בלאט 1 פון 4

וויכטיגע מעלדונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:32 am
דורך אסמכתא בעלמא
וויכטיגע מודעה פאר אלע חברים, איך האף מ'וועט עס נעמען רואיג און פארשטענדליך.

עס איז געווען נעכטן נאכמיטאג א שטילע אסיפה צווישן די רבנים אין מאנסי, וואו מען פרובירט להשכין שלום.

אן אריינגיין אין פרטים וואס איז נישט שייך ארויסצוגעבן, איז די פאקט געווען אז אידטיש איז דארט געווארן א הייסע טעמע. ס'איז נישט אינטערסאנט אריינצוגיין צו דאס איז אויסגעהאלטן אדער ריכטיג אז א פארום זאל ווערן באשולדיגט אין זאכן וואס געשעען, אבער תמצית היוצא איז, אז נאכ'ן מיטינג האבן מיר באקומען א רוף פון 2 רבנים אינאיינעם, מיט זייער א שארפע פארהאלטונג, און זיי האבן אונז געמאלדן אז ס'איז בעצם געווארן אויסגעארבעט א שלום'דיגער מהלך וועגן די פייער דעפארטמענט אין מאנסי, אבער די מענטשן פונעם דעפארטמענט האבן געשטעלט אלס תנאי קודם למעשה אז די (בלשונם) פרומע רשעים די אידטיש וועבסייט מוז מען פארמאכן דאס מויל.

וויאזוי דאס צו אפטייטשן ווייסן מיר נישט גענוי, אונז וועלמיר טון וואס מ'וועט פארלאנגען פון אונז אויב דאס איז דער וועג פאר שלום.

אבער על של עתה, מיר לייגן נישט קיין שלעסער אויף אשכולות, בשיטה, אבער מיר בעטן דא יעצט בכל לשון של בקשה אז די נושא זאל מער נישט דערמאנט ווערן דא אויף אידטיש. לאמיר האפן אז עס וועט טאקע זיין שלום ושלוה במחנינו, דאס איז וואס מיר אלע ווילן, און מיר האפן אז ס'וועט נישט דארפן זיין קיין טייערע פרייז פאר אונזער חבורה דא, האפנטליך.

מיר האבן פארזיכערט פאר די רבנים אז אונזערע שרייבער זענען ערוואקסענע מענטשן מיט וועמען מען קען דיעלן נארמאל, און אלעס וועט זיין בהשקט ובטח. אבער מיר האפן אז מען וועט נישט לאזן איינעם פאדערן זאכן בלויז פאר נקמה ח"ו.

יישר כח פאר יעדנס הילף, אלעמאל און יעצט.

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:37 am
דורך Azoi Tzi Zugen
אהא. מען האט געטראפן דעם שורש פון די געשעענישן אין מאנסי. מען גייט זיך אויסגעבן אויף אידטיש. סתם לצים אדער שלעכטיקייטן, אנטשולדיגט מיר פאר מיין אויסדרוק.

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:39 am
דורך וואלף
לא אלמן מאנסי, ב"ה דא ווער ס'נעמט קער פון די פרצות הדור, נו אפשר איז נישט אזוי שלעכט אז ק"י זאל ווערן מאנסי? (ח"ו)

סטע געהערט אזוינס

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:50 am
דורך וואוילער
דאס מיינט אז מ'טאר נישט ווייטער ציען די שמועס אינעם דעזיגנירטן טעמע?

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:51 am
דורך פלאם
וועט נישט זיין גענוג אויב מ'וועט אויפהערן מעקן @אינגערמאן @daikin און אלע אנדערע?

[אדער אפשר גאר זאל מען געבן פאר איינער פון זיי אן הנהלה פאסטן?]

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:53 am
דורך להגדיל הטראסק
א גאר שטארקע חיזוק דאס. וואו אייוועלט האט נישט דערגרייכט אז ווערטער דארט געשריבן זאל ווערן אן אקטועלע נושא ביי רבנים אז די ווערטער געשריבן דארט מאכט פאקטיש אויס. דאן איז אידטיש זייער פאוערפול!

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:57 am
דורך דער תהלים איד
כ'ווייס נישט וועלכע רבנים האבן אריינגעקאלט, אבער איך האב גערעדט מיט איינעם וואס איז געזיצן ביי די אסיפה, קיינער דארט האט נישט געפלאנט צו נעמען אידטיש ערנסט, ס'איז ס"ה געווען א גוטע וועג פאר ברוערס צו האבן וואס צו שרייען און באשולדיגן איינעם.

אפילו הרב בערגער האט זיך אויסגעלאכט דערפון. ווען דער קאמישאנער האט געזאגט אז אידטיש איז געווען דער ערשטער צו שרייבן אויף אים מסור, און ר' יחזקאל האט אים געענטפערט אז ער ווייסט נישט פון וואס ער רעדט, האט הרב בערגער געזאגט אז ס'פעלט נישט אויס מסביר צו זיין ווייל ס'איז נישט נוגע אויף למעשה.

