בלאט 1 פון 4
ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:43 pm
דורך אסמכתא בעלמא
יא. ס'איז מיר נישט גרינג. אבער זיך נער'ן חדשים לאנג איז אויך נישט קיין אפציע. סוי דא זעמיר, לאמיך אויפלאזן די אייז און אנהייצן דעם פעדער און קאלט מאכן מיינע ציין און רעדן אפן און קלאר.
צו מאכן א לאאאאנגע משעה קורץ: איך האב געוואלט, אבער ס'נישט געלונגען, און איך זוך א איבערנעמער.
יעצט צו די פרטים. איך בין געווען פון די ערשטע מנהלים דא זיך צוצוכאפן צום "אידטיש פלאן", אויפגעברענגט צוערשט דורך @ווירקליך. נישט נאר האב איך געמאלדן די פולסטע גרייטקייט ארויסצוהעלפן, נאר איך האב מנדב געווען פון טאש דאס געלט אהערצושטעלן און אויפהאלטן דעם סייט, וועלנדיג מהנה זיין דעם עולם מיט א געשמאקע ווינקל.
אבער מיין חלום איז געווען אז דאס גייט ארבעטן אזוי: @א קלער איז דאך פון אן אנדערע סאטמארע קהילה ווי מיר, האמיר שוין דא ביידע סאטמאר'ס. @רואיגער איז א באבוב'ער, האמיר שוין ווארשיינליך ביידע באבוב'ס כמעט פארזיכערט. @צייטווייליג איז א פארעווע בני יואל און @ווירקליך איז א פרא-אפסטעיט אקטיוויסט, ווידער @חצקל משמש איז א סיטי איינוואוינער, הקיצור ס'האט באמת אויסגעזען ווי אונז זעמיר געקאווערט פון אלע זייטן.
סוי דער חשבון איז געווען, איך גיי עס זאגן זייער אפן, איך האף מיינע חברים וועלן נישט ברוגז זיין: אז ביז 2-3 חדשים פארמאכט זיך אייוועלט. ווער וועט נאך וועלן בלייבן אויף א "פארום" וואס ווערט אזוי בעיביש קאנטראלט? ביידע סאטמאר'ס ווערן קינדיש באהאנדלט, אלע קהילות ווערן זינלאז קאנטראלירט, בחצרות הקודש אשכול איז טפשות'דיג פארמאכט, הקיצור, דער עולם גייט זיכער אנטלויפן פון דארט אויף אייביג, און אידטיש "נעמט איבער" אייוועלט. נאר דערפאר בין איך אריין דערין.
מה עשה הקב"ה, אייוועלט האט צוריק געעפנט בחצרות הקודש; משומר האט געבלאקט אידטיש; מענטשן מאכן זייער שווער א טויש; און ווי היפאקריטיש ס'הערט זיך: די 'חסידי מהר”א' וואס פירן אייוועלט האבן ארויסגעלאזט מעסעדזשעס אז אידטיש איז כאילו א ארוניש'ע סייט; הקיצור, אסאך קליינע פרטים אינאיינעם אבער דער סך הכל איז: אייוועלט איז געבליבן אפן, און נאך מער אקטיוו און גרעסער ווי אידטיש!
אמת, ס'איז דא ווער ס'וויל דאס, ס'דא ווער עס וויל א רואיגערע פלאץ, כהאב שוין געהערט פון אסאך וואס קומען דוקא אהער נאר צוליב דעם אליינס אז ס'נעמט זיי אוועק ווייניגער צייט פון טאג, און אמת אז ס'איז דא ווער ס'האלט אז אזוי דארף עס זיין, און אמת טאקע אז דאס פלאץ איז פיין, ס'איז געשמאק, ס'ווערט געפירט מיט שכל און אנגענעם, אלעס אמת. אבער "איך" האב "נישט דאס" געמיינט. איך קען נישט אנגיין מיט א זאך וואס איז "די צווייטע אייוועלט". נישט דאס איז וואס כ'האב זיך גע'משל'ט בעפאר.
