ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2199
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6800
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
ווען צו פארטיגן די דרשה?
עס איז נישט שייך צו זאגן קיין כללים, ווייל יעדע סיטואציע איז אנדערש.
אבער דאך עטליכע טיפס
טייל בדחנים מאכן צומאל דעם טעות אז איינמאל דער עולם לאכט גוט דארף מען רעדן און רעדן ווייל זעהסט דאך אז עס גייט גוט... אבער למעשה רעדן זיי צו לאנג, אפטמאל מאכט זיך אז ער קריכט, און די לעצטע עטליכע מינוט קראכט עס נישט ווי ער האט געוואלט, און דער ציבור גייט אוועק מיט א געפיל "ער רעדט ווי א באבע, ער קריכט אויף די נערוון..."
דעריבער אויב האסטו שוין גערעדט א 10/15 מינוט און עס קראכט ב"ה, דאן געב אן ענדיג צו מיט ברכות לרוב
דער עולם גייט בעטן מער, אבער דער געשמאק פון לאזן דעם עולם הונגעריג, און זיי גייען ארויס מיט א גוטע געפיל אז דא האט געקראכט א מחיה, איז אסאך בעסער פון ענדיגן קארני
אוודאי איז דא דער מחותן אדער שוואגער וואס קרומט "פארדעם צאל איך 500 דאלער? פאר 15 מינוט???"
אבער ביי זיך דארף מען וויסן אז פאר יענעמ'ס טובה אז ער זאל בלייבן מיט געשמאקע זכרונות פון דעם שבע ברכות - און פאר דיין אייגענע ביזנעס, לוינט זיך אזוי ענדערש.
כמובן איז דאס נישט שייך ווען מען רופט דעם בדחן צו די סעודה אז ער זאל מאכן נויז אגאנצע סעודה, אבער דעמאלס דארף מען אויך זעהן, אויב זאכן פארן גוט, דאן שפיל מיט, אויב קומט עס ארויס קארני זיי ממעט אביסל.
איך טרעט כמעט נישט אויף - אבער פאריאר האב איך געהאט אן אויפטריט ביי א געוויסע צוזאמקום, כ'האב מיר צוגעגרייט א לאנגע צעטל מיט מסתמא 20 ווערטלעך, עס זענען פאר מיר געווען עטליכע רעדנערס וואס האבן מאריך געווען, אבער מיין דרשה האב איך מיך געמאכט א זייגער ווען צו ענדיגן, און איינמאל עס האט זיך גענדיגט האב איך מסיים געווען און געלאזט בערך האלב דרשה אומגעזאגט, (כ'האב געזאגט פארן ציבור אז דער דרשה גייט נישט נעמען לענגער פון כך וכך, - און ביי מסיים זיין האב איך געזאגט אז טראץ וואס עס איז נאך דא האלבע דרשה, אבער איך מוז מיך האלטן צו מיין זייגער)
דער ציבור איז געבליבן הונגעריג, און ארויס מיט א גוטע געשמאקע געפיל בס"ד.
עס איז נישט קיין מצוה צו אפזאגן דאס גאנצע וואס מען האט זיך צוגעגרייט, עס איז נישט קיין מגילת אסתר
אט דעם כלל גילט אויך ביים קופקע ביים לחיים אין בית המדרש, ביים זיך טרעפן אין סטאר, און ביי א וואכנאכט, אויב ביסטו דער גוטזאגער, אדער סתם אזוי זאפטיגער שמועסער און רעדל פירער, אויב זעהסטו אז דער עולם שמייכלט גאר גוט, יעצט איז צייט צו פארענדיגן דעם שמועס! אינמיטן דעם הויעכפונקט!

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2199
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6800
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
אן אינטערעסאנטע טיפ.
ווען מען רעדט בדחנות, א דרשה און דו ווילסט זאגן א דבר צחות, סתם אין א שמועס אין בית המדרש און די ווילסט זאגן א ווערטל, איז כדאי צו מאכן תנועות/פאקסן (איבערגעטריבענע שארפע מינע, א בליץ מיט די אויג, צוקנייטשטע שטערן, ברייט צועפנטע אויגן, וכו' הכל לפי מה שהוא אדם) אדער רעדן אויף א וועג אז יענער זאל פארשטיין אז דו זאגסט יעצט א ווערטל.
אויב וועסטו עס זאגן גראד וועט יענער נישט כאפן אז דו זאגסט יעצט א ווערטל, ער וועט מיינען אז דו זאגסט א עכטע זאך, און צומאל וועט ער זיך וואונדערן אויף דיר אז דו רעדסט צומישט און נישט צו די זאך, אדער וועט ער טראכטן אז עפעס איז ראנג מיט אים אז ער פארשטייט נישט דיינע ווערטער...
דעריבער מאך זיכער אז דער ציבור ווייסט אז יעצט רעדט מען צחות, א געווענליכער ערנסטער בעל דרשן וועט אנהייבן אזוי "כ'האב אזוי געקלערט בדרך צחות אז..." אדער "מען דערציילט א ווערטל אז עס איז אמאל געווען א ...." ר' אברהם מרדכי מלאך זאגט געווענליך ביי זיינע דרשות מיט זיין תנועה "ווייסטעך עס איז געווען אמאל א...."
כ'האב נישט געזאגט אז דו זאלסט אזוי טון, אבער טרעף דיין אייגנארטיגע וועג צו מסביר זיין בשעת'ן רעדן אז דו רעדטסט יעצט ווערטל'דיג - כמובן דארף מען אויך אכטונג געבן נישט צו זיין קארני, אבער פארשטייסט די נקודה...

עס איז בעצם א מילתא דפשיטא, אבער עס איז דאך אינטערעסאנט אז בדחנים און אזוי אויך משפחה מיטגלידער אויף א שמחה מאכט זיך אז עס ווערט פארזעהן.
נעמליך, היות דער בדחן איז דא חוזק צו מאכן, צולייגן א זאך, און צומאל קען זיין א געשמאקע נושא, נאר איין פראבלעם, צומאל איז דא איינער אין די משפחה וואס איז געשלאגן אין די נושא, און יעצט ווען דער בדחן צולייגט עס, שטעכט ער דערמיט אומוויסנד איינער פון די משתתפים, דאס קען זיין דער מחותן, דאס קען זיין א געהרטע זיידע, אדער דער חתן כלה זעלבסט!
דעריבער איז אלס כדאי אז דער בדחן מצדו זאל פרעגן פארדעם וואסערע בובו'ס עס איז דא אז ער זאל וויסן פון וואס נישט צו רעדן, און דאס זעלבע זאלן די משתתפים זיך פארשטענדיגן מיטן בדחן וואספארא נושאים עס קען דא ווייטוהן.
צב"ש אויב איז איינער גע'גט, אדער דער חתן האט א שוואכקייט מיט הערן, דער מחותן האט נארוואס פארלוירן זיין דזשאב, א זיידע וואס מען האט אפגעזאגט פון דאס גבאית אין בית המדרש, יעדע בובו איז כדאי אויסצושמועסן כדי צו פארמיידן אומאיינגענעמליכקייטן.
געשריבן אונטערן רושם וואס איינער האט מיר פארציילט איבער א געוויסער בדחן וואס שטייט ווייט כמטחוי קשת פון וויי טוהן א איד, אסאך ווערטלעך גייען ביי אים אין מיסט ווייל עס קען מצער זיין א איד, און פונקט ביי אים האט זיך געמאכט אז ער איז געווען אויף א שבע ברכות און צולייגט סעקאנד מערידזש און די סוגיא פון מס' גיטין, ער האט געפעיסט דעם זיידן ביים דאס צולייגן, ווי שאקירט און אויסמענטש איז ער געווארן ווען ער איז געוואר געווארן אז דער זיידע איז א גרוש...

אן אינטערעסאנטע איידיע האב איך געהערט פון ר' חיים מענדל ז"ל און לעצטנס איז נתפרסם געווארן אזא רעקארדינג פון הרב אברהם מערץ הי"ו
נעמען גראמען וואס שטימט דירעקט נישט
דער עולם וועט זיך וואלגערן
שטיי מיר דא ראש חודש ניסן
יעדער טוט פון די חלוקה הנאה האבן (געניסן)
עס קומען פאר חלוקות און אלע זייטן
יעדער טוט זייערע אפליקאציעס פובליצירן (פארשפרייטן)
די מצה בעקערייען זענען זייער פארנומען
יעדעמ'ס ארדער זאל מעטשן (שטימען)
די האוזווער סטאר נעמט אויף א פארברייטערטע סטעף
אז די קאסטומער'ס זאלן זייער אייטעם שנעל געבן א געפון (טרעף)
די שיך סטאר איז איבערגעשטאפט
עס איז נישטא פלאץ קיין פיצי (טראפ)
די רעסטאראנט האט געלט געספענדט
אינדרויסן אויפגעשטעלט א גרויסע שאטער (טענט)
פארשטייסט די איידיע
(עד כאן געקאפיט פון דארט
מכאן ואילך פריש פון אידטיש...)
