► Show Spoiler
ווירקליך האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 10, 2025 1:52 pm
ר’ @חכם עתיק , וואטס אפ בראו, טשיל דאון.. לאמיר כאפן א ציגרעטל אויף די פרישע לופט...
לאמיר דיר ערשטנס ענטפערן אויפ'ן אידטישן שפראך:
קיינער אטאקירט אייך נישט. פארקערט, היות מיר זענען נאך דערווייל אונטער א קארופטירטן בויקאט דורך משומר, האבן מיר א חלל אינעם באלאנס צווישן די צוויי סאטמארע קהלות, און עס איז אונז א פארגעניגן אייך צו האבן דא.
ידידינו @להגדיל הטראסק איז באקאנט אלס א נאבעלער מאן, וואס זוכט דירעקט נישט קיין פראוואקאציעס, און איז א שטארקע שרייבער דא אויף אידטיש וואס געבט צו אין אלע הינזיכטן.
בסך הכל האט ער ארויסגעברענגט אז דער אשכול איז געמאכט פאר נייעס, און נישט פאר קאמפיין פאוסטערס. ס'גארנישט, ער האט א מיינונג, און ער איז בארעכטיגט עס צו זאגן.
יעצט לאמיר ממשיך זיין מיט א נישט אידטישליכע שפראך:
קוקט צוריק אין דעם אשכול. דער אשכול איז קיינמאל גענוצט געווארן פאר קהל'ישע פראפאגאנדע. מיר האלטן שוין דא נאך אפאר בלעטער וואס דו האסט ממש אנגעשטויסן מיט מאסן פראפאגאנדע פאוסטערס און ארטיקלען. ס'איז אקעי אז ס'באדערט איינעם! גיי נישט אריין אין דיפענס! קיינער אטאקירט דיר נישט!
איך האב פאר דיר נייעס, אין באצוג צו וואס דו שרייבסט אין דיינע פארביטערטע תגובות... ס'דא נאך א מוסד אין קרית יואל, מיט א ריזן אנוועזנהייט אויף אידטיש פון זייערע הורי המוסדות, און זיי האבן גראדע לעצטנס געמאכט א דינער, און אויך האבן זיי גראדע א צייטונג וואו עס איז געלאפן זייער פראפאגאנדע. גיי יעצט, פאר דו ליינסט ווייטער, מיש צוריק, און קוק וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט!
פארוואס זוכסטו צו בויען א קעיס אז מ'האט דיר פארשריגן ווייל דו ביסט א חסיד מהרי"י?? סיריעסלי? מ'זעמיר אין נוירסערי?
זיי מיר מוחל פאר'ן רעדן שארף, און איך בעט עקסטער איבער די אידטיש מעמבערס וועלכע זענען נישט געוואוינט און גלייכן נישט דעם שפראך... אבער ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס דו קומסט ארויף מיט אזא סארט באשולדיגונג, און דאס גייט זיך אויפהערן.
איך בין נישט זיכער צי דיין ציל איז סתם צו דזשעמען א סייט מיט פראפאגאנדע, אדער איז דיין ציל גאר צו קענען לויפן אויף זויערע טשעט גרופעס צו שרייבן אז האסט אליינס געפראווט אז אידטיש איז איינזייטיג, אבער מיין פריינט, מיר גייען נישט מיטגיין אויף דעם רייד.
אידטיש איז נישט א פלאץ זיך צו בייסן אדער געווינען דעם קאנקורענט. אויף אידטיש עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי א קאנקורענט. מיר זענען ליבליכע ברידער, מיר פארברענגען אינאיינעם, און אויב דו שפירסט אז דו קענסט זיך נישט האלטן צו אונזערע סטאנדארטן, ביסטו נישט געצווינגען ארויפצוקומען אהער.
איך שרייב עס ברבים, ווייל דאס דארף ווערן אפגעשטעלט.
א גוטן הרב
@ווירקליך
איך האב הערשט יעצט געזעהן אייער תגיבה פון פרייטאג, (נאך וואס איך האב ב''ה נישט קיין צוטריט צום אינטענעט 24/6)
איך גיי נישט מגיב זיין אויף אייער לענגערע אנאליז וואס איר האט געשריבן אויף מיר, נאר איך וועל מיך האלטן זייער קורץ צום פוינט,
קודם כל, ווי ס'זעהט אויס האט איר נישט געליינט די לעצטע צוויי בלעטער, ווייל איר קענט זעהן אז איך בין מיך זייער גוט אויסגעקומען מיט ר'
@להגדיל הטראסק ב''ה, קיינער האט קיינעם נישט אטאקירט, ער האט מיך ס''ה פארגעהאלטן אויף עפעס און איך האב אים גע'ענפערט און ער האט מיר געגעבן גערעכט און שלום על ישראל,
יעצט לעצם הענין וויל איך זאגן אזוי,
איך בין נישט היינט געבוירן, איך follow שוין דעי סייט אסאך אסאך פאר איך האב מיך אריינגעסיינט מיט מיין ניק הנקרא
@חכם עתיק און איך האב מערערע מאל געזעהן ווי די קרית יואל'ע אשכול איז געניצט געווארן פאר פראפעגאנדע פאר קהילת ומוסדות מהר''א, און ס'האט מיך געהויבן אויגן ברעמען, פארוואס ס'איז אזוי, אבער כ'האב קיינעם נישט פארגעהאלטן, איך בין נישט קיינעמ'ס אפוטרופוס,
אזוי אויך איז געווען שא שטיל אויפן סייט, ס'איז קיינעם נישט בייגעפאלן אזא המצאה אז די ק''י אשכול זאל געניצט ווערן
בלויז פאר נייעס פון די שטאט,
פלוצלינג ווען איך האב אנגעהויבן צו פאסטען נייעס פון קהילת מהר''יי האבן עטליכע חכמים מיך אנגעהויבן פארצוהאלטן היתכן איך נוץ די קרית יואל'ע אשכול פאר פראפעגאנדע, האב איך זיי געפרעגט א פשוט'ע שאלה, פארוואס זיי האבן זיך פינקט
יעצט דערמאנט, און הרב
@להגדיל הטראסק איז געווען די איינציגסטער וואס האט מיך געהעריג געענפערט מיט די גאנצע אמת וזה לשון קדשו ....
עס האט מיר אלס געצויגן ברעמען און זיך געוואונדערט וואס עס זוכט דארט, איינפאכע פראפעגאנדע פון איין קהילה - דאס איז דער אמת, אבער יא! עס האט מיר אנגעהויבן מער צו קריכן אויף די געהירן ווען די אנדערע זייט האט אויך אנגעהויבן לייגן עמטליך זייער פראפעגאנדע....
יעצט, אויב איר זאגט אז מיינע פאסטע'ס זענען געווען צו סאך? מסכים, איך נעם עס אן,
אבער וואס וואלט ווען געווען מער יושר'דיג איז, און איך מיין אז יעדער וואלט מסכים געווען דערצו, אז די הנהלת המערכת זאל ארויסגעבן א
יושר'דיגע declaration אז די קרית יואל'ע אשכול איז נישט געמאכט פאר קיין
שום פראפעגאנדע פאר קיין
שום קהילה ומוסדות אין שטאט,
ובזה סיימתי בענין זה בל''נ.