אלעס ארום ברסלב

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 170

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:20 pm
שמות האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 7:42 am
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 12:09 am

איך קוק שטארק ארויס אויף א קונטרס קעגן די הייליגע תנא בן עזאי ווי אויך א נייע אשכול איבער דעם און דעם דאזיגן פארום.... צום ווידערזעהן....
בכלל נישט אינטערעסאנט, יענער האלט שוין נאכן מסביר זיין דו גמרא. וואס יא? איר לייקנט זאכן כשמש בצהריים.
איר האט געשריבן אס סאיז 'נישטא' א מקור צו דעם.
ס"ה מודים דרבנן היינו שבחיהו.
גערעכט,איך האב פארזעהן אדער פארגעסן דעם מאמר. יישר כחכם פאר'ן צוצייכענען די הייליגע ווערטער אשר יסודתן וסודתן בהררי קודש.
זל''ק של הרה''ק ר' נתן זי''ע בספר הקדוש חיי מהר''ן סימן תקנג.

ופעם אחת הפליג במעלת קדשת הרב רבי פינחס זכרונו לברכה מקריץ ואמר שהיה איזה זמן שהיה הרב רבי פינחס חד בדרא. ופעם אחת אמר אשרי העינים שראו את רבי פינחס זכרונו לברכה. ופעם אחת שבת אחד מתלמידיו של צדיק אחד בברסלב, ורבנו זכרונו לברכה לא היה אז בביתו וכשחזר לביתו ספרו לפניו זכרונו לברכה מענין זה ושאל אם נהגו בו כבוד כראוי לו (אף על פי שהאיש הזה לא היה מפרסם כל כך בעולם) ואמר אז לאיש כשר כזה לא יספיק לנהג בו כל הכבוד שבעולם, ועל זה נאמר (תהלים טו) ואת יראי ה' יכבד.

ופעם אחת ספר מקדשת הרב הקדוש מפולנאה, והפליג בשבחו זכרונו לברכה, ואמר אף על פי שספרו תולדות יעקב יוסף וכן שאר ספריו זכרונו לברכה כלם קדושים ונפלאים מאד כידוע ומפרסם; אף על פי כן קדשת מדרגת הרב הקדוש הנ"ל בעצמו היה למעלה הרבה ממה שנראה ומובן מתוך ספריו הקדושים.

וכן כשראה את הספר הקדוש נעם אלימלך התפלא מאד ואמר שקדשת מעלת הרב הקדוש רבי אלימלך זכרונו לברכה נשגבה למעלה למעלה ממה שנראה ומובן מתוך ספרו הנ"ל.
וגם בקדשת אחיו הרב הקדוש רבי זוסיא זכרונו לברכה הפליג מאד מאד וכו' כידוע אצלנו (עין לעיל תקיח).

וכן הפליג מאד מאד בקדשת הרב הקדוש רבי מיכל זכר צדיק לברכה (מזלוטשוב), ובקדשת הרב הקדוש רבי אברהם קליסקיר זכרונו לברכה, ובקדשת הרב הקדוש רבי מנחם מנדיל זכרונו לברכה מויטפסק, ובקדשת הרב רבי נחום זכרונו לברכה (מטשערנובל), ובקדשת הרב רבי שלום זכרונו לברכה (מפרוביטש נכד המגיד) וכן בקדשת שאר תלמידי המגיד זכרונם לברכה, ובקדשת תלמידי תלמידיו זכרונם לברכה כגון הרב הקדוש מנסכיז והרב הקדוש מאליק, והרב המגיד הקדוש מקאזניץ והרב הקדוש מלאנצט ולובלין (החוזה מלובלין), וכן עוד מה שנודע לנו מה שהפליג בקדשת שאר צדיקים עוד כמה וכמה, ועל כל אחד אמר הפלגות ושבחים אחרים כל אחד לפי בחינתו ומדרגתו.

ואין צריך לומר מה שהפליג במעלת קדשת הצדיקים שהם נכדי הבעל שם טוב ז"ל כגון הרב הקדוש רבי אהרן מטיטיאב זכרונו לברכה, והרב הקדוש מסדילקאב (בעל ה"דגל מחנה אפרים") והרב הקדוש רבי ברוך זכרונו לברכה (ממעז'בוז'). ואין כאן מקום לבאר בפרטיות מה ששמעו ממנו זכרונו לברכה בענין כל צדיק וצדיק מכל הצדיקים הנ"ל, והרב נשכח מאתנו (ואולי יבאר עוד במקום אחר אם ירצה השם):
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2037
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2139

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:25 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 8:10 am
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 12:24 am

......דאס ווייזט ווייארשיינליך אז עס איז נישט דא נאך א סיבה ודו''ק היטב
ווילסט אן ערנסטע שמועס?

עס זענען דא מענטשן וואס האבן נישט געטראפן עפעס וואס פילט זיי אן.

עס זענען אויך דא פשוט אומצופרידענע מענטשן וואס וואו זיי זענען איז זיי נישט גוט

עס זענען דא אויבער חכמים וואס דארפן פשוט זיין קלוגער
ווייזט אויס ברסלב פילט זיי אהן...
ווייזט אויס אז און ברסלב ווערן זיי צופרידן...
ברסלב האט בכלל נישט קיין פלאץ פאר אויבער חכמים תמימות ופשיטות איז די יסוד עיין סיפרי מעשיות מעשה של חכם ותם...
דאס ענטפערט איין גרופע

און דער אמת איז אז ווען אסאך פון זיי וואלטן געזוכט דאס גוטס אינדערהיים וואלטן זיי עס אויך געטראפן
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3081
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3471

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שמח »

פיי האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 12:19 am
קיינער פון די חולקים און אלע צדיקים בימיו פון וועם דו רעדסט האבן נישט געשריבן דעם נאמען פון שטאט גרייזיג, נאר אזוי ווי דער שטאט האט געהייסן מאז ומעולם ביי אלע אידן ברסלב, דאס צו פארדרייען און צו פארגרייזן כאילו דאס האט מיט ציונות, ווייזט אויף א געוואלדיגע חסרון ידיעה אין אזא קליינע זאך
פונקט פארקערט, די ספעלינג איז לכוארה ברעסלאוו פונקט ווי צאנז, ראפשיץ, טאלנע, ליזענסק וכו' אלעס איז געהריגע אידישע ווערטער ספעלינג מיט וואקאלן.

ברסלב איז ווארשיינליך די עברית'ישן ספעלינג.
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3488

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך נקודות טובות »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:48 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 6:22 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:54 pm

דאס איז טאקע מיין קשיא...
פארוואס רעדט ער פון 'ברסלב'!
זאל ער רעדן פון......................
די טעמע איז פון ברסלב. קענסט עפענען א טעמע איבער זיין חסידות
דאס איז טאקע די ווייטאג פון אסאך דא. אז נאר אויף ברסלב קען מען ליידער רעדן זאל נאר איינער פרובירן צו פירן אזעלכע שמועסן ווי און די אשכול אויף אנדערע חסידות'ער...

אויף אזוי ווייט אז עס גנב'עט זיך מיר שוין אריין א מחשבה אז ברסלב איז טאקע די גרעסטע...
אזווי עס גייט די באקאנטע שפריך ווארט אז פון די גאנצער וועלט האט מען די מערסטע פיינט די יודן פון צווישען די יודן האט מען די מערסטע פיינט די חסידים
און פון צווישען די חסידים האט מען די מערסטע פיינט די - סאטמארע... ודי לחכימא...
פון סאטמאר איז בני יואל דאס מערסט פארפיינטעט, פון בני יואל נטורי קרתא, פון נטורי קרתא ר' ישראל דוד ווייס, פון הרב ווייס זיין שמוץ וועש, די חשובסטע זאך אין די בריאה איז די שמוץ וועש פון ר' ישראל דוד ווייס....