נעמען גראמען וואס שטימט דירעקט נישט
דער עולם וועט זיך וואלגערן
שטיי מיר דא ראש חודש ניסן
יעדער טוט פון די חלוקה הנאה האבן (געניסן)
עס קומען פאר חלוקות און אלע זייטן
יעדער טוט זייערע אפליקאציעס פובליצירן (פארשפרייטן)
די מצה בעקערייען זענען זייער פארנומען
יעדעמ'ס ארדער זאל מעטשן (שטימען)
די האוזווער סטאר נעמט אויף א פארברייטערטע סטעף
אז די קאסטומער'ס זאלן זייער אייטעם שנעל געבן א געפון (טרעף)
די שיך סטאר איז איבערגעשטאפט
עס איז נישטא פלאץ קיין פיצי (טראפ)
די רעסטאראנט האט געלט געספענדט
אינדרויסן אויפגעשטעלט א גרויסע שאטער (טענט)
פארשטייסט די איידיע
(עד כאן געקאפיט פון דארט
מכאן ואילך פריש פון אידטיש...)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
מ'דארף עס אבער מאכן גוט, ווי למשל זיך אפשטעלן א האלבע סקונדע פארן ענדיגן די לעצטע ווארט פון די צווייטע שורה, אז יעדער זאל אליינס טראכטן די וואס קומט נעקסט, און למעשה נוצט מען די אנדערע ווארט...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
@להגדיל הטראסק יאויש איז דאס גוט, און נאכמער וויכטיג, א גרויסן יישר כח פארן ברענגן.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4730
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14075
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
@להגדיל הטראסק דאס איז וואס דו גיבסט פאר אידטיש?!, נו... פארשעם אונז נישט...להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 6:22 pm
(עד כאן געקאפיט פון דארט
מכאן ואילך פריש פון אידטיש...)
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2199
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6800
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
אדרבא!
האסט נאך טיפס און זאכן וואס מען דארף אויסשמועסן?
קום אריין!
עס ליגט אסאך חומר ביז אהער!
איך בין נישט קיין מחבר פון ווערטלעך, איך בין נישט קיין בעל דרשן, איך פארשטיי נישט קיין פסיכאלאגיע פון ווערטלעך
אבער אויב דו יא דאן קום אריין!
האסט נאך טיפס און זאכן וואס מען דארף אויסשמועסן?
קום אריין!
עס ליגט אסאך חומר ביז אהער!
איך בין נישט קיין מחבר פון ווערטלעך, איך בין נישט קיין בעל דרשן, איך פארשטיי נישט קיין פסיכאלאגיע פון ווערטלעך
אבער אויב דו יא דאן קום אריין!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2199
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6800
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
קארני דזשאוקס און אלט-באקאנטע ווערטלעך קומט אויך צומאל צוניץ!
צומאל פירט צו די השגחה עליונה אז פונקט דאס וואס דו באטראכסט אלס קארני און אלט באקאנט, פונקט דאס וועט יעצט זיין 'די' אויפרייס.
צומאל מיטן צולייגן איין חידוש אדער אנהייבן א באקאנטע ווערטל און די לעצטע רגע ביי די פאנטשליין געבן א פלוצלינגדיגע דריי אוועק, דאס קען גאר גוט געלונגען.
אדער זאגן איין קארני און באקאנטע ווערטל, נאך א מילביגע וויץ, נאך א סטופיד דזשאוק, און דער עולם גייט אריין אין א מוד פון "אקעי, וועט מען ווארטן ביז ער וועט ענדיגן... מען וועט אים געבן א ברייטע קאמפלימענט אז ער זאל זיך גוט פילן און געגאנגען ווייטער..." און דאן קומט מען אריין פלוצלינג מיט א קנאקעדיגס... דאס קען אויפרייסן...!
אבער דאס לעצטע טו נישט אפט, לכתחילה זעה אז רוב צייט זאל קנאקן חידושים!
דער געדאנק פון א ווערטל איז די עלעמענט פון סופרייז, דו פירסט אים אין א געוויסע דירעקציע,ער רעכנט שוין אויס בערך וואס עס קומט, און פלוצלינג אומערווארטעט שמייסטו אריין פון א פארקערטע ריכטונג פון וואו ער חלומ'ט נישט.

געהערט בשם איינעם אויף א שבע ברכות
לדוגמא "די גמרא פרעגט מאי חנוכה ענטפערט די גמרא דתנו רבנן בכה בכסליו וכו' ויש לפרש עם מעשה שאירע אצל הייטב לב בחוזר על הפסחים, ולסיים "לענינינו... אוטש, דאס איז א פראבלעם..."

.

וואס איז דער געדאנק פון א דזשאוק? וואס מאכט א מענטש לאכן?
נישט אז איך בין דער עקספערט, אבער לאמיר יעצט שפענדן ראשי פרקים פון טעאריעס וואס כ'האב געהערט פון אנדערע בקיצור נמרץ.
מען שפירט זיך היימיש! - יארמער רב
יעדע מענטש האט אין זיך א בעיבי און מאס נארישקייט אין זיך, סתם אזוי שטעלט ער זיך אהער אלס נארמאלער מענטש אבער ווען א קלוגער מענטש ווייזט ארויס נארישקייט שפירט מען זיך היימיש!!! די היימישקייט ברענגט א שמחה!!!
שרייבנדיג טראכט איך אז עס קומט מעגליך פון די זעלבע שורש פון די געוואלדיגע שמחה און שמייכל וואס באווייזט זיך ווען צוויי נאנטע חברים טרעפן זיך, מען שפירט זיך היימיש! ווען מען פארשטייט זיך אויפן ווינק איז דאס מעורר שמחה און א היימליכע געשמאקע געפיל!!!
דאס זעלבע ווען איינער האלט מיט א דורכפאל, צב"ש איינער גליטשט זיך אויס, די סענדוויטש האט זיך ארויסגעגליטשט און זיין גאנצע בארד ווערט פארשמירט מיט אוואקאדאו און מייאנעז, ער האט געשריגן יעלה ויבא ביי מעריב מוצאי ראש חודש... יעדער האט זיך זיינע דורכפעלער און מען שעמט זיך דערמיט און ווען א צווייטער האט דעם דורכפאל קאנעקט מען דערצו און מען שפירט זיך היימיש! דאס איז מעורר שמחה!
צומאל איז טאקע פארקערט, ווען עס איז עכט אומבאטעמט קען מען צומאל אליינס שפירן זייער אומבאקוועם ווייל מען שפירט זיך אזוי היימיש און עס קומט ארויף די טעם פון ווען איך בין אין אזא סיטואציע.
סופרייז - איבערראשונג
כפשוטו, דו דארפסט יענעם פירן אין א דירעקציע, יענער זאל אויסרעכענען וואו דו פלאנסט אנצוקומען, וואס מער דו קענסט יענעם פארזיכערן אז ער ווייסט דעם אויספיר, אלס מער וועט זיין דעם קראך ווען דו געבסט זיך פלוצים א דריי אוועק... וואס מער האסטיגער דו דרייעסט אוועק אלס שטארקער דעם קראך...
א שיינע קונצליכע גראמען מאכט אויך דעם ציבור שמייכלען פון די סופרייזעס ווי אזוי עס קומען אפיר גראמען פון וואס מען האט נישט געחלומט...
נעגאטיוו
לויט הרב פיני גליק אויפן פאדקעסט מוז יעדע דזשאוק האבן נעגאטיוו, א דורכפאל, נאריש, טשעלענדזשינג, סתם רעדן פאזיטיוו איז געשמאק און פיין, אבער דאך נישט אויסצושיסן.
ווען דו וועסט רעדן עפעס אקטועל, עפעס וואס קאכט זיך, א ווערטל פון ענינים העומדים על הפרק וועט עס קנאקן א מחי'! כמעט אלעס וועט זיין אין פלאץ אויך קארני דזשאוקס, ביי א ציבור וואו דער זאך איז א רעגולער נושא דאן וועט עס קומען מכח היימישקייט, יעדער האט שוין דא ארויס די נושא און דו רעדטסט אויך פון דעם!
ווען דו וועסט רעדן צו א ציבור וואו עס איז נישט געהעריג ערלויבט און עטיש צו רעדן דערפון וועט די שמחה זיין מכח צוויי זאכן היימישקייט - יעדער יחיד וואס האט שטילערהייט זיך געקאכט דערין, און סופרייז, 'WOW!!! ער וואגט זיך ארויפצוברענגען די נושא? ער רעדט פון לב טהור אויפן רבינ'ס טיש? ער רעדט פון מזונות ברויט וואס דער דיין האט שוין גענומען א שטעלונג און דער בדחן ברענגט עס ארויף עס איז סופרייזינג...
וועגן דעם איז שלום בית אלס גוט צו רעדן, עס איז דברים שבין איש לאשתו פריוואט - ממילא איז עס סופרייזינג, אז מען ברענגט עס ארויף, יעדער האט שווערערע מצבים אין שטוב, ממילא שפירט מען זיך היימיש... און די נעגאטיוו באשטאנדטייל איז אויך דא, קומט עס געווענליך אלעמאל אריין קלאר... ובפרט דער חתן וואס שפירט זיך גאר גוט ווייל יעצט האט ער שוין אויך חתונה געהאט און ער איז שוין א מאן דאמר און איז וועלקאם מיט אייגענע ערפארונג אין דעם שמועס באקומט ער א געוואלדיגע געפיל פון היימישקייט...
דאס זעלבע קען זיין איז די שמחה פון א שיינע טייטש, א געשמאקע פשעטל, אנהייב האט מען זיך געשפירט פרעמד צו די סוגיא, יעצט שטעלט זיך אלעס צאם אזוי הערליך! מען קאנעקט דערצו און מען איז היימיש מיטן פסוק אדער פשעטל.
הארכתי קצת אבער אדרבה! לייג צו כיד ה' הטובה עליך!!!