בס"ד
א גוט מארגן און א גוט יאר! שלום עליכם און ברוכים הבאים צום נייעם קאלום אינערהאלב די אידטיש קארידארן, יישר כח פאר אייך אלע וואס האבן אריינגעקומען אנטיילנעמן אינעם שפאגל נייע פראגראם, מיטן ציל אייך צו שאפן א פארגעניגן און הנאה מיט אינהאלטסרייכע חומר, אינטערעסאנטע קרישקעלעך און מאדנע אבזערווירונגען אלעס געברענגט מיט א פרייליכן שמייכל און א רואיגע געמיט.
די קאלום וועט זיך לאו דווקא פירן אויף א וועכענטליכע פארנעם, נאר ליבערשט ווען עס איז דא עפעס אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו צו דיסקוסירן אינאיינעם מיט מיינע חשובע ברודער וועלן מיר בעז"ה ליפטערן נאך אן ארטיקל. און ווי פארשטענדליך בעטן מיר א תפילה פונעם ריבון כל העולמים שלא יצא מכשול מתחת ידינו, און מיר זאלן מצליח זיין צו קענען מהנה זיין דעם ליינער באזע מיט כשר'ע און ריינע אונטערהאלטונג.
(די פי די עף וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע שעות ווי נאר עס איז גרייט בס"ד)
-
1.
אין די לעצטערע טעג קומען פאר אין פיל בתי מדרשים לענגאויס די טריי סטעיט ראיאן תיקון נאכן דאווענען מנדב געווארן דורך די וועלט בארימטע צדקה-ריז ארגענעזאציע "דאנערי", ווי זיי האבן געפייערט מיט א שמחה של מצווה אינאיינעם מיט אחינו בני ישראל דעם אנקום פון א ביליאן דאלער (!) צדקה געשאפט אין די לעצטערע יארן אדאנק די דאנערי פלאטפארמע.
אין מיין ביהמ"ד ווי איך דאווען צומאל אין די וואכן איז נישט געווען אנדערש, און א רייע פון די מערסט געשמאקסטע געבעקסן זענען אויסגעלייגט געווארן יענעם צופרי אויפן שיין געדעקטן טיש מיט געשמאקע געטראנקען אלץ מיט א רחבות און שיינקייט.
אבזערווירנדיג פון א זייטיגע קוק-ווינקל אויף דעם פלוס פונעם ציבור וואס האבן אנטייל גענומען אינעם גרויסן לחיים עסענדיג מיט אפעטיט און צום זעט מיטן טרונקען און זיך צוזאמען ברידערליך וואונטשן איינער דעם אנדערן איז געווען הערליך שיין. אבער דאס וואס האט מיר דעם מערסט געכאפט צו צולייגן עקסטערע מינוטן און עקסטערע בליקן אויף דעם תיקון טישל יענעם טאג, איז געווען צוליב מאמענטן וואס האבן פארגעקומען וואס ווערן נישט באמערקט ביי א רגיל'דיגע תיקון טישל.
פיל טעג קומען טאקע פאר לחיים'ס אין בתי מדרשים, איינמאל צוליב א שלישי למילה און א אנדער טאג להבדיל פאר א יארצייט און אנדערע פארשידנארטיגע פעלער. קיינמאל אבער איז די מחזה נישט בנמצא אויף אזא פארנעם ווי דעם היינטיגע מאל. סיי מיט די פילע ציבור וואס האבן זיך באטייליגט אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד, און סיי די פרייליכקייט און גוטמוטיגקייט וואס האט זיך געשפירט ביים ציבור ארייננעמענדיג איין לעפל נאכן צווייטן מיט אפעטיט.
און דאס האט מיר געמאכט טראכטן דעם סיבה דערצו צוליב אויף וואס דעם מסיבה קומט אנדייטן אויף. עס איז איבריג צו דערציילן אז ווי די צדקה שטאפלען האלטן היינטיגע צייטן איז שוין נישט געווען אינעם היסטאריע פון כלל ישראל, און ברעכט אויף אלע רעקארדס פון ביז היינט, א משולח וואס קומט אריין אין בתי מדרשים שפירן ווי זייער צווייטע היים און אידן וואס ווייסן ניטאמאל זייער צורה וועלן זיך אונווארעמען מיט שיינע סכומים צו משמח זיין א ווייטע מאה שערים'דיגע ברודער.