ערענסט גערעדט. קיינער האט נישט פיינט ברסלב. בסך הכל קומען אסאך אויבער חכמים אן קיין ברסלב. נישט ווייל זיי טרעפען דארט עפעס מער, נאר ווייל מיטן פארן ראש השנה קיין אומאן שפירט ער מער ווי זיין טאטע און זיידע, און ארומיגע. ער קוקט אן אלע גדולי ישראל כקליפת השום קעגן רבי נחמן, און ער טרעפט נאך יסודות צו בויען זיינע קרימע בנינים בספרי ברסלב. דאס איז אלעס ווייל ער וויל קענען לאכן פון אלע גדולי ישראל היינט אויך, ער וויל זיך נישט מכניע זיין אונטער קיינעם. אונטער וועמען זאל ער זיך מכניע זיין? אונטער דעם אונגארישען נער? אונטער דעם פולישען תמים? איך בין סך מער! איך בין ברסלב! וואס דרייעסטו מיר א קאפ מיט מאור ושמש? איך האב א שיחות הר"ן! מהר"ן האט אליינס געזאגט אז אלע זענען פאר אים כקליפת השום!

דער אויבער חכם קען נישט טוישען פון באר מים חיים צו נועם אלימלך, ער קען נישט טוישען פון קדושת לוי צו מאור ושמש, ווייל ער שפירט נאכנישט גענוג אויבער חכם! נישט ווייל ער טרעפט נישט אין די ספרים וואס ער זוכט. בסך הכל זוכט ער אויבער חכמה, און דאס שטעלט אים ברסלב גרינג צו.

פון די אנדערע זייט קומען אן אסאך ליידיג גייער קיין ברסלב, און די סיבה דערצו ווייסטו בעסער ווי מיר. נישט ווייל ברסלב פארקויפט מער, נאר ווייל דארט קען ער זיין א נבל ברשות התורה... חס מלהזכיר!

די סארט ברסלבע איז וואס איבעלט. קיינער האט נישט א פראבלעם מיט א סאטמארע חסיד וואס לערנט שפת אמת, הגם זיין זיידע האט נישט געטוהן אזוי. ווי לאנג ער בלייבט אינעם סיסטעם נאר בסך הכל רעדט שפת אמת מער צו זיין הארץ, זאל ער לערנען שפת אמת. ווען איך זעה א גורע חסיד לערנען בני יששכר וועל איך האלטען אויף אים די זעלבע. עס וועט מיר נאר איבלען ווען דער זעלבער סאטמארע חסיד וואס גייט אויך צום כותל ווייל ער איז קלוגער ווי זיין רבי, אדער אנדערע זאכן לדוגמא ער קען מער נישט דאווענען אין א סאטמארע ביהמ"ד, אדער ער קען שוין נישט דאוונען שבועות ביי זיין לעבעדיגע רבי קומט מיר מסביר זיין די גדלות פון פארן קיין אומאן ראש השנה.

א ברסלבע חסיד וואס פארגעסט נישט וואס מען האט אים געלערנט אין חדר, ער האלט זיך נישט קלוגער ווי די סיסטעם, ער נוצט נישט ספרי ברסלב אלץ מיטל צו לאכן פון זיינע ארומיגע. איז בכלל נישט פארפיינטעט ביי קיינעם.

נאכאמאל. אלע ספרי קודש זענען הייליג הייליג הייליג. יעדע ספר איז געשריבען געווארן פאר כלל ישראל, און פון יעדע ספר קען מען נעמען חיזוק. נעם חיזוק פון וועלכע ספר עס רעדט צו דיין הארץ. ווער אבער נישט אן אויבער חכם! האלט דיך נישט מער ווי דיין רביזכרונולברכה זיידע! דו ביסט כקליפת השום קעגן אים!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1260
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2479

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:01 pm

אוי זענט איר א לץ.... איך האב זיך פשוט געראולט פאר געלעכטער פון דעם משל.
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 170

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:01 pm
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:48 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 6:22 pm

די טעמע איז פון ברסלב. קענסט עפענען א טעמע איבער זיין חסידות
דאס איז טאקע די ווייטאג פון אסאך דא. אז נאר אויף ברסלב קען מען ליידער רעדן זאל נאר איינער פרובירן צו פירן אזעלכע שמועסן ווי און די אשכול אויף אנדערע חסידות'ער...

אויף אזוי ווייט אז עס גנב'עט זיך מיר שוין אריין א מחשבה אז ברסלב איז טאקע די גרעסטע...
אזווי עס גייט די באקאנטע שפריך ווארט אז פון די גאנצער וועלט האט מען די מערסטע פיינט די יודן פון צווישען די יודן האט מען די מערסטע פיינט די חסידים
און פון צווישען די חסידים האט מען די מערסטע פיינט די - סאטמארע... ודי לחכימא...
פון סאטמאר איז בני יואל דאס מערסט פארפיינטעט, פון בני יואל נטורי קרתא, פון נטורי קרתא ר' ישראל דוד ווייס, פון הרב ווייס זיין שמוץ וועש, די חשובסטע זאך אין די בריאה איז די שמוץ וועש פון ר' ישראל דוד ווייס....

.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2021
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4910

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פופציגער »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 6:22 pm
בן מנחם האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:54 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:41 pm

ער רעדט יעצט פון ברסלב

אגב. איך בין נישט קעגן ברסלב בכלל
דאס איז טאקע מיין קשיא...
פארוואס רעדט ער פון 'ברסלב'!
זאל ער רעדן פון......................
די טעמע איז פון ברסלב. קענסט עפענען א טעמע איבער זיין חסידות
פארגעס נישט פון דעם שיטה אז "ברסלב איז חסידות". לפי"ז תמצא נחת ודו"ק.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
דוד לעווינזאהן
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 1:51 pm
x 15

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך דוד לעווינזאהן »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:01 pm
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:48 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 6:22 pm

די טעמע איז פון ברסלב. קענסט עפענען א טעמע איבער זיין חסידות
דאס איז טאקע די ווייטאג פון אסאך דא. אז נאר אויף ברסלב קען מען ליידער רעדן זאל נאר איינער פרובירן צו פירן אזעלכע שמועסן ווי און די אשכול אויף אנדערע חסידות'ער...

אויף אזוי ווייט אז עס גנב'עט זיך מיר שוין אריין א מחשבה אז ברסלב איז טאקע די גרעסטע...
אזווי עס גייט די באקאנטע שפריך ווארט אז פון די גאנצער וועלט האט מען די מערסטע פיינט די יודן פון צווישען די יודן האט מען די מערסטע פיינט די חסידים
און פון צווישען די חסידים האט מען די מערסטע פיינט די - סאטמארע... ודי לחכימא...
פון סאטמאר איז בני יואל דאס מערסט פארפיינטעט, פון בני יואל נטורי קרתא, פון נטורי קרתא ר' ישראל דוד ווייס, פון הרב ווייס זיין שמוץ וועש, די חשובסטע זאך אין די בריאה איז די שמוץ וועש פון ר' ישראל דוד ווייס....

ערענסט גערעדט. קיינער האט נישט פיינט ברסלב. בסך הכל קומען אסאך אויבער חכמים אן קיין ברסלב. נישט ווייל זיי טרעפען דארט עפעס מער, נאר ווייל מיטן פארן ראש השנה קיין אומאן שפירט ער מער ווי זיין טאטע און זיידע, און ארומיגע. ער קוקט אן אלע גדולי ישראל כקליפת השום קעגן רבי נחמן, און ער טרעפט נאך יסודות צו בויען זיינע קרימע בנינים בספרי ברסלב. דאס איז אלעס ווייל ער וויל קענען לאכן פון אלע גדולי ישראל היינט אויך, ער וויל זיך נישט מכניע זיין אונטער קיינעם. אונטער וועמען זאל ער זיך מכניע זיין? אונטער דעם אונגארישען נער? אונטער דעם פולישען תמים? איך בין סך מער! איך בין ברסלב! וואס דרייעסטו מיר א קאפ מיט מאור ושמש? איך האב א שיחות הר"ן! מהר"ן האט אליינס געזאגט אז אלע זענען פאר אים כקליפת השום!

