בס"ד - א זיידענע זונטאג | געדאנקן, אבזערווירונגן, קרישקעלעך | #2 | א' ויקרא תשפ"ו | רבותי, ס'איז בין הזמנים!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
זיידענע העמדל
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:08 pm
x 64

בס"ד - א זיידענע זונטאג | געדאנקן, אבזערווירונגן, קרישקעלעך | #2 | א' ויקרא תשפ"ו | רבותי, ס'איז בין הזמנים!

פאוסט דורך זיידענע העמדל »

בס"ד

א גוט מארגן און א גוט יאר! מיר האפן אז אייער שבת איז געווען מעין עולם הבא, און איר האט זיך גוט אויסגערוהט אזוי ווי עס דארף צו זיין מיט פיל ענערגיע פאר א פרישע וואך מיט א פרישע זיידענע זונטאג באריכט, מיר האפן אויף אייער הנאה, און פרובירט ביטע צו מאכן א הנאה צוגלייך פאר די שרייבער פון די שורות, און אויב איר האט הנאה פונעם ארטיקל דאן ביטע דרוקט דעם לייק קנעפל און לאזט איבער אייער פרעזענליכע דאנק ווערטער וואס ווי פארשטענדליך געט דאס דעם מוט אייך ווייטער צו מהנה זיין בעזר השם מער און מער.
-
1.
עס איז נישט צום גלייבן ווי די טעג לויפן אין א שנעל-לויפנדע טעמפא וואס איז שוין נישט געווען אינעם וועלט'ס היסטאריע, און דאס דערמאנט מיר וואס מען פלעגט זאגן אז די יארן לויפן אבער רבונו של עולם, וויאזוי שטיפט מען די טעג… אבער היינטיגע צייטן איז א וועלט וואס אפי' די טעג לויפן אדורך מיט א שטארקע שנעלקייט און כלל ישראל יאגט זיך און לויפט זיך, ב"ה פאר דעם. א גוטזאגער האט טאקע אמאל געלאזט הערן א קלוג ווארט, אז די גאנצע לויפן וואס גייט פאר היינטיגע צייטן איז פשוט אז מען לויפט אנטעקגן משיח, און זאל ער שוין טאקע קומען בקרוב במהרה.
אין ישיבה קטנה אלץ א קליין בחור'ל אין שיעור א' געדענק איך ווי פון אונהויב חודש שבט פלעגן מיר אריבערגיין מיט די חברותות אז אט אט איז שוין די גליקליכע בין הזמנים וואס מען קוקט שוין ארויס בכליון עינים נאכפאר מען האט אונגעהויבן די זמן. און די נוסח אז "פון נעקסטע וואך איז שוין ממש סוף זמן" איז געווען שגר בלשונינו ווען יעדע וואך איז געווען די רעדע אז נעקסטע וואך איז עס טאקע, אבער באמת טאקע.
ווער רעדט נאך ווען די טעג האבן זיך גערוקט נענטער און נענטער און מען איז שוין מיט מזל און גליק אונגעקומען צום מינוט וואס די מנהל וועט אויפטרעטן מיטן 'סגירה' דרשה לקראת ימים הבאים, אויסעגלויבט און אופגעדאנקט די מגידי שיעורים, הנהלה און תלמידים אויף דעם סוקסעספולע זמן וואס איז געווען עפעס שלא מעלמא הדין. און די רעדע האט זיך געשלאסן אז די באסעס קומען אן אין געצייעלטע מינוטן אהיימצוטראגן די פארזאמעלטע.
