כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7574

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

כפי ידועתי בבירור איז הגאון הרב חיד"ו (און נאך גדולים) בכלל נישט רואיג אז עס וועט בלייבן אזוי און איז 100% פראצענט ביי די מיינונג אז די פארבליבענע עטליכע פארעקשנטע פירער (פירער פון וועמען?) מוז מען איינזעצן אין תפיסה, אך ורק מטעם חשש הנ"ל. מיר שטראפן נישט חס ושלום. עס זאל קיינער נישט אונטערשאצן די כח פון א קולט. מען דארף שטיין על המושמר ביז דער סאמע לעצטער פירער פארלעשט די לעקטער. פאר די יחידים איז דא אינגאנצן די פרייהייט צו טון וואס זיי באגערן. אבער די פירער מוזן אדער טוישן זייטן אדער גיין אין תפיסה פאר זייערע מעשים טובים. די חשש און די סכנה איז צו גרויס.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 1:01 pm לגבי די שאלה אויף די עתיד פון לב-טהור:

א. לב טהור איז אויפן מאמענט צופאלן. פינטל.

ב. די שאלה איז, צי זיי וועלן זיך צוריק צוזאמעננעמען, ועל זה אנו דנים.

ג. אויב זיי וועלן זיך צוריק צוזאמעננעמען, איז די שאלה צי דאס וועט זיין אויפן זעלבן פארמאט ווי אמאל, אדער וועט דאס זיין עפעס אנדערש, אפשר אויף א לייכטערע פארנעם, אדער בלויז א בית-המדרש'ל זיך צוזאמענצוהאלטן מיט די לימודים וכו', אבער נישט אלס קאנטראל וכו'.

ד. אויב עס וועט געשען אזא זאך, איז די שאלה מאן יאמר אז עס איז אזוי שלעכט? - וואס קען שוין זיין שלעכט אז מענטשן גלויבן אויף א געוויסער מענטש אז ער איז א צדיק? - פעלן דען חסידיות מיט פאלשע מנהיגים? - כל-זמן מען בא'עולה'ט נישט קיינעם און מען נעמט נישט אוועק קיין בחירה פון א מענטש, וואס קען שוין זיין שלעכט דערמיט? - איינעם גייט עס אן, אז וועט זיצן אינאיינעם מיט און זינגען צוזאמען, "אל תשליכנו, איי ייאי טאטעניו..." - זאל זיין אזוי. אנדערע וועלן אבער טענה'ן אז ניין! - מען טאר נישט געבן פאר אזא קהילה א פלאטפארמע, אפילו אויף א כשר'ע אופן. עס דארף אויסגעריסן ווערן יעדע זכר און ברעקל פון אזא סארט שיטה און הנהגה, אזוי ווי כת-ש"ץ בדורו און אנדערע אזעלכע שטערמונגען. דערויף קען מען דעבאטירן.

אלס ענטפער צו סעיף ב. ג. און ד.

1. כמעט אלע עסקנים זענען שטארק ביי די מיינונג, אז לב-טהור וועט זיך קיינמאל נישט צוריק צוזאמעננעמען, אויף קיין שום סארט פארמאט. לויט זייערע ווערטער איז פארהאן א קאנטראל דערויף און סיי ווי האלטן זיי, אז זיי אליין וועלן דאס נישט וועלן טון, צוליב פארשידענע סארט סיבות.

2. כמעט אלע קלוגע יוצאי לב-טהור, וועלכע זענען בתוך הענינים און פארשטייען ווי אזוי זאכן גייען צו דארט, זאגן אויך קלאר אז לויט זייער פארשטאנד, וועט זיך לב-טהור נישט צוזאמעננעמען צוריק און זיי וועלן אפילו נישט פראבירן דאס צו טון. אסאך מענטשן זענען דארט געווען באונס, און נישט ווייל זיי האבן דאס געוואלט. אפילו די מענטשן וואס זענען נישט געווען דארט באונס, פארשטייען אויך רוב פון זיי אז עס איז נישט גוט געווען דארט, און קיינער זוכט נישט זיך צוריק צוזאמענצונעמען.

3. נאכמער; אפילו מענטשן וואס דערקלערן זיך נאך אלס לב-טהור, און געפינען זיך אפילו אין גואטאמאלא, זאגן אויך אז די חבורה איז א פארגאנגענהייט. לדבריהם, מען האט פראבירט צו טון א גוטע זאך, אבער ס'איז נישט געגאנגען און לב-טהור דארף זיך אצינד פארשפרייטן און זיך אויפלעזן, דאס איז א זאך וואס האט נישט געקענט אנהאלטן ווייטער.