ממילא וואס וויל איך דא? סתם אויסגיסן מיין ווייטאג? ניין. די ווייטאג האב איך איינגעהאלטן אפאר חדשים. און יא במשך די פאר חדשים האב איך יעדן טאג געטשעקט צו אייוועלט שטייט נאך... אפשר דאך... אולי ירחם... און גארנישט. סוי וואס איז יעצט? יעצט איז עס פשוט נוגע למעשה.
די פעימענט'ס פאר'ן סייט לויפן אויף מיין קרעדיט קארטל, און איך האב מיך געמאכט ווי איך זע נישט. ס'געפארן און שוין. אבער יעצט האב איך געהאט א מעשה מיט א פאלשע טרענזעקשן, א לאנגע מעשה וואס איז נישט נוגע, און כהאב געמוזט בלאקן דעם קארטל און באשטעלן א נייע. קריג איך א נאטיפיקאציע פון @ווירקליך אז די סייט האט שוין א ווארענונג אז ס'גייט פארמאכט ווערן ווייל מ'דארף אפדעיטן די פעימענט מעטאד.
שוין. אריינלייגן א פרישע קארטל פאר א דורכגעפאלענע מיסיע? דאס שוין נישט. ממילא קום איך ארויף דא ברבים, און איך זאג קלאר אז כ'בין גרייט צו איבערגעבן די שליסלען. ווער עס וויל איבערנעמען די ספאנסערשיפ, און בשכר זאת וועט מיטקומען מיין מנהל ניק, קען זיך אנרופן.
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:46 pm
דורך אחת למעלה
וואט?! לייען איך גוט?!
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:47 pm
דורך אחת למעלה
איין מינוט כ'קען ווערן רויט אנשטאט גרין?! אבער וואס דאס קוקן אזוי שלעכט. איז דאס טאקע געווען די ארגינעלע ציהל?!
פאר וויפל פארקויפסט עס?!
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:51 pm
דורך יום טוב
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 12:43 pm
יא. ס'איז מיר נישט גרינג. אבער זיך נער'ן חדשים לאנג איז אויך נישט קיין אפציע. סוי דא זעמיר, לאמיך אויפלאזן די אייז און אנהייצן דעם פעדער און קאלט מאכן
מיינע ציין און רעדן אפן און קלאר.
צו מאכן א לאאאאנגע משעה קורץ: איך האב געוואלט, אבער ס'נישט געלונגען, און איך זוך א איבערנעמער.
יעצט צו די פרטים. איך בין געווען פון די ערשטע מנהלים דא זיך צוצוכאפן צום "אידטיש פלאן", אויפגעברענגט צוערשט דורך @ווירקליך. נישט נאר האב איך געמאלדן די פולסטע גרייטקייט ארויסצוהעלפן, נאר איך האב מנדב געווען פון טאש דאס געלט אהערצושטעלן און אויפהאלטן דעם סייט, וועלנדיג מהנה זיין דעם עולם מיט א געשמאקע ווינקל.
אבער
מיין חלום איז געווען אז דאס גייט ארבעטן אזוי: @א קלער איז דאך פון אן אנדערע סאטמארע קהילה ווי מיר, האמיר שוין דא ביידע סאטמאר'ס. @רואיגער איז א באבוב'ער, האמיר שוין ווארשיינליך ביידע באבוב'ס כמעט פארזיכערט. @צייטווייליג איז א פארעווע בני יואל און @ווירקליך איז א פרא-אפסטעיט אקטיוויסט, ווידער @חצקל משמש איז א סיטי איינוואוינער, הקיצור ס'האט באמת אויסגעזען ווי אונז זעמיר געקאווערט פון אלע זייטן.