די קומענדיגע טעג איז געשפירט געווארן ווי זמן חירותינו מלוא מובן המילה. מען האט שוין אויסגעפארעמט די קלארע פלענער מיט יעדן לעצטן דעטאל איבער יעדן טאג פונעם חודש. און אט אט הויבט זיך אן די גרויסע שמחה, געגאנען!
-
ויהי ערב ויהי בוקר - די ערשטע טאג בין הזמנים איז דא; די בחור'ל קומט אריין און שול דאווענען שחרית ווען ביי דעם פאל ואלט געווען א גוטע און ריכטיגע פלאץ צו דערמאנען אלע חשובע מתפללים אין ביהמ"ד - וגם אני בתוכם, אז גערעכט אז אונז האבן אונזערע כרגיל'דיגע זיץ פלעצער אין ביהמ"ד ווי דארטן רעכטן אונז אונזערע תפילות ווען מיר קומען אין דעם שול.
יעצט אבער ווען עס קומען פרעמדע געסט אין ביהמ"ד וואס ווייסן נישט צו זאגן פון די מסודר'דיגע פלעצער, וואלט געווען ריכטיג צו האלטן א וואכזאם אויג אפען און געדענקן אז ווען מיר זענען אים מוותר זיין פלאץ, אגם וואס באמת איז דאס נישט זיין'ס און נישט זיין טאטן'ס, אבער אז מיר געבן אים דאס בטוב לב וועט אונזערע תפילות האבן א עקסטערע חשיבות אין הימל, דאס אז וואס באמת איז אונזער'ס און מיר טרעפן נישט קיין פרעמדע געסט על פי רוב ווי גרויס די יאר איז, יעצט אבער ווען בין הזמנים ווערט איבערגעפילט די ביהמ"ד און מיר וועלן זיך האלטן צו אונזערע זייטן און אים לאזן דעם פלאץ איז די שכר פאר דעם העכער ווי אלע ערווארטונגען, זאל טאקע הקב"ה אונעמן לרחמים ולרצון אונזערע תפילות, אמן!
אז מיר דיסקוסירן שוין בין הזמנים לארכה ולרחבה וואלט נישט געווען מער ווי פאסיג ארויסצוברענגן אין קורצע שורות די גרויסע המפכה וואס האט זיך געשאפן אין די לעצטערע יארן אז ממש יעדע איינציגסטע ביהמ"ד פרעזענטירט מיט זיך רייכע בין הזמנים פראגראמען פאר די חשובע בחורים, אזש אז די בתי מדרשים אין די פרייע בין הזמנים טעג זענען אונגעפילט ממש מן הקצה אל הקצה, פיל מאל געב איך מיר א כאפ אריין אין ביהמ"ד כאפן א מנין מנחה א. ד. ג. אינמיטן די ישיבות בין הזמנים סדרים און עס איז א אומגלויבליכע בילד וואס ווערט באוויזן אינפארענט פון די אויגן, עס איז ממש נישט דא קיין איבריגע זיץ פלאץ (!), אשרינו אז מיר האבן זוכה געווען צו אזא דור!
פיל מאל הערט מען אידן זיך אופרעדן אז היינטיגע צייטן איז דא די שוואכע דורות ליידער און ווי מיר האלטן, מיר פארגעסן אבער צומאל אז ווי די שטאפלען פון תורה, חסד און נאך פיל זאכן האלטן היינטיגע צייטן איז א ברעכנדע היסטאריע וואס איז שוין נישט געווען אין כלל ישראל'ס הונטערגרונד. אשרינו ומה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו!

