א שיינע עד פאר חיים גליק...
נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3830
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 23099
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמיטיב.
שטייענדיג אין די ימי הלל והודאה, קומט אריין די פרייליכע נייעס, אז די מאסיווע דעוועלאפמענט פון פראספעקט גארדענס, וואס ווערט געבויעט דורך ר' שמעון דישונסקי אין בלומינגראוו, האט באקומען די פיינעל עפפראוועל פון די D.E.C פאר וואסער און סוער, מיט דעם ווערט "פראספעקט גארדענס" דעם "ערשטן דעוועלאפמענט" אין בלומינגראוו וואס האלט אזוי ווייט מיט כמעט פארענדיגטע הייזער, און אינפערסטרוקטור, גרייטנדיג צו באנייען די ערשטע 300 הייזער פון די איבער צוויי טויזענט הייזער וואס ווערט ווייטער געבויעט לשם ולתפארת. מיט בתי מדרשים, גראסערי, און געשעפטן אויפן פלאץ.
מזל טוב סאטמאר! מזל טוב בלומינגראוו!

נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
מזל טוב וויזניץ.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
@דער תהלים איד
@בלומינגראווער
@פנחס דוד לעבאוויטש
ווער קען קאנפוירמען?
@בלומינגראווער
@פנחס דוד לעבאוויטש
ווער קען קאנפוירמען?
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 531
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 834
-
פנחס דוד לעבאוויטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 347
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
- x 948
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
חלום חלמתי !
אין חלום בלא דברים בטלים…
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
קאנטי איז שוין מסודר?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8473
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20665
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
איך האב נאכנישט מברר געווען, אבער די נייעס אליינס איז עפעס זייער בלאס.
וואס מיינט "אפראוועל פאר סוער און וואסער"? מה זה?
זיי ווארטן אויף אפראוועל פאר וואסער קוועלער, דאס איז געווארן אפראווד?
און זיי ווארטן פאר אפראוועל צו בויען "סוער פייפס", "אינפראסטרוקטור". אויב דאס איז אפראווד, קענען זיי עס אנהויבן בויען. אבער "סוער" האבן זיי דאך נישט, חוץ אויב וועסט מיר זאגן אז זיי האבן באקומען אפראוועל צו בויען א אייגענע סוער סעפטיק. איך דענק נישט אזא רעדע.
-
חאצקיל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 142
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 292
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
די גאנצע נייעס שמעקט פון א פאבריקאציע.
איינער טייפ ט אויף א נייעס צו מאכן פרייליך די קינדער - און יאַלאַ.
נישטא קיין שום נייעס פון די קאונטי אדער סטעיט.
איינער טייפ ט אויף א נייעס צו מאכן פרייליך די קינדער - און יאַלאַ.
נישטא קיין שום נייעס פון די קאונטי אדער סטעיט.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3830
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 23099
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
ניין, איך האב עס בלויז קאפירט פון א צווייטן. סארי פארגעסן צו צושרייבן
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
-
חאצקיל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 142
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 292
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
אינטרעסאנט אויב די נייעס האט א משהוא אמת,
פארוואס איז עס נישט אויף זייער סייט.
https://www.sbgny.gov/
און נישט דא:
https://www.ujcbg.org/
דאס מיינט נישט עפעס אנדערש ווי פארפירן זייערע קונים מיט פאלשע אינפארמאציע בזדון.
אריינצוכאפן קאסטומערס אין כאטקע, אין זיי לאזן הענגען.
פארוואס איז עס נישט אויף זייער סייט.
https://www.sbgny.gov/
און נישט דא:
https://www.ujcbg.org/
דאס מיינט נישט עפעס אנדערש ווי פארפירן זייערע קונים מיט פאלשע אינפארמאציע בזדון.
אריינצוכאפן קאסטומערס אין כאטקע, אין זיי לאזן הענגען.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
ס‘קען אז איינמאל זיי האבן א אפראוועל פאר די פייפס וועט זיי די ווילעדזש געבן די איבריגע סלאטס וואס זיי האבןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 2:36 pmאיך האב נאכנישט מברר געווען, אבער די נייעס אליינס איז עפעס זייער בלאס.
וואס מיינט "אפראוועל פאר סוער און וואסער"? מה זה?
זיי ווארטן אויף אפראוועל פאר וואסער קוועלער, דאס איז געווארן אפראווד?
און זיי ווארטן פאר אפראוועל צו בויען "סוער פייפס", "אינפראסטרוקטור". אויב דאס איז אפראווד, קענען זיי עס אנהויבן בויען. אבער "סוער" האבן זיי דאך נישט, חוץ אויב וועסט מיר זאגן אז זיי האבן באקומען אפראוועל צו בויען א אייגענע סוער סעפטיק. איך דענק נישט אזא רעדע.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
קען טאקע זיין, זאל מען שרייבן קלאר.האלאפטשע האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 12:39 pmס‘קען אז איינמאל זיי האבן א אפראוועל פאר די פייפס וועט זיי די ווילעדזש געבן די איבריגע סלאטס וואס זיי האבןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 2:36 pmאיך האב נאכנישט מברר געווען, אבער די נייעס אליינס איז עפעס זייער בלאס.
