ויצא האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 7:20 pm
מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 1:08 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:49 pm
אין וועלעכע מקומות אינדערהיים זענען קינדער געגאנגען מיט קאשקעטלעך?
אין פאפא נישט. אין אונגארן אויכעט נישט (די גרויסע יונגלעך און קליינע בחורלעך זענען געגאנגען אין אונגארן מיט דאטשיק’ס - מהאט עס גערופן אויף אונגאריש שאפקאוס). פאפא רבי אליינס אלץ יונגל איז אויכעט נישט געגאנגען אזוי.
מצד שני, כמה אויבערלענדער מנהגים פון פאפא וואס איז יא נשתכח געווארן במשך די לעצטע 40 יאר: יום כיפור קטן ערב ראש חודש, תיקון חצות אין די 3 וואכן, ועוד כמה.
די מנהג נענועים מיט די ערבות בעפארן קלאפן, וואס מפירט זיך אין פאפא, קומט פון וואו? פון אונגארן.
פאפא איז נישט טראדיציאנאל בעלזא, סאיז א געמיש פון אונגארן מיט בעלזא. נישט אלעס פון בעלזא האט מען נאכגעטון, אפילו די רבי דער ויחי יוסף בעצמו, כמה מנהגים האט מען געטון וואס אין בעלזא טוט מען נישט.
כמה וכמה גדולי אונגארן זענען געפארן צו חסידישע רבי’ס, כולל צו די צדיקי בית בעלזא, ולא עלה על דעתם צו משנה זיין מנהגים, וכ”ש לבוש, צוליב דעם.
ודע אז עס זענען פארהאנען בילדער פון די בני משפחת הערוגת הבושם (די בני ויגד יעקב, כולל דער ויחי יוסף בעצמו אלץ בחור) מיט דאטשיק’ס.
נישט אז עס איז ח”ו דא א פראבלעם אין אנטון דעם קאשקעטל, נאר דאס עס תולה זיין מחמת בעלזא איז א פרישע רינגעלע אין די שכחה פון וואו מיר שטאמען. קיינער אין אונגארן איז נישט אזוי געגאנגען, און כרעד ספעציפיש אויך פון די פאפא תלמידים (לדוגמה מיין עלטער זיידע פון Győr האט געלערנט ביים ויגד יעקב און ניטאמאל געטראגן קיין בארד).
1 פאפא רב זצ"ל האט קיינמאל נישט געזאגט יום כיפור קטן ערב ראש חודש חוץ ערב ראש חודש אלול (און ביהמ"ד איז געווען א מנין און סאיז נאך אלץ דא)
פאפא רב זצ"ל האט קיינמאל נישט געזאגט תיקון חצות אין די 3 וואכן ברבים
2 פאפא טוט נאך היינט נישט אלע מנהגים פון בעלז מען טוט נאר אזלעכע מנהגים וואס די ויחי יוסף און ויגד יעקב האבן איינגעפירט און אוכט איז דא מנהגים וואס קומען פון צאנז שינווא
3 די בילד פון ויחי יוסף מיט א דאטשטיק וואלט געווען אינטרסנט טאמער די קענסט אריין שיקען
1 רובם ככולם ציבור אין פאפא ביהמ"ד האט געזאגט, וועגן די רבי פערזענליך דארף איך מברר זיין, דאס איז זיכער אז מרעדט פון די מנהג פשוט אין קהל פאפא.
2 וואר.
3 כהאב עס נישט כרגע צו די האנט אבער בלי"נ עוד חזון
אגב, וועגן די מנהגי הערוגת הבושם דארף איך נאך מברר זיין, שמעתי ולא ביררתי אז ער האט קיינמאל משנה געווען אין זיין ישיבה פון נוסח אשכנז. וכן די מנהג פאפא אינדערהיים ווייסעך נישט צו סאיז געווען עפ"י מנהג ספרד, די שטאטישע קהילה מנהג וואו דער ויגד יעקב איז געווען רב איז ודאי אז נישט. די פאפא תלמידים זענען געווען רעכטע אויבערלענדער. עס איז נישט געווען קיין איין חסיד צום האבן אין די צענדליגע מייל ארום פאפא און צעהלים, פאר ווער עס קען די מאפע. זיך צו קוויטלען ביים נענטסטן אדמו"ר האט באדייט אן ערנסטע רייזע מיטן באן.
די פריוואטע מנהגים פונעם ויגד יעקב איז מיך נישט קלאר, ער האט זיכער געטון כמה מנהגי חסידות ווי שטריימל וכו' דאס יא. עכ"פ קאשקטעל לא ראינו ולא שמענו אפילו בבתי רבותינו זי"ע.
אגב, מנהגים אין א זייט געלייגט. די פאפא צדיקים לדורותם זענען במהותם געוועזן אונגארישע רבנים, תופסי ישיבה, כל כולם אמר אונגארן ורוח החת"ס ובית מדרשו (דער ספר ערוגת הבושם וקרן לדוד וכו' זענען איין שטיק חת"ס, תורותיו רוחו ודרכו) היפך חאניאקישע פראוועריי נוסח יושבי בעלזא. מהאט זיך קיינמאל מבטל געווען מכל וכל צו יענעמס מסורה. נארוואסדען, וואו מהאט נאר געזעהן אן ערליכער איד איז מען אהינגעגאנגען, דער בעל ויחי יוסף האט אפילו דא אין אמעריקע עד סוף ימיו זיך קיינמאל נישט געזעהן אלץ אן אדמו"ר, ער האט נאר געזוכט צו מנהיג זיין זיין קהילה, זיין א תופס ישיבה, פסקנען שאלות פאר אידן און שרייבן תשובות, און ווען ער האט נאר געהערט אז עס איז פארהאנן א גוטער איד איז ער געגאנגען זיך קוויטלען ביי יענעם און געפארן אפילו אויף שבתים, דוגמת דעם סאטמארן רבי'ן זצ"ל, דעם סקווערן רבי'ן זצ"ל, דער ריבניצער רבי זצ"ל, דער סקולענער רבי זצ"ל וכו' וכו' ביז סוף ימיו ווען די
נייע דור תלמידים האבן באשלאסן צו מאכן א רבי פונעם ויחי יוסף, מהאט אנגעהויבן זינגען און פראווענען (נישט אז עס איז שלעכט, פארט א
נייע דרך), און מהאט פארטריבן די שואלים... הלמאי מבאדערט דעם רבי'ן... מסתמא האט דער ויחי יוסף געטראכט אז ער איז שוין צו אלט און מגייט שוין צו די יונגערע מורי הוראות...
אגב, דאס אז מהאט גערופן דעם ויחי יוסף "רבי" איז געווען פשוט ווייל אזוי איז געווען נהוג אין אונגארן צו רופן דעם ראש ישיבה מיטן נאמען "רבי". אזוי איז געווען איבעראל ווי אין נייטרא, גאלאנטא, דושינסקי ועוד ועוד, עס האט קיין שום שייכות געהאט מיט אדמורות.