4. א קליינער מועט פון מענטשן, ואני בתוכם (וואס זאל איך טון אז איך האלט אזוי?), זענען ביי די מיינונג, אז ערגעץ וואו, וועט זיך מאכן א קיבוץ פון מענטשן, וואס וועלן זיך ווידער צוזאמענהאלטן. לדעתי קען מען נישט שטערן קיין מענטשן פון דאס טון. דאס איז אבער זיכער, אז עס וועט זיכער נישט זיין אויף דעם פארמאט ווי אין גואטאמאלא, מען קען נישט טון דא, דאס וואס מען האט געטון דארט, און מענטשן פארשטייען אליין אז דארט איז נישט גוט געווען, און קיינער וויל נישט איבערשפילן דעם מאדעל פון דארט. בסך-הכל וועט זיין א מקום, ווי דער אור ה' וועט ליגן אין שאפע און אידן וועלן זיצן איבער א גלעזל ברוינפן און דערציילן סיפורים איבערן רבי'ן זי"ע.

9. וואס יא? - פון אזא אומשולדיגע חבורה, קען במשך די צייט ארויסוואקסן מער א ראדיקאלע שטערמונג. עס קען נעמען יארן, אבער פון די יונגע דור קענען קומען אזעלכע מענטשן און אנהויבן טענה'ן, אז דער רבי האט דאס געוואלט און אז אמאל האט מען אזוי געלעבט. עס קען נעמען צענדליגע יארן צי אפילו הונדערטע יארן, ביז אזאנס קען זיך אנטוויקלען.

צוריקגייענדיג צו סעיף א.

1. עס איז וויכטיג אויסצוקלארן: די חבורה אלס חבורה איז טאקע צופאלן, אבער מענטשן וואס גייען אין די שיטה און די לימודים, איז נאכנישט גענצליך צופאלן. אין אנדערע ווערטער; עס איז מער נישטא דעם 'גוף החבורה', הנהלה, קאנטראל, חדר, ישיבה, מוסדות. פארט, די שיטה און די לימודים לעבן נאך ביי יחידים, וועלכע זענען צושפרייט איבער די וועלט און זיי פראבירן אנצוהאלטן און זיי קוקן זיך אן, אז זיי זענען די חבורה. ווען די דאזיגע מענטשן ליינען אצינד מיין ערשטע סעיף (און איך בין זיכער אז עס איז פארהאן פון זיי וואס ליינען דא), איז זייער ערשטע רעאקציע, "שקר, די חבורה איז חי וקים - איך פיר זיך לויט די חבורה, פלוני פון עיר פלוני איז פון די חבורה, אלמוני פון די מרחקים איז אין די חבורה, וכן הלאה". דעריבער קלאר איך אויס, אז די גוף הכללי אלס חבורה איז שוין צופאלן, די סעטינג און די משטר ההנהגה. עס זענען פארט פארהאן יחידים וועלכע גייען נאך אלס אין די דרך און אין די הדרכות און לימודים. די שאלה איז, ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן. די יחידים קענען אזוי אנהאלטן פאר יארן, אדער פאר שטענדיג. זייערע קינדער מוזן אבער גיין אין היימישע מוסדות התורה, מען מוז מחונך ווערן אנדערש און דאס איז נישט קיין זאך וואס קען אנהאלטן. ווער רעדט נאך, אויב וועט טאקע נישט זיין קיין פלאץ וואו מען קומט זיך צוזאמען, וועט די זאך אונטערגיין און אפילו די פאר יחידים, וועט יעדער איינער פאר זיך פארמירן און אדאפטירן א צווייטער סארט מהלך און עס וועט נישט זיין קיין תמימות-דעים. דאס מיינט אין קורצן, אז די חבורה איז אונטערגעגאנגען.