היינטיגע צייטן באנוצען זיך רובו ככולו אידן שטענדיג מיטן 'דאנערי' פלאטפארמע, איינער מער און איינער נאכמער, צו איז דאס מיטן פאקטיש ארעבטן מיט זיי האנט ביי האנט, אדער מיטן מנדב זיין נדרים און נדבות דורכן פלאטפארמע. גרינגער וועט זיין צן ציילן טעג וואס קומען נישט אריבער אידן מיט מזומן אין איין האנט און א 'דאנערי' קרעדיט קארטל מאשין אינעם אנדערן האנט. ווארשיינליך דאס דזענען סצענעס וואס קומען צוזאמען מיט די פיר וועניגע ביהמ"ד.
עס קומט אויס ממש אויף א רעגלמעסטיגע פארנעם זיך צו באנוצן מיט זייער פלאטפארמע ארופסוווייפענדיג מערערע געלטער פאר פארשידנארטיגע קופות. און יעצט, ווען מען איז זוכה אופצוצוייכענען דעם אונקום פונעם אסטערנאמישן סכום פון גאנצע ביליאן דאלער צאמגענומען פון כל מיני אידן אומעטום ברחבי תבל איז עס א שמחה אדירה בכל לבבי ישראל, ווי יעדע איד שפירט זיך א חלק פונעם גרויסן סוקסעס. דאס איז ווי א פרעזענליכע שמחה פאר יעדן איד.
ווי פאסיג איז די נאמען אויף וואס זייער לחיים איז געגעבן געווארן אויף; "כלל ישראל'ס לחיים", מזל טוב כלל ישראל! מזל טוב אידן מכל תפוצות ישראל! מיר זענען אלע א חלק אינעם סוקסעס ראטע ווי די סכומים צדקה שפרודעלן ווי קיינמאל בעפאר, אשריכם כלל ישראל! מזל טוב כלל ישראל! אויף נאך שמחות בעז"ה געזונטערהייט!
*
2.
לעצטע וואך שבת איז פארגעקומען אין מיין ביהמ"ד ווי איך דאווען שבת צופרי א קידוש בר מצווה פון איינער פון די ארויפגעקוקטע אידן אין קהילה. מיט א פנים וואס טראגט א שמייכל פון אויער צו אויער איז די חתן בר מצווה צוגעגאנגען צום ברעטל און עולה געווען זיין ערשטע עלי' פון די שבעה קרואים נאכן ווערן א בר חיובא בעול התורה והמצוות.
נאכן עלי' גייט צו דעם אבי הבן צום ברעטל און מיט א שמחה זאגט דעם נוסח פון 'ברוך שפטרני מעונשו של זה'. דא הויבט אן ווערן א שטיקל טימל, א חלק ציבור רופט זיך אן 'מזל טוב', ווען א צווייטע חלק שרייט 'אמן', א דריטע חלק בלייבט סתם אזוי שטיל ווען בשעת אנדערע שרייען אויפן העכסטן טאָן שייך, "נא, אה", און מיט א פראסרירטע שטימע פארשטייען זיי נישט לשמחה מה זו עושה און וואס די גערודער דארף צו מיינען אינמיטן דאווענען.
באמת איז דאס נישט א מעשה וואס איז נאר פארגעקומען די וואך, נאר יעדע וואך וואס עס קומט פאר א קידוש בר מצווה אין שוהל פאסירט די זעלבע גערויש, און קיינער איז נישט אינגאנצן זיכער וואס עס איז געמאכט צו ענטפערן נאכן ברוך שפטרני. איך פרוביר צו דערשנאפן וואס מען דארף דא צו טון, אבער אן ערפאלג, די פונקטליכע דיסקריפציע איז נישט פארהאן.
איך האב פרובירט צו אויספרעגן אנדערע אידן וואס דאווענען אין אנדערע ערטער, אבער אלע ווייסן נישט פון וואס די ריכטיגע זאך צו טון איז. אלע הייבן הענט ביי דעם פאל און לאזן וויסן אז ביי זיי איז דעם שאלה אויף אן קיין תשובה און עס איז ביזדערווייל נישט דא איינער וואס זאל ארויסהעלפן כלל ישראל מיט וואס מען דארף ענטפערן ביים דערהויבענע מינוט.
צוליב דעם וויל איך אייך בעהטן אלץ גוטע פריינט וואס קומען אריין מיטהאלטן אונזער פראגראם, וואלט געווען א ריכטיגע פארגעניגן צו הערן אייער מיינונג אנגבאלט די נושא וואס אייער מנהג איז און וואס עס קומט פאר צווישן די פיר ווענט אין אייער שוהל ביי דעם פאל, צו איז עס די זעלבע סיטואציע וואס ווערט דא דערציילט אדער איז פארהאן א קלארערע סטרוקטור וואס מען דארף צו טון אין אזא מצב.