וואס מיינט "אפראוועל פאר סוער און וואסער"? מה זה?
זיי ווארטן אויף אפראוועל פאר וואסער קוועלער, דאס איז געווארן אפראווד?
און זיי ווארטן פאר אפראוועל צו בויען "סוער פייפס", "אינפראסטרוקטור". אויב דאס איז אפראווד, קענען זיי עס אנהויבן בויען. אבער "סוער" האבן זיי דאך נישט, חוץ אויב וועסט מיר זאגן אז זיי האבן באקומען אפראוועל צו בויען א אייגענע סוער סעפטיק. איך דענק נישט אזא רעדע.
אויף אייוועלט שרייבט א פען/עסקן זייערער אז מען דארף נישט קיין שום קאונטי אפראוועלס, אפאר תגובות שפעטער שרייבט ער אז מען האט שוין אלעס פון די קאנטי און מען האט נאר געווארט אויף די יעצטיגע DEC אפראוועלס. איך ווייס נישט צו דאס חישן איז בכוונה, אבער די פרטים זענען זייער צעהאקט.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1487
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4778
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
יאנטשי האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 1:22 pm אויף אייוועלט שרייבט א פען/עסקן זייערער אז מען דארף נישט קיין שום קאונטי אפראוועלס, אפאר תגובות שפעטער שרייבט ער אז מען האט שוין אלעס פון די קאנטי און מען האט נאר געווארט אויף די יעצטיגע DEC אפראוועלס. איך ווייס נישט צו דאס חישן איז בכוונה, אבער די פרטים זענען זייער צעהאקט.
מען דארף נישט מוז נישט מיינען אז מען דארף בכלל נישט, עס קען מיינען מען ווארט נישט יעצט דערויף ווייל מען האט עס שוין.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8473
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20665
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
טעכניש, ווען ס'קומט צו סוער פונעם קאונטי, איז סב"ג ווילעדזש אנדערש ווי קרית יואל ווילעדזש, אז זיי ווארטן נישט אויף "אפראוועלס", ווייל די קאונטי גיט זיי נישט קיין סוער. נאר, זיי "קויפן" סוער סלאטס. סוי די קאונטי קוקט נישט אריין אין די דעוועלאפמענטס נאר זיי קוקן אויף זיך. האב איך איבריג? פארקויף איך עס.
די קאונטי יעצט האט גארנישט, ממילא פארקויפן זיי נישט. זיי טארן עס נישט טון ווען זיי דארפן אוועקלייגן דאס וואס זיי האבן נאך פאר סוער דיסטריקט 1 (בעיקר קרית יואל ווילעדזש).
אבער בלומינגראוו האט נאך פון פריער-געקויפטע סלאטס, ארום 400. כ'ווייס שניט וויפיל הונדערטער דירות ס'בויען זיך שוין אויף דעם חשבון... אבער יא, די סב"ג ווילעדזש קען באשליסן אז זיי גיבן אלעס אוועק פאר פראספעקט און אלע אנדערע קענען בלייבן הענגען פאר אפאר יאר...
אבער די צווייטע שאלה איז די אייגענע סוער אינפראסטרוקטור, וואס נישט בלויז ס'האט נאכנישט געהאט קיין DEC אפראוועל, נאר ס'איז נאך בכלל נישט געבויט. און יעצט? שרייבט איינער אז ס'איז דא אפראוועלס. וואסער אין סוער. גיי פיגער וואס ס'מיינט.

פארוואס דארף די קאונטי געבן פאר דיסטריקט 1?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 2:22 pm טעכניש, ווען ס'קומט צו סוער פונעם קאונטי, איז סב"ג ווילעדזש אנדערש ווי קרית יואל ווילעדזש, אז זיי ווארטן נישט אויף "אפראוועלס", ווייל די קאונטי גיט זיי נישט קיין סוער. נאר, זיי "קויפן" סוער סלאטס. סוי די קאונטי קוקט נישט אריין אין די דעוועלאפמענטס נאר זיי קוקן אויף זיך. האב איך איבריג? פארקויף איך עס.
די קאונטי יעצט האט גארנישט, ממילא פארקויפן זיי נישט. זיי טארן עס נישט טון ווען זיי דארפן אוועקלייגן דאס וואס זיי האבן נאך פאר סוער דיסטריקט 1 (בעיקר קרית יואל ווילעדזש).
אבער בלומינגראוו האט נאך פון פריער-געקויפטע סלאטס, ארום 400. כ'ווייס שניט וויפיל הונדערטער דירות ס'בויען זיך שוין אויף דעם חשבון... אבער יא, די סב"ג ווילעדזש קען באשליסן אז זיי גיבן אלעס אוועק פאר פראספעקט און אלע אנדערע קענען בלייבן הענגען פאר אפאר יאר...