2. עס איז אויך נישט אויסגעשלאסן, אז אין דער לאנגער עתיד וועט אונטערוואקסן פון אונטער דער ערד א חבריא, וואס וועט אננעמען דעם דרך פון לב-טהור אלס זייער דרך. פונקט ווי עס וואקסן היינט אויס אלע סארט חבריות, געבויט אויף אלע סארט השקפות און מיינונגען, כשר'ע ווי נישט כשר'ע. אין די היינטיגע ברייטע וועלט, געפינען מענטשן אויס אלע סארט מהלכים אין עבודת-השם און אין לעבן, וואס האבן אמאל עקזיסטירט, און מענטשן פראבירן דאס אויס, זיך צוזאמעננעמענדיג בחבריא צו פראקטיצירן דעם דאזיגן גאנג. לב-טהור וועט ווארשיינליך נישט זיין אנדערש, און עס וועלן אפירקומען אפאר ליידיגע מענטשן מיט א גרויסן דארשט אנצופילן די לאך אין זייער נשמה, און אפירקראצן די אלטע תורות און לימודים, מאכנדיג דערפון א חבריא. אבער זיכער נישט דאס מיינט דער פסוק, אז לב-טהור איז צוריק אלס חברייא. יעדער פארשטייט דאס.

אויב עסקנים האלטן, אז מיינע ווערטער זענען א שטער אין די מערכה און אז איך בין מחזק דורכדעם מענטשן צו קלערן, זיך צוריק צוזאמענצונעמען, קען איך גערן אראפנעמען מיין יעצטיגע תגובה.
זייער אמת ר @שמואל פוקס
גדליה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 11:01 am
x 717

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גדליה »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 2:22 pm כפי ידועתי בבירור איז הגאון הרב חיד"ו (און נאך גדולים) בכלל נישט רואיג אז עס וועט בלייבן אזוי און איז 100% פראצענט ביי די מיינונג אז די פארבליבענע עטליכע פארעקשנטע פירער (פירער פון וועמען?) מוז מען איינזעצן אין תפיסה, אך ורק מטעם חשש הנ"ל. מיר שטראפן נישט חס ושלום. עס זאל קיינער נישט אונטערשאצן די כח פון א קולט. מען דארף שטיין על המושמר ביז דער סאמע לעצטער פירער פארלעשט די לעקטער. פאר די יחידים איז דא אינגאנצן די פרייהייט צו טון וואס זיי באגערן. אבער די פירער מוזן אדער טוישן זייטן אדער גיין אין תפיסה פאר זייערע מעשים טובים. די חשש און די סכנה איז צו גרויס.
יא דאס איז זייער ריכטיג, אבער מער ווי מורא האבן פון א איבערפלאנצונג פון די חבורה האט מען מורא אז די פירער זאלן נישט שטערן די פרישע יוצאים פון זיך שטעלן אויף די פיס, א זאך וואס איז שוין פארגעקומען און קומט אצינד פאר,
און צוליב דעם ארבעטן יעצט די עסקנים צו אומשעדליך מאכן די פארבליבענע פירער
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

גדליה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 2:32 pm

מבהיל על הרעיון, די בעל הפדיון שבויים בדורינו, וואס מיר אלע געדענקען זיך מוסר נפש לבחורי יאפאן און נאך אסאך אנדערע פרשיות, האלט דא דייקא די פארקערטע.
זעט אויס אז די דיין שליט"א זעט מיט וועלעכע הארטע ניסעליך מיר האנדלן מיט.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
בוכהאלטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:13 pm
Location: Monroe
x 82

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בוכהאלטער »

זעהט אויס אז אזוי איז דער דיין פודה אנדערע אידישע שבויים פון גוי'אישע תפיסות כפשוטו.
הגם אז געווענליך אין דוחין נפש מפני נפש, אדער זעהט אויס אז דא איז די קשיא די תירוץ.
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3356

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

איך וויל צולייגן, אז רעדנדיג יעצט מיט איינע פון די הנהלה, זאגט ער מיר אז ס'וואלט געקענט זיין אזוי ווי איך האב געשריבן, אז עווענטואל וואלטן זיך מענטשן געדארפט צוריק צוזאמענקומען, אבער די זקנים וכו', נעמען ארויס יעדן גוטן טעם פון מויל, דורך זייערע לעצטערע אקטיוויטעטן, און דאס מאכט פארגיין דעם אפעטיט פון יעדן רעכטדענקיגן מענטש און דעריבער וועט דאס נישט פארקומען.