דער אויבער חכם קען נישט טוישען פון באר מים חיים צו נועם אלימלך, ער קען נישט טוישען פון קדושת לוי צו מאור ושמש, ווייל ער שפירט נאכנישט גענוג אויבער חכם! נישט ווייל ער טרעפט נישט אין די ספרים וואס ער זוכט. בסך הכל זוכט ער אויבער חכמה, און דאס שטעלט אים ברסלב גרינג צו.

פון די אנדערע זייט קומען אן אסאך ליידיג גייער קיין ברסלב, און די סיבה דערצו ווייסטו בעסער ווי מיר. נישט ווייל ברסלב פארקויפט מער, נאר ווייל דארט קען ער זיין א נבל ברשות התורה... חס מלהזכיר!

די סארט ברסלבע איז וואס איבעלט. קיינער האט נישט א פראבלעם מיט א סאטמארע חסיד וואס לערנט שפת אמת, הגם זיין זיידע האט נישט געטוהן אזוי. ווי לאנג ער בלייבט אינעם סיסטעם נאר בסך הכל רעדט שפת אמת מער צו זיין הארץ, זאל ער לערנען שפת אמת. ווען איך זעה א גורע חסיד לערנען בני יששכר וועל איך האלטען אויף אים די זעלבע. עס וועט מיר נאר איבלען ווען דער זעלבער סאטמארע חסיד וואס גייט אויך צום כותל ווייל ער איז קלוגער ווי זיין רבי, אדער אנדערע זאכן לדוגמא ער קען מער נישט דאווענען אין א סאטמארע ביהמ"ד, אדער ער קען שוין נישט דאוונען שבועות ביי זיין לעבעדיגע רבי קומט מיר מסביר זיין די גדלות פון פארן קיין אומאן ראש השנה.

א ברסלבע חסיד וואס פארגעסט נישט וואס מען האט אים געלערנט אין חדר, ער האלט זיך נישט קלוגער ווי די סיסטעם, ער נוצט נישט ספרי ברסלב אלץ מיטל צו לאכן פון זיינע ארומיגע. איז בכלל נישט פארפיינטעט ביי קיינעם.

נאכאמאל. אלע ספרי קודש זענען הייליג הייליג הייליג. יעדע ספר איז געשריבען געווארן פאר כלל ישראל, און פון יעדע ספר קען מען נעמען חיזוק. נעם חיזוק פון וועלכע ספר עס רעדט צו דיין הארץ. ווער אבער נישט אן אויבער חכם! האלט דיך נישט מער ווי דיין רביזכרונולברכה זיידע! דו ביסט כקליפת השום קעגן אים!
וואאאאוו!!! איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי גוט געפיהלט אלס ברסלב'ער!!!!
קיינער האט נישט פיינט ברסלב!
אלע 'חכמים און אויבער חכמים' קומען אהן קיין ברסלב.... ברסלב איז די 'קלוגסטע חסידות אלוועלטליך'!
אין ברסלב זענען נאר דא נבלים 'ברשות התורה', משא"כ אלע אנדערע חסידות'ן וועלכע זענען ל"ע פול מיט נבלים 'שלא ברשות התורה'....
קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט א סאטמארע חסיד וואס לערנט שפת אמת. פאקט. דאן האט ער אויך נישט קיין פראבלעם מיט א סאטמארע חסיד וואס לערנט 'ליקוטי מוהר"ן און שיחות הר"ן', אזוי ווי דער רבי זי"ע האט געפילעוועט דערין. פאקט.
(איך פארשטיי נישט ווי קומט נישט דאווענען 'שבועות' ביים רבי'ן צו פארן קיין אומאן 'ראש השנה'. מן הסתם איז דאס א 'טעות סופר' און איר האט געמיינט צו זאגן נישט דאווענען 'ראש השנה' ביים רבין זז"ג. אבער 'שבועות? מאן דכר שמיה! אוודאי ביים רבין זאל געזונט זיין).
וועלכער 'סאטמערער' האלט זיך נישט קלוגער פון די 'סיסטעם'? גייט אריין אין מקוה אין ביהמ"ד הגדול און הערט זיך צו צו די פאליטיק, אדער קענט איר גיין צום 'צוויי אזייגער נאכמיטאג שחרית מנין' צו הערן מער וואס פלוני און אלמוני האבן צו טעהנענען קעגן דעם 'סיסטעם'...
איך בין צומישט צו איר רעדט פון 'ד'רבי ז"ל' אדער פון 'רבינו שליט"א', איר קאכט א קאשע הין און צוריק... ביטע אויסקלארן פאר די ליינער...
ערנסט גערעדט...
אויב גיבט זיך אייער רבי אפ מיט 'אייך', און ער שטעלט אייך צו אייערע געברויכן בגשם ורוח, פארשטיי איך אייך בלב מלא.
אבער... אויב גיבט ער זיך אפ מיט זיין לוקסעריעזע "עסקארט"... און ער ווייסט ניטאמאל ווי איר הייסט...
דאן וואלט איך אייך גע'עצה'ט צו לערנען שיחות הר"ן...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2037
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2139

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

דוד לעווינזאהן האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 6:52 pm

טיפישע ליצנות פונקט ווי די משכילים אין יענע צייטן

אנגעהויבן ליינען דעם פאוסט און געפלאנט צו ענטפערן שורה ביי שורה
אינמיטן האב איז שוין געזען אז דער איז נישט דאהי. אבער די לעצטע שורות האבן קלאר געמאכט אן קיין צווייפל

און אגב. מיין רבי האט נישט קיין עסקארטס
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1260
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2479

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

דוד לעווינזאהן האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 6:52 pm אויב גיבט זיך אייער רבי אפ מיט 'אייך', און ער שטעלט אייך צו אייערע געברויכן בגשם ורוח, פארשטיי איך אייך בלב מלא.
אבער... אויב גיבט ער זיך אפ מיט זיין לוקסעריעזע "עסקארט"... און ער ווייסט ניטאמאל ווי איר הייסט...
דאן וואלט איך אייך גע'עצה'ט צו לערנען שיחות הר"ן...
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. אויב מיין רבי קוקט נישט אויף מיר (אזוי ווי דיין משפיע טוט לכאורה, אדער גייט ער עס טון אפאר יאר ארום), איז מיין עצה צו לערנען שיחות הר"ן? אפשר איז מיין עצה צו לערנען באר מים חיים? און אפשר תניא?
כולל אינגערמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:05 pm
x 39

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך כולל אינגערמאן »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:01 pm
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:48 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 6:22 pm

די טעמע איז פון ברסלב. קענסט עפענען א טעמע איבער זיין חסידות
דאס איז טאקע די ווייטאג פון אסאך דא. אז נאר אויף ברסלב קען מען ליידער רעדן זאל נאר איינער פרובירן צו פירן אזעלכע שמועסן ווי און די אשכול אויף אנדערע חסידות'ער...

אויף אזוי ווייט אז עס גנב'עט זיך מיר שוין אריין א מחשבה אז ברסלב איז טאקע די גרעסטע...
אזווי עס גייט די באקאנטע שפריך ווארט אז פון די גאנצער וועלט האט מען די מערסטע פיינט די יודן פון צווישען די יודן האט מען די מערסטע פיינט די חסידים
און פון צווישען די חסידים האט מען די מערסטע פיינט די - סאטמארע... ודי לחכימא...
פון סאטמאר איז בני יואל דאס מערסט פארפיינטעט, פון בני יואל נטורי קרתא, פון נטורי קרתא ר' ישראל דוד ווייס, פון הרב ווייס זיין שמוץ וועש, די חשובסטע זאך אין די בריאה איז די שמוץ וועש פון ר' ישראל דוד ווייס....

