דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 8:46 pm
יעצט צום ענין, וואס ס'הייסט
מייקר השער.
ס'איז זייער שווער צו זאגן, ווייל ס'איז נישטא קיין פרייז וויפיל עס קאסט א סקווער פיס פאר'ן בילדער, אחרי ככלות הכל. דער בילדער אליינס קען דאס נישט וויסן ביז נאכ'ן ענדיג בויען. און ווער ס'זאגט אז ער ווייסט איז א סימן אז ער האלט נאך פאר'ן זיך אויסגליטשן. איך גיי נישט דא מאכן די בילדער פאר א רחמנות, זיי מאכן ב"ה געלט. אבער צו שטעלן זאכן אין פראפארץ, פעלט דער עיקר שליסל: וויפיל קאסט עס עכט.
יעצט, ס'איז יא דא א יערליכע סטעיט-באשטימטע פרייז וויפיל עס קאסט א סקווער פיס, וואס דער ק"י ווילעדזש עפארדעבל געזעץ איז געבויט אויף דעם. אבער דאס איז נאר גוט ווען דו רעדסט פון 20% דירות, און דו זאגסט פאר'ן מוכר "אלע דיינע איבריגע קאסטן און רווחים נעם פון די איבריגע. די 20 פראצענט מאך דערויף בלויז די הארד בילד קאסט".
אבער אויפ'ן גאנצן פראיעקט קומט אריין אן א שיעור זאכן. למשל, ווען מ'הערט אז באבוב בויט א שול פון 100 מיליאן דאלאר. קען מען פרעגן "וואס קאסט דא 100 מיליאן???" לאמיר רעכענען! ס'איז אזויפיל סקווער פיס, אזויפיל צעמענט, אזיופיל האלץ, אזויפיל לעקטעריק און פלאמבינג, איך קום אן צו 20 מיליאן ברייט! דער בויער גייט זיכער ארויס מיט 80 מיליאן אין טאש"... די איינציגסטע סיבה פארוואס קיינער רעכנט נישט אזוי, איז ווייל ס'איז נישט נוגע קיינעמס טאש פאר'ן לעבן, ממילא קען מען טראכטן מער רעאליסטיש. יא בויען איין בילדינג קאסט מיליאנען.
נאר וואס דען. למעשה בעטן די בויער אין די הימלען אריין. זייער אסאך דעוועלאפער מאכן אסטראנאמישע רווחים, וואס מ'קען זייער שווער זאגן אז דאס איז נישט בגדר
מייקר השער!
איז וואס טוט מען? זאלן די דעוועלאפער האבן אן אויווערסייט קאמיטע ביי זיך אין אפיס וואס קאנטראלירט די ביכער? גוטע איידיע, אבער דעמאלס איז נישטא מער קיין דעוועלאפער אוועילעבל... פונקט ווי איך נעם נישט אן אזאנס ביי מיר אין אפיס, און דו נעמסט נישט אן אזאנס ביי דיר. קאמוניזם ארבעט נישט, איינער האט שוין פרובירט.
דער אמת'ער וועג אין
מיינע אויגן וואלט געווען, ווען מ'זאל זיך קענען אראפזעצן מיט יעדע דעוועלאפער, און מאכן א שאצונג וויפיל עס קאסט אים די לאט, וויפיל עס גייט אים קאסטן אינפראסטרוקטור, וויפיל עס גייט קאסטן די בויען אליינס, און אלעס ארום, פלאס צולייגן א מארדזשין אף עראר פון 5-10 פראצענט, און דאן צולייגן וויפיל ס'איז דשי אנגענומענע פראצענט רווחים אין די ביזנעס וועלט, למשל אז די ארבעט גייט דויערן 4 יאר, גייסט אינוועסטן 100 מיליאן, וויפיל דארפסטו מאכן די געשעפט זאל זיך האבן געלוינט? 10 פראצענט? 20? לייג דאס צו, און אזוי באשטים דיין פרייז.
דאס וואלט געווען שכל'דיג לדעתי.
נאר,
מיין שאלה בלייבט 2 זאכן:
1) וואסערע בענעפיט גיבסטו דעם בויער אז ער זאל זיך וועלן אראפזעצן מיט דיר?
2) לויט די היסטארי פון צופרידנהייט ביי ביליגע פראיעקטן וד"ל, ווער גייט נעמען אויף זיך צו הייסן דער רשע ביין מאכן יענע פרייזן?
ס'איז דא נאך אסאך צו טראכטן, אבער דאס איז וויפיל ס'איז דערווייל נראה לעניית דעתי.