נ.ב. ס'זענען געווען וואס האבן פארשטאנען אין מיין תגובה, ביי א געוויסער סעיף, אז איך מיין א געוויסער מענטש מיט א ר"ת. וויל איך זאגן אז די מענטשן האבן זיך טועה געווען דערמיט, און דעריבער האב איך געמעקט די ר"ת. ואיתו הסליחה.
סאלי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

אבער די זקנים וכו', נעמען ארויס יעדן גוטן טעם פון מויל,
details ?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7574

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

סאלי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 4:09 pm אבער די זקנים וכו', נעמען ארויס יעדן גוטן טעם פון מויל,
details ?
זעסטעך ער וויל נישט. ער קען זיך גוט מיט די לב טהור יוצאים און אינעווייניגסטע. ממעג זיך שוין לערנען ר' שמואל'ס סטיל און פרינציפ נישט צו וויי טון קיין מענטשן, ער גייט נישט רעדן קלאר... כהאב שוין לאנג אויפגעגעבן. איך באגענוג מיך מיטן פרובירן ארויסצונעמען דאס מערסטע שייך צווישן די שורות. איך גלייב אז די יוצאים און די דערווייל אינעווייניגסטע פארשטיין לכאורה יעדעס ווארט קלאר. נו שוין, בינעך א דערויסענדיגער.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
ברוך כבוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 104
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 403

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2025 7:35 pm מעלדונג פון די ראשי העסקנים.

ווי שוין מערערע מאל געמאלדן דא ברבים, איז פסח אברהם יואל גאלדמאן,
► Show Spoiler
אויב ביז די סוף וואך וועט ער נישט נאכקומען די פארלאנגען וואס די עסקנים האבן פון אים פארלאנגט, וועט מען בלית ברירה מוזן נעמען שריט אויפן לעגאלן פראנט אים אומשעדליך צו מאכן.
► Show Spoiler
וואס איז געווארן?
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

ברוך כבוד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 5:07 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2025 7:35 pm מעלדונג פון די ראשי העסקנים.

ווי שוין מערערע מאל געמאלדן דא ברבים, איז פסח אברהם יואל גאלדמאן,
► Show Spoiler
אויב ביז די סוף וואך וועט ער נישט נאכקומען די פארלאנגען וואס די עסקנים האבן פון אים פארלאנגט, וועט מען בלית ברירה מוזן נעמען שריט אויפן לעגאלן פראנט אים אומשעדליך צו מאכן.
► Show Spoiler
וואס איז געווארן?
ער האט זיך נישט געבראכן
און די עסקנים האבן מקיים פסק געווען
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

פסח אברהם יואל טייערע,
די האסט זיך טאקע באנארישט אסאך מאל, אבער מיר (ערב רב) זיכן דאך אלע, יתמו חטאים ולא חוטאים, די קענסט נאך תשובה טוהן!
יא וואס מערער מאל די פריווסט אויסשפילן די עסקנים, די שווערער ס'וועט זיין דיר צי גלייבן, אבער פארט בעסער תשובה טוהן שפעט ווי קיינמאל.

א שאד די זאלסט דארפן וויינען אסאך מער שפעטער.
מיר אלע ווייסען די מעשה מיט די שמאגלעריי מיט די פאלשע הלוית המת, ווען מהאט געזען משמייכעלט האט געהייסן עפענן האבן זיי געוויינט האט מען זיי געזאגט, האסט געדארפט וויינן פריער.
פסח אברהם יואל, איינמאל די פרשה איז גענעדיגט טאמער די וועס דעמאלסט האבן פראבלעמען מיט די געזעץ אין גוואטימאלע וועט שוין קיינער דיר נישט קענען העלפען.
מאך דיר נישט אן אליין צרות, וואס די וועסט זיך שפעטער נישט קענען ארויסדרייען דערפון.
ס'חודש אלול א זמן מ'קען תשובה טוהן און אנהייבען א נייע בלאט.
באנעריש דיך נישט.
וואס האסט די צו פארדינען פון זיין א עקשן? די וואס לאכן מיט דיר אויף דיינע מעשים שפעטער לאכן פון דיר אונטער דיינע פלייצעס, זיין נישט קיין שוטה!
איך ווייס די ליינסט דא, הער מיך אויס, פאר דיין טובה.
די שפילצייט האט זיך גענדיגט די הנהלה מיט זקנים האבן שוין נישט כמעט קיין מענטשן פלייש צי גיוועלטיגן אויף.
איז דען דא א גרעסערע גאווה ווי דעם, זיך איינצירעדען אז הונדערטער טויזענטער חרדישע יודן (יא וואס די רופסט ערב רב) לעבען אין א טעות, און פאר די הייפילע יודן
וואס לערנען נישט ש"ס ופוסקים, און זענען פורש מדרכי ציבור, מיט זייער קהילה געגרינדערט גאר דארך א בעל תשובה, זיי גייען זיין די מקבלי משיח?!!?!?!
ביז ווען וועסטו לעבן אין עולם הדמיון?!

טוה תשובה וועלען מיר אייך מקבל זיין מיט ביידע הענט, זיי נישט קיין צועק לשעבר!
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

די אלע דיעלס וואס מען פרובירט דא מאכן מיט די חברי הנהלה דערמאנט וואס שטייט אין ספר מן המצר ווי רבי מיכאל בער ז"ל האט די זעלבע דיעל פרובירט צו מאכן אין זיינער צייט מיט די יעניגע הנהלה אז זיי זאלן אים ארויסהעלפן צו ראטעווען און ער וועט זיי ארויסהעלפן זיך ארויסצודרייען פון ווערן גע'משפט נאכן קריג

אבער צוליב זייערע גרויסע עקשנות אז זיי גייען זיכער זיגן און מען גייט זיי צום געריכט קיינמאל נישט שטעלן האבן זיי נישט קאאפערירט און עס איז געווארן וואס עס איז געווארן

וד"ל
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 654

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 5:21 pm
ברוך כבוד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 5:07 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 27, 2025 7:35 pm מעלדונג פון די ראשי העסקנים.

ווי שוין מערערע מאל געמאלדן דא ברבים, איז פסח אברהם יואל גאלדמאן,
► Show Spoiler
אויב ביז די סוף וואך וועט ער נישט נאכקומען די פארלאנגען וואס די עסקנים האבן פון אים פארלאנגט, וועט מען בלית ברירה מוזן נעמען שריט אויפן לעגאלן פראנט אים אומשעדליך צו מאכן.
► Show Spoiler
וואס איז געווארן?
ער האט זיך נישט געבראכן
און די עסקנים האבן מקיים פסק געווען
וואס הייסט? מ'האט אים שוין פאר'אומשעדליכט? וויאזוי? קום אריין קלארער
תיקון
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 8:28 pm
Location: Israel
x 115

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תיקון »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 7:17 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 5:21 pm
ברוך כבוד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 5:07 pm

וואס איז געווארן?
ער האט זיך נישט געבראכן
און די עסקנים האבן מקיים פסק געווען
וואס הייסט? מ'האט אים שוין פאר'אומשעדליכט? וויאזוי? קום אריין קלארער
ר' איד, קיינער האט אייך נישט געלערנט אז ס'דא זאכן וואס מ'קען נישט אראפלייגן קלאר?
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 654

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

תיקון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 7:41 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 7:17 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 5:21 pm

ער האט זיך נישט געבראכן
און די עסקנים האבן מקיים פסק געווען
וואס הייסט? מ'האט אים שוין פאר'אומשעדליכט? וויאזוי? קום אריין קלארער
ר' איד, קיינער האט אייך נישט געלערנט אז ס'דא זאכן וואס מ'קען נישט אראפלייגן קלאר?
פארוואס ווערן בארעגט? טשיל...

כ'האב פלעין געבעטן, נאר אויב ער וויל, נאר אויס מ'מעג
אהרן זאב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 253

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהרן זאב »

שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 1:01 pm לגבי די שאלה אויף די עתיד פון לב-טהור:
► Show Spoiler
זייער קלאר. די שאלה איז נאר, וואס גייט פאסירן אין 5 יאר ארום ווען די חכם גייט ארויס קומען פון תפיסה?
פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:08 pm @אהרן זאב

ביזט א אור
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6973

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

תיקון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 7:41 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 7:17 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 5:21 pm

ער האט זיך נישט געבראכן
און די עסקנים האבן מקיים פסק געווען
וואס הייסט? מ'האט אים שוין פאר'אומשעדליכט? וויאזוי? קום אריין קלארער
ר' איד, קיינער האט אייך נישט געלערנט אז ס'דא זאכן וואס מ'קען נישט אראפלייגן קלאר?
ניין, דו האסט אפשר די ספר הכללים ווען מ'מעג פרעגן?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

ב''ה דער חכם מאכט זיכער צו פארלירן דאס לעצט ביסל רעספעקט וואס איינער האט נאך געהאט פאר אים,
שטעל זיך פאר ער זאגט ווען מען זאל ארויסקומען קיין אמעריקא און זיך האלטן מיט די חבורת יראים סאנדארטן... דאן וואלטן די עסקנים געהאט א שווערע ארבעט...
אבער ווי לאנג ער שרייט אמעריקא איז אוישוויץ גפרית ומלח וכו' איז די זאך מסודר,