ערענסט גערעדט. קיינער האט נישט פיינט ברסלב. בסך הכל קומען אסאך אויבער חכמים אן קיין ברסלב. נישט ווייל זיי טרעפען דארט עפעס מער, נאר ווייל מיטן פארן ראש השנה קיין אומאן שפירט ער מער ווי זיין טאטע און זיידע, און ארומיגע. ער קוקט אן אלע גדולי ישראל כקליפת השום קעגן רבי נחמן, און ער טרעפט נאך יסודות צו בויען זיינע קרימע בנינים בספרי ברסלב. דאס איז אלעס ווייל ער וויל קענען לאכן פון אלע גדולי ישראל היינט אויך, ער וויל זיך נישט מכניע זיין אונטער קיינעם. אונטער וועמען זאל ער זיך מכניע זיין? אונטער דעם אונגארישען נער? אונטער דעם פולישען תמים? איך בין סך מער! איך בין ברסלב! וואס דרייעסטו מיר א קאפ מיט מאור ושמש? איך האב א שיחות הר"ן! מהר"ן האט אליינס געזאגט אז אלע זענען פאר אים כקליפת השום!

דער אויבער חכם קען נישט טוישען פון באר מים חיים צו נועם אלימלך, ער קען נישט טוישען פון קדושת לוי צו מאור ושמש, ווייל ער שפירט נאכנישט גענוג אויבער חכם! נישט ווייל ער טרעפט נישט אין די ספרים וואס ער זוכט. בסך הכל זוכט ער אויבער חכמה, און דאס שטעלט אים ברסלב גרינג צו.

פון די אנדערע זייט קומען אן אסאך ליידיג גייער קיין ברסלב, און די סיבה דערצו ווייסטו בעסער ווי מיר. נישט ווייל ברסלב פארקויפט מער, נאר ווייל דארט קען ער זיין א נבל ברשות התורה... חס מלהזכיר!

די סארט ברסלבע איז וואס איבעלט. קיינער האט נישט א פראבלעם מיט א סאטמארע חסיד וואס לערנט שפת אמת, הגם זיין זיידע האט נישט געטוהן אזוי. ווי לאנג ער בלייבט אינעם סיסטעם נאר בסך הכל רעדט שפת אמת מער צו זיין הארץ, זאל ער לערנען שפת אמת. ווען איך זעה א גורע חסיד לערנען בני יששכר וועל איך האלטען אויף אים די זעלבע. עס וועט מיר נאר איבלען ווען דער זעלבער סאטמארע חסיד וואס גייט אויך צום כותל ווייל ער איז קלוגער ווי זיין רבי, אדער אנדערע זאכן לדוגמא ער קען מער נישט דאווענען אין א סאטמארע ביהמ"ד, אדער ער קען שוין נישט דאוונען שבועות ביי זיין לעבעדיגע רבי קומט מיר מסביר זיין די גדלות פון פארן קיין אומאן ראש השנה.

א ברסלבע חסיד וואס פארגעסט נישט וואס מען האט אים געלערנט אין חדר, ער האלט זיך נישט קלוגער ווי די סיסטעם, ער נוצט נישט ספרי ברסלב אלץ מיטל צו לאכן פון זיינע ארומיגע. איז בכלל נישט פארפיינטעט ביי קיינעם.

נאכאמאל. אלע ספרי קודש זענען הייליג הייליג הייליג. יעדע ספר איז געשריבען געווארן פאר כלל ישראל, און פון יעדע ספר קען מען נעמען חיזוק. נעם חיזוק פון וועלכע ספר עס רעדט צו דיין הארץ. ווער אבער נישט אן אויבער חכם! האלט דיך נישט מער ווי דיין רביזכרונולברכה זיידע! דו ביסט כקליפת השום קעגן אים!
שלום וברכה,

ליינענדיג די גאנצע אשכול דא פול מיט שמועסן הין און צוריק, האט זיך מיר עטליכע מאל געוואלט אראפברענגן די רייד פונעם מגיב, און דערויף שרייבן, אבער איך זע אז אנדערע האבן עס שוין געטון זה בכה וזה בכה. איך האב נישט אלעמאל מסכים געווען מיט'ן מגיב, אבער איך מוז דען? על כל פנים, איך באציה מיך צו די דאזיגע תגובה וואס איך האב דא אראפגעברענגט, און אין איינוועגס וועט מען ערווענען היבש נאך זאכן וואס זענען געווען געפרעגט אין די פריערדיגע תגובות.

ערשט וועל איך זיך באציען צו די רייד פון @נקודות טובות וואס ער איז דער לעצטער מגיב אינעם ענין פארוואס מ'האט פיינט ברסלב. שפעטער וועל איך זיך נעמען צו אנדערע נקודות. און בעיקר צו די קשיות פון @מסתמא וואס עס קוקט באמת אויס אז ער שפירט אז געוויסע ענינים אין ברסלב איז אויסערליך קעגן די מסורה, און ווארנט שטארק אן צווישן זיינע שורות עטליכע מאל אז מ'זאל חלילה נישט נכשל ווערן מיט זאכן וואס זענען זיך הויפטזעכליך מנגד צו די יג עיקרים וכדו'.

וזה החלי בעז"ה
ערשט מוז איך אייך זאגן אז איך בין זייער אימפרעסד פון די איידעלע וועג וואס דו שרייבסט, און ווי אויך די ליניענט און הומעראסטישע וועג פון שרייבן. אגב, דיין ניק נעים 'נקודות טובות' האסטו מסתמא גענומען צו צייגן אז מ'מוז נישט זיין קיין ברסלב'ר צו האלטן פון נקודות טובות, וואס אויב איז עס טאקע אזוי, באקומסטו נאך א פלאס אויף דיין מארק..

דו שטעלסט אראפ א נעראטיוו אז בעצם האט קיינער נישט קיין פראבלעם מיט ברסלב, אדרבה, אויב וויל איינער ווערן אן 'ערענסטע' ברסלב'ר, צוליב סיי וואס פאר א סיבה, און וויל נישט אוועקמאכן די צדיקים וקדושים וואס זענען ביז היינט געווען זייער הייליג ביי אים. דאן זאגט מען אים (אויב מיין הרגשה נארט מיך נישט, רעדסטו פון די סאטמארע קרייז) אדרבה, ואדרבה, לך אכול דייך, גיי ווער א ברסלב'ר, פאר ראש השנה אויף אומאן, לערן די ברסלב'ע ספרים, קיין פראבלעם.
די גאנצע סיבת ההתנגדות איז נאר ווייל עס זענען דא די אלע וואס ווערן ברסלב'ע מיט אנדערע סיבות ונימוקים (וואס טייל האסטו אויסגערעכנט, און מסתמא איז דא סתום יותר מן המפורש), אויב ביסטו אבער נישט צווישן זיי, דאן גאו אהעד.

די מציאות צייגט נישט אזוי, אויב ווערט מען געוואויר אז איינער ווערט א ברסלב'ר, נאך פאר מ'איז בודק פארוואס, האט מען אים שוין אריינגעשליידערט אין די נעגאטיווע קאטעגאריע, און מ'שטעלט אפ הימל און ערד, אפצוהאלטן דעם אינגערמאן צי בחור'ל אז ער זאל נישט מקורב ווערן צו ברסלב.

