אין 1962 האט די אמעריקאנער קאנגרעס אוועקגעשטעלט אז די אמעריקאנע מיליטערישע פליגער קלאסיפיקאציע זאל ארבעטן אויף א סדר.
אז יעדע קאטאגאריע האט א ABC, יעדע מאדעל האט א נאמבער, און יעדע ווערסיע האט א ABC, און נאכדעם האט יעדע מאדעל א צונאמען,
למשל די F15E סטרייק איגעל, F מיינט פייטער, 15 איז די מאדעל, און די E איז די ווערסיע ווייל די עף 15 האט אפאר ווערסיעס ( די A,B,C,D,E,און די נייעסטע EX), און סטרייק איגעל איז די צונאמען (א איגעל איז א אדלער, און סטרייק איגעל מיינט אז די F15 איז ווי א מאכטפולע פארציקנדע פויגל), אדער די E2D הוקאיי, E מיינט ספעשל עלעקטראניק, 2 איז די מאדעל, D איז די ווערסיע, און הוקאיי איז די צונאמען (הוק איז א פייגל מיט גאר א שארפע זעה קראפט, און הוקאיי מיינט אז די E2 האט גאר שארפע אויגן וואס קען אויפכאפן פיינטליכע פליגער פון הונדערטער מיילן ווייט)
און אויב א מאדעל האט צוויי אויפגאבעס איז די עיקר אויפגאבע די ערשטע ABC און די זייטיגע אויפגאבע די צווייטע ABC ווי למשל די FA18 סופער הארנעט איז די F פאר פייטער און די A פאר אטאקע, דהיינו עכט איז עס א פייטער זשעט און ס’קען אויך זיין א אטאקע זשעט.
סא לאמיר גיבן א לויף איבער די אלפאבעט און זען וויפיל קאטאגאריעס ס'איז דא, און וויפיל סארט אפציעס אמעריקע האט היינט צוטאגס אין סערוויס פאר יעדע ספעציפישע מיסיע
דיסקלעימער: היות די ציל פון די נאמבער וויפיל אמעריקע האט פון יעדע סארט איז צו זעהן וויפיל סארט אפציעס אמעריקע האט פאר יעדע ספעציפישע אויפגאבע,
וועלן אסאך פליגער ווערן גערעכנט אפאר מאל למשל די FA18 וועט ווערן גערעכנט סיי ביי F און סיי ביי A
A-אטאקע:
קלאוז סופארט, טאקטישע לופט צו ערד אטאקעס.
צ.ב. די A10, אדער די AH 64 אפאטשי העליקאפטער אדער די AC130 וואס איז א אטאקע פליגער אבער קען אויך זייַן פאר קארגא און FA18 וואס איז א פייטער אבער קענען אויך גענוצט ווערן פאר אטאקע/קלאוז סופארט.
סך הכל האט אמעריקע 14 הויפט ווערסיעס וואס קען גענוצט ווערן פאר אטאַקע מיט נאך אסאך סאב ווערסיעס פון אטאקע דראונ'ס ביז אטאקע העליקאפטער און אלעס אינדערמיט.
B- באמבארדיר:
סטראטעגישע לאנג רענדזש באמבארדיר פליגער.
צ.ב. B52 דריטע זשענערעישן, B1 פערטע זשענערעישן, B2 פיפטע זשענערעישן, B21 זעקסטע זשענערעישן.
סך הכל 4 הויפט סארט.
C- קארגא:
שווערע טראנספארט.
צ.ב. די C5 , די C17, און די C130 פליגער אדער די CH53 און CH47 העליקאפטער.
סך הכל 15 הויפט ווערסיעס מיט נאך אסאך סאב ווערסיעס.
D-דיירעקטער:
עראפלאנען קאנטראלירן און דיירעקטירן דראונ'ס און אנדערע ווערטער א דראון קאמאנד און קאנטראל צענטער.
צ.ב. די DC130 ארויס פון באנוץ 2003.
סך הכל נישט אין באנוץ היינט.
E- ספעציעלע עלעקטראניק :
די אויגן און אויערן פון די לופט
-קאמאנד צענטער
-אויפכאפן פיינטליכע ראדארן און עראפלאנען
-זשעמען רעידאר און פיינטליכע סיגנאלן.
צ.ב. די E2,3,8 פאר קאמאנד און קאנטראל אדער די FE18 פאר זשעמינג.
סך הכל 9 הויפט ווערסיעס פון קאמאנד און קאנטראל ביז זשעמינג און עלעקטראנישע מלחמה.
F-פייטער:
-לופט צו לופט מלחמה
-לופט באשיצונג (מיסיל דעפענס)
-עסקארט.
צ.ב. די F15,16,18,22,35.
סך הכל 5 הויפט ווערסיעס, מיט נאך אסאך סאב ווערסיעס, פון לופט צו לופט ביז מולטי ראל און פון קלאוז רענדזש דאג פייטס ביז סטעלט זשעט'ס.
G- גליידער:
א עראפלאן אן א מאטאר.