2.
די ווארעמע ווערטער וואס זענען אריינגעשיקט געווארן סיי אין פובליק און סיי אין אישי איבער דעם ערשטע 'א זיידענע באריכט' אויפלאגע, האט געלאזט וויסן בסייעתא דשמיא אויף די קענטיגע הנאה וואס די פראגראם האט זיי ב"ה געשאפן, און ווי פארשטענדליך איז נאך דא א וועג צו גיין, און מיר האפן בסייעתא דשמיא ווייטער און ווייטער זיך צו ארויפציען אויפן לייטער.
קאמפלימענטן איז ווי איבריג צו זאגן אז מיט דעם קען מען אויפבויען א מענטש, א פראיעקט, ביזנעס געשעפטן, ידידים און אלעס ארום און ארום. יעדע גוט ווארט און ווארעמע שמייכל וואס מען גיסט ארויף אויף די פנים'ער פון אייער ארומיגע איז נישט קיין שום ספק אדער חקירה אז מיט דעם קען מען מאכן א מהפכה אין א לעבן פון א מענטש און אים ארויפברענגען ביזן העכסטן שטאפל אין יעדן הינזיכט שייך.
ווען א מענטש שפירט די ווארעמקייט וואס זענען געפעקלט אין די גוטע ווערטער וואס איר געט זיי, דאן קען מען מקיים זיין בהידור רב דעם "כל המציל נפש אחת מישראל, כאילו קיים עולם מלא", איר דארפט נישט זיין קיין הצלה מעמבער אויפצולעבן א מענטש אויף אן אויסערגעווענליכע פארנעם.
א איד האט מיר דערציילט מיט א שטיק צייט צוריק, אז איינער פון די פריאמענירטע רבנים נאכן חתונה מאכן א קינד למז"ט האט די קהילה אלץ א הכרת הטוב מיטל צוגעטשעלט א שבע ברכות ברוב פאר והדר כיד המלך כסעודת שלמה בשעתו, דורכאויס דעם רייכע פראגראם האבן אויפגעטראטן א רייע פון די ראשי הקהילה און פני העדה ארויסגעברענגענדיג איינער נאכן צווייטן מיט לויב און דאנק ווערטער דעם חשובן רב וואס געט זיך איבער מיט זיין גאנצע נפש רוח ונשמה פאר די קהילה למען הכלל והפרט.
שפעטער אינעם מעמד האט די רב גענומען דעם מייק אין האנט רעדן אפאר ווערטער לכבוד היום און לכבוד דעם גרויסן שמחה. גלייך צום אונהויב האט די רב געמאכט אויפמערקזאם דעם כלל און אויסגעזאגט איינער פון די גרויסע סודות און מגלה געווען דעם אמת, אז יעדער האט ליב קאמפלימענטן, און אויך ער - יא, די רב וואס איז בקי בכל מכמני התורה ישר והפוך, אויך ער האט באמת הנאה פון די ווארעמע קאמפלימענטן און שיינע דאנק ווערטער וואס מען האט פאר אים געגעבן.
א ענליכע מעשה דערציילט מען אויף איינער פון די פריעדיגע רבי'ס ביי כלל ישראל, וואס נאכן ערשיינען מיט א פרישע ספר האבן איינער פון די חסידים אריינגעקומען צום רבי און דערציילט מיט א שמחה ווי שטארק ער געניסט פונעם רבין'ס ספר. די רבי נאכן הערן דברים היוצאים מן הלב האט די רבי אויפגעלאכטן און די רבי האט אים הארציגע אופגעדאנקט פון די טיפעניש פון זיין הארץ און אים מסביר געווען אז ער אלץ רבי איז אויך איינער מיט געפילן, און ער אזוי ווי אלע האט גאר שטארק הנאה פון די ווארעמע דברי חיזוק און קאמפילענטן וואס אידן געבן אים און דאס געט אים א געשמאקע שטופ צו ווייטער אויפטון למען הכלל והפרט.