ס'פונקט גוט צו מאכן פרייליך די קינדערלעך אז "די רבנים" בלא בלא. ס'פיין מסודר.

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:00 am
דורך פרינדזשעס..
אז מען רעדט שוין,
וואס איז די אויסגאנגען אסיפה, צו פארמאכן די מויל ר' יחזקאל? (ח"ו)

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:04 am
דורך ר' משה
תיכף נאך פסח קומט אי"ה א שאטרקע געלט קאמפיין לטובת מצילי אש

הכונו הכונו!!!

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:07 am
דורך מסתמא
כהאב נישט וואס צו זאגן מער ווי דעם פאר יענע חברה
Go get a life
אלעס האט א שיעור!

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:12 am
דורך אסמכתא בעלמא
קלארשטעלונג. אונז האמיר בכלל נישט פארשטאנען פון די רבנים אז זיי האלטן אידטיש אלץ א פראבלעם. ח"ו. כאטש איינער פון זיי האט אונז יא געהאט געזאגט זייער שארף בנוגע שרייבן אויף אידן דעם טיטל מוסרים, און אונז האמיר קלארגעשטעלט אז מיט א נאמען איז דאס זיכער נישט געשטאנען קיינמאל. ער איז געווען זייער צופרידן צו הערן (נישט אינטערסאנט אריינצוגיין אין אן אריכות, אבער נאכן הערן מער קלאר וואס אונזער מהלך איז, זענען די 2 רבנים געווען זייער בעד אידטיש, אסאך ענדערש ווי אנדערע סייטס, ואכמ"ל). עכ"פ, מען דארף נישט צוזאמשטעלן אונזערע ווערטער דא מיט די פיינטליכע מעסעדזשעס אדער וואטסעפפס.

דער מעסעדזש צו אונז איז בעיקר געווען אז די רבנים האבן געזען אז כדי להשכין שלום מוז מען אקעגנקומען דורך פארהאנדלען מיט אידטיש. און מיר וועלן רעדן מיט זיי ווייטער וואס זיי ווילן פון אונז, עס מיינט בכלל נישט פארמאכן די פארום ח"ו. ווארשיינליך. עכ"פ מיר וועלן אודאי ארבעטן די מערסטע שייך אז ס'זאל זיך ענדיגן די בעסטע פאר אונז אלע. ס"ה בעטן מיר אויף יעצט מ'זאל מער נישט דעבאטירן די נושא פון מצילי אש און ברוערס, ביז אונז וועלן מעלדן מער דיטעילס אויף ווייטער.

יישר כח נאכאמאל.

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:29 am
דורך יאנטשי
האו אבאוט מצילי אש שטעלט א תנאי אז וואטסעפפ מוז זיך פארמאכן דאס מויל קען זיי? כמיין...

ניטאמאל גוט פאר א וויץ.

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:30 am
דורך עצי בשמים
מיינע אויגן שווינדלען.. די הנהלה פאלט פאר אזא סקעם? די איינציגסטע און וויכטיגסטע תנאי איז צו פארשטאפן מיילער???
#מעקסימאם_פרעשור!

באשעפער..

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:34 am
דורך פלאם
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:29 am האו אבאוט מצילי אש שטעלט א תנאי אז וואטסעפפ מוז זיך פארמאכן דאס מויל קען זיי? כמיין...

ניטאמאל גוט פאר א וויץ.
ווי ווייסטו אז דאס איז נישט וואס מצילי אש פארלאנגט? און אפשר טאקע איז אידטיש די קאנטער טענה פון די פ"ד?

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:36 am
דורך עצי בשמים
ווי @ר' משה שרייבט אין די דערנעבנדיגע אשכול.. א בקשה און תנאי פון לב טהור.. קיינער טאר נישט שרייבן קיין שלעכטס אויף זיי!
כולנו למערכה!!!

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:27 pm
דורך טיפע חשבונות
אםםם... נאך איינער האט געהערט פון א אסיפה נעכטן אין מאנסי איבער די פייער דעפ אויסער @מאנסי סקופ מיט זיינע 7 תגובות וואס אלע זענען איבער די נעכטיגע מעשה מיט אויסגעמעקטע סקרינ-שאטס?

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:38 pm
דורך שבת קודש
.

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:52 pm
דורך פלעשלייט
ווער האט געפרעגט די מאנסי פייער דעפארטמענט??

קאווע שטיבל איז אקעי אז עס איז אפען, נאר אידטיש דארף זיין פארמאכט???

איז משומר איינגעשטעלט אין די מאנסי פייער דעפארטמענט???


אבער ערענסט גערעדט, אסמכתא קומסט אריין קלאר.....

א וואו זענען פארשוואונדן געווארן די צוויי טעמעס אין וואס איך האב נעכטן געשריבן אין??? הא??