אונזער אישי קעסטל איז אפן, און מיר האפן צו קלארער ווערן אין די נושא צוזאמען מיט א גרויס חלק כלל ישראל וואס געפינט זיך אינעם זעלבן ספק. א יישר כח פאר אייער הילף און קאפעראציע צו דעם נושא. מיר דאנקען אייך פון פאראויס.
3.
די מצב ביי אחינו בני ארץ הקודש דארף מען נישט צופיל מסביר זיין, שפייאכץ זענען איבריג און ווערטער זענען צו אורעם, דעריבער וועלן מיר לאזן פאר די בעלי דרשנים ובעלי מוסר צו אויפפאדערן כלל ישראל מיט וואס אונז דארפן זיך מתקן זיין און פארבעסערן, אבער א קליינע נקודה ארויסצונעמן איז שטענדיג א גוטע זאך און לאמיר ארויסברענגען דעם געדאנק פארן כלל בסייעתא דשמיא.
-
איבער די באמבעדירונגען האבן אלע אויסגעפינען גאנץ שנעל, איינער שוין אזוי פרי ווי אינמיטן די צופרי סעודה און איינער זונטאג נאך חצות היום, אבער אלע - ממש אלע האבן שוין געוואוסט צו זאגן פון דעם אין א פריע שעה. איינער האט שוין ביי מחיית עמלק אינזין געהאט דעם תרתי משמע און אונגעזעצט דעם כומעיני מיט די שטערקסטע שיך זעצעריי, בשעת אנדערע האבן נאך קידוש לבנה ארום אין א רינג טאנצענדיג אויפן "וכל קרני רשעים אגדע" מיט א נצחון שלא מעלמא הדין.
אלע האבן אבער געלאזט וויסן פאר ווער עס איז נאר געווען ארום זיי איבער זייער שמחה וואס ליגט ביי זיי אז מ'האט ענדליך פטור געווארן פון איינער פון די רשעים פונעם לעצטיגן דור. די שמחה גייט אזוי גרויס אז ביי אנדערע ווערט שוין פאברוצירט רמזים ורמזי רמזים אין די מגילה אדער אינעם יאר מספר ווי מיר שטייען.
די וואך פארן דאווענען שבת צופרי איז מיר בסייעתא דשמיא ארויפגעבליצט א גוט גינסטיגע געדאנק איבער עבודת השם צאמנעמנדיג די לעצטיגע פאליטיק אנטוויקלונגען אין עבודת השם. די פנים'ער וואס האבן עדות געזאגט אויף די שמחה אין די הערצער איבער דעם טויט זענען אלץ געווען אויף א קליינע בשר ודם וואס האט נישט קיין ממשות מיט זיך, ער איז ווי גארנישט ווערד, מען רעדט פון א מוגשם'דיגע פערזאן וואס האט חרוב געלייגט צענדליגע לעבנ'ס און צופיצלט אומצאליגע משפחות.
עס איז א מינוט צו נעמן פאר עבודת השם אבער ווען די יצר הרע קומט מיט זיינע שלעכטע געדאנקען און עצות וואס פראבירן פון אויבן צו לייגן א פיסל ח"ו אויף אידישע עבודות פון אידישע קינדער, און דא קומט אונזער העלדישע אידל און מיט א גאווה דקדושה ווארפט ער ארופ דעם זוז כל שהוא פונעם מלאך המקטרג און אנשטאט'ס דעם איז ער פארנומען טוענדיג נאך א חסד פאר א איד און נאך א תפילה מעומק הלב, כאפט אריין א קביעות'דיגע לימוד און נאך, און ווארפט ארום דעם עקזיסטענץ פון דעם מלאך המקטרוג.
אונז זענען צו קליין און אונזערע מוחות זענען צו קורץ צו קענען בכלל טראכטן פון משיג זיין וואספארא שמחה מיר ברענגען כביכול ארויף פאר השם יתברך אז זיינע אידישע קינדערליך אינעם ביטערן גלות שוין אזוי לאנג ווי קרוב צוויי טויזענט יאר האבן געקומען און זיך מתגבר געווען אויף די נסיונות און מיט דעם גע'הרג'עט איינער פון די רשעי ישראל - די שלעכטע מלאכים און זיי געברענגט צו א ענדע. וואספארא שמחה דארפן מיר שפירן און מיר קענען בכלל נישט אונהויבן טראכטן וואספארא שמחה השי"ת באקומט פון אט אזא איד.