דאס אלעס ברענגט אונז צוריק צום זעלבן לעקציע וואס איז אויסגעשמועסט געווארן פריער, אז גוטע ווערטער פאר א חבר אדער קרוב קען אים אויפשיינען אין אלע גלידער פון אינדרויסן און פון אינעווענדיג. און קען אים דערהייבן אויף אופנים וואס איז אויפן העכסטן. אפילו קליינע חיזוק ווערטער דא און א דארט, צו זאל עס זיין מיט א ברייטע "גוט מארגן" מיט א ווארעמע שמייכל, אדער זאל עס זיין מיטן כאפן א שמועס מיט א חבר פאר פינעף / צען מינוט און זיך נאכפרעגן פשוט זיכער צו מאכן אז אלעס גייט אים אין ארדענונג, דאס אלעס קען בעז"ה ברענגען אומגעראכטענע רעזולטאטן אויפן העכסטן פארנעם שייך.
רבותי, לאמיר נעמן דעם איין מינוט צייט, און די שכר איז א געלוינטע געשעפט וואס לוינט זיך סיי בזה און סיי בבא. א קאמפלימענט קאסט נישט קיין געלט.
*
3.
אין די ראמען פון 'עמוד היומי' שע"י דרשו איז געווען לעצטע וואך א מורא'דיגע שטיקל גמרא וואס איז נוגע פאר יעדע איד פון כלל ישראל און לוינט זיך מיטצוטיילן מיר אונזערע געטרייע ליינער, א מורא'דיגע ווארט וואס וואלט געשטימט צו זיין א מאמר פון איינער פון די חסידיש'ע ספרים, א שטארקע לעקציע און עס טראגט מיט זיך א אבנערמאלע אינספעראציע און חיזוק פאר יעדע מצב און פאר יעדן מינוט.
-
ווער וויל דען נישט השראת השכינה אויף זיך, דאס איז עפעס וואס ברענגט מיט זיך די גרעסטע קוואל פון השפעות, ווארשיינליך די שכינה הקדושה נעמט אייך ארום, עס איז א מורא'דיגע ברכה וואס לכאורה לויט אונזער מהלך המחשבה - עכ"פ לויט מיך, וואלט מען געדארפט נעמן דעם וואנדער שטעקן צו גיין גלות ליידן פאר עטליכע יאר, עסן אפאר ברעקלעך ברויט א טאג, מאכן סיגופים און תעניתים טאג טעגליך, מאכן גלגול שלג אויף יעדן שניי וואס פאלט און יעדען סיגוף וואס קען נאר נישט קומען אין באטראכט און ערשט נאכן מאכן א תענית חלום קען מען זוכה זיין צו ענהאלטן די גרויסע זכי' פון השראת השכינה וואס באגלייט מיט זיך כל מיני השפעות טובות שבעולם.
אלזא, פאר אייך אלע וואס האבן די זעלבע מחשבה אין אייערע געדאנקען ווי מיר אז דעם רעצעפט פעהלט זיך אויס פאר השראת השכינה, האב איך אייך הייסע ווארע און ברעכנדע נייעס אייך צו ברענגען צום טיש. זעצט אייך ארופ כדי איר זאלט נישט פאלן, און שפיצט אייך אן די אויגן און אויערן אריינצונעמן די פאלגענדע שטיקל גמרא:
עס שטייט אין פרק ערבי פסחים - די צענטע פרק פון מסכת פסחים א גאר אנדערע רעצעפט פארן גרויסן מתנה אז די שכינה זאל זיין צוזאמען מיט אייך בכל עת ובכל מצוא, די פראצעדור נעמט נישט אריין קיין סיגופים, גלות ליידן, ווייניג עסן, גלגול שלג אדער זיך שפייזן דורך די איבערבלייבענישן וואס קומען אין שול ערב פסח. אפי' א תלמיד חכם וואס זיצט מעת לעת מיט די גמרא אין די האנט און איז עוסק אין די שווערסטע סוגיות נאכאנאנד דארפט איר נישט זיין.
אידעלעך, עס איז גאר עפעס אנדערש, צו באקומען השראת השכינה איז דא נאר איין איינציגסטע זאך און מיט דעם קומט מיט 'השראת השכינה', אט איז וואס איר דארפט פשוט האבן; שמחה!, פשוט שמחה און זיין בשמחה, אוועקווארפן דעם עצבות אין שאול תחתית אריין און נאר אנהאלטן אין זיך דעם מידת השמחה און מיט דעם שמחה ברענגט דאס מיט זיך א השראת השכינה בכל אשר תפנה ותלך צו מצליח זיין אייביג און אלעמאל.
