותן ווייסט זייער גוט אז קיינער פון זיינע בני משפחה איז נישט נייגעריג אין מצוה טאנץ יעצט. זיי האבן שוין אלע מקיים געווען דעם מצוה פון שמחת חתן וכלה עם השושבינין בהידור רב. האלט אים נישט אויף יעצט פאר נאך צוויי שעה. אז דו ווילסט דוקא עס זאלן זיצן פופציג אידן און הערן ווי מען איז משבח דיין טאטען, און ווי אזוי מען ווארעמט דיך אן צו טאנצען לפני הכלה, רוף אריבער די טאנצערס אדער מקימי ארגעניזאציע.
אה, איך קען אהיים גיין? אין קאפ אריין! פאר מיין טאטע אדער מיין שווער טאנצט, קען איך דאך זיכער נישט אהיים גיין. איך בין געצווינגען צו זיצן דארט כאטש אן איבריגע שעה און א האלב ביז זיי טאנצען? צווייטענס, איז דען די מחותן טאקע אקעי אז איך גיי אהיים פאר זיין מצוה טאנץ, אדער ער זאגט נאר אזוי? ער ווייסט דאך אויך אז קיינער איז נישט נייגעריג, און ער פארלאזט זיך אז מען וועט אים טוהן די טובה און פארבלייבן ביזן סוף פונקט ווי ער טוט ביי זייערע שמחות. ווען ער ווייסט פאר א פאקט אז יעדער וועט אים נעמען אויף די אפער און אפטראגן פון שטח, וואלט ער קיינמאל געאפערט! נאר וואס, ער ווייסט אז די זעלבע איינס צוויי שוואגערס גייען אייביג אהיים, און די איבריגע פארבלייבן.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
איך האב געשריבן אז איך פארשטיי עפעס נישט?נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 12:48 pm@שאינו יודע לשאול דו קענסט מיר קומען צו די רעסקיו? איך כאפ נישט וואס @פעיק ניוז פארשטייט נישט דא. איז עפעס ראנג מיט מיר, אדער מיט אים?פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 12:45 pmפון דער ערשטער מינוט האב איך אנגעהויבן אז מען זאל פרעגן חתן כלה וואס זיי האבן ליב.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 30, 2024 12:43 pm
ניין מיין פריינט, עס קוקט אויס ווי איר האט פארלוירן טרעק פון וואס דא קומט פאר.
@פעיק הכהן ניוז האט אנגעהויבן מיט דעם אז באופן פשוט, יעדע זאך וואס מאכט פרייליך דעם חתן און שושבינין איז ווערט צו טון. און דערפאר איז ער קעגן די געדאנק פון אפציעל מבטל זיין מצוה טאנץ. און אויף דעם ארויף זאגט @נקודות הלוי טובות, אז דאס איז נישט גערעכט. ווייל די גאנצע מצוה טאנץ איז משום שמחת חתן וכלה, און גראגערן אין קאפ אריין, איז נישט נכלל אין די מצוה אפילו אויב דער חתן ווערט בשמחה פון דעם. ואע"כ שפיר דמי לבטל די מנהג בורות ושטות הנקרא מצוה טאנץ! איי דער מאירי שרייבט יא אזוי? ערשטענס, דער מאירי שרייבט עס נישט. און צווייטענס, אפילו אויב דער מאירי זאל יא אזוי שרייבן איז דאס אבער נישט די הלכה למעשה. מיר האבן א שלחן ערוך און דארט ווערט עס כמדומה נישט דערמאנט.
דערנאך שרייבט @פעיק הכהן ניוז אז אויב דער מחותן גלייכט עס, דאן כל הכבוד. זאגט @נקודות הלוי טובות אקעי, כל הכבוד. אבער נישט אויפן חשבון פון זיין משפחה. דער מחותן ווייסט זייער גוט אז קיינער פון זיינע בני משפחה איז נישט נייגעריג אין מצוה טאנץ יעצט. זיי האבן שוין אלע מקיים געווען דעם מצוה פון שמחת חתן וכלה עם השושבינין בהידור רב. האלט אים נישט אויף יעצט פאר נאך צוויי שעה. אז דו ווילסט דוקא עס זאלן זיצן פופציג אידן און הערן ווי מען איז משבח דיין טאטען, און ווי אזוי מען ווארעמט דיך אן צו טאנצען לפני הכלה, רוף אריבער די טאנצערס אדער מקימי ארגעניזאציע.
אה, איך קען אהיים גיין? אין קאפ אריין! פאר מיין טאטע אדער מיין שווער טאנצט, קען איך דאך זיכער נישט אהיים גיין. איך בין געצווינגען צו זיצן דארט כאטש אן איבריגע שעה און א האלב ביז זיי טאנצען? צווייטענס, איז דען די מחותן טאקע אקעי אז איך גיי אהיים פאר זיין מצוה טאנץ, אדער ער זאגט נאר אזוי? ער ווייסט דאך אויך אז קיינער איז נישט נייגעריג, און ער פארלאזט זיך אז מען וועט אים טוהן די טובה און פארבלייבן ביזן סוף פונקט ווי ער טוט ביי זייערע שמחות. ווען ער ווייסט פאר א פאקט אז יעדער וועט אים נעמען אויף די אפער און אפטראגן פון שטח, וואלט ער קיינמאל געאפערט! נאר וואס, ער ווייסט אז די זעלבע איינס צוויי שוואגערס גייען אייביג אהיים, און די איבריגע פארבלייבן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4111
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11395
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
כהן לוי, וואדא טוצעך נישט... אקעי, @שאינו יודע לשאול ס"ט רעספאנדינג.. שפירט זיך גוט צו [פרובירן צו] קומען צו די רעסקיו...
--
אופס... כאבעס פארלוירן... @פעיק ניוז אפשר ערקלערסטו וואס דו מיינסט.
אויב ח"כ האבן עס ליב, טוישט זיך וואס? ס'ווערט א הידור אין שמחת ח"כ? לאמיר אננעמען אזוי פאר א מינוט, אבער איז עס אויסגעהאלטן צו מצער זיין דיין גאנצע משפחה פאר א ספק הידור אין שמחת חתן כלה? און צי איז נישט דא קיין אנדערע וועגן זיי צו משמח זיין, אנדעם וואס עס זאל גורם זיין עגמת נפש פאר עטליכע מנינים אידן?
איין זאך @נקודות טובות דער לוי האט אנגענומען אז אויב ווערט עס נישט אראפגעברענגט אין שו"ע, דאן איז נשטא קיין שום ענין להדר, ווען @פעיק ניוז דער כהן [א פעיק כהן?] האט אנגענומען אז זיך פירן ווי איינע פון די ראשונים, האט עפעס א הידור אין זיך.
איך בין אויך נוטה אזוי צו זאגן, אם לא כנ"ל.