באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12266
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אידישע נייעס | האדמו"ר מדאראג באזוכט ביי האדמו"ר מערלוי.
- פיילס
-
- IMG_20241010_121841_743.jpg (123.21 KiB) געזען געווארן 469 מאל
-
- IMG_20241010_121841_210.jpg (148.08 KiB) געזען געווארן 469 מאל
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12266
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
צעהלים
- פיילס
-
- 57-86 זמנים יום כיפור 2024-10-02.jpg (227.47 KiB) געזען געווארן 396 מאל
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12266
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר מהרא
זונטאג פרשת נצבים-וילך
מאנטאג פרשת נצבים-וילך
דינסטאג פרשת נצבים-וילך
מיטוואך פרשת נצבים-וילך
דאנערשטאג פרשת נצבים-וילך
פרייטאג פרשת נצבים-וילך
שב"ק פרשת נצבים-וילך
באריכט בצל הקודש פארש נצבים וילך
זונטאג פרשת נצבים-וילך
► Show Spoiler
► Show Spoiler
► Show Spoiler
► Show Spoiler
דאנערשטאג פרשת נצבים-וילך
► Show Spoiler
► Show Spoiler
שב"ק פרשת נצבים-וילך
► Show Spoiler
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 27
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 69
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
נו, וואס האב איך אייך געזאגט?
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:01 pm עס קומט א חידוש דאס יאר בנוגע דער קיטל פון מרן בעל אהב"ש.
לויטן נייעם אפמאך פון דאס יאר, גייט די קיטל גענצליך אריבערגיין צו ויז'ניץ מכרז - אלע פרטים איז נאכנישט באקאנט.
(כל זה לפי השמועה ממקור ראשון, אבער ס'מוז נאכאלס נישט זיין אמת...)
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 10:22 am שום דבר עדיין לא ברור, כל זה שמעתי מפי השמועה ממקור ראשון שמעורב קצת בתוך הענינים, אבל זה עדיין לא אומר שזה אמת, אלא קרוב הדבר להיות אמת.
עומדים לערוך הסכם על זה. הרבי מקבל הקיטל תמורת כמה דברים חשובים:
- הרבה כסף.
- שקט בטחוני וד"ל, וכן כמה פעולות להרבות השקט והשלום בין החצרות.
גם הוסכם שאחרי מאה ועשרים של מר"ש, יתנו חלק מהקיטל בתוך הקבורה.
- להוריד פרופיל בענין השוואנצנות.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:17 pm
- Location: קר''י
- x 41
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געהערט גאר קראנט פון איינע פון די גרויסע עסקנים בחצה''ק מרכז חסידי וויזניץ אז נאר אז די קיטל בלייבט ביי זיי און די איבריגע זאכן איז נישט אמתשמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 13, 2024 4:15 am נו, וואס האב איך אייך געזאגט?
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:01 pm עס קומט א חידוש דאס יאר בנוגע דער קיטל פון מרן בעל אהב"ש.
לויטן נייעם אפמאך פון דאס יאר, גייט די קיטל גענצליך אריבערגיין צו ויז'ניץ מכרז - אלע פרטים איז נאכנישט באקאנט.
(כל זה לפי השמועה ממקור ראשון, אבער ס'מוז נאכאלס נישט זיין אמת...)שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 10:22 am שום דבר עדיין לא ברור, כל זה שמעתי מפי השמועה ממקור ראשון שמעורב קצת בתוך הענינים, אבל זה עדיין לא אומר שזה אמת, אלא קרוב הדבר להיות אמת.
עומדים לערוך הסכם על זה. הרבי מקבל הקיטל תמורת כמה דברים חשובים:
- הרבה כסף.
- שקט בטחוני וד"ל, וכן כמה פעולות להרבות השקט והשלום בין החצרות.
גם הוסכם שאחרי מאה ועשרים של מר"ש, יתנו חלק מהקיטל בתוך הקבורה.
- להוריד פרופיל בענין השוואנצנות.
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12266
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אידישע נייעס | שמחות בחצרות הקודש:
היינט קומט פאר די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם הגה"צ ר' אלטר גלאנץ שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק סאדילקוב שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב שמעון מייזליש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' פנחס מרדכי מייזליש שליט"א דומ"ץ קהל יראים סיגעיט. – די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג.
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' עקיבא עהרנפעלד ז"ל, זון פון הגה"צ גאב"ד מאטערסדארף זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' שלמה פרישוואסער שליט"א אב"ד סאסוב לאנדאן וראש ישיבת חיי עולם, אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' ארי' לייב טייטלבוים שליט"א אב"ד סלאטפינא לינדען, איידעם ביי הגה"צ ר' אלישע חיים הורוויץ שליט"א אב"ד אגודת אחים לאורענס, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק זצ"ל.
הילולא קדישא:
כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א וועט היינט אויפדערנאכט אפרעכטן די יארצייט טיש לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי מרדכי מזוועהיל זי"ע, אין ביהמ"ד הגדול זוועהיל אין ירושלים. (JDN)

אידישע נייעס | האדמו"ר מאמשינוב אויס געפאסט נאך 60 שעה פון עבודת הקודש אום יום כיפור:
כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א איז געווען שרוי בתענית פון יום כיפור גאנצע 60 שעה, און האט צום ערשט אויסגעפאסט נעכטן מאנטאג 6:00 אזייגער פארטאגס נאך הבדלה.
די סדר היום פונעם רבי'ן שליט"א אום יום כיפור איז געווען ווי פאלגענד, דער רבי איז ערשינען צו כל נדרי אום 2:30 פארטאגס און עס האט זיך געצויגן ביז 6:00 אזייגער פארטאגס דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור אין משניות מסכת יומא און מיטגעהאלטן די תפילות פונעם ציבור ביז נאך נעילה און מיטגעזאגט געוויסע שטיקלעך פון די סליחות. נאך וואס די מתפללים האט געענדיגט נעילה האט זיך דער רבי געשטעלט אינעם פריוואטע צימער אויף תפילת מוסף וואס האט אנגעהאלטן פאר אכט שעה, דערנאך האט מען אין שטוב ממשיך געווען מיט תפילת מנחה, נעילה, און מעריב ביז נאך הבדלה און דאן האט דער רבי אויסגעפאסט נאך א צייט אפשניט פון 60 שעה פון איין קייט פון עבודת הקודש אהן א אפשטעל.
די טיש פון מוצאי יום כיפור האט זיך אנגעהויבן היינט דינסטאג 3:00 אזייגער פארטאגס ארטיגע זייגער ווי הונדערטער אידן זענען געקומען אריינכאפן די קדושה פון יום כיפור שטייענדיג איין טאג פאר ערב סוכות.

אידישע נייעס | פטירה פון לעגענדארער משב"ק פון אדמור"י צאנז קלויזענבורג:
הונדערטע אידן האבן זיך נעכטן באטייליגט ביים מסע הלויה פון הרה"ח ר' יצחק שמעון שימון ז"ל לאנגיעריגער משב"ק ביי הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זצ"ל און שפעטער ביי בנו כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א. די לויה איז ארויס מאנטאג נאכמיטאג פארנט פון ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק און ער וועט קומען לקבורה ביים אוהל הק' אין קרית צאנז נתני'.

- IMG_20241015_165247_927.jpg (139.2 KiB) געזען געווארן 586 מאל
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12266
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אידישע נייעס | ערשטע טיש פון האדמו"ר מסקולען לינדען:
מיט גרויס פרייד האבן סקולענ'ע חסידים אויפגענומען די בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א וועט צום ערשטן מאל פראווענען א טיש דעם קומענדיגן זונטאג א' דחוה"מ אינעם גרויסן סוכה אין חצר פון ביהמ"ד באבוב אין שטאט לינדען.
אין ליכט פון דעם ערשטן טיש ביים רבי'ן, איז געמאלדן געווארן אז אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען ב"פ שליט"א, וועט יענעם נאכט 'נישט' פראווענען א טיש, נאר וועט זיך אויך קומען באטייליגן ביים טיש פונעם יונגערן ברודער אין לינדען.

אידישע נייעס | האדמו"ר מטאלנא ביי תשליך.
- פיילס
-
- IMG_20241015_165337_413.jpg (59.06 KiB) געזען געווארן 583 מאל
-
- IMG_20241015_165336_624.jpg (63.55 KiB) געזען געווארן 583 מאל
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12266
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אידישע נייעס | יום כיפור ביי הגה"צ ר' יצחק משה ערלאנגער.
- פיילס
-
- IMG_20241015_165415_855.jpg (178.45 KiB) געזען געווארן 582 מאל
-
- IMG_20241015_165415_935.jpg (170.05 KiB) געזען געווארן 582 מאל
-
- IMG_20241015_165416_222.jpg (115.01 KiB) געזען געווארן 582 מאל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
גם הוסכם שיתנו חלק מהקיטל בתוך הקבורה.שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 13, 2024 4:15 am נו, וואס האב איך אייך געזאגט?
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:01 pm עס קומט א חידוש דאס יאר בנוגע דער קיטל פון מרן בעל אהב"ש.
לויטן נייעם אפמאך פון דאס יאר, גייט די קיטל גענצליך אריבערגיין צו ויז'ניץ מכרז - אלע פרטים איז נאכנישט באקאנט.
(כל זה לפי השמועה ממקור ראשון, אבער ס'מוז נאכאלס נישט זיין אמת...)שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 10:22 am שום דבר עדיין לא ברור, כל זה שמעתי מפי השמועה ממקור ראשון שמעורב קצת בתוך הענינים, אבל זה עדיין לא אומר שזה אמת, אלא קרוב הדבר להיות אמת.
עומדים לערוך הסכם על זה. הרבי מקבל הקיטל תמורת כמה דברים חשובים:
- הרבה כסף.
- שקט בטחוני וד"ל, וכן כמה פעולות להרבות השקט והשלום בין החצרות.
גם הוסכם שאחרי מאה ועשרים של מר"ש, יתנו חלק מהקיטל בתוך הקבורה.
- להוריד פרופיל בענין השוואנצנות.
חוץ פון די איין שורה איז אלעס פאנטאזיעס
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אגב די שטיקל האט מען שוין אראפגענומען פאר צוריק געבןפערזשוך האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 16, 2024 7:56 amגם הוסכם שיתנו חלק מהקיטל בתוך הקבורה.שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 13, 2024 4:15 am נו, וואס האב איך אייך געזאגט?
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:01 pm עס קומט א חידוש דאס יאר בנוגע דער קיטל פון מרן בעל אהב"ש.
לויטן נייעם אפמאך פון דאס יאר, גייט די קיטל גענצליך אריבערגיין צו ויז'ניץ מכרז - אלע פרטים איז נאכנישט באקאנט.
(כל זה לפי השמועה ממקור ראשון, אבער ס'מוז נאכאלס נישט זיין אמת...)שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 10:22 am שום דבר עדיין לא ברור, כל זה שמעתי מפי השמועה ממקור ראשון שמעורב קצת בתוך הענינים, אבל זה עדיין לא אומר שזה אמת, אלא קרוב הדבר להיות אמת.
עומדים לערוך הסכם על זה. הרבי מקבל הקיטל תמורת כמה דברים חשובים:
- הרבה כסף.
- שקט בטחוני וד"ל, וכן כמה פעולות להרבות השקט והשלום בין החצרות.
גם הוסכם שאחרי מאה ועשרים של מר"ש, יתנו חלק מהקיטל בתוך הקבורה.
- להוריד פרופיל בענין השוואנצנות.
חוץ פון די איין שורה איז אלעס פאנטאזיעס
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12266
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12266
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אידישע נייעס | צום ערשטע מאל נאך דריי און צוואנציג יאר - האדמו"ר מוויזניץ דערמאנט ברבים איבער די אכצן יאר וואס דער רבי איז געווען פארטריבן מבית אביו:
אלפי חסידי וויזניץ זענען דעם ערשטן נאכט יו"ט ביים עריכת שלחן הטהור פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איבעראשט געווארן ווען אין אן ערשטמאליגן היסטארישן שריט האט צום ערשטן מאל אין די היסטאריע די וויזניצע רבי שליט"א דערמאנט זיינע שווערע יארן די באקאנטע 18 יאר וואס דער רבי איז געווען פארטריבן מבית אביו פון שנת תשמ"ב ביז שנת לייל ערב סוכות תשס"ג.
דער רבי האט דאס משלב געווען מיט זיין יעצטיגן מצב הבריאות נאכדעם וואס דעי וואך איז די רבי אריינגעפארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונג, די רבי האט געזאגט אז ער איז צוריק געקומען צום טאטן ווען ער איז אלט געווען 57 יאר און יעצט איז ער געווען אין שפיטאל 57 שעה, און דערציילט אז בשעתו האבן אים מענטשען געבעטן צו עפענען אליינס א קהלה אין מוסדות אבער ער האט נישט געוואלט נאר זיך מחזק געווען אז איין טאג וועט ער נאך צוריק קומען קיין וויזניץ און כך הוה און דאס איז נאר געשעהן מיט אמונה ובטחון, דערביי האט די רבי מחזק געווען דעם ציבור זאגנדיג אז נאר מיט אמונה וועט ער זיך ארויס דרייען פוענעם יעצטיגן מצב.
צווישן אנדערע האט די רבי פארציילט אז אין יענע יארן איז גאנץ בית וויזניץ געווען אין א סכנה און ער איז געווען דעם קרבן ציבור, אויך האט די רבי פארציילט אז ער איז זייער דאנקבאר דעי וואס האבן אים דעמאלטס זייער ארויס געהאלפן די שוואגער'ס האדמורי"ם מסאטמאר און בעלזא שליט"א, און אזוי אויך סאטמארער חסידים, גערע חסידים, בעלזא חסידים, וויזניץ מאנסי חסידים, פשעווארסקע חסידים, און טאהשע חסידים, דער רבי האט דערביי געהייסן פון די חסידים אז די אלע וועלכע האבן נאך פאשקעווילן פון יענע צייטן זאלן עס פארברענען ווייל עס איז נישט כדאי צו דערמאנען די עוונות הראשונים, און אזוי אויך דערציילט נאך זכרונות פון יענע ימי קדם.

אידישע נייעס | תורה תורה חגרי שק – הגה"צ אב"ד האמאראד זצ"ל:
מיט צער און טרויער ווערט אויפגענומען די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הגה"צ ר' עמרם ראטה זצ"ל אבד"ק האמאראד, בנו חביבו פון כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג זצ"ל, און איידעם פון הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס זצ"ל אבד"ק אבני שלמה און לאנגיעריגער ריש מתיבתא בישיבה גדולה ד'סאטמאר.
דער רב זצ"ל איז געווען פון די חשובע רבנים אין בארא פארק, מזה בן מזה א גרויסער גאון און פוסק בדרכי אביו הגדול, ער האט אנגעפירט א שיינעם בית המדרש לתורה ולתפילה און משפיע געווען פאר אידישע קינדער תורה וחסידות און יראת שמים. אזוי אויך איז ער געווען א באקאנטער בעל מכשיר און גאון בתורה והוראה וואס האט אוועקגעשטעלט פילע תלמידים און אויפגעטון אסאך אין דעם כשרות געביט.
די לעצטע תקופה איז ער געווען זייער נישט געזונט, נאכן ליידן פון די ביטערע מחלה ה"י, דעם יום טוב סוכות די ערשטע נאכט איז ער נפטר געווארן לחיי העולם הבא, איבערלאזנדיג א שיינעם דור בליעה"ר, חשובע קינדער און איידימער זרע ברך ה'. די לוויה קומט פאר יעצט מוצאי שבת בבית מדרשו אין בארא פארק, אויפן וועג קיין ארץ ישראל למנוחת עולמים.

אידישע נייעס | זונטאג חול המועד סוכות בחצרות הקודש:
היינט וועט פארקומען אין ירושלים עיה"ק א גרויסע מעמד קבלת פני רבו ברגל, אין שפיץ פון הגאון הגדול פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א וועלכער וועט אויפטרעטן לכבוד החג, אין די גרויסע סוכה פון היכל התורה אור חיים אויף רחוב שטראוס.
היינט וועט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א פון לינדען אנקומען קיין לינדען און פראווענען די ערשטע טיש מעמד שמחת בית השואבה ברוב עם הדרת מלך, אין די גרויסע סוכה נעבן ביהמ"ד באבוב אין לינדען.

אידישע נייעס | גלה כבוד מישראל • פארלוסט פאר עדת חסידי באיאן מיט פטירה פון הגאון ר' צבי שרייבער זצ"ל רב חסידי באיאן:
א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף חסידי באיאן מיטן אנקום פון די ביטערע בשורה מיט די פטירה פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, הגאון החסיד רבי צבי שרייבער זצ"ל רב חסידי באיאן, וועלכער איז נפטר געווארן דעם מוצאי יום טוב ראשון א קורצע צייט נאכן זמן, אין עלטער פון זעקס און זיבעציג יאר.
מיט די פטירה פונעם רב זצ"ל איז אוועקגעריסן געווארן דער עמוד ההוראה וההלכה בחצר הקודש באיאן מרא דכולא תלמודא מורה ודאין, וועלכער האט פאר איבער פערציג יאהר משמש געווען אלס רב ומורה צדק אין די באיאנער קהילה און געפסקנט שאלות להורות דבר ה' זו הלכה.