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:58 pm
דורך פלאם
הוצל דבנימין האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:47 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 11:12 am קלארשטעלונג. אונז האמיר בכלל נישט פארשטאנען פון די רבנים אז זיי האלטן אידטיש אלץ א פראבלעם. ח"ו. כאטש איינער פון זיי האט אונז יא געהאט געזאגט זייער שארף בנוגע שרייבן אויף אידן דעם טיטל מוסרים, און אונז האמיר קלארגעשטעלט אז מיט א נאמען איז דאס זיכער נישט געשטאנען קיינמאל. ער איז געווען זייער צופרידן צו הערן (נישט אינטערסאנט אריינצוגיין אין אן אריכות, אבער נאכן הערן מער קלאר וואס אונזער מהלך איז, זענען די 2 רבנים געווען זייער בעד אידטיש, אסאך ענדערש ווי אנדערע סייטס, ואכמ"ל). עכ"פ, מען דארף נישט צוזאמשטעלן אונזערע ווערטער דא מיט די פיינטליכע מעסעדזשעס אדער וואטסעפפס.

דער מעסעדזש צו אונז איז בעיקר געווען אז די רבנים האבן געזען אז כדי להשכין שלום מוז מען אקעגנקומען דורך פארהאנדלען מיט אידטיש. און מיר וועלן רעדן מיט זיי ווייטער וואס זיי ווילן פון אונז, עס מיינט בכלל נישט פארמאכן די פארום ח"ו. ווארשיינליך. עכ"פ מיר וועלן אודאי ארבעטן די מערסטע שייך אז ס'זאל זיך ענדיגן די בעסטע פאר אונז אלע. ס"ה בעטן מיר אויף יעצט מ'זאל מער נישט דעבאטירן די נושא פון מצילי אש און ברוערס, ביז אונז וועלן מעלדן מער דיטעילס אויף ווייטער.

יישר כח נאכאמאל.
קיינמאל נישט געשטאנען מיט א נאמען? אפשר נישט אין יענע אשכול א שאד אז זיי פארמאכן עס נישט אינגאנצן
ווער זאל פארמאכן וואס?

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 1:03 pm
דורך פלעשלייט
איינער וואס וואס עס מיינט א מעדלונג?

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 1:17 pm
דורך פלאם
פלעשלייט האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 1:03 pm איינער וואס וואס עס מיינט א מעדלונג?
"Medeling" could refer to several things, including a surname, a song, or a term related to interfering or meddling. To provide a more accurate answer, could you please clarify what you're interested in? For example, are you looking for information about the surname "Medeling," the song "Medeling" by Soló the Wonderboy, or the meaning of the word "medeling"?

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 1:21 pm
דורך א מאנסי איד
כוואלט זייער געוואלט וויסן ווער די צוויי רבנים זענען כבין נייגעריג צי סאיז די זעלבע רבנים וואס ברוער האט שוין פאר די לעצטע צוויי יאר און קיינער ווייסט נישט ווער זיי זענען

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 1:37 pm
דורך עצי בשמים
איך פארלאנג בכל תוקף אז דייקן וכל גילגלותאה דיליה זאל אריינקומען פעקט טשעקן די נושא דא. ער זאל אויפפאדרן צו זען א "קאאל קוירע". בעפאר מיר האבן נישט קיין חתימות גיימער אין ערגעץ.

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 1:47 pm
דורך נקודות טובות
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:57 am כ'ווייס נישט וועלכע רבנים האבן אריינגעקאלט, אבער איך האב גערעדט מיט איינעם וואס איז געזיצן ביי די אסיפה, קיינער דארט האט נישט געפלאנט צו נעמען אידטיש ערנסט, ס'איז ס"ה געווען א גוטע וועג פאר ברוערס צו האבן וואס צו שרייען און באשולדיגן איינעם.

אפילו הרב בערגער האט זיך אויסגעלאכט דערפון. ווען דער קאמישאנער האט געזאגט אז אידטיש איז געווען דער ערשטער צו שרייבן אויף אים מסור, און ר' יחזקאל האט אים געענטפערט אז ער ווייסט נישט פון וואס ער רעדט, האט הרב בערגער געזאגט אז ס'פעלט נישט אויס מסביר צו זיין ווייל ס'איז נישט נוגע אויף למעשה.

ס'פונקט גוט צו מאכן פרייליך די קינדערלעך אז "די רבנים" בלא בלא. ס'פיין מסודר.
@דער תהלים איד, איך שעם מיך פאר דיר. אזוי קראנט זענען דיינע אנדערע קראנטע ערשטהאנטיגע אינפארמאציע?

Re: וויכטיגע מעדלונג וועגן מאנסי פייער דעפט./מצילי אש

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 1:47 pm
דורך פיס טריט
פלעשלייט האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:52 pm ווער האט געפרעגט די מאנסי פייער דעפארטמענט??

קאווע שטיבל איז אקעי אז עס איז אפען, נאר אידטיש דארף זיין פארמאכט???

איז משומר איינגעשטעלט אין די מאנסי פייער דעפארטמענט???


אבער ערענסט גערעדט, אסמכתא קומסט אריין קלאר.....

א וואו זענען פארשוואונדן געווארן די צוויי טעמעס אין וואס איך האב נעכטן געשריבן אין??? הא??
קאווע שטיבל איז שוין פארמאכט