איך וועל נעמען אן אינטערסאנטע משל, עס איז דא א באקאנטע ברסלב'ע נאמען אין סאטמאר, ער הייסט ר' ניסן פרענקל. א תלמיד פון רבין אין די געזונטע יארן. (מקורב איז ער גראדע געווארן דורך ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל, אבער דאס קומט נישט אריין דא.) ער האט שוין אלס בחור געלערנט ברסלב'ע ספרים, און ער האט חתונה געהאט קיין אנטווערפן. והנה און דער אינגערמאן האט געוואלט פארן אויף אומאן, און ער איז טאקע געפארן. א גאנצע מעשה באריכות, דעמאלט איז מען געוואויר געווארן אז ער איז א ברסלב'ר, און סאטמאר האט זיך איבערגעדרייעט מילד גערעדט. ווען נישט דער רבי זי"ע, און הרה"ק ר' איציקל זי"ע, וואלט דאס נישט שטיל געווארן, און ער העט ווען געדארפט טון וואס מ'האט פארלאנגט אין אנדערע חסידות צו טון אין אזא פאל, צוועלף שורות און גענדיגט.
מ'רעדט פון א אינגערמאן א תלמיד חכם עצום, א יושב באהלה של תורה רוב שעות היום והלילה, א שפיגעלע פון רבינ'ס תלמידים, דער רבי האט געזאגט שיינע הפלגות פאר זיין שווער איבער אים. עס איז נאך דעמאלט נישט געווען די לויזע ברסלב'ע ועוד ועוד, אבער דאס אלעס האט נישט גענוצט און מ'האט געפירט א מערכה כבידה אשר אין כאן המקום להאריך.
ער איז איין משל, און עס זענען נאך פארהאן פילע פילע משלים פון אסאך באוואוסטע און אומבאוואוסטע מקורבים וואס זענען דורך דאס און ענליכעס, נישט ווייל זיי האבן געוואלט ווערן פויערן, און נישט ווייל זיי זענען געווען אנגעזעצט פארדעם וכו' וכו', נאר ווייל זיי האבן פאר עפעס אן אדד ריזען איינגעזען אז זיי ווילן ווערן א ברסלב'ע חסיד.

וואס פשט פון דעם? קענסט דאס פארענטפערן?
איך בין געווארן א ברסלב'ר אלס בחור, איך האב זיך נישט אנגעקערט צו קיין איינער פון די לויזע ברסלב'ע, און די התנגדות און די כוחות וואס מ'האט אריינגעלייגט מיך אפצוהאלטן דערפון, איז געוען עד אין לשער.
איז דאס ווייל?

איך פארשטיי אז דו קענסט מיר איצט זאגן אז נו, זעסט דאך פון דעם אליינס אז ברסלב איז נישט אנגענומען געווארן ביי אונז.
אבער די קשיא שטעלט זיך, פארוואס נאר דער רבי זי"ע אליינס האט דאס אפגעשטעלט? אויב איז עס קעגן אונזער מסורה, וואלט ער דאך געדארפט שטעלן אן אלטימאטום פאר'ן אינגערמאן, אדער לאזטו אפ ברסלב, אדער ביזטו נישט מיינס א תלמיד.
נאך א מעשה וואס ר' נתן יוסף האט פארציילט, (איך האב עס געהערט פון אן אייניקל וואס האט עס געהערט פון אים, יענער אייניקל איז נישט קיין ברסלב'ר.) ער איז געגאנגען פארציילן פאר'ן רבי'ן אויף א בחור אז ער האט אנגעהויבן צו לערנען ברסלב'ע ספרים, האט דער רבי אים געזאגט, שיק אים אריין צו מיר זיך צו פארהערן. ער איז שוין געווען זיכער אז דער רבי וועט אים געבן אנצוהערן אז ער זאל זיך אפלאזן דערפון.
הכלל, דער בחור קומט אריין צום רבי'ן, און דער רבי פארהערט אים. ווען דער בחור איז ארויסגעקומען, גייט ר' נתן יוסף צו צו אים, נו, וואס האט דער רבי געזאגט? זאגט ער אז דער רבי האט געזאגט אז ער האט גוט געקאנט.
גייט ר' נתן יוסף אריין צום רבי'ן, און פרעגט אים צי ער האט אים געזאגט עפעס וועגן לערנען ברסלב'ע ספרים, רופט זיך דער רבי אן, ער האט דאך גוט געקאנט.
האט ר' נתן יוסף געזאגט פאר'ן אייניקל, אז קוקט אויס אז אויב האט עס נישט געשטערט פון די געהעריגע לימודים, האט דער רבי נישט געהאט גארנישט דערקעגן.

לענינינו, די פאקט איז, אז די פולווער קעגן ברסלב איז דא, נישט נאר קעגן די וואס זענען לויזע ברסלב'ע, נאר טאקע אויך אויף אינגעלייט און בחורים וואס זוכן און טרעפן דארט עבודת השם. און אויף דעם האב איך דערווייל נישט געטראפן קיין סיבה.

------

און יעצט וועל איך זיך נעמען צו די עצם נקודה פון ברסלב, און פון מסורה.

וואס איז ברסלב? ברסלב איז א חסידות. יא, א חסידות פון א רבי מיט תלמידים. וואס איז אנדערש פון אנדערע חסידות? (העי, ווער האט געזאגט אז ס'איז אנדערש??..) אז עס שוין פאר די לעצטע איבער צוויי הונדערט יאר נאך דא דער זעלבער רבי.
אנדערש ווי פילע אנדערע חסידות וואס זענען נמשך געווארן פון די צייטן פון בעל שם טוב, וואס הגם אסאך צדיקים האבן געזאגט אז חסידות איז נאר געווען פאר הונדערט און פופציג יאר, און אנדערע האבן געזאגט אז דער דרך החסידות איז שוין נשתכח געווארן, נאכאלץ זענען דא כהיום יום טויזענטער אידן וואס געהערן זיך אן צו זייער רבי'ן, אלס א חסיד. און טאקע דוקא פון א לעבעדיגן רבי'ן. איז אבער די ברסלב'ע דרך עטוואס אנדערש, און עס זענען נישט דא קיין ממשיכי הדרך אלס א רבי, נאר דוקא אלע בלייבן תלמידים און אפשר קען מען עס אנרופן חסידים פון רבי נחמן אליינס.

וואס א חסיד האט מיט זיין רבי'ן, דארף דאך יעדער לכאורה אליינס וויסן. יעדער ווייסט פון אזא סארט זאך וואס הייסט שורש נשמה, און יעדער האט שוין געהערט במשך פון זיינע יארן פילע מעשיות פון רבי'ס מיט חסידים וואס פארציילט אונז, אז יעדער איד האט זיין שורש נשמה צו ווי ער באלאנגט, און דארט (געווענדליך) קומט מען אן.
איך רעדט נישט פון א פארטיי וואו מ'געהערט זיך אן, איך למשל באלאנג נאך געהערט צו מיין פארטיי, אפילו איך בין א ברסלב'ער. איך רעדט דוקא פון אן התקשרות וואס א איד האט צו א צווייטן איד, אלס א חסיד צו א רבין'.
קען זיין אז היינט איז עס שוין נישט אזוי מצוי, בפרט אין אונזער קרייז (סאטמאר), אבער ערגעצוואו האט זיך - כמעט - יעדער עפעס א איד, וואס ער איז 'זיין' ערליכער איד 'זיין' צדיק, און ער קוויטל'ט זיך ביי אים, און ער בעט ביי אים א ברכה, און ער גייט נישט צו צו קיין שמחה אדער צו א ימים נוראים וכדו' אן זיך צו געזעגענען ביי אים. ער וועט פרובירן דארט צו זיין יעדע שיינע שבת אדער יום טוב, וכו' וכו'. און היינט אז עס שוין מצוי ביי די מתנגדי'שע קרייזן אויך.