עס איז באקאנט וואס צדיקים זאגן נאך אז יעדע וועג צו מתפלל זייין אויבן אין הימל האט א שער וואס קען ווערן פארשלאסן, חוץ דעם שער הדמעות וואס אויף דעם ווערט געשריבן אז שערי דמעות לא ננעלו, און אז דעם שער בלייבט שטענדיג אפען. אנדערש אבער ווערט געשריבן ביי שמחה, אז מתפלל זיין דורך די מידת השמחה האט ניטאמאל קיין שער אויבן אין הימל, און אט די תפילות גייען גלייך ארויף אויבן אין הימל גראד צום כסא הכבוד אויסצו'פויעלן שטענדיג וואס אימער מען דארף.
-
אונז וועלן מיר נישט לייקענען, און מיר ווייסן אלע אז די מידת השמחה איז טאקע נישט אלעמאל די גרינגסטע מידה צו זיך פירן, און עס קען קומען באגלייט מיט כל מיני נסיונות און שוועריגקייטן, דא געשעהנט דאס נישט ווי מען האט געפלאנט, דארט ווערט עפעס אנדערש, און אזוי קען מען ווערן זייער שנעל פראסרערטירט, אונגעצויגן און אוממוטיג פון אונהאלטן די מידת השמחה און זיך האלטן אינגאנצל פרייליך און גוטמוטיג.
ספעציעיל אין אזא צייט אין יאר וואס טראגט מיט זיך גאר א שטארקע פרעשו"ר, סיי אין שטוב מיטן זיכער מאכן אז די שטיבער זענען אינגאנצן ברעקל ריין און די קינדער דרייען זיך נישט אין פלעצער ווי מען דארף נישט און זענען שוין גרייט אריינצונעמן דעם יו"ט פסח, און סיי דארף מען א ספעציעילע גרויסע שפע פון פרנסה צו קענען דעקן די אומגעהויערע קאסטן וואס אזא יו"ט ברענגט מיט זיך.
דא דארפן מיר נעמן אין באטראכט וואסערע בענעפיטן מיר פארדינען אלץ מיטן זיך האלטן בשמחה און אין א גוטע גיסטע, די שכינה אליין וועט אייך ב"ה באגלייטן אויף יעדן טריט און איר וועט האבן דעם שכינה מיט אייך ווי איר וועט זיך געפינען, וואס בעסער קען ווען זיין ווי ווען די שכינה הקדושה אליין דרייט זיך מיט אייך אויף יעדן ריר. ווי א גוטע איד האט אויפגעהאנגען א צעטיל אויף זיין טיר "ווען איר קומט אריין אין שטוב לאזט די עצבות אינדרויסן, און גייט אריין מיט א שמייכל און שמחה".
ווי פאסיג קומט אריין די עמוד היומי גמרא ספעציעיל יעצט אין חודש אדר אשר מרבין בו שמחה, איז יעצט א ספעציעילע צייט זיך צו נעמן און זיך עקסטער שטארק מתגבר זיין אז יהי' אשר יהי' און מען וועט בעזרת השם צולייגן אן עקסטערע געוויכט זיך צו האלטן די מערסטע בשמחה שייך. ווי די וועלט זאגט אז שטויב איז נישט קיין חמץ און די קינדער זענען נישט קיין קרבנות, און מען דארף עקסטער אופהיטן זיי זאלן נישט שפירן ווי דעם אויסגעבונג קנעפל יעדע מאל די נערוון פון די עלטערן האלטן ביים פלאצן. מען פרובירט די מערסטע צו האלטן ריין און שיין די הויז, און השי"ת וועט אונז זיכער העלפן אז מען זאל בסייעתא דשמיא נישט טרעפן קיין שום חשש חמץ אין אונזערע הייזער דורכאויס פסח, און מען זאל שוין זוכה זיין צום ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים בהאי שעתא ונאמר לפניו שירה חדשה!

א זיידענע זונטאג מיט הצלחה און ברכה!
א געבענטשטע און א פרייליכע וואך!
ווי עס וואונטשט, זיידענע העמדל.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3572
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4338

Re: בס"ד - א זיידענע זונטאג | געדאנקן, אבזערווירונגן, קרישקעלעך | #2 | א' ויקרא תשפ"ו | רבותי, ס'איז בין הזמנים!

פאוסט דורך אנדערער »

טייערע ווערטער
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט