כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
מפורסם של אמת
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 2
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 09, 2025 4:26 pm
- Location: Israel
- x 8
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך מיין מען קען טוישן די קעפל , אויף הצלת יהודי גוואטעמאלע, איך מיין אז עס איז ניט איבער געליבן מער ווי 6 גאנצע משפחות אונדרויסן פון תפיסה דארט, וואס האלטן פון דיר כת, 6 משפחות מיינט ניט א כת , עס מיינט 6 משיגועים, פון דער אנדערע זייט איז דא אסך מער וואס ווילען ארויסגיין פון דארט, אויך יודן פון גוואטעמאלע און אמריקה וואס דארפן הילף, איז ריפן די אשקול מיט א גוויסע נאמן וועגן די 6 משפחות מאכט ניט שכל
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1526
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15216
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איין פארדרוסלעכער טעות. מען רעדט נישט ח''ו פון קיין 6 משוגעים, נאר פון נארמאלע געשמאקע מענטשן, וועלעכע זענען ליידער געפאלן א קרבן צו אן אכזריות'דיגע קולט, און ס'איז זיי ליידער גאר שווער ארויסצוקומען. מיר גייען זיי פראבירן צו העלפן מיט אלע כוחות בעז''ה.מפורסם של אמת האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 1:50 pm איך מיין מען קען טוישן די קעפל , אויף הצלת יהודי גוואטעמאלע, איך מיין אז עס איז ניט איבער געליבן מער ווי 6 גאנצע משפחות אונדרויסן פון תפיסה דארט, וואס האלטן פון דיר כת, 6 משפחות מיינט ניט א כת , עס מיינט 6 משיגועים, פון דער אנדערע זייט איז דא אסך מער וואס ווילען ארויסגיין פון דארט, אויך יודן פון גוואטעמאלע און אמריקה וואס דארפן הילף, איז ריפן די אשקול מיט א גוויסע נאמן וועגן די 6 משפחות מאכט ניט שכל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
שמואל פוקס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 305
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 3358
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דעם שבת ביי די סעודה, האב איך פארברענגט מיט עטליכע בחורים יוצאי גואטאמאלא. מיר האבן דורכגעשמועסט דאס לעבן אין אמעריקע, קעגן דאס לעבן אין גואטאמאלא. שמועסנדיג איז ארויסגעברענגט געווארן אן אינטערעסאנטע ענין, וואס איך וויל מיטטיילן מיטן ברייטן ציבור.
דאהי אין אמעריקע איז איינגעפירט, אז די קינדער גייען אין קעמפ במשך דעם זוממער, וואו מען לופטערט זיך אויס אויף עטליכע חדשים ביז מען קומט אהיים צוריק, צו דעם געווענליכן לעבן פון א גאנץ יאר. אין די קעמפס איז איינגעפירט, אז יעדע קעמפ נעמט א נושא, וואס דערויף באציט זיך דאס גאנצע זוממער, אלע אקטיוועטיס און אלעס וואס מען טוט, פארמאגט א שייכות מיט דעם נושא וואס מען האט אויסגעקליבן, און די גאנצע הנהלה שטעלט זיך צו, צו אט דער דאזיגער נושא. איינעם נעמט די טעמע פון "הרים - בערג", און אלעס דרייט זיך ארום בערג, אנדערע נעמען "ארצות - לענדער", אדער יעדע אנדערע אינטערעסאנטע נושא, און אלעס דרייט זיך ארום דעם. אלע מדריכים און איינגעשטעלטע, שטעלן זיך צו דערצו און ארבעטן מיט די טעמע וואס מען האט אויסגעקליבן דאס יאר פארן קעמפ.
אויך איז איינגעפירט אין די זוממער קעמפס, אז איינמאל אינעם זוממער מאכט מען א גרויסן "קאלערוואר", בשעת מען פראבירט איינצורעדן פאר אלע קינדער א געוויסע געשעהעניש וואס שפילט זיך יעצט אפ, מען ציט אן די נערוון פון די גאנצע קעמפ, ביז מען ברעכט אויס מיט פאטאס, "קאלעוואר" - עס איז אלעס געווען א שפיל, און אלע קינדער לאכן, שרייען און פרייען זיך, און די שמחה איז גרויס.
עס איז ארויסגעברענגט געווארן, אז לב-טהור איז געווען איין גרויסע זוממער קעמפ, וואס האט אנגעהאלטן צוועלף יאר. אנגעהויבן האט זיך עס, ווען מען האט ארויסגענומען דעם גאנצן עולם צו א גרויסן קעמפ, ארויספארנדיג מיט באסעס צו דעם ווייטן גואטאמאלא, דארט וואו מען וועט זיך אויפהאלטן אויף אפרוה אין די קומענדיגע יארן. מען האט געפירט דעם עולם צו א גרויסן קעמפ קאמפלעקס, וואו מען האט זיך געפינען אויף אן ארעי'דיגע אופן, אן קיין געהעריגע הייזער און איינרישונגען, ממש אזוי ווי אין די זוממער קעמפס. דער עולם האט געלעבט אויף א בשותפות'דיגע קאסע, קיינער האט נישט געארבעט און געברענגט קיין געלט, פונקט אזוי ווי די אפרוה חדשים אין אמעריקע.
די טעמע פון די קעמפ איז געווען "בבל", אויף די נושא איז געלאפן די גאנצע קעמפ. אויפן טויער פון קעמפ איז ארויפגעשטעלט געווארן א גרויסן שילד, "בבל"- דא געפינט זיך די היסטארישע לאנד "בבל". די גאסן האט מען גערופן אויף אלטע בבלי'שע נעמען, ווי "רחוב יחזקאל הנביא", אדער "שביל עולי בבל" און נאך. דעם רבי'ן האט מען א נאמען געגעבן "חכם", אזוי ווי אין בבל. דער ראש-המדריכים האט געטראגן דעם נאמען "ריש מתיבתא", בשעת די אנדערע מדריכים אונטער אים, ווערן אנגערופן מיט בבלי'שע נעמען, ווי "ריש סידרא, ריש כלה, אב-בית-דין, ספרא דדיינא" און צום לעצט "שר הצבא".
די שיעורים פאר די קעמפערס האבן מער נישט געהייסן "שיעור" חס-ושלום, מען האט עס גערופן אויף בבלי'שע נעמען , אזוי ווי "פירקא" אדער "כלה" (אזוי האט געהייסן די שיעורים אויפן ארט), צעטליך זענען ארויסגעשטעלט געווארן, ווען עס וועט פארקומען א "פירקא" אדער א "כלה". פון צייט צו צייט פלעגט פארקומען א ישיבת "הקהל", וואו מען האט דורכגערעדט פארשידענע תקנות פאר די קעמפ.
כדאי עס צו מאכן מער אינטערעסאנט און פאן, האט מען איין טאג באשלאסן צו טוישן די קליידער, צו אלטע בבלי'שע קליידער, יעדער האט געהאט א "סידרא" מיט א "גלימה", ממש אזוי ווי אין בבל אינדערהיים, עס האט אויסגעקוקט אזוי עכט און אינטערעסאנט, אז ס'איז געווען ממש "בבל" כתיקונה. עס איז אויך געווען ארגאניזאציעס ווי "עולי בבל" וכדו'. עס איז געווען זייער אינטערעסאנט.
ערגעץ אינמיטן קעמפ, האט מען געמאכט א ריזיגע קאלעוואר. דאס איז געווען בשעת מען האט געמאלדן פאר די גאנצע קעמפ, אז מען גייט זיך ארויסלאזן אין וועג, און פארן צו די אמת'ע בבל (קורדיסטאן). מען האט גענומען באסעס פאר די גאנצע עולם. דאס איז נישט געווען סתם, מען האט עס געמאכט זייער דראמאטיש, מען האט געזאגט פארן עולם אז מען דארף אנטלויפן, ווייל די שונאים זענען געקומען מלחמה האלטן און מען גייט אייננעמען די פלאץ. מען האט איינגעטיילט די קעמפערס אין טימס, איין טים האט זיך פארשטעלט ווי גוים און זיך געשווערצט, אנדערע זענען אנטלאפן דורך די וואלד... עס איז געווען אסאך פאן...
די קאלעוואר איז נישט געגאנגען איינס צוויי דריי, עס האט גענומען עטליכע יאר, בשעת מען האט ארומגעפירט דעם עולם אהער און אהין, איינרעדנדיג פאר יעדן אז מען איז אויף די וועג צו די עכטע "בבל". נאך א יאר און א האלב, האט מען אויסגעשריגן פארן גאנצן קעמפ, "קאלערוואר" - מען פארט צוריק אין קעמפ... ס'איז אלעס געווען א דזשאוק!
צוועלעף יאר האט גענומען די קעמפ, ביז די וואקאציע איז געקומען צו אן ענדע. מען האט געמאלדן דעם גאנצן עולם, אז מען פארט צוריק אהיים פון קעמפ. יעדער איינער צו זיין לאנד, זיין שטאט, צוריק צו די נארמאלע לעבן, נארמאלע קליידער, נארמאלע חדר און סקול. צוריק צו רעאליטי.
דאס אלעס האבן מיר ארומגערעדט שבת (מיינט נישט חס-ושלום, אז בלויז דאס האבן מיר געשמועסט שבת ביי די סעודה. מיר האבן אויך גערעדט ערנסטע דיבורים און הייליגע רייד. איך ברענג בלויז וואס עס איז אינטערעסאנט דא פארן עולם צו הערן...)
אנדערע האבן צוגעלייגט, אז די טעמע פונעם קעמפ אינעם פאריגן וואקאציע, איז געווען "רימנוב", בשעת מען האט געמאכט אן עסק פון בגדי צניעות, אזוי ווי דער רבי ר' מענדעלע רימנובער, און מען האט געלייגט א דגש אויף התבטלות, אזוי ווי דער רבי ר' הערש, און יגיעה בתפילה ווי דער רבי ר' הערש משרת. אויך האט מען געגעבן רימנובער נעמען פאר מענטשן, ווי "מנחם ציון" אדער "רימנובער" און דאס גלייכן.
בקיצור, אנדערע קעמפס קענען זיך לערנען פון דארט, ווי אזוי צו פירן א קעמפ, און ווי געשמאקע אקטיוויטעטן מען קען מאכן פאר די קינדער. מענטשן ווייסן אפילו נישט אלעס. עס איז געווען געפלאנט דארט אייגענע געלט, ווי א "מנה, זוז" וכו', און זאגאר אן אייגענע באנק. עס איז נישט אויסגעפירט געווארן לידי מעשה.

פאלגנד איז א קונטרס מיט קורצע הלכות און מנהגים פאר יום הכיפורים, צוגעלייגט וויכטיגע הלכות ומנהגים פאר יוצאי לב טהור.
די הלכות איז געבויט אויף די קונטרס פון די קרית יואל בית הוראה מיט פארשידענע הוספות.
אויב האט איינער נאך נקודות וואס פעלן, אדער וויל זיך איינער מנדב זיין עס אויסצושטעלן ווי א שיינע קונטרס, קען ער קומען אין פרייוועט.

- פיילס
-
- סדר יום הכיפורים מיוחד ליוצאי לב טהור.pdf
- (1.39 MiB) דאונלאודעד 857 מאל
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.
https://toirem.org/23423
https://toirem.org/23423
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ב"ה פנים חדשות באו לכאן, עס איז צוגעקומען זייער אסאך הוספות צו די קונטרס.
אויב איז דא איינער וואס איז גרייט מנדב צו זיין די פאר מינוט עס צו אויסשטעלן אויף א נארמאלע פארנעם, זאל ביטע אויפהייבן די פינגער.
ייש"כ למפרע
אויב איז דא איינער וואס איז גרייט מנדב צו זיין די פאר מינוט עס צו אויסשטעלן אויף א נארמאלע פארנעם, זאל ביטע אויפהייבן די פינגער.
ייש"כ למפרע
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.
https://toirem.org/23423
https://toirem.org/23423
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 201
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 492
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויף קול מבשר איז דא זייער אן אינטרעסאנטע אינטערוויו מיט @מענדי קעניג וואו ער האלבע יאר פלעגט ער רופן כפתור ופרח וואס איז געווען דער איינצוגסטער נאמבער וואס ער האט געקענט אויב זיי קענען איהם מקשר זיין ברודער און נאך אסאך אינטרעסאנטע זאכען
-
שקיעה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 106
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
- Location: Monsey
- x 171
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווי קען מען הערן די אינטערוואו ?וויענער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 9:23 pm אויף קול מבשר איז דא זייער אן אינטרעסאנטע אינטערוויו מיט @מענדי קעניג וואו ער האלבע יאר פלעגט ער רופן כפתור ופרח וואס איז געווען דער איינצוגסטער נאמבער וואס ער האט געקענט אויב זיי קענען איהם מקשר זיין ברודער און נאך אסאך אינטרעסאנטע זאכען
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ביי די צען געשענישן פון יארשקיעה האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 9:56 pmווי קען מען הערן די אינטערוואו ?וויענער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 9:23 pm אויף קול מבשר איז דא זייער אן אינטרעסאנטע אינטערוויו מיט @מענדי קעניג וואו ער האלבע יאר פלעגט ער רופן כפתור ופרח וואס איז געווען דער איינצוגסטער נאמבער וואס ער האט געקענט אויב זיי קענען איהם מקשר זיין ברודער און נאך אסאך אינטרעסאנטע זאכען
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
https://www.yiddish24.com/interviews/38/138402העפי גיי האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 10:19 pmביי די צען געשענישן פון יארשקיעה האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 9:56 pmווי קען מען הערן די אינטערוואו ?וויענער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 9:23 pm אויף קול מבשר איז דא זייער אן אינטרעסאנטע אינטערוויו מיט @מענדי קעניג וואו ער האלבע יאר פלעגט ער רופן כפתור ופרח וואס איז געווען דער איינצוגסטער נאמבער וואס ער האט געקענט אויב זיי קענען איהם מקשר זיין ברודער און נאך אסאך אינטרעסאנטע זאכען
בערך ביי 1:36
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5722
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א וויכטיגע מעסעדזש איבערגעגעבן פון די געטרייע עסקנים למען הצלת ילדי לב טהור:
מיט גרויס ווייטאג טוען מיר ארויסקומען מיט גאר א וויכטיגע מעלדונג צו כלל ישראל, ובפרט פאר די שכנים תושבי בלומינגראוו און קרית יואל, ע"פ הוראת הרבנים הגאונים שליט"א.
ווי שוין ערווענט מערערע מאל אין די פארגאנגענהייט, האבן מיר עסקנים א שטארקע אחריות כלפי כלל ישראל, מודיע צו זיין בשער בת רבים אויב עס איז זענען נאך פארהאן יוצאים פון לב טהור וואס ווילן זיך נישט טוישן פון זייער אלטן דרך, און זענען עומדים בדעות כוזבות וטומאות פון לב טהור. וואס קען זיין א סכנה פארן ציבור, מיר פון אונזער זייט האלטן אן עינא פקיחא אויף אלע יוצאים ווי אזוי זייער פארשריט גייט צו, פארשטייט זיך אז מען ערווארט נישט פון קיינעם זיך צו טוישן מיום ליום, מען ווארט רואיג מיט געדולד, און אפילו ווען מ'מאכט נאר קליינע טריטן אויף ארויס, ווערט דאס שוין שוין פאררעכנט אז די אידן זענען אויפן ריכטיגן וועג אינגאנצן איבערצולאזן זייער עבר בעז"ה.
ליידער ליידער, זענען די עסקנים שוין א לענגערע צייט פארנומען מיט א געוויסע משפחה, וואס נישט גענוג אז זיי האלטן נישט ביים מאכן קיין שום טוישונגען אין זייער מהלך החיים, נאר זיי זענען עומדים תקופים בדעתם הטמאים, און זיי טוען בארעכטיגן די ערגסטע חמורות שבחמורות וואס איז ביי אונז די א"ב פון אידישקייט, אז דאס איז אויסגעהאלטן עובר צו זיין, וויבאלד א רבי איז העכער די תורה. עפרא לפומיה. ועוד יותר, ארבעט ער פון דא אין ניו יארק מחזק צו זיין די קליינע קבוצה פון לב טהור אידן וועלכע זענען נאך פארבליבן אין גואטעמאלא נישט אויפצוגעבן אויף זייער טמא'נע אידיאלאגיע.
דער דאזיגער איד האט געשיקט זיינע צוויי קינדער, יונגעלייט, צוריקצופארן אויף גואטעמאלא צו זיין מיט די אידן דארטן זיי מחזק צו זיין און זיך געפינען מיט זיי במשך די ימים טובים, (יא עס איז געשטאנען דא אויף אידטיש מערערע פאלשע תירוצים פארוואס זיי זענען געפארן, און מיר האבן נישט רעאגירט דערצו ווייל מיר האבן נאך געהאפט אז ער וועט נאך צוריקציען און זיך טוישן, איז דאך א שאד מפרסם צו זיין ברבים די עכטע סיבה), נאר נאך וואס העסקן הדגול הרב ר' שמעון פאזען און העסקן ר' אליעזר אבא זילבערשטיין זענען געקומען צו פארן צו אים זיך בעטן שעות לאנג, אז זיי האבן זיך דאך אוועקגעגעבן און צופליקט פאר אים, און דאס טוט ער אז ער שיקט זיינע קינדער מחזק זיין די וואס עקשנ'ן זיך נאך? און נאר נאך וואס מען האט אנגעהויבן סטראשענען אז מען וועט אוועק נעמען די קאסטעדי פון זייערע קינדער, זענען זיי שנעל צוריקגעקומען און אנטלאפן פון גואטעמאלא.
ועוד יותר האבן די עסקנים פאריגע וואך דאנערשטאג צום גדליה אים אראפגערופן און זיך געבעטן ביי אים, "ווער נאך ווי דו ווייסט וואס איז דארט אלץ פארגעקומען, דו ביסט דאך אליינס א קרבן, פארוואס ביסטו דאס נאך אלץ מאשר און דו ביסט דאס נאך מחזק?" מען האט זיך ממש געבעטן ביי אים בדמעות אז ער זאל זיך אפלאזן און צוריקציען, אבער ליידער זענען די אלע בקשות געפאלן אויף טויבע אויערן. נאכן זעהן אז ס'איז נישטא מער וואס צו פארהאנדלען מיט אים, האט מען אים געגעבן אן אולטימאטום ביז די וואך זונטאג זיך איבערצוטראכטן, אים צו געבן דאס לעצטע שאנס אפצוטרעטן און אויפהערן מיט זיינע מעשי תעתועים, און ליידער האט ער היינט שטאנדהאפטיג דערקלערט אז ער האלט זיך ביי זיינס, אלעס וואס דארט איז פארגעקומען איז קדשי קדשים רח"ל, און אויב מען וועט אים אויסשליסן פון די קהילות דא אין ק"י, וועט ער גיין אויף ליבערטי צו די קהילה דארטן זיך אנצושליסן אין זייער קהילה... ווי כאילו זיי ברויכן אזעלכע סארט מענטשן.
נאכן דן זיין בכובד ראש מיט די רבנים העומדים על המערכה להצלת ילדי לב טהור, האט מען בלית ברירה באשלאסן אז ההכרח לא יגונה, און מען איז געצווינגען ארויסצוקומען צום ציבור און מפרסם זיין ברבים, אז די מענטשן וואס וואוינען אין זיין שכינות זאלן זיך אפהיטן און נישט שטיין אין ווארט מיט אזא מענטש, און ווי אויך אבאכט געבן אויף די קינדער נישט צו רעדן מיט זיינע קינדער, נישט נשפע צו ווערן פון די דיעות טמאות, און ווי אויך אז די מוסדות זאלן ח"ו נישט אריינפאלן מיט די קינדער, און אזוי אויך זאל מען בשום פנים ואופן נישט העלפן די משפחה מיט סיי וואספארא הילף.
מיר פון אונזער זייט האפן און ווארטן אז מען זאל בקרוב קענען מעלדן אז די משפחה האט זיך שוין געטוישט און האבן תשובה געטוהן און מ'וועט זיי קענען מקרב זיין מיט אפענע ארעמעס, אבער כעת איז דאס ליידער די ביטערע מצב.
כלל ישראל וויל ענק נישט האבן צווישן אונז ווי לאנג איר זענט עומדים בדעתכם, און מיר זענען אייך גרייט צו העלפן אין די מינוט וואס איר טוישט זיך, און מ'וועט אייך מקבל פנים זיין בסבר פנים יפות אזוי ווי אלע אנדערע יוצאים וואס האבן באמת תשובה געטוהן און אפגעלאזט דעם אלטן פארקרומטן דרך.
בס"ד איז געפלאנט ארויסצושיקן בריוון אויף פאסט צו אלע חשובע איינוואוינערס פון שכינת בלומינגראוו איבער דעם ענין, אבער צוליב די ימים טובים טעג נעמט דאס אביסל לענגער, דעריבער בעטן מיר, אז אויב האט איר משפחה אדער ידידים וואס וואוינען אין די געגנט, זאל מען זיי מודיע זיין, און ווי אויך זיכער מאכן ביי די הנהלה פון די מוסדות אז 'כעת' איז א סכנה אריינצונעמען די קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די דאזיגע אידן און די אנדערע פארבליבענע מיטגלידער, זאלן זיך שוין בקרוב אויפוועקן און אנערקענען אין דעם פאלשן שקר, און אנהייבן א נייעם בלעטל מיט א ערליך לעבן.
נ.ב. די רעגירונג האלט מיט פונקטליך וואס עס קומט פאר, וד"ל.

הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 839
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1355
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך מיין אז די דעות און מחשבות וואס זיי "האלטן" אויפ'ן פאריגן מנהיג, קומט נישט דא אריין. עכ"פ לויט די מהלך וואס מען האט געשטיפט ביז אהער.
אויב עפעס איז עס די מעשים וואס זיי טוען.
אויב עפעס איז עס די מעשים וואס זיי טוען.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מיינע צוויי סענט. עס טוט זיך דא כסדר באשולדיגונגען אהין און צוריק וועמענס אחריות די גאנצע לב טהור אנשיקעניש איז, @מענדי קעניג האט שוין גערעדט דערפון ברמז און כמיין אז מהאט אים עס געמעקט, ער טענה’ט אז סאיז די ערשטע דור עלטערן וואס האבן אויפגעבויט אזא קראנקע פלאץ, די צווייטע דור איז דאך שוין אויפגעוואקסן דארטן, די תביעה איז עכט אויף די ערשטע דור דאס מערסטע. די פאקטישע הנהלה די לעצטע עטליכע יאר זענען לענ”ד דאס ווייניגסטע שולדיג אויב קוקט מען אויפן גרעסערן בילד. אלענפאלס איז מיר א פלא אויף ר’ - ווי ער איז נאך דארטן באמונתם, די יודעי דבר ווייסן וואספארא צרות ער האט זיך דארטן צאמגעליטן די לעצטע 10 יאר, יעצט ליידט ער פון ביידע זייטן, סתם א שאד אויף אונז אלע
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
שעפעריש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 117
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
- Location: Monsey
- x 995
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די נקודה איז דאך אז צוליב די דאזיגע שיטה, טוען זיי פרעדיגן אז די אלע הארבע עבירות זענען חלילה מותרהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:01 am איך מיין אז די דעות און מחשבות וואס זיי "האלטן" אויפ'ן פאריגן מנהיג, קומט נישט דא אריין. עכ"פ לויט די מהלך וואס מען האט געשטיפט ביז אהער.
אויב עפעס איז עס די מעשים וואס זיי טוען.
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 839
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1355
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פאר א רבי.שעפעריש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:16 amדי נקודה איז דאך אז צוליב די דאזיגע שיטה, טוען זיי פרעדיגן אז די אלע הארבע עבירות זענען חלילה מותרהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:01 am איך מיין אז די דעות און מחשבות וואס זיי "האלטן" אויפ'ן פאריגן מנהיג, קומט נישט דא אריין. עכ"פ לויט די מהלך וואס מען האט געשטיפט ביז אהער.
אויב עפעס איז עס די מעשים וואס זיי טוען.
נו, זיי האבן דאך נישט קיין רבי יעצט...
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1526
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15216
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א שיינע פארברענג איז פארגעקומען די נאכט בעיר וויליאמסבורג מיט ר' משה יוסף מנחם העלבראנץ ני''ו בן החכם. העסקנים ר' אליעזר אבא זילבערשטיין, ר' יצחק טייכמאן, ר' הערש אלימלך מאיער, און ר' זלמן גליק האבן געשמאק פארברענגט מיטן חכם'ס זון. ר' משה יוסף מנחם האט אויסגעדריקט זיין ווילן זיך צו קומען באזעצן אין אמעריקע, און מען איז דורכגעגאנגען מערערע געגענטער וואו דער בן החכם וועט זיך מעגליך באזעצן. שפעטער איז מען אריבערגעגאנגען צו משפחת טעללער החשובה וואו מען האט געשמאק פארברענגט.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1526
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15216
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך וייס ווער עס שטייט אינטער דעם ניק @עסקן נמרץ
''עסקן נמרץ'' איז גארנישט געזאגט קעגן דעם וואס דער יונגערמאן טוט אלץ. ער צורייסט זיך בכל כוחו ומאודו פאר יוצאי לב טהור, און האט שוין אויפגעטון גדולות ונצורות, א צדיק פשוטו כמשמעו.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 2831
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין א געוויסע פוינט בענק איך מיך צו יענע צייטן חחחחוויענער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 9:23 pm אויף קול מבשר איז דא זייער אן אינטרעסאנטע אינטערוויו מיט @מענדי קעניג וואו ער האלבע יאר פלעגט ער רופן כפתור ופרח וואס איז געווען דער איינצוגסטער נאמבער וואס ער האט געקענט אויב זיי קענען איהם מקשר זיין ברודער און נאך אסאך אינטרעסאנטע זאכען
היינט צו טאגס האב איך נישט דעיע גוטע געפיהל פון נצחון אז סאיז מיר גילאנגען צו טוהן אזעלכע זאכן אונטער יענעמס ריקן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ביי די חלק ההתבוננות קען מען צו לייגן פסוקים פון קהלת פרק ח' - ט':
אֵין אָדָם שַׁלִּיט בָּרוּחַ, לִכְלוֹא אֶת הָרוּחַ. וְאֵין שִׁלְטוֹן בְּיוֹם הַמָּוֶת, וְאֵין מִשְׁלַחַת בַּמִּלְחָמָה, וְלֹא יְמַלֵּט רֶשַׁע אֶת בְּעָלָיו:
אֶת כָּל זֶה רָאִיתִי, וְנָתוֹן אֶת לִבִּי, לְכָל מַעֲשֶׂה אֲשֶׁר נַעֲשָׂה תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ, עֵת אֲשֶׁר שָׁלַט הָאָדָם בְּאָדָם, לְרַע לוֹ:
"בְכֵן רָאִיתִי ר. ק. וָבָאוּ, וּמִמְּקוֹם קָדוֹשׁ יְהַלֵּכוּ, וְיִשְׁתַּכְּחוּ בָעִיר אֲשֶׁר כֵּן עָשׂוּ, גַּם זֶה הָבֶל:
"טוֹבָה חָכְמָה מִכְּלֵי קְרָב... וְשוֹטֶה אֶחָד יְאַבֵּד טוֹבָה הַרְבֵּה". (געביטן צוליב סיבות ידועות).

