רבי געלט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 12:26 am
שמח האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 10:20 am
רבי געלט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 9:44 pm
Smart milk
30 צענט ביליגער ביי ברעדבערי
מנחת חינוך אדער די אנדערע טארטיקוב?
מנחת חינוך
ביי KRM איז עס $3.29
ביי ריפרעש קאסט מילך $3.99
אז איינער קויפט הונדערט באטלעך מילך א יאר איז עס $70 א חילוק נאר אויף מילך ,אזוי איז דא הונדערטע אייטעמס וואס
מען קען שפארן ,
מען רעדט פון שווערע אלפים א יאר פאר די עקזעקט די זעלבע זאך , פארדעם ברויך
מען שטיצן די פרישע ביליגערע קאמפיטאשענס
דזשאסט צו קלארשטעלן. איך זעה דו האסט ג'עדיט אלע דיינע פאוסט שוין נאכדעם וואס איך האב דיר ציטירט. די שמועס ליינט
זיך שוין
נישט ארגינעל.
איך בין מיט דיר הונדערט פראצענט. ווער עס וויל, קען שפארן א שיינע פראצענט פון גראסערי קאסטן דורכן קויפן ביליגערע ברענדס. איך האב נאר פארשטאנען אז דו ברענגסט א ראיה פון דבש מילך, אז מענטשן זוכן
נישט צו שפארן נאר ענדערש האט
מען טענות אויף די קאמפעניס. אויף דעם האב איך געזאגט אז ברענגען א ראיה פון א מילך קאמפעני איז
נישט קיין מהלך. ווייל ווי געשריבן איז מילך אפילו אויב עס זאל האבן הונדערט פראצענט די זעלבע טעם, אדער אפילו עס וועט זיין נאך בעסער, וועט עס זיין זייער שווער פאר דער דורכשניטליכער מענטש צו טוישן. משא"כ אנדערע עסנווארג, וואס דארט קויפן אסאך מער מענטשן די ביליגערע ברענד.
ווער עס איז טאקע א "פיין שמעקער" ווי דו רופסט עס, און ער קויפט אלעס פון די טייערער ברענד (TUSCANINI אלערט...) דער זאל וויינען ביזן טויט. ווי לאנג ער וועט
נישט אנערקענען אז אין הדבר תלוי אלא בי, וועט קיין לעזונג
נישט זיין. איי די טייערערע ברענד איז בעסער? אמת, א לעמבארגיני פארט אויך געשמאקער ווי אן אדעססי. אפשר אינעם נעקסטע גלגול וועסטו קענען קויפן די טייערע ברענדס. ווי לאנג דו דארפסט דיך האלטן צו א באדזשעט, זאלסטו קויפן וואס דו קענסט דיך ערלויבן. הער אויף שרייען און האבן טענות אויף די גאנצע שטאט. ער מעג בעטן וויפיל ער וויל. (אבער
נישט געזארגט, איינמאל מיסטער פרייזן ארויפשרויפער וועט זעהן אז ער פארלירט 70 פראצענט קאסטעמערס וועט ער אראפגיין אין פרייז. ווי
נישט ווי איז ער
נישט לעמבארגיני, און ער גייט
זיך ברעכען. אבער דאס איז נאר א זייטיגע זאך, ווייל ווילאנג דו זוכסט דוקא זיין פראדוקט, מעג ער בעטן וויפיל ער וויל)
פון די אנדערע זייט זענען אבער דא קאמפעניס וואס "רייטן" אויף אידישקייט. למשל ווען עס איז ארויסגעקו
מען די אזוי גערופענע "כשר'ע" קינדער MOTRIN, און איבערנאכט געגעבן א הייב די פרייז מיט 30-40 פראצענט. דאס איז אן עון בל יכופר! דאס מיינט "געריטן אויף כלל ישראל"! ע"פ הלכה איז
נישט דא קיין שום חילוק צווישן ביידע סארט, די אלגעמיינע MOTRIN איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה. איז געקו
מען איינער און אנגעדרייט דראמע ביי כלל ישראל ווי כאילו
מען קען דא נכשל ווערן מיט נבילה דאורייתא, און האט
זיך אזוי פאר
זיכערט מיט א גוטן ביזנעס. יעדע דאלער וואס
מען פארדינט אויף אזא אופן, איז גזל!
נישטא קיין שום היתר בעולם פאר אזא פארברעך.
ווילסט צושטעלן א פראדוקט פאר אידן וואס ווילן מחמיר זיין און קויפן זאכן וואס איז געווען תחת פיקוחו פון א איד? איך בין מסכים. קענסט בעטן 10 מאל די פרייז אויך אז דו ווילסט. מאך נאר
זיכער אז דער תמימותדיגע איד ווערט
נישט פארנערט פון דיר טראכטענדיג אז מיטן קויפן די אלגעמיינע איז ער חלילה מאכל זיינע קינדער מיט מאכלות אסורות. ער
דארף וויסן אז די אלגעמיינע איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה.