בלאט 1 פון 185

נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 10:28 am
דורך מאושר
געהערט דעם שב״ק אז נאך אסאך קאמפלעינס פון די תושבים איבער מענטשן וואס ספידן זייער שנעל איז ביי די לעצטע וועלידזש מיטינג דיסקאסט געווארן אז ס׳איז אינסטאלירט געווארן ספידינג קעמערעס מיט א צייט צוריק פאר א טעסטינג ביי עטליכע מעין ספאטס און ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אז 98% מענטשן ספידן בכלל נישט

Re: נייעס און טעמעס ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 11:10 am
דורך א איד
מאושר האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:28 am געהערט דעם שב״ק אז נאך אסאך קאמפלעינס פון די תושבים איבער מענטשן וואס ספידן זייער שנעל איז ביי די לעצטע וועלידזש מיטינג דיסקאסט געווארן אז ס׳איז אינסטאלירט געווארן ספידינג קעמערעס מיט א צייט צוריק פאר א טעסטינג ביי עטליכע מעין ספאטס און ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אז 98% מענטשן ספידן בכלל נישט
יא אמת.

Re: נייעס און טעמעס ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 12:06 pm
דורך טיפער ווי טיף
אב''ד ראדאוויץ אין בלומינגראוו מיט א שארפע דרשה קעגן די וואס פארדינגען זייערע הייזער פאר גוים און פרעמדע עלעמענטן.
ראדאוויץ.png
ראדאוויץ.png (237.96 KiB) געזען געווארן 7884 מאל

Re: נייעס און טעמעס ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 1:19 pm
דורך מאנטרעאל
זייער שטארק

Re: נייעס און טעמעס ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:27 pm
דורך פישפיקלאדיין
די עכטע אמת איז אז ווען דער געגנט וועט ווערן מער באוואוינט מיט אידן, וועט מען אטאמאטיש זיך צוריקהאלטן פון פארדינגן פאר גוים.

גיב א קוק אויף אנדערע נייע געגנטער אין קרית יואל ווי סמיט גארדענס אדער וואדבורי ווילאס ווי עס בלויז אידיש וועט קיינעם נישט בייפארלן צו פארדינגן פאר א גוי אפי' ווען מען קען מאכן אסאך געלט.

ווען מען קומט אריין אין די בלומינגראוו אומגעגנט שפירט זיך עס נאך נישט אידיש ניטאמאל ווי אין צענטער מאנסי, אין די ווינטער חדשען זעהט מען פון מיט די קראצמעך לייטס, וכו', דאס שאפט דער געפיל אז דער פלאץ געהער נישט צו אידן דוקא.

Re: נייעס און טעמעס ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:36 pm
דורך Yankel
I just passed by mint leaf it seems that there are heavy construction going on there, when will they reopen

Re: נייעס און טעמעס ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 2:41 pm
דורך באבא נתן
און ווילימסבורג איז אויך דא דיע פראבלעם

Re: נייעס און טעמעס ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 4:01 pm
דורך האמער און זיימער
פישפיקלאדיין האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:27 pm די עכטע אמת איז אז ווען דער געגנט וועט ווערן מער באוואוינט מיט אידן, וועט מען אטאמאטיש זיך צוריקהאלטן פון פארדינגן פאר גוים.

גיב א קוק אויף אנדערע נייע געגנטער אין קרית יואל ווי סמיט גארדענס אדער וואדבורי ווילאס ווי עס בלויז אידיש וועט קיינעם נישט בייפארלן צו פארדינגן פאר א גוי אפי' ווען מען קען מאכן אסאך געלט.

ווען מען קומט אריין אין די בלומינגראוו אומגעגנט שפירט זיך עס נאך נישט אידיש ניטאמאל ווי אין צענטער מאנסי, אין די ווינטער חדשען זעהט מען פון מיט די קראצמעך לייטס, וכו', דאס שאפט דער געפיל אז דער פלאץ געהער נישט צו אידן דוקא.
ס’איז בכלל נישט אויסגעשלאסן אז רוב פון די צוקראצטע לעמפלעך אויף וואס די טעאריע איז געבויט געפונען זיך און אידיש געאוינטע הייזער

Re: נייעס און טעמעס ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 8:30 am
דורך מאושר
באבא נתן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:41 pm און ווילימסבורג איז אויך דא דיע פראבלעם
ווען די פראבלעם האט זיך אנגעפאנגען אין וומס״ב פאר אזא 25 יאר צוריק בערך האבן די פריערדיגע רבנים הגאוה״צ זצ״ל טאקע שטארק געארבייט דעיס צו פארמיידן

ס׳איז געווען גאנץ א אקטיווע מערכה דעמאלט

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 12:09 am
דורך א איד
עפעס א פייער איז געווען און א ליידיגע הויז. געווארען געברענגט אונטער קאנטראל דורך אידישע וואלנטירן ברוך השם

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 11:52 am
דורך האמער און זיימער
וואס קומט ביי פיין היל קארנער דאללעס?
מגראבט שוין דארט

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 12:07 pm
דורך א איד
האמער און זיימער האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:52 am וואס קומט ביי פיין היל קארנער דאללעס?
מגראבט שוין דארט
קאריץ בית המדרש

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 1:34 pm
דורך פישפיקלאדיין
א שטארקע חידוש די בלומינגראוו אומגעגנט, די אידישע פאפולאציע איבערן יאר האלט ביי ארום 400, און עס זענען שוין דא דארט קרוב צו 2 מנינים שוהלן, אריינגערעכנט 4 קהלישע שוהלן 2 פון מהר"א און 2 פון מהר"יי.

און נישט אלע איז דוקא ווייל מען וואוינט זייער צושפרייט, אסאך זענען גאר נאנט איינס צום צווייטן, לדוגמא זאבליטוב צו לעיק שאור, קאריץ צו דועלק מהר"א.

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 1:37 pm
דורך ווירקליך
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 1:34 pm א שטארקע חידוש די בלומינגראוו אומגעגנט, די אידישע פאפולאציע איבערן יאר האלט ביי ארום 400, און עס זענען שוין דא דארט קרוב צו 2 מנינים שוהלן, אריינגערעכנט 4 קהלישע שוהלן 2 פון מהר"א און 2 פון מהר"יי.

און נישט אלע איז דוקא ווייל מען וואוינט זייער צושפרייט, אסאך זענען גאר נאנט איינס צום צווייטן, לדוגמא זאבליטוב צו לעיק שאור, קאריץ צו דועלק מהר"א.
רוב פון זיי זענען היבש אפגערוקט, אבער אפילו די וואס נישט קומט לכאורה אין רעזולטאט פון דעם וואס טאקע ווייל מ'וואוינט מער צושפרייט האט מען לכתחילה געבויט די שוהל'ן היבש אויף א קליינע פארנעם, און ס'פעלט זיך אויס נאך.

ואגב, איז עס נישט קיין חידוש בעיני... וויפיל בתי מדרשים זענען דא אין וויליאמסבורג אויף ראס און ראדני צווישן בעדפארד און לי? דאכט זיך מיר העכער צוואנציג...

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 2:12 pm
דורך פישפיקלאדיין
וויפל אידן וואוינען ארום די גאסן אין וויליאמסבורג?

איך ברענג ארויס נאר ארויס די נקודה וואס איז אנדערש ווי מען אז געוואוינט ביז היינט אין קרית יואל, ווען אפי' די קהלות וואס בויען כסדר שוהלן האט מען געבויט פאר פיל מער משפחות פער שוהל, און היינט דארף מען אינוועסטירן פאר יעדע 50 משפחות א שוהל ווייל מען וואינט אזוי צושפרייט, משא"כ אין צענטער קרית יאול אינוועסטירט מען אין א שוהל פאר עטליכע 100 משפחות

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 2:18 pm
דורך פישפיקלאדיין
למשל אין שכונת ויואל משה ווי עס וואוינען היינט העכער 450 משפחות (איך רעכן נישט די זומער דירות), איז דא ס"ה 4 שוהלן
2 מהר"א.
1 מהר"יי.
1 בני יואל, (פאר שבת - אין די ישיבה)

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 2:19 pm
דורך פישפיקלאדיין
אין שכונת ברך משה ווי עס וואינען אריבער 350 משפחות איז דא 1 גרויסע שוהל (מהר"א) און נאך 1 קלענערע שוהל (בני יואל)

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:23 pm
דורך וואסאפשט
אומבאשטעטיגטע שמועות איבער א עפענונג פון א פרישע שול אין די פארט ווארט אומגעגנט סאטמאר מהר"יי

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:32 pm
דורך א איד
נאך איינער באמערקעט די טרעפיק אויפן 208 איז צופרי געפרליך ביז די לייט

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:49 pm
דורך האמער און זיימער
א איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:32 pm נאך איינער באמערקעט די טרעפיק אויפן 208 איז צופרי געפרליך ביז די לייט
יא

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:09 pm
דורך א איד
האמער און זיימער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:49 pm
א איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:32 pm נאך איינער באמערקעט די טרעפיק אויפן 208 איז צופרי געפרליך ביז די לייט
יא
דעיס איז עפעס וואס פלעגט נישט זיין

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 5:05 pm
דורך ווירקליך
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 2:19 pm אין שכונת ברך משה ווי עס וואינען אריבער 350 משפחות איז דא 1 גרויסע שוהל (מהר"א) און נאך 1 קלענערע שוהל (בני יואל)
יא יא. ס'אביסל אנדערש... אין ברך משה וואוינט מען זייער נאנט איז גוט איין ריזן ביהמ"ד, אין בלומינגראוו וואו מ'וואוינט מער צעשפרייט איז בעסער עטליכע קלענערע.

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 11:31 am
דורך פרייזן
unnamed (76).jpg
unnamed (76).jpg (126.8 KiB) געזען געווארן 6571 מאל

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 6:36 pm
דורך מאושר
כ׳הער ס׳עפנט זיך אין די טעג נאך א שול אויף בארנס

קוקט אויס אסאך אש פון ביהמ״ק איז אנגעקומען אין בלומינג גראוו...

Re: נייעסן ארום "בלומינגראוו" קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 3:23 pm
דורך וואסאפשט
מאושר האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 6:36 pm כ׳הער ס׳עפנט זיך אין די טעג נאך א שול אויף בארנס

קוקט אויס אסאך אש פון ביהמ״ק איז אנגעקומען אין בלומינג גראוו...
בארנס איז זייער ווייט פון אלע ביז יעצטיגע געגענטער ממילא ברויכן זיי א אייגענע שול