בלאט 1 פון 3
פארמאכטע פארום פאר אמת'ע נעמען (אנקעטע)
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:08 am
דורך פינאנץ מיניסטער
איך האב געשיבן אין אנדערען אשכול אז סוואלט געווען א געדאנק צו מאכן א פארמאכטע פארום פאר אלע וואס סיינען זיך אויף מיט די אמת'ע נאמען. געוויסע האבן אגריט דערצו אז סוואלט געווען א גוטע געדאנק.
די הנהלה זאגט אז זיי זענען מסכים עס צו טוהן אויב דער עולם רופט זיך אן ווארעם צום געדאנק.
מבעט דער עולם זאל אפגעבן זייער שטימע און לויט דעם וועמיר זעהן אויב סאיז דא גענוג 'איד'ן צו סזאל זיין דארט מיט וועם צו גיין צום 'טיש'
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:11 am
דורך דער תהלים איד
איך פארשטיי נישט די מעלה דערפון. לאמיר הערן.
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:15 am
דורך פינאנץ מיניסטער
סאיז אסאך מער אריגינעל. נאטורליך רעדט מען מער ערוואקסן ווען יעדער ווייסט ווער יעדער איז. ווען עפעס גייט פאר אין מאנסי קען מען וויסן ווער סאיז קראנט און ווער סמאלט וואסער. ועוד ועוד
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:17 am
דורך דער תהלים איד
סוי פארוואס מוז עס זיין פארמאכט?
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:23 am
דורך פינאנץ מיניסטער
ווייל איך הייס נישט מאיר מרדכי בערקאוויטש נישט דערווייל, און איך האלט נישט ביים זיין כלל ישראלס רעדנער. מזאל שמועסן אין ביהמד אז 'משה יצחק האט געשריבן אויף אידטיש דאס און יענץ
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:27 am
דורך נפתלי
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:23 am
ווייל איך הייס נישט מאיר מרדכי בערקאוויטש נישט דערווייל, און איך האלט נישט ביים זיין כלל ישראלס רעדנער. מזאל שמועסן אין ביהמד אז 'משה יצחק האט געשריבן אויף אידטיש דאס און יענץ
משה יצחק מען רעדט שוין גענוג פון דיר און ביהמ"ד
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:29 am
דורך דער תהלים איד
מאיר מרדכי, כמיין משה יצחק, איך הער...
אבער דאס מיינט אז דער אפענער פארום וועט בלייבן בלויז פאר וועמען? פאר די וואס שעמען זיך צו זאגן זייער נאמען אין א פארמאכטע פארום?
כפאסט מיין שאלה?..
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:32 am
דורך פינאנץ מיניסטער
דו פרעגסט זייער גוט..
אויב וועלן רוב וואס שרייבן דא גיין צום פארמאכטן פארום וועט זיין א פראבלעם, אבער אויב נאר 10 חברה וועלן אהינגיין און דא וועט ווייטער וואקסן (און שטייצעך אז אפילו די וואס זענען דארט וועלן ווייטער דא שרייבן) וועט דא נישט אינטערגיין.
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:34 am
דורך דער תהלים איד
כמיין נישט אונטערגיין... אבער שוואכער מאכן, אן קיין עכטע ערנסטע בענעפיט. אזוי מיין איך.
אדרבה איך זאג נישט קבלו דעתי.
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:39 am
דורך פינאנץ מיניסטער
יעצט ווען די סייט איז נאך היבש פריש קען זיין ביזט טאקע גערעכט.
איך פלעג שרייבן אויף א אנדערע פלאטפערמע ביז יעצט, און איך האב אלס געטראכט שטעל דיך פאר זיי האבן די אפציע אז ווער סוויל קען זיך אייביג אויפסיינען מיט די אייגענע נאמען צו שרייבן אין אזא פארום. סוואלט געווען דארט צענדליגע היימישע אינגעלייט צו פארברענגען אנגענעם און דעם וואס איינער זאל אמאל טראלן אדער שטופן אגענדעס אדער סתם פליקן א צווייטן.
ביי יעדע נושא וואלט מען געקענט פרעגן די וועלכע זענען אין יענע אידוסטרי אדער וואוינען אין יענע געגנט, אן דעם וואס סזאל זיך אנפילן צענדליגע בלעטער פון השערות און מיינונגען פון אלצווייסערס
עניוועי, כבעק אראפ.
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:42 am
דורך דער תהלים איד
איך הער, דו זאגסט עפעס. אפשר טאקע בהמשך זאל מען עס יא טון.
סוי מיין שטימע גייט פאר "דערווייל" נישט... (כזעה האסט ניטאמאל געמאכט א 'ניין' אפציע..)
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:01 pm
דורך דאפלטער
כ@תהלים איד, מיין שטימע גייט פאר דערווייל נישט, אין מיי אפיניען ווערט דער אפענער פארום א בית הקברות דער טאג וואס מען פירט אויס דעם געדאנק
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:09 pm
דורך מאטאווירט
זייער א גוטע געדאנק.
איך האלט אבער אז מיט די עכטע נעמען זאל מען אויך שרייבן אינעם אפענעם פארום, נאר דער פארמאכטער פארום זאל זיין פאר זאכן וואס מ'וויל דירעקט נישט שרייבן אינעם אפענעם.
איך פארשטיי אויך אז נישט יעדער וועט ווילן, אבער איך גלייב אז א גרויסע טייל יא.
אלענפאלס, מיין שטימע איז א הילכיגע יא, אבער נאכנישט.
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 4:47 pm
דורך וואוילער
ס'דארף א שטיקל אויסגעארבעטע מהלך, וואס מ'וועט שמועסן דארט און וואס אין די פאבליק פארום.
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 4:50 pm
דורך העלדיש
איך בין א שטארקע שטיצער פון אזא געדאנק, ס'האט א צווייטער פנים ווען דו רעדסט מיט א מענטש וואס האט א נאמען.
און אויב וועלן רוב שרייבער אהינגיין, נו, אדרבה, עס וואלט געווען אסאך בעסער.
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 4:51 pm
דורך העלדיש
איך וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם צו ארויסקומען מיט מיין נאמען צו איינער וואס זאגט מיר זיין נאמען אויך, איך האב נאר א פראבלעם ווען איך ווייס נישט ווער אלץ ס'ליינט דא
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:29 pm
דורך אלף טויב
@דער תהלים איד איך בין קלאר ביי די מיינונג אז מען זאל שטופן עכטע נעמען אויף אלע אופנים
העט גארנישט פאסירן אז ניקס וועלן נעמען א נאכמיטאג דרימל, אדער גיין צו איי...
איך זעה בכלל נישט קיין פראבלעם מיט בלויז עכטע נעמען, באשטעטיגטע אין אום באשטעטיגטע איך האלט עס וועט נאר מאכן די פלאטפארמע בלויז נאך מער ערוואקסן.
#מיין מיינונג
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:40 pm
דורך דער תהלים איד
איך בין נישט דערקעגן... אבער @פינאנץ מיניסטער רעדט פון עפעס אנדערש, פון א פארמאכטע פארום.
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 7:25 pm
דורך דאפלטער
אלף טויב האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:29 pm
@דער תהלים איד איך בין קלאר ביי די
מיינונג אז מען זאל שטופן עכטע נעמען אויף אלע אופנים
העט גארנישט פאסירן אז ניקס וועלן נעמען א נאכמיטאג דרימל, אדער גיין צו איי...
איך זעה בכלל נישט קיין פראבלעם מיט בלויז עכטע נעמען, באשטעטיגטע אין אום באשטעטיגטע איך האלט עס וועט נאר מאכן די פלאטפארמע בלויז נאך מער ערוואקסן.
#
מיין
מיינונג
קום אראפ ברודערל
מיינער, מיום היות די איידיע פון פארומום איז נאך נישט געווען אזא זאך ווי עכטע נעמען, הן אין די אידישע וועלט (נד"פ) און דאס זעלביגע אין די אלגע
מיינע וועלט, און פאר עפעס א סיבה...