די לעצטע תקופה איז די רב ליידער געלעגן על ערש דווי בעת חסידי באיאן בתוך כלל ישראל האבן מתפלל געוועהן לרפואתו, ליידער זענען אבער די שערי רחמים געווען פארשלאסן, און דעם מוצאי יום טוב ראשון זמן שמחתינו האט ער צוריקגעגעבן זיין ריינע נשמה ליוצרה, לדאבון לב אלפי חסידי באיאן וכל בית ישראל. מיטן אנקום פון די בשורה לא טובה האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איבערגעגעבן די הוראת הקודש מבטל צו זיין די מעמדי שמחות בית השואבה וואס האבן געזאלט פארקומען לרגל אושפיזא דיצחק אין אלע באיאנער קהילות, אלס אבילות נאך די שווערע פארלוסט וואס האט באטראפן עדת חסידי באיאן אלוועלטליך.
טויזנטער חסידי באיאן פון נאנט און ווייט זענען געקומען צו פארן צום מסע הלוי', און אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר האי גאון וצדיק. על פי הוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א זענען אלע חסידים פון אלע שטעט ארויסגעקומען באוויינען די שווערע אבידה.
מוצאי יום טוב איז ארויס די לוי' פונעם בית הלויות שמגר אין ירושלים, דורכן קלויז הגדול דחסידי באיאן ווי עס זענען שוין געווען פארזאמלט טויזענטער אידן אין די גאסן ארום די גרויסע באיאנער קלויז ווי בראש המלוים האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים דייני ורבני הקהילה חסידים ואנשי מעשה, צווישן זיי האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, ביאלא, קאפיטשניץ, סטריקוב ירושלים און נאך.
צוערשט האט בנו הגדול הגאון רבי אשר שרייבער פארגעליינט די צוואה פונעם רב זצ"ל, דערנאך האט מספיד געווען בקול בוכים ראש ישיבת באיאן הגאון רבי צבי ראבינאוויטש בשליחות הקודש פונעם באיאנער רבי שליט"א ארויסברעגענדיג די געוואלדיגע השפעה פונעם רב זצ"ל אויף קהל עדת חסידי באיאן, ווי ער האט אוועקגעשטעלט הונדערטער תלמידים דיינים ומורי צדק אין די קהילה וואס פסקענען שאלות על פי הוראותיו ודקדוקי הלכה פונעם רב זצ"ל, דערנאך האבן די קינדער געריסן קריעה און געזאגט קדיש.
דערנאך האבן די מאסן באגלייט די מיטה אראפ די גאס מיט פארוויינטע אויגן, און פון דארט איז מען געפארן צום הר המנוחות, וואו דער רב איז געקומען לקבורה אויפן חלקת הרבנים, כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט מיטגעהאלטן די גאנצע לוי' און אויסגעווארט ביז נאך סתימת הגולל.

- IMG_20241020_111637_117.jpg (261.77 KiB) געזען געווארן 161 מאל
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12266
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אידישע נייעס | האדמו"ר מוויזניץ ביים שמחת בית השואבה.
בילדער: שוקי לרר.
בילדער: שוקי לרר.
- פיילס
-
- IMG_20241020_111720_858.jpg (94.62 KiB) געזען געווארן 161 מאל
-
- IMG_20241020_111726_396.jpg (101.48 KiB) געזען געווארן 161 מאל
-
- IMG_20241020_111731_854.jpg (107.37 KiB) געזען געווארן 161 מאל
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12266
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אידישע נייעס | האדמו"ר מזוטשקא ביים שמחת בית השואבה.
בילדער: שוקי לרר.
בילדער: שוקי לרר.
- פיילס
-
- IMG_20241020_111844_521.jpg (224.98 KiB) געזען געווארן 160 מאל
-
- IMG_20241020_111844_663.jpg (266.21 KiB) געזען געווארן 160 מאל
-
- IMG_20241020_111844_658.jpg (219.7 KiB) געזען געווארן 160 מאל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
המוני בית ישראל צפויים להשתתף במעמד הגדול סיום שס משניות במיזם "דף היומי משניות", ראשי הארגון בראשות הרב שמואל הלפרין עלו לגודלי ישראל להזמינם למעמד
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
ראש ישיבת גרודנא באר יעקב הגר"צ דרבקין בביקור חג בסוכתו של הגרב"ד אלישיב
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
היום בברכת הכהנים בכותל: הראשל"צ הגר"ד יוסף והמועמד לתפקיד הרה"ר הגר"מ הלוי בשיחה עם מנכ"ל הרבנות הראשית יהודה כהן
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
ח"כ מאיר פרוש מתברך ע"י כ"ק האדמו"ר מויז'ניץ בשמחת בית השואבה המרכזית בחצר החסידות