א ברסלב'ר מיינט אז ער האט גענומען רבי נחמן פאר זיין רבי, פונקט ווי יעדער אנדערער חסידי'שער איד האט זיך זיין רבי.
איי וועסטו פרעגן, וויאזוי קען מען האבן שייכות מיט א רבי וואס לעבט שוין נישט איבער צוויי הונדערט יאר, אויף דעם דארפסטו שוין לערנען געוויסע חלקים פון די חסידות, צו וויסן וויאזוי עס ארבעט.
איך גיי נישט אריינגיין נאכאמאל צו פארענטפערן די ווידוי קשיא, און די ממוצע קשיא, לית דין פירכא כלל, איך פאר שוין אסאך יאר אויף אומאן, און עס איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אז דער רבי איז עפעס א כוח עצמו אינדערמיט חלילה, און ווער עס לערענט ברסלב און חסידות בכלל, ווייסט אז דאס איז קיין שום שאלה בכלל. אבער דער @בן מנחם האט אראפגעברענגט איינעם, און אפשר נאך איינער האט שוין פריער פארענטפערט די קשיא. אבער וואס איך וויל יא זאגן איז, אז פאר ווער ס'ווערט א ברסלב'ר איז די קשיא נישט עולה על הדעת בכלל.
איי מענטשן הערן דאס נישט אויף צו נוצן אלס איינע פון די שטערקסטע קשיות אויף ברסלב, וועלן מיר מוזן צוקומען אז עס איז א קשיא שאין להשיב, ווייל די ווילן אפילו נישט קיין תירוץ, ווען יא, וואלט ער דאך געזען אז ער פרעגט גארנישט. אבער דאס איז די כוח פון א קשיא, דו גיי פארענטפער דיך.

די געוואלדיגע קשיא אויף פראפאגאנדע און מיסיאן אין ברסלב, האב איך צוריק א קשיא, זאגטס נאר ביטע, אייך האט מען פרובירט פארכאפן אויף ברסלב? וויאזוי?
מ'האט אייך געגעבן א קונטרס? (איך בין גראדע נישט פון די סארט, אבער נניח)
איינער האט אייך פארציילט די גרויסע קדושה און כוח וואס רבי נחמן באנוצט זיך?
איינער האט אייך געזאגט אז עס לוינט זיך צו קומען אויף אומאן, ווייל דארט וועט איר באקומען א תיקון?
איינער האט אייך מחזק געווען מיט די רייד פון רבי נחמן?
אויב די ענטפער אויף איינע פון די זאכן איז יא! זאגט נאר, איר זענט טאקע געווארן א ברסלב'ר דורכדעם?
דאכט זיך מיר אז די ענטפער איז: ניין!!
איז אדער טויג ברסלב נישט אויף מיסיאן, אדער טויגן זיי נישט מיט פראפגאנדע, אדער איז די גאנצע קשיא קיין קשיא נישט.

און איך וועל זיך מסביר זיין, איך בין שוין עטליכע יאר אין ברסלב, און איך האב שוין געשמועסט מיט אסאך אסאך מקורבים, איך האב נאכנישט געטראפן קיינעם וואס איז מקורב געווארן צו ברסלב ווייל 'איינער' האט זיי פארכאפט. אדער האט די רייד פון רבי נחמן דיך אנגעהויבן צו ציען מיט א מורא'דיגע צויבער, אדער האסטו געהאט א פראבלעם און פונקט געטראפן עפעס פון ברסלב וואס האט דיך געהאלפן, און ערגעצוואו האסטו אנגעהויבן זען אז רבי נחמן רעדט צו דיר.
הונדערטער האב איך שוין געטראפן וואס זענען 'נישט' פארכאפט געווארן, טראץ דעם וואס זיי האבן געזען די אלע פראפעגאנדע, זיי האבן זיך נישט געלאזט ארייננארן אינעם נעץ.

רבותי, עס איז נישט דא קיין נעץ, ווער עס דארף אנקומען צו רבי נחמן ווייל זיין שורש נשמה איז דארט, וועט ער אנקומען, און ווער נישט, וועט נישט אנקומען. איך זאג נישט, איך ווייס פון אזעלכע וואס האבן מורא'דיגע געגארט און געבעטן דעם באשעפער אז זיי ווילן אנקומען צו דעם צדיק, און אפילו אנפאנג זענען זיי נאכנישט געווען קיין ברסלב'ער, האבן זיי מיט תפלה גע'פועל'ט. אבער צו די איבעריגע עולם וויל איך מעלדן, אז קיינער קען קיינעם נישט מאכן פאר א ברסלב'ער, מ'דארף זיך נישט זארגן. און די גרעסטע ראי' ביסטו אליינס, וואס קען מעיד זיין אז דו ביסט נישט געווארן קיין ברסלב'ער טראץ אלע פראפעגאנדע.

יא, א ברסלב'ער חסידי האט א חיוב פון זיין רבי'ן, צו מחי' זיין אידן מיט גוטע ווערטער, און ברענגן יעדן איד וואס מעגליך אז זיי זאלן וועלן דינען דעם באשעפער, און אז זיי זאלן אפשפעטן פון הבלי עולם הזה, וכו' וכו' אבער דוקא נישט צו מאכן אנדערע פאר א ברסלבער.

------

און איצט איבער מסורה.
שוין פריער אביסל ערווענט, מסורת אבות האט נישט מיט קיין חסידות צוטון, מסורת אבות מיינט אל תטוש תורת אמך, מיר אידן האבן א מסורה פון אמונה בה' ובתורתו, ווילאנג א איד גלייבט אין באשעפער, און אין אלע יג עיקרים, גייט ער מיט מסורת אבות.
וועלכע ספר צו לערנען, אדער ביי וועלכע רבי'ן זיך צו קוויטלען האט נישט מיט מסורת אבות, ווייל דו האסט שוין נישט דיין זיידע'ס רבי סייווי נישט. די הלכה לויטעט דאס בפירוש אין הלכות כיבוד אב ואם, און ווער עס זאגט פארקערט, פארפעלט צו גלויבן אין צוויי פון די אני מאמינ'ס שכל התורה המצוי' עתה בידינו היא הנתונה למשרע"ה. און שזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.
ווי נאריש דארף מען זיין אז ווען מ'זעט ווערטער פון א צדיק וואס דו פארשטייסט נישט זאלסטו קלערן אז עס האט עפעס קעגן אונזער אמונה. איי דו פארשטייסט נישט, האסטו צוויי עצות, איינס בעט דעם באשעפער ערליך ביי והאר עינינו ער זאל דיר עפענען די אויגן, און צווייטנ'ס קוק אריין וואס דער צדיק זאגט, און דאן וועסטו זען אז דו האסט סתם זיך אנגעכאפט אין עפעס אן איינרעדעניש.

איי עס זענען דא אסאך ברסלב'ע וואס זענען נישט ערליך, איז וואס? זייער אסאך נישט ברסלב'ער זענען געווען משכילים, איז וואס? איז עס חלילה א פגם אין די תורה? יאבדו הם וכמותם, און קיין איין ווארט פון די הייליגע תורה וועט נישט ווערן אפגעפרעגט.
חז"ל לערנען אונז אין עטליכע מקומות, אז די תורה נמשלה כסם, זכה נעשה לו סם החיים, לא זכה נעשה לו סם המוות. דאס איז עפעס א ברסלב'ע חידוש? דאס איז א חלק פון אונזער מסורה.

איך מיין אז איך האב שוין גענוג מאריך געווען. אנדערע האבן דא מוסיף געווען עטליכע נקודות, נו שוין.
הצלחה רבה.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 927
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2500

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך מסתמא »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:25 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:01 pm
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:48 pm

דאס איז טאקע די ווייטאג פון אסאך דא. אז נאר אויף ברסלב קען מען ליידער רעדן זאל נאר איינער פרובירן צו פירן אזעלכע שמועסן ווי און די אשכול אויף אנדערע חסידות'ער...

אויף אזוי ווייט אז עס גנב'עט זיך מיר שוין אריין א מחשבה אז ברסלב איז טאקע די גרעסטע...
אזווי עס גייט די באקאנטע שפריך ווארט אז פון די גאנצער וועלט האט מען די מערסטע פיינט די יודן פון צווישען די יודן האט מען די מערסטע פיינט די חסידים
און פון צווישען די חסידים האט מען די מערסטע פיינט די - סאטמארע... ודי לחכימא...
פון סאטמאר איז בני יואל דאס מערסט פארפיינטעט, פון בני יואל נטורי קרתא, פון נטורי קרתא ר' ישראל דוד ווייס, פון הרב ווייס זיין שמוץ וועש, די חשובסטע זאך אין די בריאה איז די שמוץ וועש פון ר' ישראל דוד ווייס....
אוי זענט איר א לץ.... איך האב זיך פשוט געראולט פאר געלעכטער פון דעם משל.
כהאב עס יעצט געליינט... באשעפער איינציגער! כקען נישט! כראולל מיך פאר געלעכטער

למען האמת, אבער דעם אמתן אמת, ר’ ישראל דוד ווייס איז פון די אידן וועלכע זענען פון די נעלבים ואינן עולבין, ער האט א געוויסע אריסטאקראטישע ריינקייט און ערליכקייט וואס איז אומלייקענבאר. כרעד ווען מלייגט אין א זייט דאס נטורא קרתא’איזם.