די שמחה דארף זיך דאפעלן און טריפעלען אויף א מולטי שטערקערע פארנעם, מיר האבן נישט נאר געזיגט א כומעיני - א גשמיות'דיגע פערזאן, נאר מיר האבן גע'הרג'עט איינער פון וואס דורך וואס מיר האבן אים ארופגענידערט, קוועלט הקב"ה פון נחת פון זיינע אידישע קינדערלעך.
חזי בני חביבי!
עס איז נאך דא אסאך ארומצורעדן איבער דעם נושא און איבער די שמחה של מצוה וואס מיר דארפן שפירן, אבער הם יכלו והזמן לא יכלו און מיר וועלן זיך מוזן אפשטעלן דא, און די איבריגע נעמט אייער מהלך המחשבה און ברענגט ארויס אין אייער דירעקציע די שמחה וואס עס שאפט, און וואסערע פרייליכקייט עס דארף צו זיין אויסגעגאסן אויף אונזערע פנים'ער.
-
לאמיר האפן אז עס זאל שוין זיין סוף וקץ לכל צרותינו וממקומו הוא יפן ברחמיו לעמו און מיט דעם זאל מען שוין יוצא זיין דעם מלחמת גוג ומגוג און שוין קענען מקבל זיין פני משיח במהרה בימינו.
*
רבותי, כמובן קאסט בסייעתא דשמיא צייט און מחשבה אייך צו ברענגען א פארגעניגן פארן זונטאג ארבעט וואקציע. אייערע דאנק ווערטער, הערות און קאמענטארן וועלן בעז"ה געבן די ווייטערדיגע כח אייך צו קענען ווייטער מהנה זיין עד ביאת גואלינו במהרה בימינו.
זייט געבענטשט! א זיידענע זונטאג!
ווי עס וואונטשט, זיידענע העמדל.
נייע חידוש'פולע פראגראם: א זיידענע זונטאג | #1 | א' ויקה"פ תשפ"ו |לחיים כלל ישראל!
-
זיידענע העמדל
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 11
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:08 pm
- x 64
- שלא לשמה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 81
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
- Location: חיפה
- x 260
Re: נייע חידוש'פולע פראגראם: א זיידענע זונטאג | #1 | א' ויקה"פ תשפ"ו |לחיים כלל ישראל!
איך האב נישט געוואוסט אז אידיטש איז א קארידאר פאר אייוועלטזיידענע העמדל האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 08, 2026 4:43 pm בס"ד
א גוט מארגן און א גוט יאר! שלום עליכם און ברוכים הבאים צום נייעם קאלום אינערהאלב די אייוועלט קארידארן, יישר כח פאר אייך אלע וואס האבן אריינגעקומען אנטיילנעמן אינעם שפאגל נייע פראגראם, מיטן ציל אייך צו שאפן א פארגעניגן און הנאה מיט אינהאלטסרייכע חומר, אינטערעסאנטע קרישקעלעך און מאדנע אבזערווירונגען אלעס געברענגט מיט א פרייליכן שמייכל און א רואיגע געמיט.
-
זיידענע העמדל
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 11
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:08 pm
- x 64
Re: נייע חידוש'פולע פראגראם: א זיידענע זונטאג | #1 | א' ויקה"פ תשפ"ו |לחיים כלל ישראל!
זיידענע העמדל האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 08, 2026 4:43 pm בס"ד

אנטשולדיגט, וטעות לעולם חוזר!שלא לשמה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 12, 2026 6:36 pmאיך האב נישט געוואוסט אז אידיטש איז א קארידאר פאר אייוועלטזיידענע העמדל האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 08, 2026 4:43 pm בס"ד
א גוט מארגן און א גוט יאר! שלום עליכם און ברוכים הבאים צום נייעם קאלום אינערהאלב די אייוועלט קארידארן, יישר כח פאר אייך אלע וואס האבן אריינגעקומען אנטיילנעמן אינעם שפאגל נייע פראגראם, מיטן ציל אייך צו שאפן א פארגעניגן און הנאה מיט אינהאלטסרייכע חומר, אינטערעסאנטע קרישקעלעך און מאדנע אבזערווירונגען אלעס געברענגט מיט א פרייליכן שמייכל און א רואיגע געמיט.
איך בעט אייך איבער און אלע אידטיש באנוצער, ואתכם הסליחה.
-
עס איז געווען באמת א טעות.
-
א גוטן, פרייליכן און ליכטיגן שבת קודש און א זיסן חודש!
בניסין נגאלין ובניסן עתידין להיגאל!