אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
א שרעקליכע ערדציטערניש געמאסטן 6.8 אויפ'ן ריכטער וואג האט באטראפן מאראקא, אין דרום-מערב מאראקאש, מערערע געביידעס זענען איינגעפאלן און די טויטצאל שטייט שוין ביי 2012 מענטשן. אסאך זענען געשטראנדעט אונטער ברוכווארג.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
פריים מיניסטער מודי ביים אויפנעמען פרעזידענט ביידען
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
ביים סאמיט
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
מיט פריים מיניסטער פון ענגלאנד ביים סאמיט
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
די פליגער פון קאנאדע'ס פריים מיניסטער דזשוסטין טרודא, האט געליטן פון א מעכאנישע פעלער זייענדיג אויף א באזוך אין אינדיע, וועלכע מען קען נישט פארעכטן אין א קורצע צייט-אפשניט, טרודאו און זיין קאבינעט זענען דערווייל געשטראנדעט אין אינדיע ווילאנג מען ארבעט אויס אן אלטערנאטיווער וועג אהיים.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
א פליגער פון 'עיר כינע' לופטליניע האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג נאך וואס פייער האט זיך אנגעצינדן אין איינס פון די מאכטפולע מאטארן, און רויעך האט אנגעפילט דעם פליגער, פון וועלכע 9 פאסאדזשירן האבן געליטן אטעמען פראבלעמען און געדארפט באהאנדלט ווערן. די פאסאדזשירן האבן בליץ שנעל עוואקואירט די פליגער ביים לאנדן, דורך די עמערדזשענסי עוואקואציע גליטשערס.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
א ווארטזאגער פאר איראן'ס אויסערן מיניסטעריום באשטעטיגט אז מען קען זיך רישן פאר אן ארעסטאנטן אויסטויש מיט אמעריקא אין די גאר נאנטע צוקונפט
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
דער צפון קאָרעאַ פירער קים יאָנג אָן איז אויפן וועג מיט א באַן קיין רוסלאַנד, וואו ער איז ערוואַרטעט זיך צו טרעפן פאַר געשפּרעכן מיטן רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
די ביידען אדמיניסטראציע האט זיך פאראויסגערוקט אויסצופירן אן ארעסטאנטן אויסטויש מיט איראן, דורך געבן א וועיווער פאר בענק צו טרענספערן 6 ביליאן
אזוי אויך איז די אדמיניסטראציע איינגעגאנגן צו באפרייען 5 איראנער בירגער אין אויסטויש פאר 5 אמעריקאנער וועלכע גייען באפרייט ווערן דורך איראן. ווי מען הערט יעצט איז די אפמאך שוין געווארן אינטערגעשריבן פאריגע וואך דורך סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען, אבער קאנגרעס איז הערשט היינט אינפארמירט געווארן דערוועגן. די אפמאך וועט ווארשיינליך אויסשטיין קריטיק פון ריפובליקאנער און אנדערע פאר'ן געבן א פרישע שטיפ פאר די איראנער עקאנאמיע אין צייט וואס איראן שטעלט א געפאר פאר אמעריקאנער טרופן און פאר מיטל מזרח אליאירטע

די דירעקטאר פון די יו ען נוקלעארע וואשטדאג ראפעאל גראסי זאגט אז ער איז באזארגט אז די אינטערנאציאנאלע געמיינדע פארלירט די אינטרעסע אין צוריק האלטן איראנס נוקלעארע פראגראם
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
איסטאנבול – דער גרינדער פון א קריפּטא וואלוטע עקסטשעינדזש וועלכע איז צעפאלן איז פאראורטיילט געווארן צו מער ווי עלף טויזענט יאר טורמע. דער אורטייל פון 11,196 יאר טורמע איז ארויסגעגעבן געווארן דורך א טערקישע געריכט קעגן פארוק פאטי אוזאר, וועלכער האט געגרינדעט די "טאדעקס" קריפּטא פּלאטפארמע וואס איז צעפאלן אין יאר 21' און באנוצער האבן פארלוירן 2 ביליאן דאלער. עקסטרעם-לאנגע טורמע טערמינען זענען אן אפטע זאך אין טערקיי, און פּראקורארן האבן עכט געוואלט א 40,000 יאר טורמע אורטייל קעגן אוזאר.