צ.ב. די CG4 קארגא גליידער גענוצט ביי די צווייטע וועלט־מלחמה.
שוין נישט אין באנוץ היינט.
H-העליקאפטער:
-פלי געצייג מיט א פראפעלער אנשטאט א זשעט ענזשין
צ.ב. די AH64 אפאטשי אדער די אדער די CH47 טשינאק.
-אדער קען H סורטש און רעסקיו:
צ.ב. די HH60 סורטש און רעסקיו העליקאפטער אדער די CH130 סורטש און רעסקיו פליגער.
סך הכל 21 הויפט סארטן העליקאפטער פון אטאקע סורוועילענס און קארגא ביז אנטי סובמארין און שפיאנאזש.
און בערך 10 סארט סורטש און רעסקיו פליגער און העליקאפטער.
K-ריפיולינג:
טאנקיר פליגער וואס פילן אן אן פליגער מיט ברענשטאף אין די לופטן.
צ.ב. די KC135 סטרערעטענקער.
סך הכל 7 הויפט ווערסיעס פון ריפיולינג פליגער ביז ריפיולינג דראונ'ס.
L-לעזער:
פליגער וואס שיסן אראפ מיסילס אדער פליגער מיט לעזער.
צ.ב. די YAL1 ארויס פון באנוץ אין 2011.
סך הכל שוין נישט אין באנוץ היינט.
M-מולטי ראל:
סורוועילענס און אטאקע אדער קארגא פלי געצייג וואס קענען גענוצט ווערן אויך פאר אטאקע אא’’וו.
צ.ב. די MQ9 ריפער דראון אדער די MH60 העליקאפטער אדער די MC130 פליגער.
סך הכל 10 הויפט ווערסיעס.
O-אבזארוואציע:
די אמאליגער ISR פליגער קוק ביי R
צ.ב. די O2 סקיי מעסטער פוןצדי וויעטנאם צייטן און די OA10 וואס איז געווען א ווערסיע פון די היינטיגע A10 נאר איבערגעמאכט פאר שפיאנאזש און איז ארויס פון באנוץ 2000.
סך הכל שוין נישט אין באנוץ.
P-פאטראל:
לאנג רענדזש וואסער פאטראל און אנטי שיף/סובמארין אטאקע מעגליכקייטן.
צ.ב. די P8 פארסיידן פליגער.
סך הכל 2 הויפט ווערסיעס.
Q-דראונס:
אנמענד עירקרעפט.
צ.ב. די MQ9 ריפער.
סך הכל 18 הויפט ווערסיעס מיט נאך אסאך סאב ווערסיעס פון אטאקע קאמיקאזי און סורוועילענס ביז ריפיולינג און שפיאנאזש.
R-ריקאניסענס:
שפיאנאזש און סורוועילענס.
צ.ב. די RQ11 שעראו דראון אדער דיSR71 בלעקבירד פליגער אדער די U2 שפיאנאזש פליגער וואס איז היסטאריש געווען די TR1.
סך הכל 11 הויפט ווערסיעס.
S-אנטי סובמארין ווארפעיר:
פליגער און העליקאפטער מיט ספעציעלע טעכנאָלאָגיע צו דידעקטן און זינקן סובמארינען.
צ.ב. די S3 אדער די SH60.
סך הכל 1 הויפט ווערסיע.
אויך קען S מיינען סטראטעגיש:
וואס מיינט א סטראטעגישע לאנג רענדזש שפיאנאזש פליגער וואס קען אויך אראפלאזן באמבעס.
צ.ב. די SR71 אדער די SR72.
סך הכל 0 אין סערוויס די SR71 שוין נישט און די SR72 נאכנישט
T-טרעינער:
טרענירונג פליגער וואו די פילאטן טרענירן זיך.
צ.ב. די T38.
סך הכל 6 סארט.
U-יוטיליטי:
לייכטע טראנספארט און סופארט
צ.ב. די UH60 בלעקהוק העליקאפטער אדער די U28 פליגער.
סך הכל 8 הויפט ווערסיעס מיט נאך אסאך סאב ווערסיעס.
V-ווערטיקאַל טעיקאף:
העליקאפטער וואס קענען פליען ווי א עראפלאן דורך דרייען די פראפעלער צו פאראויס און זיך הייבן ווי א העליקאפטער מיט די פראפעלער אויף ארויף.
צ.ב. די CV22 אוספרעי.
סך הכל 4 סארט.
W-וועטער:
פליגער וואס מאניטארן די וועטער.
צ.ב. די WC130.
סך הכל 2 סארט.
X-עקספרימענטל:
פראטאטיפס
צ.ב. די X15
Y- איז אויך פראטאטייפס
איך מיין אז די חילוק פון X און Y איז, אז X איז א פראטאטייפ פאר א קאנצעפט ווי למשל די X51 וואס פרובירט אויס די קאנצעפט פון א היבריד רעם זשעט/סקרעם זשעט ענזשין
און Y איז א פראטאטייפ פון א פארענדיגטע פראיעקט למשל די YFQ 44 וואס איז א פראטאטייפ פון א דראון וואס זאל קענען דינען אלס פייטער זשעט אונטער די CCA פראגראם.