א דאנק אייך ר' חכם'ען! גיי ביטע ווייטער אן מיט דיין געוואלדיגע ארבעט צו צוברעכן די קולט
אינאיינעם מיט די גדולי העסקנים...
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 201
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 482

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

פון ר @שמואל פוקס אינטערוויו אויפ קווארטל קומט אויס לב טהור הערט אויס יעדער ווארט דא און מאכען באשלוסונגען פון דא האסט עס אינמיינד
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7574

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

וויענער חסיד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 9:34 pm פון ר @שמואל פוקס אינטערוויו אויפ קווארטל קומט אויס לב טהור הערט אויס יעדער ווארט דא און מאכען באשלוסונגען פון דא האסט עס אינמיינד
סאיז טאקע אזוי. אז דו טרעפסט אמאל א יוצא לב טהור פרעג אים אליינס העסטע זעהן. אסאך יוצאים האבן דא ניקס קע"ה. סאיז א פיינע קרעמל דא. א שאד/א מזל אז מען קען נישט זעהן ווער עס איז ווער, אוי וואלט מען געלאכט. מסתמא קען ר' שמואל א שיינע פאר חברה זייערע ניק נעמען דא.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7574

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

אהרן זאב האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 8:21 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 1:01 pm לגבי די שאלה אויף די עתיד פון לב-טהור:
► Show Spoiler
זייער קלאר. די שאלה איז נאר, וואס גייט פאסירן אין 5 יאר ארום ווען די חכם גייט ארויס קומען פון תפיסה?
ער זיצט איבער די טעלער פרשה. די עצם לב טהור קלאגעס זענען נאך בכלל נישט געברענגט געווארן. די קלאגעס וואס ווארטן אים זענען די והותר אים צו לייגן אינעם לאך פאר עטליכע לעבנסלענגליכע טורמע טערמינען.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
וואס דען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 202

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 10:18 pm
אהרן זאב האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 8:21 pm
זייער קלאר. די שאלה איז נאר, וואס גייט פאסירן אין 5 יאר ארום ווען די חכם גייט ארויס קומען פון תפיסה?
ער זיצט איבער די טעלער פרשה. די עצם לב טהור קלאגעס זענען נאך בכלל נישט געברענגט געווארן. די קלאגעס וואס ווארטן אים זענען די והותר אים צו לייגן אינעם לאך פאר עטליכע לעבנסלענגליכע טורמע טערמינען.
איך מיין, איינמאל די יוצאים זענען געווארן מסודר, מן הסתם וועלן זיי מאכן א "ויברח", וואס פעלט זיי אויס צרות? האבן זיי געמאכט א קאנטאקט מיט איינעם אז זיי גייען איבער געבן קלאגעס אויף אייביק?

חודש אלול ---
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5722

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

אהרן זאב האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 8:21 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 1:01 pm לגבי די שאלה אויף די עתיד פון לב-טהור:
► Show Spoiler
זייער קלאר. די שאלה איז נאר, וואס גייט פאסירן אין 5 יאר ארום ווען די חכם גייט ארויס קומען פון תפיסה?
ער האט ווייניגער טאלאנטן ווי דיר צו קענען ציען מענטשן צו זיך, ער האט פשוט גענומען א עקזיסטירנדע קולט און ארויפגעלייגט זיינע פויסטן דערויף. ער איז די קלענסטע געפאר אין טוירמס פון א פאטענציאלע פרישע קולט.
נחמן כץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 9:18 am
Location: ארץ ישראל
x 28

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נחמן כץ »

Antwerp Boy
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 5:08 am
Location: Antwerp
x 106

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Antwerp Boy »

וואס איז פשט און די ווערטער וואס איינער האט ארויפגעלייגט?

נאך חדשים פון שווערע ארבעט ארויסצוראטעווען אלע אידן פון גוואטעמאלא האט זיך ליידער פארמירט א נייע קולט שטילערהייט דא אין אמעריקע, מיר האבן קראנטע אינפארמאציע וואס וועט אי"ה ארויס קומען אין די קומענדיגע טעג

ווער שטייט אונטער דעם?
וויאזוי רופט זיך די נייע קהילה?
וויאזוי זיי האבן זיך דאסמאל פארזיכערט?
וואס זענען די לידערס יעצטיגע מעטאדן צו אריינכאפן וויקטעמס?
עקסקלוסיוו אינפארמאציע וועט צום ערשטן מאל ערשיינען דא אויפן גרופ
שרייב פאוסט