סוי דער חשבון איז געווען, איך גיי עס זאגן זייער אפן, איך האף
מיינע חברים וועלן נישט ברוגז זיין: אז ביז 2-3 חדשים פארמאכט זיך אייוועלט. ווער וועט נאך וועלן בלייבן אויף א "פארום" וואס ווערט אזוי בעיביש קאנטראלט? ביידע סאטמאר'ס ווערן קינדיש באהאנדלט, אלע קהילות ווערן זינלאז קאנטראלירט, בחצרות הקודש אשכול איז טפשות'דיג פארמאכט, הקיצור, דער עולם גייט זיכער אנטלויפן פון דארט אויף אייביג, און אידטיש "נעמט איבער" אייוועלט. נאר דערפאר בין איך אריין דערין.
מה עשה הקב"ה, אייוועלט האט צוריק געעפנט בחצרות הקודש; משומר האט געבלאקט אידטיש; מענטשן מאכן זייער שווער א טויש; און ווי היפאקריטיש ס'הערט זיך: די 'חסידי מהר״א' וואס פירן אייוועלט האבן ארויסגעלאזט מעסעדזשעס אז אידטיש איז כאילו א ארוניש'ע סייט; הקיצור, אסאך קליינע פרטים אינאיינעם אבער דער סך הכל איז: אייוועלט איז געבליבן אפן, און נאך מער אקטיוו און גרעסער ווי אידטיש!
אמת, ס'איז דא ווער ס'וויל דאס, ס'דא ווער עס וויל א רואיגערע פלאץ, כהאב שוין געהערט פון אסאך וואס קומען דוקא אהער נאר צוליב דעם אליינס אז ס'נעמט זיי אוועק ווייניגער צייט פון טאג, און אמת אז ס'איז דא ווער ס'האלט אז אזוי דארף עס זיין, און אמת טאקע אז דאס פלאץ איז פיין, ס'איז געשמאק, ס'ווערט געפירט מיט שכל און אנגענעם, אלעס אמת. אבער "איך" האב "נישט דאס" גע
מיינט. איך קען נישט אנגיין מיט א זאך וואס איז "די צווייטע אייוועלט". נישט דאס איז וואס כ'האב זיך גע'משל'ט בעפאר.
ממילא וואס וויל איך דא? סתם אויסגיסן
מיין ווייטאג? ניין. די ווייטאג האב איך איינגעהאלטן אפאר חדשים. און יא במשך די פאר חדשים האב איך יעדן טאג געטשעקט צו אייוועלט שטייט נאך... אפשר דאך... אולי ירחם... און גארנישט. סוי וואס איז יעצט? יעצט איז עס פשוט נוגע למעשה.
די פעימענט'ס פאר'ן סייט לויפן אויף
מיין קרעדיט קארטל, און איך האב מיך געמאכט ווי איך זע נישט. ס'געפארן און שוין. אבער יעצט האב איך געהאט א מעשה מיט א פאלשע טרענזעקשן, א לאנגע מעשה וואס איז נישט נוגע, און כהאב געמוזט בלאקן דעם קארטל און באשטעלן א נייע. קריג איך א נאטיפיקאציע פון @ווירקליך אז די סייט האט שוין א ווארענונג אז ס'גייט פארמאכט ווערן ווייל מ'דארף אפדעיטן די פעימענט מעטאד.
שוין. אריינלייגן א פרישע קארטל פאר א דורכגעפאלענע מיסיע? דאס שוין נישט. ממילא קום איך ארויף דא ברבים, און איך זאג קלאר אז כ'בין גרייט צו איבערגעבן די שליסלען. ווער עס וויל איבערנעמען די ספאנסערשיפ, און בשכר זאת וועט מיטקומען
מיין מנהל ניק, קען זיך אנרופן.
אויב איז אייער ציל געווען איבערצונעמען אייוועלט דאן זענט איר טאקע א דורכפאל דערווייל , אבער בעצם איז דא הונדערטער אידן וואס זענען זיך מחיה מיט דעם סייט סאו אויב האט איר געוואלט דעם געשמאקן אויסגעהאלטעננעם סייט דאן זענט איר א געוואלדיגע סוקסעס
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:54 pm
דורך אנדערער
אין קורצן. ווער וויל ווערן א מנהל פאר געלט? איך האב עס ארויס?
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:03 pm
דורך אלף טויב
אסמכתא האלטס נישט ביי אלף!!!
הער אויף!!!
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:05 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פון וויפיל $ רעדט מען?
נישט אז איך פלאן דיך צו איבערנעמען אבער...איך בין סתם נייגעריג...
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:10 pm
דורך דער תהלים איד
כ'וויל נישט טשעפענען, אבער דאך... הכי קרא שמו "אסמכתא בעלמא"?
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:12 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
אסמכתא טייערע, אויב האסטו טאקע געמיינט אז א נייע סייט קען רעפלעיסן אין 9 חדשים, א סייט וואס איז שוין אפען פאר ארום 15 יאר, זאלסטו מיר מוחל זיין, אז דו ביסט א טראמפיסט.
טראמפ האט אויך געמיינט אז זיין נייע סאושעל מידיע פלאטפארמע גייט אין נא"ו טיי"ם איבערנעמען טוויטער וואס איז שוין אפען ארום צוואנציג יאר.. למעשה די עולם איז דאך שוין מיד פון די צענזור דורך די לינקע חברה, די עולם זוכט שוין עפעס פריש....
מה עשה הקב"ה, טוויטער איז איבערגענומען געווארן דורך א רעכטע אקטיוויסט, די פלאטפארמע איז שוין נישט אזוי לינק ווי אמאל.... מען מעקט שוין נישט אזוי די אלע רעכטע זאכן, ועוד עס איז שווער פאר מענטשן צו מאכן א טויש, הקיצור, אסאך קליינע פרטים אינאיינעם אבער דער סך הכל איז: טוויטער איז געבליבן אפן, און נאך מער אקטיוו און גרעסער ווי טרוּט.
איין חילוק צווישן דיר און טראמפ:
טראמפ גיט נישט אויף, און דו.....
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:13 pm
דורך אלטער
April 1?
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:15 pm
דורך שמייכלדיג
ווירקליך האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 6:49 pm
פארוואס מענטשן קומען נישט אהער פון אייוועלט? אונזער ציל איז נישט געווען אריבערצושלעפן די אייוועלטער אהער... מיר וואלטן לייכטערהייט געקענט אנפירן אזא קאמפיין וואס אייוועלט האט געפירט אין זיינערצייט אוועקשלעפנדיג מענטשן פון היידפארק, מיר וואלטן געקענט איינשפאנען אלע חברי המערכת אריבערצוברענגען כאטש זייערע נאנטע און חברים, אבער מיר האבן דאס נישט געטון. איך האב גענוג פריינט וועם איך וואלט געקענט אריבערברענגען אהער, אבער אין גם אחד, קיין איינער פון זיי, האט נאכנישט באקומען פון מיר אפילו א לייכטע בקשה אריבערצוקומען.
און די סיבה איז ווייל מיר זוכן נישט צו קאנקורירן מיט אייוועלט, פארקערט, אונזער אריגינעלע ציל איז געווען צו זיין קליין, און וועסט לאכן אויב איך וועל דיר צייגן אונזערע מעסעדזש אויסטוישן איידערן עפענען, וויפיל ניקס מיר האפן צו האבן ביז א יאר...
אזוי אויך איז נישט מענטשליך צו גיין אונטערהאקן אזא געוואלדיגע סייט ווי אייוועלט. מיר האבן גארנישט קעגן זיי.
און דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן קומען נישט אהער. אידטיש איז נישט קיין דירעקט אלטערנאטיוו צו אייוועלט (לעת עתה עכ"פ זיכער נישט) נאר א באזונדערע זאך, און ס’פארשטענדליך אז הונדערטער אידן טרעפן אויף אייוועלט זאכן וואס דא טרעפט מען נישט. צי איז דאס וועלטליכע נייעס (איך פערזענליך גלייך מער די נייעס דא, טאקע ווייל ס’ווייניגער, סמוד, און נישט פול מיט כל מיני דעבאטעס וכו’, אבער יעדער איז אנדערש), הילף, וכדומה.
(אגב, מיר האבן געהאט איינער וואס האט זיך אנגעטראגן צו אריבערברענגען ק"פ אלע אינטערסאנטע נייעס פון אייוועלט, אבער מיר האבן אפגעזאגט, כנ"ל, מיר זענען נישט דא צו האקן אייוועלט)
אידטיש איז מער געמאכט פאר שמועסן, ארטיקלען, לייכטע שמועסן, און "אויך" נייעס און הילף (עגעין, אלעס קען ווערן מער און בעסער עווענטועל, אבער די יסוד איז דאס)
און, יא, משומר איז א שטארקע פאקטאר דא, ווייל דאס האלט אפ דעם סייט פון זיין קאלירפול באלאנסירט. דער פאקט איז אז משומר האט א קאנטראל מאכט, און זיי ווייסן עס אויך...
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:16 pm
דורך צייטווייליג
@אסמכתא בעלמא טייערער. כבין בלויז אהערגעקומען אדעתא דהכי אז דו ביסט דער עומד על גבי.. כבין גארנישט זיכער אז כבלייב איבער טאמער עמיצער אנדערש נעמט עס איבער, סיריעסלי.
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:17 pm
דורך שבת קודש
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 12:43 pm
אייוועלט איז געבליבן אפן, און נאך מער אקטיוו און גרעסער ווי אידטיש!
אמת, ס'איז דא ווער ס'וויל דאס, ס'דא ווער עס וויל א רואיגערע פלאץ, כהאב שוין געהערט פון אסאך וואס קומען דוקא אהער נאר צוליב דעם אליינס אז ס'נעמט זיי אוועק ווייניגער צייט פון טאג, און אמת אז ס'איז דא ווער ס'האלט אז אזוי דארף עס זיין, און אמת טאקע אז דאס פלאץ איז פיין, ס'איז געשמאק, ס'ווערט געפירט מיט שכל און אנגענעם, אלעס אמת. אבער "איך" האב "נישט דאס" גע
מיינט. איך קען נישט אנגיין מיט א זאך וואס איז "די צווייטע אייוועלט". נישט דאס איז וואס כ'האב זיך גע'משל'ט בעפאר.
ס'איז דא טערעפי פאר דעם
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:17 pm
דורך yidtish
@אסמכתא בעלמא , גוט צו הערן פון דיר. נעווער מיינד דיין קארטל, א כפרה אויף דעם, אבער מיינע מעסעדזשעס ווען ס'איז געווען כאאס דא וואלטסטו געמעגט ענטפערן.
באמת איז עס מיין שולד, דיין ברודער האט מיר געווארנט ביים עפענען אז דו ביסט אזא בא'גיסטע'טע מענטש און דו קענסט היינט זיין ווארים דערפאר ווייל עפעס ברענט דיר, און מארגן ארויסטשעקן.
אבער, נישט פאר דעם האבן מיר א פריוואטע חברי המערכת גרופע? אזא זאך מוזטו קומען אויספויקן ברבים?
און איך שרייב דיר צוריק ברבים, ווייל די מעסעדזשעס פון אזעלכע וואס ווילן דיר איבערנעמען פליסן אריין. האסט מיר געפרעגט בעפאר צי איך בין גרייט צו נעמען א צווייטן במקומך? נישט אז איך בין נישט גרייט, איך בין גרייט צו טון אלעס פאר די הצלחה פונעם סייט, אבער כבעט דיך... דאס איז נישט קיין מהלך.
איך וואלט געראטן זאלסט עס איבערטראכטן, ווארט ביז מארגן, שלאף עס איבער, און דאן טראכט צי דו ביסט טאקע דערביי. כאפ נישט קיין הייסע לאקשן (גענוג דאס כאפן הייסע לאקשן ביים עפענען... דארפסט עס נישט צומאכן אויף אזא וועג...)
(פאר דו רעדסט ווייטער וועגן דיין קארטל, אויב ווילסטו נעמען די גאנצע קרעדיט, שיק מיר ביטע א קוויקפעי פון די ערשטע ריזיגע סכום צו עפענען דעם זייטל וואס איך האב באצאלט)
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:18 pm
דורך yidtish
צייטווייליג האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 1:16 pm
@אסמכתא בעלמא טייערער. כבין בלויז אהערגעקומען אדעתא דהכי אז דו ביסט דער עומד על גבי.. כבין גארנישט זיכער אז כבלייב איבער טאמער עמיצער אנדערש נעמט עס איבער, סיריעסלי.
כ'ווייס נישט פארוואס, גלייך ווען כ'האב געזען וואס ער שרייבט האב איך געקלערט אז איך געב דיר איבער זיין ניק אן אים איבערפרעגן אפילו.
אגב, ווען דו האסט מיר געזאגט אז דו קומסט נאר אהער וועגן מיר און איך זאל האלטן אסמכתא אין די ראמען האסטו געשפילט אויף מיר? אדער יעצט שפילסטו אויף אים?
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:19 pm
דורך צייטווייליג
yidtish האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 1:17 pm
@אסמכתא בעלמא , גוט צו הערן פון דיר. נעווער
מיינד דיין קארטל, א כפרה אויף דעם, אבער
מיינע מעסעדזשעס ווען ס'איז געווען כאאס דא וואלטסטו געמעגט ענטפערן.
באמת איז עס
מיין שולד, דיין ברודער האט מיר געווארנט ביים עפענען אז דו ביסט אזא בא'גיסטע'טע מענטש און דו קענסט היינט זיין ווארים דערפאר ווייל עפעס ברענט דיר, און מארגן ארויסטשעקן.
אבער, נישט פאר דעם האבן מיר א פריוואטע חברי המערכת גרופע? אזא זאך מוזטו קומען אויספויקן ברבים?
און איך שרייב דיר צוריק ברבים, ווייל די מעסעדזשעס פון אזעלכע וואס ווילן דיר איבערנעמען פליסן אריין. האסט מיר געפרעגט בעפאר צי איך בין גרייט צו נעמען א צווייטן במקומך? נישט אז איך בין נישט גרייט, איך בין גרייט צו טון אלעס פאר די הצלחה פונעם סייט, אבער כבעט דיך... דאס איז נישט קיין מהלך.
איך וואלט געראטן זאלסט עס איבערטראכטן, ווארט ביז מארגן, שלאף עס איבער, און דאן טראכט צי דו ביסט טאקע דערביי. כאפ נישט קיין הייסע לאקשן (גענוג דאס כאפן הייסע לאקשן ביים עפענען... דארפסט עס נישט צומאכן אויף אזא וועג...)
(פאר דו רעדסט ווייטער וועגן דיין קארטל, אויב ווילסטו נעמען די גאנצע קרעדיט, שיק מיר ביטע א קוויקפעי פון די ערשטע ריזיגע סכום צו עפענען דעם זייטל וואס איך האב באצאלט)
100% פראצענט.
האמת אגיד, כשטיי און אין כ’שטוין.
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:20 pm
דורך שמייכלדיג
די פורים שפיל וואלט געווען מער אין פלאץ א וואך צוריק...
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:20 pm
דורך צייטווייליג
yidtish האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 1:18 pm
צייטווייליג האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 1:16 pm
@אסמכתא בעלמא טייערער. כבין בלויז אהערגעקומען אדעתא דהכי אז דו ביסט דער עומד על גבי.. כבין גארנישט זיכער אז כבלייב איבער טאמער עמיצער אנדערש נעמט עס איבער, סיריעסלי.
כ'ווייס נישט פארוואס, גלייך ווען כ'האב געזען וואס ער שרייבט האב איך געקלערט אז איך געב דיר איבער זיין ניק אן אים איבערפרעגן אפילו.
אגב, ווען דו האסט מיר געזאגט אז דו קומסט נאר אהער וועגן מיר און איך זאל האלטן אסמכתא אין די ראמען האסטו געשפילט אויף מיר? אדער יעצט שפילסטו אויף אים?
כהאב דיר געענטפערט אויפן דעזיגנירטן אחראים אינטערן טישל, סבאלאנגט נישט אין פאבליק אזא דועל. כקען נישט פארשטיין.
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:21 pm
דורך שמייכלדיג
ווירקליך האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 12, 2024 11:53 pm
מיר זענען נישט די כלל ישראל פלאטפארמע וואס מוז זיך קענען ספראווען מיט משוגעים, ס’דא א צווייטע פלאטפארמע וואס לשבחם יאמר זיי טוען א געוואלדיגע פענאמענאלע דזשאב מיט דעם, זיי האבן א סטרוקטור געבויט דירעקט מיט שטארקע צוימען צו קענען אקאמאדירן אויך שוואכע הערצער, און מיר האבן געזוכט צו זיין מער ווי דער קליינער שוהל וואו די מתפללים קענען יא מאכן פורים א גרויסע סעודה אינאיינעם... ס’טאטאל אנדערש ווי א גרויסע ביהמ"ד.
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:21 pm
דורך פייל און בויגן
סאום האו קלינגט ביי מיר די פאולס אלארם....
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:24 pm
דורך Spa 42
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 1:05 pm
פון וויפיל $ רעדט מען?
נישט אז איך פלאן דיך צו איבערנעמען אבער...איך בין סתם נייגעריג...
נאך א קליינע זוך אויפן געוועב, שטעלט זיך ארויס אז די פלאטפארמע איז בחינם....
https://www.google.com/search?q=is+phpb ... e&ie=UTF-8
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:24 pm
דורך אני-הק'
אידטיש שטייט נאך, מסתמא האט איינער אריינגעלייגט זיין קרעדיט קארטל אן פייל. די שאלה איז נאר ווער?...
-
האקט
-
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:25 pm
דורך צייטווייליג
Spa 42 האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 1:24 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 1:05 pm
פון וויפיל $ רעדט מען?
נישט אז איך פלאן דיך צו איבערנעמען אבער...איך בין סתם נייגעריג...
נאך א קליינע זוך אויפן געוועב, שטעלט זיך ארויס אז די פלאטפארמע איז בחינם....
נאט נייס. א גאנצע שטאב האט דאס ארויפגעארבעט און אריינגעלייגט אין דעם בלוט און שווייס. יעצט ניטאמאל פארקויפן קען מען עס? סאיז נישט ריכטיג מצידך.
נאכאמאל. איינמאל איך גיי בינעך דאך שוין נישט קיין נוגע בדבר, כרעד ערנסט גערעדט.
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:26 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Spa 42 האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 1:24 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 1:05 pm
פון וויפיל $ רעדט מען?
נישט אז איך פלאן דיך צו איבערנעמען אבער...איך בין סתם נייגעריג...
נאך א קליינע זוך אויפן געוועב, שטעלט זיך ארויס אז די פלאטפארמע איז בחינם....
די דזשאוק שטימט נישט...
Re: ווילסט מיך איבערנעמען?
געפאוסט: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:27 pm
דורך אלטער
דאס איז נישט די hosting...