אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
טייוואן: 10 טשייניזע פליגער זענען אריין אין טייוואנע טעריטאריע
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
איראן האט ארויסגעלאזט פינעף אמעריקאנע פון טורמע צו הויז ארעסט אלץ טייל פון א ארעסטאנטן אויסטויש וואס וועט פאראויסגיין אין די קומענדיגע וואכן.
און אין צוגאב צו דעם וועלן זיי באקומען זעקס ביליאן דאלאר אין פארפרוירענע געלטער.
און אין צוגאב צו דעם וועלן זיי באקומען זעקס ביליאן דאלאר אין פארפרוירענע געלטער.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
קים יאנג אן האט פארארדנט זיין מיליטער זיך צו גרייטן אויף אן אפענסיווע קריג. די קעי-סי-ען-עי נייעס אגענטור אין צפון קארעא האט פובליצירט א בילד ווי קים קוקט אויף א מאפע פון דרום קארעא, מיט זיין פינגער צילנדיג אויף סעאל, די הויפטשטאט פון דרום קארעא.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
א פרישע ערדציטערניש האט פאסירט און טערקיי
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
איראן האט געבעטן פון דרום אפריקע איר צו העלפן שנעל צו באקומען BRICS מיטגלידערשאפט
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
כינע האט ארעסטירט א פערזאן אויפן באשולדיגונג אז ער האט צוגעשטעלט אינפארמאציע פאר די אמעריקאנער סי איי עי.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
א 6.0 ערדציטערניש האט באטראפן האקיידא, די צווייט גרעסטע אינזל אין יאפאן
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
אמעריקאנער עף בי איי אגענטן זענען אנגעקומען קיין עקוואדאר ארויסצוהעלפן מיט די אנגייענדע אויספארשונגן נאך די אטענטאט אויף ווילאוויסענסיא.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
דזשאקארטא, די הויפטשטאט פון אינדיאניזשיע האט איבערגענומען ניו דעלהי, אינדיע און האט געווינען דעם טיטל פון די 'הויפשטאט מיט די העכסטע לופט פארפעסטיגונג אין די וועלט' דעם חודש.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
ווילאוויסענסיא איז געווען גאר שטארק אויסגעשפראכן איבער קארופציע און געוואלדטאטן וואס די דראג טראפיקינג אינעם לאנד ווערטשאפט אן.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
קים דזשאנג אן האט אפגעזאגט דעם הויפט גענעראל פון דאס מיליטער און עם אויפגעטוישט מיטן געוועזענעם פארטיידיגונגס מיניסטער
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו איז ארויסגעקומען קעגן די אפמאך.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
די איקאנישע אייפעל טאוער אין פאריז איז געווארן עוואקואירט צוויי מאל היינט אין טאג, צוליב סטראשונקעס איבער באמבעס וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
א טעראריסט האט אומגעברענגט פיר מענטשן און א אראבישע געבעט הויז און איראן
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
כינע'ס פארטיידיגונגס מיניסטער וועט באזוכן רוסלאנד און בעלארוס די וואך, ווי ער וועט אנטיילנעמען אין א קאנפרענץ איבער אינטערנאציאנאלע זיכערהייט און געשפרעכן מיט די פירערס פון די רוסישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
א פליגער פון אויסטראליע קיין מאלאזיע איז געווארן געצווינגען זיך צו אומקערן קיין סידני, נאך וואס א מאן האט געסטראשעט אז ער וועט אויפרייסן די פליגער מיט 'אללא,' ער איז געווארן ארעסטירט ביים לאנדן.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
קאנטרי גארדן , די גרעסטע פריוואטע רילעסטעיט דיוואלאפער אין כינע זיכט צו אפשטופן באצאלונגען פאר אויסלענדישע באנד אינוועסטירער.
דאס איז די ערשטע מאל וואס די פירמע פלאגט זיך צו אפצאלן אירע בילס זינט איר גרינדונג אין 2007.
צו די צייט האט די אנדערע כינעזער אינוועסטמענטס טראסט פאנד קאמפעני 'זאנגטראנג' וועלכע אינוועסטירט אויך אסאך אין ריעל עסטעיט נישט געקענט אפצאלן די בילס.
דאס לייגט צו צו די מעגליכקייט פון א כינעזע ריעל עסטעיט צוזאמפאל וואס קאכט זיך שוין פאר צוויי יאר און האלט בײ די ערגסטע שטאפלן אין די יעצטיגע וואכן.
זייער סטאק איז געפאלן היינט מיט 13%.

דשאוייאר מאלי 52 די פירער פון א נייע רעכטע פארטיי אין ארגענטינע איז אריינגעקומען גאר שטארק.
מאלי זאגט אז ער איז אינספירירט דורך פרעזידענט טראמפ פון אמעריקע און קריטיקירט די ביוראקראטיע, ער איז א דרויסנדיגער טראץ דינען פאר דרייצן יאר אין די פארלימענט.
ער האט פארשפראכן צו לויזער מאכן די געזעצן אויף האנט ביקסן און באשילדיגט די יעצטיגע רעגירונג אין פראבירן צו פארניכטן די פאמיליע.
ער וויל צוזאמוואפן די ארטיגע פעדעראלע רעזערוו און באשילדיגט זיי אויף די 100% אינפלאציע אויף די ארטיגע פעסאס, זיין פלאן איז צו טוישן צו די אמעריקאנער דאלאר.
מאלי איז אריינגעקומען מיט 30% אין די מאלטי פארטיי פריימעריס אויף זינטאג צו די צייט וואס די יעצטיגע רעגירונג איז אריינגעקומען מיט 27% און די הויפט אפאזיציע מיט 28%.

ארכילאגן האבן געפונען איבערבלייבענישן פון א שול פון די צייטן פון בית שני אין פאנגאריא רוסלאנד, דאס איז גאר דרום מזרח רוסלאנד ביי די ברעגעס פון די שווארצע ים.
( עס זענען שוין געווען אידן אין דרום אייראפע און אין מזרח אין די צייטן פון די צווייטע בית המקדש.)
( עס זענען שוין געווען אידן אין דרום אייראפע און אין מזרח אין די צייטן פון די צווייטע בית המקדש.)
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס, און קרישקעלעך
צפון קארעא האט צו ערשטן מאל באשטעטיגט אז די ארמיי פריוואט וואס איז אריבער די גרעניץ פון דרום קארעא געפינט זיך ביי זיי.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 1:14 pm אן אמעריקאנער זעלנער וועלכער איז געווען טייל פון די אמעריקאנע קרעפטן אין קארעא, איז אריבערגעלאפן די גרעניץ צווישן די צוויי קארעאס, אריין צו צפון קארעא. עס ווערט געגלייבט אז ער געפינט זיך מאמענטאל אונטער צפון קארעא מיליטערישע ארעסט.
דער זעלנער האט זיך געפינען אויף א טור אין דעם דעמיליטעריזירטן ראיאן צווישן די צוויי קארעאס, אנגעטון אלס ציווילער, ווען ער האט זיך פלוצלינג אפגעריסן פון זיין גרופע און אריינגעלאפן צווישן די דארטיגע געביידעס און דאן פארשווינדן געווארן אויף דער אנדערער זייט גרעניץ, אריין קיין צפון. לויט אמעריקאנע מיליטערישע באאמטע, איז דער סאלדאט אויסגעשטאנען 'דיסציפלינירנדע שריט' דורך דער מיליטער, און איז שוין געווען אויפ'ן וועג צוריקגעפירט צו ווערן קיין אמעריקא, ווען ער האט זיך אויף עפעס אן אופן ארויסגעדרייט און צוריקגעפארן קיין קארעא, זיך אנשליסנדיג מיט דער גרופע טוריסטן.
דער אינצידענט קומט אין א צייט פון הויכע אנגעצויגנקייט צווישן די פאראייניגטע שטאטן און צפון קארעא.
זיי זאגן אז טראוויס קינג וואס האט זיך אריינגעגליטשט ביים גיין אויף א טור בײ די DMZ איז אנטלאפן וועגן ראסיזם אין די אמעריקאנער מיליטער.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
טויזנטער זענען געלאפן כאפן מוציא'ס ביי די ATM מאשינען פון די באנק פון אירלאנד.
די באנק האט געהאט א גליטש און מ'האט געקענט ארויסנעמען מער געלט ווי מ'האט אין די אקאונט.
די באנק האט געהאט א גליטש און מ'האט געקענט ארויסנעמען מער געלט ווי מ'האט אין די אקאונט.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
א קליינע פליגער מיט אכט מענטשן דערויף האט געקראכט אויף א הייוועי נעבן די שטאט עלמינא, אין מאלאזיע, מיט 10 מענטשן שטארבנדיג אין רעזולטאט פון די אינצידענט, אריינגערעכנט אלע פאסאזשירן אויפ'ן פליגער און צוויי מאטאריסטן אויפ'ן שאסיי.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
א באס פיל מיט פאסאזשירן איז געווארן אויסגעליידיגט אין סאקונדעס ווען א פייער האט אויסגעבראכן דערויף אינמיטן פארן אויף א הייוועי אין בוענאס-איירעס, ארגענטינע. קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.