עכט עכט טאר מען נישט רעדן פון לעבענדיגע מענטשן אבער מה אעשה, די משל און ליצנות, די הערה וואס כשפיר צו זאגן אויף ר’ ישראל דוד. גיי ווייס צו די הנהלה וועט עס נישט צענזורירן
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 170

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 7:46 pm
דוד לעווינזאהן האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 6:52 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:01 pm

פון סאטמאר איז בני יואל דאס מערסט פארפיינטעט, פון בני יואל נטורי קרתא, פון נטורי קרתא ר' ישראל דוד ווייס, פון הרב ווייס זיין שמוץ וועש, די חשובסטע זאך אין די בריאה איז די שמוץ וועש פון ר' ישראל דוד ווייס....

ערענסט גערעדט. קיינער האט נישט פיינט ברסלב. בסך הכל קומען אסאך אויבער חכמים אן קיין ברסלב. נישט ווייל זיי טרעפען דארט עפעס מער, נאר ווייל מיטן פארן ראש השנה קיין אומאן שפירט ער מער ווי זיין טאטע און זיידע, און ארומיגע. ער קוקט אן אלע גדולי ישראל כקליפת השום קעגן רבי נחמן, און ער טרעפט נאך יסודות צו בויען זיינע קרימע בנינים בספרי ברסלב. דאס איז אלעס ווייל ער וויל קענען לאכן פון אלע גדולי ישראל היינט אויך, ער וויל זיך נישט מכניע זיין אונטער קיינעם. אונטער וועמען זאל ער זיך מכניע זיין? אונטער דעם אונגארישען נער? אונטער דעם פולישען תמים? איך בין סך מער! איך בין ברסלב! וואס דרייעסטו מיר א קאפ מיט מאור ושמש? איך האב א שיחות הר"ן! מהר"ן האט אליינס געזאגט אז אלע זענען פאר אים כקליפת השום!

דער אויבער חכם קען נישט טוישען פון באר מים חיים צו נועם אלימלך, ער קען נישט טוישען פון קדושת לוי צו מאור ושמש, ווייל ער שפירט נאכנישט גענוג אויבער חכם! נישט ווייל ער טרעפט נישט אין די ספרים וואס ער זוכט. בסך הכל זוכט ער אויבער חכמה, און דאס שטעלט אים ברסלב גרינג צו.

פון די אנדערע זייט קומען אן אסאך ליידיג גייער קיין ברסלב, און די סיבה דערצו ווייסטו בעסער ווי מיר. נישט ווייל ברסלב פארקויפט מער, נאר ווייל דארט קען ער זיין א נבל ברשות התורה... חס מלהזכיר!

די סארט ברסלבע איז וואס איבעלט. קיינער האט נישט א פראבלעם מיט א סאטמארע חסיד וואס לערנט שפת אמת, הגם זיין זיידע האט נישט געטוהן אזוי. ווי לאנג ער בלייבט אינעם סיסטעם נאר בסך הכל רעדט שפת אמת מער צו זיין הארץ, זאל ער לערנען שפת אמת. ווען איך זעה א גורע חסיד לערנען בני יששכר וועל איך האלטען אויף אים די זעלבע. עס וועט מיר נאר איבלען ווען דער זעלבער סאטמארע חסיד וואס גייט אויך צום כותל ווייל ער איז קלוגער ווי זיין רבי, אדער אנדערע זאכן לדוגמא ער קען מער נישט דאווענען אין א סאטמארע ביהמ"ד, אדער ער קען שוין נישט דאוונען שבועות ביי זיין לעבעדיגע רבי קומט מיר מסביר זיין די גדלות פון פארן קיין אומאן ראש השנה.

א ברסלבע חסיד וואס פארגעסט נישט וואס מען האט אים געלערנט אין חדר, ער האלט זיך נישט קלוגער ווי די סיסטעם, ער נוצט נישט ספרי ברסלב אלץ מיטל צו לאכן פון זיינע ארומיגע. איז בכלל נישט פארפיינטעט ביי קיינעם.

נאכאמאל. אלע ספרי קודש זענען הייליג הייליג הייליג. יעדע ספר איז געשריבען געווארן פאר כלל ישראל, און פון יעדע ספר קען מען נעמען חיזוק. נעם חיזוק פון וועלכע ספר עס רעדט צו דיין הארץ. ווער אבער נישט אן אויבער חכם! האלט דיך נישט מער ווי דיין רביזכרונולברכה זיידע! דו ביסט כקליפת השום קעגן אים!
וואאאאוו!!! איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי גוט געפיהלט אלס ברסלב'ער!!!!
קיינער האט נישט פיינט ברסלב!
אלע 'חכמים און אויבער חכמים' קומען אהן קיין ברסלב.... ברסלב איז די 'קלוגסטע חסידות אלוועלטליך'!
אין ברסלב זענען נאר דא נבלים 'ברשות התורה', משא"כ אלע אנדערע חסידות'ן וועלכע זענען ל"ע פול מיט נבלים 'שלא ברשות התורה'....
קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט א סאטמארע חסיד וואס לערנט שפת אמת. פאקט. דאן האט ער אויך נישט קיין פראבלעם מיט א סאטמארע חסיד וואס לערנט 'ליקוטי מוהר"ן און שיחות הר"ן', אזוי ווי דער רבי זי"ע האט געפילעוועט דערין. פאקט.
(איך פארשטיי נישט ווי קומט נישט דאווענען 'שבועות' ביים רבי'ן צו פארן קיין אומאן 'ראש השנה'. מן הסתם איז דאס א 'טעות סופר' און איר האט געמיינט צו זאגן נישט דאווענען 'ראש השנה' ביים רבין זז"ג. אבער 'שבועות? מאן דכר שמיה! אוודאי ביים רבין זאל געזונט זיין).
וועלכער 'סאטמערער' האלט זיך נישט קלוגער פון די 'סיסטעם'? גייט אריין אין מקוה אין ביהמ"ד הגדול און הערט זיך צו צו די פאליטיק, אדער קענט איר גיין צום 'צוויי אזייגער נאכמיטאג שחרית מנין' צו הערן מער וואס פלוני און אלמוני האבן צו טעהנענען קעגן דעם 'סיסטעם'...
איך בין צומישט צו איר רעדט פון 'ד'רבי ז"ל' אדער פון 'רבינו שליט"א', איר קאכט א קאשע הין און צוריק... ביטע אויסקלארן פאר די ליינער...
ערנסט גערעדט...
אויב גיבט זיך אייער רבי אפ מיט 'אייך', און ער שטעלט אייך צו אייערע געברויכן בגשם ורוח, פארשטיי איך אייך בלב מלא.
אבער... אויב גיבט ער זיך אפ מיט זיין לוקסעריעזע "עסקארט"... און ער ווייסט ניטאמאל ווי איר הייסט...
דאן וואלט איך אייך גע'עצה'ט צו לערנען שיחות הר"ן...
טיפישע ליצנות פונקט ווי די משכילים אין יענע צייטן

אנגעהויבן ליינען דעם פאוסט און געפלאנט צו ענטפערן שורה ביי שורה
אינמיטן האב איז שוין געזען אז דער איז נישט דאהי. אבער די לעצטע שורות האבן קלאר געמאכט אן קיין צווייפל

און אגב. מיין רבי האט נישט קיין עסקארטס
אינטרעסאנט פארוואס די קונטרסים און פילע תגבות און די אשכול קעגן ברסלב אנגעפיקעוועט מיט שטיקער ליצנות און משכילות ממש אויפ גדולי עולם פון צוויי הונדערט יאר צוריק האט נישט געטריגערט קיין אנטווארט וואס איז יעצט געשען ?????......
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2021
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4910

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:25 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 5:01 pm
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 3:48 pm

דאס איז טאקע די ווייטאג פון אסאך דא. אז נאר אויף ברסלב קען מען ליידער רעדן זאל נאר איינער פרובירן צו פירן אזעלכע שמועסן ווי און די אשכול אויף אנדערע חסידות'ער...