אבער די צווייטע שאלה איז די אייגענע סוער אינפראסטרוקטור, וואס נישט בלויז ס'האט נאכנישט געהאט קיין DEC אפראוועל, נאר ס'איז נאך בכלל נישט געבויט. און יעצט? שרייבט איינער אז ס'איז דא אפראוועלס. וואסער אין סוער. גיי פיגער וואס ס'מיינט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8473
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20665
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
א קאונטי איז נישט מחוייב צו געבן סוער. זיי קענען זאגן יעדער זאל זיך אליינס פארזארגן. און אזוי איז רוב קאונטי.הדסים האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 3:18 amפארוואס דארף די קאונטי געבן פאר דיסטריקט 1?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 2:22 pm טעכניש, ווען ס'קומט צו סוער פונעם קאונטי, איז סב"ג ווילעדזש אנדערש ווי קרית יואל ווילעדזש, אז זיי ווארטן נישט אויף "אפראוועלס", ווייל די קאונטי גיט זיי נישט קיין סוער. נאר, זיי "קויפן" סוער סלאטס. סוי די קאונטי קוקט נישט אריין אין די דעוועלאפמענטס נאר זיי קוקן אויף זיך. האב איך איבריג? פארקויף איך עס.
די קאונטי יעצט האט גארנישט, ממילא פארקויפן זיי נישט. זיי טארן עס נישט טון ווען זיי דארפן אוועקלייגן דאס וואס זיי האבן נאך פאר סוער דיסטריקט 1 (בעיקר קרית יואל ווילעדזש).
אבער בלומינגראוו האט נאך פון פריער-געקויפטע סלאטס, ארום 400. כ'ווייס שניט וויפיל הונדערטער דירות ס'בויען זיך שוין אויף דעם חשבון... אבער יא, די סב"ג ווילעדזש קען באשליסן אז זיי גיבן אלעס אוועק פאר פראספעקט און אלע אנדערע קענען בלייבן הענגען פאר אפאר יאר...
אבער די צווייטע שאלה איז די אייגענע סוער אינפראסטרוקטור, וואס נישט בלויז ס'האט נאכנישט געהאט קיין DEC אפראוועל, נאר ס'איז נאך בכלל נישט געבויט. און יעצט? שרייבט איינער אז ס'איז דא אפראוועלס. וואסער אין סוער. גיי פיגער וואס ס'מיינט.
מיט יארן צוריק האט די קאונטי געוואלט אנהויבן א פראגראם צוצושטעלן סוער, און זיי האבן דורכגעפירט א געזעץ און געגרינדעט "סוער דיסטריקט 1" אלס דער ערשטער דיסטריקט וואו זיי ווערן בעה"ב איבער די סוער, און זיי ווערן פארפליכטעט צוצושטעלן און מעינטענען סיי די סוער ליינס און סיי די סוער טריעטמענט.
למעשה איז עס געבליבן נאר מיט די איינע סוער דיסטריקט. סוי נאר ווער ס'איז אינעם מאפע פון "סוער דיסטריקט 1" ווערן סערווירט דערפון.
נאר, היות זיי האבן (אמאל געהאט) גענוג פלאץ אין זייער פלענט, קענען זיי "פארקויפן סלאטס" פאר אנדערע אויך. עטליכע יאר צוריק האבן זיי געמוזט אפשטעלן די פארקויף ווייל זיי זענען שוין פיל איבער 80% און זיי מוזן בלייבן מיט פלאץ פאר אפאר טויזנט דירות אין סוער דיסטריקט 1.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8473
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20665
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
פרעגט מיר איינער צו דאס איז אמת.
איך האב נאך קיינעם נישט געפרעגט, אבער זוכנדיג אנליין זע איך נישט אז ס'זאל זיין עפעס א שמץ דערין.
ממילא וואונדער איך מיך ווער ס'האט דא א אינטערעסע די לעצטע פאר וואכן צו פארקויפן געבראטענע לאקשן פאר'ן עולם, אין אלע ענגלס. גיי פיגער...
(בעצם איז די קאונטי פארנומען די לעצטע יאר צייט מיט פלענער צו פארברייטערן די פלענט, און ס'פארט אינעם גוטן ריכטונג. ס'איז שוין אריבער די נויטיגע וואוטס א צייט צוריק. די שאלה איז ווען זיי גייען אנהויבן בויען און וויפיל יארן עס גייט נעמען. עסקני קרית יואל זענען זייער שטאראק אינוואלווד אין עס שטיפן פאראויס, במישרין ובעקיפין ואכמ"ל, ווייל אויב הייבן זיי נישט אן בויען בקרוב ממש וועט קרית יואל ח"ו זיין אין א סוער קאטאסטראפע אין 5-10 יאר פון יעצט)

יעצט האב איך שוין יא געפרעגט, און כ'האב געמאכט 2 טעותים.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 10:53 am Screenshot 2025-12-21 104818.jpg
פרעגט מיר איינער צו דאס איז אמת.
איך האב נאך קיינעם נישט געפרעגט, אבער זוכנדיג אנליין זע איך נישט אז ס'זאל זיין עפעס א שמץ דערין.
ממילא וואונדער איך מיך ווער ס'האט דא א אינטערעסע די לעצטע פאר וואכן צו פארקויפן געבראטענע לאקשן פאר'ן עולם, אין אלע ענגלס. גיי פיגער...
(בעצם איז די קאונטי פארנומען די לעצטע יאר צייט מיט פלענער צו פארברייטערן די פלענט, און ס'פארט אינעם גוטן ריכטונג. ס'איז שוין אריבער די נויטיגע וואוטס א צייט צוריק. די שאלה איז ווען זיי גייען אנהויבן בויען און וויפיל יארן עס גייט נעמען. עסקני קרית יואל זענען זייער שטאראק אינוואלווד אין עס שטיפן פאראויס, במישרין ובעקיפין ואכמ"ל, ווייל אויב הייבן זיי נישט אן בויען בקרוב ממש וועט קרית יואל ח"ו זיין אין א סוער קאטאסטראפע אין 5-10 יאר פון יעצט)
1) ס'איז יא געווען 2 שטארקע מאוומענטס די לעצטע פאר טעג, איך האף צו מאכן צייט עס צו אפשרייבן באלד.
2) בלומינגראוו האט נישט "געקויפט סלאטס" ביי די קאונטי, נאר ס'איז געווען (צוריק אין 1970) א רייע מוניציפאליטעטן וואס האבן זיך צוזאמגענומען אונטער א "מודנע" אפמאך אז זיי צאלן אויס פאר די קאונטי די הוצאות צו בויען א "4 מיליאן גאלאן" פלענט אנשטאט די געפלאנטע "2 מיליאן", און זיי קויפן אפ פון פאראויס די 2 מיליאן גאלאן, וןואס איז צוטיילט געווארן צווישן אסאך טאונס, יעדער לויט וויפיל זיי האבן איינגעצאלט.
סוי, ס'איז נישט די רעדע פון "געקויפט פערמיט סלאטס", נאר פון א "צאל קעפעסעטי" וויפיל דער טאון אף בלומינגראוו האט שוין פארנוצט און וויפיל זיי קענען נאך נעמען. די צאל האלט ביי א חשבון וואס לויט די קאונטי קומט עס אויס בערך 300 מיט עפעס אוועילעבל סוער פערמיטס (נענטער צו 300 ווי 400, אבער עס טוישט זיך יעדן טאג לויט די עקטשול באנוץ).
דאס איז וואס זיי "האבן" עפעס מער ווי 300 דירות פיטן נאך אריין. ווער פון די טויזנט + בוי פערמיטן גייען באקומען די 300? קיינער ווייסט נישט.
וואס זיי "קענען קויפן" בעתיד איז שוין א נייע מסכתא, און ווען די קאונטי וועט טאקע ענדיגן בויען זייער נייע פלענט (די שנעלסטע איז 4-5 יאר) איז דא א מעגליכקייט אז זיי זאלן פארקויפן סלאטס, אויב זייער באורד וועט באשטעטיגן אז ס'איז דא איבריג.
-
בלומינגראווער איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 195
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
- x 148
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
איך האב שוין לאנג נישט געשריבן דא ווייל דא שרייבן יודן וואס זענען קאפ אין וואנט פאר א ספעציפישע אגענדע און אלעס וואס וועט געטון ווערן אין ווילידזש אף סב"ג איז אויטאמאטיש שלעכט אפילו מען האט נישט קיין השגה בחייכון וביומיכון אבער איך וויל דאס נוצן פאר אן עקזעמפל.
דיסקלעימער: איך האב נישט קיין אינסייד אינפא מער ווי עניוואן וואס וואוינט באמת אין בלומינג גראוו וואס ברענגט נאך מער ארויס ווי אסאך יודן זיצן דא און זאגן מבינות וואס זענען בכלל נישט קיין היזיגע און רעדן מיט ביטול קעגן יעדן וואס קומט דא רעדן לטובת בלומינג גראוו כאילו זיי זענען מער באקאנט מיט די פאקטן:
די שמועס האט זיך אנגעהויבן אז מען האט (ליידער לשיטתם) מצליח געווען איבערצוקומען די שוועריגקייטן אין פראספעקט גארדענס (וויזשניץ-מהרז"ל פראיעקט) און מען קען ווייטער פארענדיגן די ערשטע פאזע, עטליכע ניקים זענען גלייך אויפגעשפרונגען אז מען פארפירט דעם ציבור, מען זעט גארנישט אונליין מצד די ווילידזש און די קאונטי, אלעס איז א UJC ספין צו מאכן כאילו זאכן פארן וכדו'
אלס דעם אליין החרשתי, הגם יעדער וואס האט מיטגעהאלטן סיי וואספארא נייעס איבער דעם סוער דיסטריקט איבער די לעצטע 10 יאר ווייסט אז די קאונטי אנאנסירט געווענליך נישט קיין אפראוועלס, בפרט ווען עס קומט צו די יודישע געגנטער שהשתיקה יפה להם וואס מאכט מיר טראכטן אז די שרייבער דא וואוינען אפילו נישט אינעם KJ village אויך נישט.
השנית, די ווילידזש אנאנסירט נישט אזעלכע נייעס רייט עוועי אויך נישט ווייל אינעם עבר האט מען שוין געליטן פון שטערונגען תיכף לאחר המעשה מבית ומבחוץ און ווילאנג עס איז נישט כתוב וחתום האט מען עס נאכנישט אנאנסירט
יעצט לעצם הענין פון די סוער:
1. דער תהילים יוד זז"ג האט געשריבן א סטעיטמענט אז די ווילידזש האט נאר 300 סלאטס אוועילעבל, איך וואלט זייער געוואלט וויסן פון וואו איר נעמט דאס, פון די פובליק אינפארמאציע פון אראנדזש קאונטי זעט אויס ווי עס איז נאך דא קרוב צו 800 סלאטס, עס קען זיין אז די דאטא איז נישט אפ טו דעיט אבער בעיסט אויף די usage vs. availability זעט אזוי אויס.
2. ווייסן טאקע די שרייבער דא נישט די בעיסיק אינפארמאציע אז קלאוו וואוד (האט געדאאפט זיין בשותפות מיט פראספעקט אבער איך מיין אז דושינסקי האט ארויסגעבעקט) גייט בויען אן אייגענע סוער פלענט וואס גייט ערמעגליכן נאך טויזנטער דירות איבערן גאנצן ווילידזש אדער רעדט מען דווקא נישט דערפון ווייל עס שטימט נישט מיטן אגענדע?
3. די ווילידזש האט געמאכט א דיעל מיט אראנדזש קאונטי צו פארבארגן אן אומבאקאנטע נומבער פון סוער סלאטס פאר וואדבורי קאממאנס, דאס קומט נישט ווען מען האט נישט גענוג סוער פאר די יעצטיגן געברויך...
4. לו יהא אז זיי האבן ווען נישט קיין סלאטס, זינט ווען איז א "סקעם" צו בויען אן קיין סוער? איך געדענק נישט די יודן דא זאלן האבן בארעדט די קרית יואלע דעוועלאפערס וואס האבן לכתחילה געבויט אן האבן אוועילעבל סוער און עטליכע פראדזשעקטס האבן זיך טאקע פארשלעפט מיט יארן (מיט נאכאנאנדע צוזאגן אז מען "גייט ממש שוין" באקומען) ווייל מען האט געווארט אויף סוער, אינטערעסאנט אז ווען אין דער דערנעבנדע ווילידזש בויעט מען מיט א קלארן חשבון אויף אוועילעבל סוער איז עס "פארנארט דעם ציבור".
עס קען זיין אז עס פעלט מיר געוויסע אינפארמאציע, נאך אלעמען פארלאז איך זיך אויף צושטיקלטע פובליק אינפארמאציע אבער וואס איך זע יא אז דא גייט מען מיטן כלל "קודם רייס אראפ, פרעג קשיות נאכדעם" און מכלומרשט מיינט מען "יודישקייט".

האב איך נאכגעקוקט די פונקטליכע ציפערן לטובתך.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 3:51 pm 1. דער תהילים יוד זז"ג האט געשריבן א סטעיטמענט אז די ווילידזש האט נאר 300 סלאטס אוועילעבל, איך וואלט זייער געוואלט וויסן פון וואו איר נעמט דאס, פון די פובליק אינפארמאציע פון אראנדזש קאונטי זעט אויס ווי עס איז נאך דא קרוב צו 800 סלאטס, עס קען זיין אז די דאטא איז נישט אפ טו דעיט אבער בעיסט אויף די usage vs. availability זעט אזוי אויס.
די לעצטע קאונטי רעפארט איז פון סעפטעמבער 2025. דארט שרייבט די קאונטי אז בלומינגראוו האט א פארבליבענע קעפעסעטי פון 141,672 גאלאן.
וויפיל דירות איז דאס? ווענדט זיך וויפיל די קאונטי וועט רעכענען פער דירה. אין קרית יואל האבן זיי אמאל גערעכנט 400 גאלאן פער דירה, און לעצטע יאר האט די ווילעדזש ב"ה אויסגעפייט אז זיי רעכענען נאר 350 פער דירה.
יעצט לאמיר גיין מיט'ן בעסטן חשבון אז אין בלומינגראוו וועט אויך זיין נאר 350 גאלאן פער דירה, קומט עס אויס 404 סלאטס, וואס דאס רעכנט שוין אריין יעדע בילדינג, דירה, תלמוד תורה און ביזנעס צענטער, וואס שטייט שוין רעדי אבער מ'האט נאכנישט אריינגעמופט ממילא איז עס נאכנישט אינעם קעפעסעטי חשבון. (להבנה: א גרויסע ת"ת בילדינג נעמט אוועק אזא 40-50 דירות).
ארום א יאר צוריק איז געווען א העדליין אין היימשטאט (ספאנסערד ביי סב"ג בראוקערס...) אז ס'איז שוין ביז דאן געווארן ארויסגעגעבן 750 דירות פערמיטס. אויסער די אנדערע גרויסע בנינים.
סוי מאך א חשבון וואס דער פלאן איז, און לאז מיר וויסן. אדרבה, אז ס'איז דא עפעס פלענער פון הימל ארויס, דערצייל אונז.
איך ווייס דאס, און דער שטימע פלעגט דאס חזר'ן איינמאל און נאכאמאל, אבל מה אעשה אז אינעם DEC פערמיט שטייט קלאר אז ס'איז פאר "600 דירות" ולא יותר. ממילא, איה"נ אויף קלאוו-וואוד פרעג איך נישט, אבער דאס אז אנדערע וועלן נהנה זיין פון זיי איז ווייטער נישט קיין מציאות נאר שרייבערישע הבטחות.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 3:51 pm 2. ווייסן טאקע די שרייבער דא נישט די בעיסיק אינפארמאציע אז קלאוו וואוד (האט געדאאפט זיין בשותפות מיט פראספעקט אבער איך מיין אז דושינסקי האט ארויסגעבעקט) גייט בויען אן אייגענע סוער פלענט וואס גייט ערמעגליכן נאך טויזנטער דירות איבערן גאנצן ווילידזש אדער רעדט מען דווקא נישט דערפון ווייל עס שטימט נישט מיטן אגענדע?
איך ווייס נישט וויאזוי מ'פארקויפט פאר די מאסן אז דאס גייט ברענגען "טויזנטער דירות".
און לאמיר שוין נישט רעדן אז אויך דאס איז אין קאורט. די טאון אף בלומינגראוו האט א קלאגע קעגן די DEC וועגן דעם פערמיט, אויב דענק איך גוט.
אזוי איז געשטאנען וואו?...בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 3:51 pm 3. די ווילידזש האט געמאכט א דיעל מיט אראנדזש קאונטי צו פארבארגן אן אומבאקאנטע נומבער פון סוער סלאטס פאר וואדבורי קאממאנס, דאס קומט נישט ווען מען האט נישט גענוג סוער פאר די יעצטיגן געברויך...
די ווילעדזש האט "געוואלט" מאכן אזא דיעל, אבער ארענדזש קאונטי האט נישט געלאזט, און ס'איז טאקע נישט געווארן.
ווער האט געזאגט ס'איז א סקעם?בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 3:51 pm 4. לו יהא אז זיי האבן ווען נישט קיין סלאטס, זינט ווען איז א "סקעם" צו בויען אן קיין סוער? איך געדענק נישט די יודן דא זאלן האבן בארעדט די קרית יואלע דעוועלאפערס וואס האבן לכתחילה געבויט אן האבן אוועילעבל סוער און עטליכע פראדזשעקטס האבן זיך טאקע פארשלעפט מיט יארן (מיט נאכאנאנדע צוזאגן אז מען "גייט ממש שוין" באקומען) ווייל מען האט געווארט אויף סוער, אינטערעסאנט אז ווען אין דער דערנעבנדע ווילידזש בויעט מען מיט א קלארן חשבון אויף אוועילעבל סוער איז עס "פארנארט דעם ציבור".
מ'שמועסט אויס די מציאות.
(די סקעם חלק איז מער דאס איינרעדן די אינוועסטאר'ס אז אלעס איז מסודר, אבער ס'איז נישט מיין ביזנעס ואכמ"ל).
ביטע מיר נישט אטאקירן פאר'ן דיר ברענגען די אינפארמאציע וואס פעלט דיר.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 3:51 pm עס קען זיין אז עס פעלט מיר געוויסע אינפארמאציע, נאך אלעמען פארלאז איך זיך אויף צושטיקלטע פובליק אינפארמאציע אבער וואס איך זע יא אז דא גייט מען מיטן כלל "קודם רייס אראפ, פרעג קשיות נאכדעם" און מכלומרשט מיינט מען "יודישקייט".
-
בלומינגראווער איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 195
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
- x 148
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
איך קען נישט געהעריג קוואוטן וועל איך פרובירן צו ענטפערן על הסדר:דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 4:20 pmהאב איך נאכגעקוקט די פונקטליכע ציפערן לטובתך.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 3:51 pm 1. דער תהילים יוד זז"ג האט געשריבן א סטעיטמענט אז די ווילידזש האט נאר 300 סלאטס אוועילעבל, איך וואלט זייער געוואלט וויסן פון וואו איר נעמט דאס, פון די פובליק אינפארמאציע פון אראנדזש קאונטי זעט אויס ווי עס איז נאך דא קרוב צו 800 סלאטס, עס קען זיין אז די דאטא איז נישט אפ טו דעיט אבער בעיסט אויף די usage vs. availability זעט אזוי אויס.
די לעצטע קאונטי רעפארט איז פון סעפטעמבער 2025. דארט שרייבט די קאונטי אז בלומינגראוו האט א פארבליבענע קעפעסעטי פון 141,672 גאלאן.
וויפיל דירות איז דאס? ווענדט זיך וויפיל די קאונטי וועט רעכענען פער דירה. אין קרית יואל האבן זיי אמאל גערעכנט 400 גאלאן פער דירה, און לעצטע יאר האט די ווילעדזש ב"ה אויסגעפייט אז זיי רעכענען נאר 350 פער דירה.
יעצט לאמיר גיין מיט'ן בעסטן חשבון אז אין בלומינגראוו וועט אויך זיין נאר 350 גאלאן פער דירה, קומט עס אויס 404 סלאטס, וואס דאס רעכנט שוין אריין יעדע בילדינג, דירה, תלמוד תורה און ביזנעס צענטער, וואס שטייט שוין רעדי אבער מ'האט נאכנישט אריינגעמופט ממילא איז עס נאכנישט אינעם קעפעסעטי חשבון. (להבנה: א גרויסע ת"ת בילדינג נעמט אוועק אזא 40-50 דירות).
ארום א יאר צוריק איז געווען א העדליין אין היימשטאט (ספאנסערד ביי סב"ג בראוקערס...) אז ס'איז שוין ביז דאן געווארן ארויסגעגעבן 750 דירות פערמיטס. אויסער די אנדערע גרויסע בנינים.
סוי מאך א חשבון וואס דער פלאן איז, און לאז מיר וויסן. אדרבה, אז ס'איז דא עפעס פלענער פון הימל ארויס, דערצייל אונז.
איך ווייס דאס, און דער שטימע פלעגט דאס חזר'ן איינמאל און נאכאמאל, אבל מה אעשה אז אינעם DEC פערמיט שטייט קלאר אז ס'איז פאר "600 דירות" ולא יותר. ממילא, איה"נ אויף קלאוו-וואוד פרעג איך נישט, אבער דאס אז אנדערע וועלן נהנה זיין פון זיי איז ווייטער נישט קיין מציאות נאר שרייבערישע הבטחות.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 3:51 pm 2. ווייסן טאקע די שרייבער דא נישט די בעיסיק אינפארמאציע אז קלאוו וואוד (האט געדאאפט זיין בשותפות מיט פראספעקט אבער איך מיין אז דושינסקי האט ארויסגעבעקט) גייט בויען אן אייגענע סוער פלענט וואס גייט ערמעגליכן נאך טויזנטער דירות איבערן גאנצן ווילידזש אדער רעדט מען דווקא נישט דערפון ווייל עס שטימט נישט מיטן אגענדע?
איך ווייס נישט וויאזוי מ'פארקויפט פאר די מאסן אז דאס גייט ברענגען "טויזנטער דירות".
און לאמיר שוין נישט רעדן אז אויך דאס איז אין קאורט. די טאון אף בלומינגראוו האט א קלאגע קעגן די DEC וועגן דעם פערמיט, אויב דענק איך גוט.
אזוי איז געשטאנען וואו?...בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 3:51 pm 3. די ווילידזש האט געמאכט א דיעל מיט אראנדזש קאונטי צו פארבארגן אן אומבאקאנטע נומבער פון סוער סלאטס פאר וואדבורי קאממאנס, דאס קומט נישט ווען מען האט נישט גענוג סוער פאר די יעצטיגן געברויך...
די ווילעדזש האט "געוואלט" מאכן אזא דיעל, אבער ארענדזש קאונטי האט נישט געלאזט, און ס'איז טאקע נישט געווארן.
ווער האט געזאגט ס'איז א סקעם?בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 3:51 pm 4. לו יהא אז זיי האבן ווען נישט קיין סלאטס, זינט ווען איז א "סקעם" צו בויען אן קיין סוער? איך געדענק נישט די יודן דא זאלן האבן בארעדט די קרית יואלע דעוועלאפערס וואס האבן לכתחילה געבויט אן האבן אוועילעבל סוער און עטליכע פראדזשעקטס האבן זיך טאקע פארשלעפט מיט יארן (מיט נאכאנאנדע צוזאגן אז מען "גייט ממש שוין" באקומען) ווייל מען האט געווארט אויף סוער, אינטערעסאנט אז ווען אין דער דערנעבנדע ווילידזש בויעט מען מיט א קלארן חשבון אויף אוועילעבל סוער איז עס "פארנארט דעם ציבור".
מ'שמועסט אויס די מציאות.
(די סקעם חלק איז מער דאס איינרעדן די אינוועסטאר'ס אז אלעס איז מסודר, אבער ס'איז נישט מיין ביזנעס ואכמ"ל).
ביטע מיר נישט אטאקירן פאר'ן דיר ברענגען די אינפארמאציע וואס פעלט דיר.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 3:51 pm עס קען זיין אז עס פעלט מיר געוויסע אינפארמאציע, נאך אלעמען פארלאז איך זיך אויף צושטיקלטע פובליק אינפארמאציע אבער וואס איך זע יא אז דא גייט מען מיטן כלל "קודם רייס אראפ, פרעג קשיות נאכדעם" און מכלומרשט מיינט מען "יודישקייט".
דו מאכסט דעם חשבון לויט ק"י 350 גפד, דערווייל מיט די ווילידזש באנוץ פון 2023 פער יוניט איז עס געווען 225 גפד, קאן זיין אז די נומבער איז ווייל עס איז נאך דא גוים וואס וואוינען דא און נוצן ווייניגער אדער דער פאקט אז עס איז דא גאר ווייניג קאמערציעלע בנינים דא ווס. ק"י אבער דאס זענען די נומבערס אין 2023 וואס מיינט 626 דירות (מיין נומבער פון 2023 איז 177,000 גאלאן אוועילעבל, 786 דירות).
לע"ע איז דא לפי ידיעתי 2 קאמערציעלע בנינים וואס זענען נאכנישט גרייט אריינצומופן, איינס די איילענד טיים גראסערי און איינס די עקזעקיוטיוו סירקל אפיס בילדינג, איך זעע נישט פארוואס אזעלכע בנינים זאלן פארנוצן אזויפיל מער סוער ווי א הויז וואו מען וואוינט 24/7 און מען קאכט/באקט/באדט.
נאך א זאך וואס איר לאזט אויס איז אז די 750 דירות פערמיטס זענען בערך 180 בנינים (4 פער בילדינג) וואס א גרויס חלק ריפלעיסן עקזעסטירנדע הייזער, איך ווייס נישט וויפיל דאס נעמט אראפ אבער דאס מיינט א חלק סלאטס וואס זענען שוין אינעם יעצטיגן usage.
לגבי קלאוו וואוד איז עס שוין "אפיציעל" 1,200 דירות (איינע פון די טענות פון די קלעגער קעגן די DEC) זינט בשעת'ן גיבן די אפראוועלס האט מען שוין געהאט געטוישט די זאונינג צו דופלעקסעס (600 סטרוקטורן), זייער פלאן פארן סוער פלענט איז קלאר געווען עפעס וואס קען פארנעמען דעם גאנצן פאטענציעלן דעוועלאפמענט + פראספעקט, א חשבון פון איבער 5,000 דירות.
לגבי די ווילידזש דיעל מיט וואדבורי קאממאנס קען איך נישט ענטפערן, אז דו האסט אינפארמאציע אז דאס איז נישט אדורך, אדרבה, ברענג עס אהער, אבער דער פאקט אז עס איז אפילו געווען אן אפפער מיינט אז זיי האבן גענוג אוועילעבל.
די אינוועסטארס ווייסן ע"פ רוב זייער קלאר וואס עס איז יא דא און וואס נישט, איך האב מיטגעהאלטן עטליכע פראפערטיס וואס אינוועסטארס האבן געכאפט ווייל זיי האבן זיך איינגערעדט אז עס איז שוין דא וואסער און סוער און נאכן זיצן מיט די ווילידזש האט מען זיי געוויזן אז זיי האבן נאכנישט און זיי האבן בלית ברירה עס געפליפט פאר אנדערע וואס קענען יא ווארטן 5-10 יאר, איז געווען סורפרייזעס אויפן וועג? אוודאי, פונקט ווי ק"י מיטן פייפליין האט מען געמיינט אז די וואסער קוועלער וועלן פיל שנעלער באקומען אפראוועלס און למעשה שלעפט זיך עס אבער לע"ע איז דא 22 קוועלער וואס זענען אדער שוין געגראבן און מען ווארט אפראוועל אנציצונדען (האלב פון די קלאוו וואוד קוועלער און נאך עטליכע איבערן ווילידזש) אדער ווארט מען אויף אפראוועלס אנצוהויבן גראבן (פראספעקט, אברהם בער פראפערטי און נאך עטליכע קלענערע) וואס איינמאל זיי זענען אנליין וועט בעז"ה זיין גענוג וואסער מער וויפיל ק"י האט יעצט.
גראדע האב איך דיר נישט געמיינט מיטן אראפרייסן אבער אז מען רעדט שוין, דו אליין האסט מודה געווען אז דו ביזט געשפרונגען צו פרי און דער בילד איז אנדערש ווי דו האסט לכתחילה געשריבן...
-
בלומינגראווער איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 195
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
- x 148
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
אגב, דער עולם דא (נאכדערצו די מענטשן וואס האבן אהערגעמופט די ערשטע 5-6 יאר) האט גאר קנאפ סימפאטיע מיט די אינוועסטארס, אוודאי מען טאר זיך נישט פרייען ווען א יוד האט שאדן אבער מען ווערט בכלל נישט טרויעריג ווען די יודן וואס האבן ארויפגערוקט די פרייזן פון הייזער דא אן קיין חשבון און פארשטייטערט די וואוקס פון אונזער שטאט סטראגלען אביסל מער פאר זייערע מיליאנען ווי זיי האבן געמיינט
-
חאצקיל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 142
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 292
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
קוקט אויס פארבינדן?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 10:53 am Screenshot 2025-12-21 104818.jpg
פרעגט מיר איינער צו דאס איז אמת.
איך האב נאך קיינעם נישט געפרעגט, אבער זוכנדיג אנליין זע איך נישט אז ס'זאל זיין עפעס א שמץ דערין.
ממילא וואונדער איך מיך ווער ס'האט דא א אינטערעסע די לעצטע פאר וואכן צו פארקויפן געבראטענע לאקשן פאר'ן עולם, אין אלע ענגלס. גיי פיגער...
(בעצם איז די קאונטי פארנומען די לעצטע יאר צייט מיט פלענער צו פארברייטערן די פלענט, און ס'פארט אינעם גוטן ריכטונג. ס'איז שוין אריבער די נויטיגע וואוטס א צייט צוריק. די שאלה איז ווען זיי גייען אנהויבן בויען און וויפיל יארן עס גייט נעמען. עסקני קרית יואל זענען זייער שטאראק אינוואלווד אין עס שטיפן פאראויס, במישרין ובעקיפין ואכמ"ל, ווייל אויב הייבן זיי נישט אן בויען בקרוב ממש וועט קרית יואל ח"ו זיין אין א סוער קאטאסטראפע אין 5-10 יאר פון יעצט)
viewtopic.php?p=228697#p228697