נ.ב. אזוי ווי ס’איז א לאנגע ארטיקל נישט געמאכט דורך AI איז זיכער דא טעותים סא ווער עס האט עפעס צו פאררעכטן זאל לאזן וויסן.
מיליטערישע ארטיקלען
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 101
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 751
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2681
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 9693
Re: מיליטערישע ארטיקלען
Wow, טענקס, גאר אינטערעסאנט!
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מיליטערישע ארטיקלען
יישר כח זייער א שיינע סך הכל, קומט צו נוץ אביסל יעצט ביים זעהן באריכטן פון די מלחמה
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 101
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 751
Re: מיליטערישע ארטיקלען
די שוועריקייט פון בויען א הייפערסאניק קרוז מיסיל:
די פראבלעם פון בויען א הייפערסאניק קרוז מיסיל איז נישט אזוי ווייט די רויע מאטריאלן אדער די ענזשין,
ווייל קארבן פייבער און גראפין זענען 30 מאל שטערקער פון טייטעניום און קענען אויסהאלטן הונדערטער טויזענטער G's! ווי אויך האפניום קארבייד קען אויסהאלטן טעמפרעאטורן פון איבער 7 טויזנט דעגרי פערנהייט (און פארגלײך צו די זון אויבערפלאַך וואס איז 10 טויזנט!) און די זעלבע מיט א סקרעמדזשעט ענזשין וואס עקזיסטירט,
די עיקר פראבלעם איז די אינטעגראַציע למשל
1) די עלעקטראניקס אינסייד די מיסיל טארן נישט ווערן הייסער פון 150 דעגרי סא ווען אינדרויסן פון די מיסיל איז 3000+ דעגרי און אינעווייניג איז קאלט לייגט עס משוגע’נע טערמישע דרוק וואס דאס אליין קען צוברעכן די מיסיל
2) די זעלבע איז מיט די פיול, א סקרעמדזשעט ענזשין וועט נוצן איינס פון די 3 אדער ליקוואד היידראזשין, אדער JP7, אדער METHANE,
ליקוואד היידראזשין דארף זיין קאלט מינוס 425 דעגרי און METHANE דארף זיין מיינוס 260 דעגרי און JP7 קען יא זיין רום טעמפעטשור
סא שטעל דיך פאר וואספארא טערמישע דרוק ( thermal stress) דאס לייגט אויב אינעווייניג איז מינוס 425 און אינדרויסן איז 3000+ דעגרי
3) די קארבן מיט וואס עס ווערט געמאכט איז לייכטע מאטריאלן אין קאנטראסט צו די שווערע וואג פון די מאסיווע קילונג סיסטעם, אינסולעישן, און פיול,
סא די וואג מוז זיין פערפעקט באלאנסירט, אז נישט קען דאס אליין צוברעכן די מיסיל
4) די פלאזמע שילד וואס געשעט ווען מ’פליט אזוי שנעל העלפט טאקע מיט די סטעלט אז ראדאר קען עס נישט אויפכאפן,
אבער אין די זעלב צייט בלאקירט עס אויך די GPS סיגנלס און קאמיוניקאציע פון די מיסיל זעלבסט סא ער ווערט א אנגיידעד באמבע,
סא מ’מוז אויסרעכענען ווי און וויאזוי אויסצשטעלן די מאטריאלן אז די סיגנאלן פון אינעווייניג זאל נאך אלץ ארבעטן אבער און די זעלבע צייט זאל די מיסיל נישט מעלטן
5) די קארבן מיט וואס עס ווערט געמאכט כאטש ס’מעלט נישט ביי הויכע טעמפרעאטורן מיט דעם אלעם ציט זיך עס נאכאלץ אביסל אויס
סא אויב ווערט עס מיסשעיפ קען דאס אליין אראפ ברענגען די מיסיל, סא ס’דארף זיין אויסגערעכנט ממש פערפעקט
6) די מאנווערן. כאטש וואס די מאטריאלן מיט וואס די מיסיל איז ארומגענומען זענען גאר שטארק און קענען אויסהאלטן אבנארמאלע זשי פארסעס
דאך די גאנצע מיסיל צוזאמען קען נישט ווייל די זשי פארסעס קענען שעדיגן די קאמפיוטער סיסטעם, קילונג סיסטעם אדער מיסשעיפן די מיסיל,
און מ’רעדט דא פון א קאמפיוטער דארף קענען מאכן מיקרא עדזשאסטמענטס בשעת די מיסל פליט אויף א שנעלקייט פון 1.5 מייל פער סקונדע.
עכ’’פ די פראבלעם איז נישט די רויע מאטריאלן נאר די קאמפליצירטע אינטעגראַציע און ענדזשינירונג פון מאכן אז די מיסיל זאל פאקטיש ארבעטן