אויף אזוי ווייט אז עס גנב'עט זיך מיר שוין אריין א מחשבה אז ברסלב איז טאקע די גרעסטע...
אזווי עס גייט די באקאנטע שפריך ווארט אז פון די גאנצער וועלט האט מען די מערסטע פיינט די יודן פון צווישען די יודן האט מען די מערסטע פיינט די חסידים
און פון צווישען די חסידים האט מען די מערסטע פיינט די - סאטמארע... ודי לחכימא...
פון סאטמאר איז בני יואל דאס מערסט פארפיינטעט, פון בני יואל נטורי קרתא, פון נטורי קרתא ר' ישראל דוד ווייס, פון הרב ווייס זיין שמוץ וועש, די חשובסטע זאך אין די בריאה איז די שמוץ וועש פון ר' ישראל דוד ווייס....
אוי זענט איר א לץ.... איך האב זיך פשוט געראולט פאר געלעכטער פון דעם משל.
כ’אטעם נישט... האסט מיר געמאכט זיך אפשטעלן אויף דעם שורה...

@נקודות טובות ביסט א שווערער לץ...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8403

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

כולל אינגערמאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 8:15 pm
► Show Spoiler
👍👍👍👍

דאס איז וואס איך קען זאגן אויף דעם פאוסט.

---
און אגב, איר האט א מייסטער פענע, נוץ עס אפט אונז צו מהנה זיין!
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2037
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2139

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

@כולל אינגערמאן שרייב ביטע אפטער. אזוי שיין און קלאר

וואס אונזערע זיידעס האבן געהאט קעגן ברסלב ווייס איך נישט פונקטליך ווייל איך בין נישט דארט געווען

וואס איך האב קעגן געוויסע ברסלבע האב איך שוין געשריבן
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2037
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2139

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 8:58 pm
► Show Spoiler
אינטרעסאנט פארוואס די קונטרסים און פילע תגבות און די אשכול קעגן ברסלב אנגעפיקעוועט מיט שטיקער ליצנות און משכילות ממש אויפ גדולי עולם פון צוויי הונדערט יאר צוריק האט נישט געטריגערט קיין אנטווארט וואס איז יעצט געשען ?????......
קונטרסים האב איך נישט געליינט

וועלכע פאוסטס דא האבן ליצנות קעגן גדולים?
בן מנחם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 170

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן מנחם »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 10:59 pm
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 8:58 pm
► Show Spoiler
אינטרעסאנט פארוואס די קונטרסים און פילע תגבות און די אשכול קעגן ברסלב אנגעפיקעוועט מיט שטיקער ליצנות און משכילות ממש אויפ גדולי עולם פון צוויי הונדערט יאר צוריק האט נישט געטריגערט קיין אנטווארט וואס איז יעצט געשען ?????......
קונטרסים האב איך נישט געליינט

וועלכע פאוסטס דא האבן ליצנות קעגן גדולים?
ווהאט??? כמעט נישט דא וואס האבן נישט. וואלט אזא אשכול קעגן א אנדערע חסידות געהאט א זכות קיום מער ווי דרייסיג סקונדעס
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2037
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2139

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:25 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 10:59 pm
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 8:58 pm
► Show Spoiler
אינטרעסאנט פארוואס די קונטרסים און פילע תגבות און די אשכול קעגן ברסלב אנגעפיקעוועט מיט שטיקער ליצנות און משכילות ממש אויפ גדולי עולם פון צוויי הונדערט יאר צוריק האט נישט געטריגערט קיין אנטווארט וואס איז יעצט געשען ?????......
קונטרסים האב איך נישט געליינט

וועלכע פאוסטס דא האבן ליצנות קעגן גדולים?
ווהאט??? כמעט נישט דא וואס האבן נישט. וואלט אזא אשכול קעגן א אנדערע חסידות געהאט א זכות קיום מער ווי דרייסיג סקונדעס
די טעמע קען מען צעטיילן אין א פאר נושאים

וועלכע חלק רעדסטו פון?
אייזיק פ
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 9:43 pm
x 22

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אייזיק פ »

@כולל אינגערמאן
הערליך געשריבן בהשכל ובדעת. נכרין דברי אמת יוצאים מלב בשר.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3081
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3471

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שמח »

בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 8:58 pm
ס'מעקט זיך נישט פון זיך אליין זאכן... אויב די זעהסט א פאוסט וואס האט (לדעתך) נישט אויסגעהאלטענע אינהאלט דארפט איר באריכטן יענע פאוסט און די הנהלה וועט באשליסן צו מ'זאל עס מעקן.

איך רעד פשוט פון עקספיריענס, נישט מטעם הנהלה...
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
דוד לעווינזאהן
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 1:51 pm
x 15

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך דוד לעווינזאהן »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:46 pm
בן מנחם האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:25 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 10:59 pm
קונטרסים האב איך נישט געליינט

וועלכע פאוסטס דא האבן ליצנות קעגן גדולים?
ווהאט??? כמעט נישט דא וואס האבן נישט. וואלט אזא אשכול קעגן א אנדערע חסידות געהאט א זכות קיום מער ווי דרייסיג סקונדעס
די טעמע קען מען צעטיילן אין א פאר נושאים

וועלכע חלק רעדסטו פון?
וועלכע נישט?
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 59

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך יהא רעוא »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 6:38 pm
רוב היינטיגע ברסלב'ע משפיעים, אדער לכה"פ א גרויס טייל, וועלן קיינמאל נישט נאכזאגן עפעס אנדערש ווי "רבי נחמן".
איך האב נישט דורעכגעקוקט אלעס פארדעם און נאכדעים

אבער די סטעיטמענט איז פשוט נישט אמת!
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 638

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך צייטווייליג »

די כלליות’דיגע אדמורים אראפגערייסעכץ דארף זיך זאפארט ענדיגן!
1 סהאט קיין שייכות מיט ברסלב.
2 סהאט א דעזיגנירטע טעמע.
3 און אפילו דארטן טאר מען יעדע 9 נקודות פון 10 נישט שרייבן, און מיר שטייען דערויף שטרענג.

טאמער אידענטיפיצירן מיר א ניק וועלכע איז געעפנט געווארן מיטן ציל
1 צו שרייבן קאנטראווערסיאל.
2 שטיפן איין און די זעלבע פוינט כסדר.
3 וכו’ וכו’ לחכם וכו’
וועלן מיר עס מוזן אפשפארן

זייט ממשיך ווי עס פאסט, די טעמע גייט נאך ווערן גערייניגט
אוועיטער
ר' ישעי'
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:01 pm
Location: שבתי בבית ה' כל ימי חיי
x 17

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך ר' ישעי' »

יהא רעוא האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 12:53 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 6:38 pm
רוב היינטיגע ברסלב'ע משפיעים, אדער לכה"פ א גרויס טייל, וועלן קיינמאל נישט נאכזאגן עפעס אנדערש ווי "רבי נחמן".
איך האב נישט דורעכגעקוקט אלעס פארדעם און נאכדעים

אבער די סטעיטמענט איז פשוט נישט אמת!
לדוגמא?
ס'דא ר' יושע און ס'דא ר' יושע'לע,
ס'דא ר' ישעי'לע און ס'דא ר' ישעי'!
שרייב פאוסט