בנוגע פארלירן שרייבערס, זאגסט אס ס'אינטערעסירט דיך נישט צו פארלירן שרייבערס, איז עס אבער טאקע אזוי אז דו ווילסט דיך טרעפן אין א פארום מיט פיר באקאנטע און קייען די זעלבע נושאים יעדן טאג? הייבן דאס ערוואקסנקייט? אונזער סייט איז ברוך השם שיין ערוואקסן און די געציילטע פעלער וואס נישט איז מען מסדר על צד היותר טוב..
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 7:32 pm
דורך דאפלטער
מענטשן כאפן נישט פון וואס מען רעדט דא, מאנכע האבן עפעס אזא וויזיע אין קאפ ווי אקעי איך בין מיר מגלה און יעצט גיי איך מיר טרעפן מיט מיין גאנצע קופקע פון שול און וויסן יעדעמ'ס ניק, ס'איז א מחי'
וואס וועט אבער פאסירן ווען עפעס א אורח וועט ליינען דיינע פאוסטס און נייגערן ווער דער איד מיט דעם נאמען איז און פארשטייט זיך אויסגעפונען און אוודאי ווייזן פאר די גאנצע שטאט און אונזער העלד וואס שרייבט מיט זיין אייגן נאמען וועט אנהויבן ווערן פאפולער, יעדער קען אים אבער ער קען נישט קיינעם...
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:42 pm
דורך באשיינפערליך
דעפינעטלי!!
א שמועס מיט עכטע נעמען האט אסאך מעלות. קודם כל איך ווייס מיט וועם איך שמועס, איך גיי (מיסתמא) געוואויר ווערן פון חברים/קרובים וואס זענען דא, ועוד ועוד.
און די וואס שרייען אז די אפענע פארום גייט גיין שלאפן זאל זיך נישט זארגן ווייל ס׳גייען זיין גענוג אידן וואס גייען זיך שעמען צו גיין פאבליק.
איין זאך וואלט מאר געווען א גוטע איידיע, אז די עכטע נעמען זאלן נישט ארויפקומען ביי די ליסטע! אין קעיס מיין טאטע וואנדערט אריין דא…
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:41 pm
דורך להגדיל הטראסק
מיין אפיניען
סתם שמועסערייען, ארטיקלען און דעות, שעם איך זיך מיט מיין עכטע נאמען, אין שול וועט מען זאגן און צייגן אז גרונם גימפאלאוויטש איז געווארן א סטעיטמענט זאגער! א אינטערנעט שרייבער!, איך שעם זיך דערמיט! שרייב איך מיט מיין ניק נאמען.
אבער זאכן וואס איך באטראכט אלס אפיציעל, און ענליך צו אימעיל, צב"ש לאדענען דעם ציבור צו א שמחה, אדווערטייזן א סערוויס אדער פראדוקט, עסקנות, הילף וואס איך קען געבן , וכדו' וואס האט דירעקט שייכות מיט מיר פערזענליך, וואלט איך ווען יא געשריבן מיט מיין נאמען.
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:40 am
דורך מיילעך
פאר דע געלט קענסטו עפענען א טשעט גרופ דא גייט עס זיין עקטיוו פאר ניטאמאל א טאג.
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:43 am
דורך פינאנץ מיניסטער
@באשיינפערליך האט א פוינט אז אויב וועלן זיין אסאך אין די פארמאכטע פארום איז שטארק מעגליך אז צוביסלעך וועט מען ארויסקריכן פון די לעכער און אנהייבן שרייבן פאבליק מיט די עכטע נעמען
Re: פארמאכטע פארום פאר אמתע נעמען - אנקעטע
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:40 am
דורך ירחמיאל מאניש
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:42 am
איך הער, דו זאגסט עפעס. אפשר טאקע בהמשך זאל מען עס יא טון.
סוי
מיין שטימע גייט פאר "דערווייל" נישט... (כזעה האסט ניטאמאל געמאכט א 'ניין' אפציע..)
ניין איז אזויווי די האסט שוין אפגעמאכט דיין אפציע