- ז'וריקער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 91
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
- Location: אין גלות
- x 495
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איז די גוטע געפיל נישט געקומען אויפן חשבון פון א געוואלדיגע פחד אויב וועט מען דיר כאפן וואס פאר א תיקונים עס וועט דיר קאסטן?מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 1:52 amאין א געוויסע פוינט בענק איך מיך צו יענע צייטן חחחחוויענער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 9:23 pm אויף קול מבשר איז דא זייער אן אינטרעסאנטע אינטערוויו מיט @מענדי קעניג וואו ער האלבע יאר פלעגט ער רופן כפתור ופרח וואס איז געווען דער איינצוגסטער נאמבער וואס ער האט געקענט אויב זיי קענען איהם מקשר זיין ברודער און נאך אסאך אינטרעסאנטע זאכען
היינט צו טאגס האב איך נישט דעיע גוטע געפיהל פון נצחון אז סאיז מיר גילאנגען צו טוהן אזעלכע זאכן אונטער יענעמס ריקן
...Thank you for your attention to this matter
-
שמואל פוקס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 305
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 3358
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זיי גייען ארום פרעדיגן אז די אלע הארבע עבירות זענען חלילה מותר, אדער ווען מען קאנפראנטירט זיי איבער שלמה'ס שייגעץ שטיק פארענטפערן זיי אז עס איז "העכערע זאכן" וואס מיר פארשטייען נישט?שעפעריש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:16 amדי נקודה איז דאך אז צוליב די דאזיגע שיטה, טוען זיי פרעדיגן אז די אלע הארבע עבירות זענען חלילה מותרהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 12:01 am איך מיין אז די דעות און מחשבות וואס זיי "האלטן" אויפ'ן פאריגן מנהיג, קומט נישט דא אריין. עכ"פ לויט די מהלך וואס מען האט געשטיפט ביז אהער.
אויב עפעס איז עס די מעשים וואס זיי טוען.
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1328
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 2059
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויך געטראכט די זעלבע, מען מישט דא 2 זאכן אין די זעלבע תגובה, איינס אז ער העלפט און מחזק די קאלט זאל אנגיין, צווייטענס אז ער האלט אז שלמה איז געווען אויסגעהאלטן,
אלץ די צווייטע וואס ווילסטו ער איז דאך א יוצא? ועוד אסאך פון די וואס מען רופט זיי שוין כהיום צדיקים האלטן די זעלבע פאר די זעלבע סיבה.
אלץ די צווייטע וואס ווילסטו ער איז דאך א יוצא? ועוד אסאך פון די וואס מען רופט זיי שוין כהיום צדיקים האלטן די זעלבע פאר די זעלבע סיבה.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אסאך פון אונז האבן ענליכע געפילן ווען אונז טראכטן צוריק אויף אונזערע טעג אין ישיבה.מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 1:52 amאין א געוויסע פוינט בענק איך מיך צו יענע צייטן חחחחוויענער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 9:23 pm אויף קול מבשר איז דא זייער אן אינטרעסאנטע אינטערוויו מיט @מענדי קעניג וואו ער האלבע יאר פלעגט ער רופן כפתור ופרח וואס איז געווען דער איינצוגסטער נאמבער וואס ער האט געקענט אויב זיי קענען איהם מקשר זיין ברודער און נאך אסאך אינטרעסאנטע זאכען
היינט צו טאגס האב איך נישט דעיע גוטע געפיהל פון נצחון אז סאיז מיר גילאנגען צו טוהן אזעלכע זאכן אונטער יענעמס ריקן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כפה"נ איז איינס די סיבה און איינס די סטראשע. ודו"ק.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 10:54 am אויך געטראכט די זעלבע, מען מישט דא 2 זאכן אין די זעלבע תגובה, איינס אז ער העלפט און מחזק די קאלט זאל אנגיין, צווייטענס אז ער האלט אז שלמה איז געווען אויסגעהאלטן,
אלץ די צווייטע וואס ווילסטו ער איז דאך א יוצא? ועוד אסאך פון די וואס מען רופט זיי שוין כהיום צדיקים האלטן די זעלבע פאר די זעלבע סיבה.
#איך האב שוין נישט קיין כוח
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 201
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 492
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מהאלט יעצט פאר די וואלן און די עסקנים גייען זיך בעטן טראסט פונעם ציבור אויב וואלטען זיי געווען אזוי אפען ווי די עסקנים דא ביי לב טהור סטראשענען ברבים מפלאנט ברבים וכולהו וואלט מען סאך מער געטראסט