קרעדיט דער איד דעלי
קרעדיט דער איד דעלי
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
ברעט בייער פון פאקס פארט קיין סאודיע אראביע אינטערוויוען דעם קרוין פרינץ
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
און יעצט איז קאנגא אויפן ברעטל
א מיליטערישע פוטש פארזוך גייט אן ווי די מיליטער האט פארכאפט די הויפשטאט און די צייט וואס זייער פרעזידענט געפינט זיך און ניו יארק פאר די יערליכע יו ען צוזאמקום
א מיליטערישע פוטש פארזוך גייט אן ווי די מיליטער האט פארכאפט די הויפשטאט און די צייט וואס זייער פרעזידענט געפינט זיך און ניו יארק פאר די יערליכע יו ען צוזאמקום
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
די רעגירונג דארט זאגט אז עס איז פעיק ניוס
וועל מיר זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן
אפשר פארלאנגען זיי אויך אן עקסטערע אשכול
וועל מיר זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן
אפשר פארלאנגען זיי אויך אן עקסטערע אשכול
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
דאן דיעל
די דיעל איז שוין ארויס מכח אל הפועל ווען א פליגער פון איראן מיט 5 אמעריקאנער בירגער וועלכע זענען געווען ארעסטירט דארט האט געלאנדעט אין קאטאר, אלס טייל פון די אויסטויש מיט אמעריקע אין וועלכע אמעריקע האט געגעבן פאר איראן $6 ביליאן פון געפרוירענע געלטער, ווי באריכטעט
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
ניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:22 pmדאן דיעל
די דיעל איז שוין ארויס מכח אל הפועל ווען א פליגער פון איראן מיט 5 אמעריקאנער בירגער וועלכע זענען געווען ארעסטירט דארט האט געלאנדעט אין קאטאר, אלס טייל פון די אויסטויש מיט אמעריקע אין וועלכע אמעריקע האט געגעבן פאר איראן $6 ביליאן פון געפרוירענע געלטער, ווי באריכטעט
די 5 אמעריקאנער וואס זענען ארויסגעלאזט געווארן פון איראנער געפענגעניש היינט זענען שוין אויפ'ן וועג אהיים פון קאטאר, ווי זיי האבן דארט געמאכט א סטאפ
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
קאטאר האט געהאט געהאלפן פארמיטלען די דיעל, 6 ביליאן קאנפיסקירטע איראנע געלט פון סאנקציעס פאר די אמעריקאנער ציווילע בירגער וואס איראן האט ארעסטירט אין די לעצטערע יארן.
די ביידן אדמיניסטראציע זאגט אז די געלט וועט געהאלטן ווערן אין באנק קאנטעס אין קאטאר און די בענק אין קאטאר וועלן אנגעבליך זיכערמאכן אז די געלט גייט נאר פאר הומאניסטישע צוועקן.
קריטיקירער זאגן אז מ'האט געשטעלט די קאץ איבערן מילעך וויבאלד קאטאר אליינס איז א אומאפיציעלער טעראר שטיצער, און בכלל איז געלט קיינמאל נישט בלויז פאר עפעס וויבאלד אויב מ'האט איבעריגע 6 ביליאן קעש קען מען נוצן אנדערע געלטער פאר טעראר , אדער נאך מ'נעמט עס ארויס קען די באנק קיינעם נישט איינטיילן וואס צו טאן דערמיט.

פארפלייצונגען און איראן
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
מאסק איז און די ערשטע שטאפלען פון עפענען א פעקטערי און סאודי אראביע
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
בלינקען זאגט אז אמעריקע גייט קאנטראלן די 6 בעלאנועס פונקטליך ווי עס גייטניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 6:32 pm
קריטיקירער זאגן אז מ'האט געשטעלט די קאץ איבערן מילעך וויבאלד קאטאר אליינס איז א אומאפיציעלער טעראר שטיצער, און בכלל איז געלט קיינמאל נישט בלויז פאר עפעס וויבאלד אויב מ'האט איבעריגע 6 ביליאן קעש קען מען נוצן אנדערע געלטער פאר טעראר , אדער נאך מ'נעמט עס ארויס קען די באנק קיינעם נישט איינטיילן וואס צו טאן דערמיט.
Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך
מעקאנעל האט אטאקירט ביידען פאר די דיעלניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 6:32 pmניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:22 pmדאן דיעל