וואס ביסטו ביים רבי'נס חתונה?

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 228

וואס ביסטו ביים רבי'נס חתונה?

פאוסט דורך יקל פעדער »

די רבי מאכט חתונה!
לכבוד ר"ח אדר, לאמער כאפן א שטיקל בליק אין זאל ווען א רבי מאכט חתונה (כ'רעד ביי די נעטראלע קהילות). עס איז דא כמה ערליי מענטשן ביי די חתונה, איז לאמער עס צינעמען אויף קליין געלט, יעדער אין זאל פארוואס ער איז דא.

חתן, כלה, מחותנים, זיידעס, די אלע זענען דאך פארשטייט זיך די שמחה אליין.
די רבי'ס אייניקלעך, זיי קראצן אויס די ביסל כבוד וואס מ'קען נאר באקומען.
די זקינים, זיי האבן האבן פשוט נישט וואס צי טוהן מיטן טאג, קומען זיי זיך ציזאם צי האבן נאך א פלאץ ווי זיך צי רעגן אביסל, און פארשטייט זיך אביסל מנוחה פון די יודענע, (פארגעס נישט אז ער האט נאך אן זיין שטריימעל פון נעכטן ווען זיין אלטע שכן האט חתונה געמאכט א שטיוו קינד, און מארגן מאכט זיין פארטאגס חברותא א ברית פאר אן איראייניקל, סאו ס'איז ממש א שאד ארויסצינעמען די קאטשמע)
די בעלי בתים, איז ציטיילט, ס'דא וואס קומען אלס נגיד און מעמבער פון די קהילה, זיי דארפן פשוט ווייזן אז זיי זענען דא. נאכדעם זענען דא וואס קומען פאר זייערע קינדער, צו ווייזען וואס דאס מיינט א רבי'שע חתונה. און נאכדעם זענען דא וואס האבן פונקט אנגעהאט די שטריימעל צוליב אן אנדערע שמחה און זיי האבן דורך געוואקט.
די יונגעלייט, זיי קומען פאר א ברעיק פון די שוויגערס בייליג, (ווייל ביי די חתונה איז דא סטעיק ?) אדער פשוט נאך א געלעגנהייט צו אנטוהן די שטריימעל, (זיי זענען נאך עקסייטעד דערמיט).
פרויען, זיי זענען פשוט געקומען זיכער מאכן אז יעדער ווייסט אז ס'איז דא הצלה אין זאל.
בחורים, זיי זענען געווענדליך דא אנציפילן די פארענטשעס און פאר קלאטשערס.
עסקנים, דאס איז א נושא פאר זיך, פון יעדע יארגאנג איז דא עסקנים, אנגעהויבן פון די זיידע וואס זאגט וואס צו טוהן ביז די בחור וואס פאלגט אים. איינער איז א סארווער, א צווייטער גרייט אן אין קאך, איינער בעזעמט, פארשטייט זיך ס'איז אלס דא איינער וואס ווייזט ווי די סינקס איז, ווייל די עולם איז וועלט פרעמד דא. (טיפ, ס'איז געווענדליך די אנדערע זייט פון וואו ער ווייזט).
סדרנים, זיי זענען נישט קיין עסקנים, נאר סתם כלל טוערס, מאכן זיכער אז דער בחור לאט די סארווער אריבערוואקן, און קאנטראלירן די רינג ביים טאנצן.
שוואנצאנעם, זיי זענען דא זיכערצומאכן אז די רבי טאנצט די גאנצע שם שק"י.
בילדער מאכער , זענען דא לצורך פרנסה.
אחרון אחרון חביב, די קינדער, זיי זענען דא, בלויז צו שיסן סעלצער באטלעך.


(געשריבן א יאר צוריק לכבוד חודש אדר. אויב שפירט איר זיך געטראפן, האב איך נישט גערעדט פון אייער קהילה.)
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
פארגעהאלטן
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 11:16 pm
Location: brooklyn
x 50

Re: וואס ביסטו ביים רבי'נס חתונה?

פאוסט דורך פארגעהאלטן »

ס'דא די אידן פון די ברידער'ס קהילה וואס קומען און שאצן פינקטלעך אפ מיט א געניטן אויג וויפיל מענטשען ס'דא, וויפיל שטריימלעך, און וויפיל פרעמדע. און טרעפן די פארענטשע וואס איז עכט געווען האלב ליידיג ווען מ'ווייסט וויאוזוי צו קוקן פון רעכט אויף לינקס וכדומה כדי מען זאל נישט קענען אויסצוען די בילדער און פארקויפן שקרים פאר די גאס אז ס'איז געווען אסאך מער מענטשען.
ער מיז קענען קומען מארגען אין קאווע שטיבל און זאגן: איך בין געווען דארט אנפאנג סעודה האלוי ס'איז געווען פעסט שיטער אפגערעדט די גאנצע זאל איז געווען שמאל ווי די גלות .....
דעס איז מיין פאדקעסט
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 228

Re: וואס ביסטו ביים רבי'נס חתונה?

פאוסט דורך יקל פעדער »

פארגעהאלטן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 9:20 pm ס'דא די אידן פון די ברידער'ס קהילה וואס קומען און שאצן פינקטלעך אפ מיט א געניטן אויג וויפיל מענטשען ס'דא, וויפיל שטריימלעך, און וויפיל פרעמדע. און טרעפן די פארענטשע וואס איז עכט געווען האלב ליידיג ווען מ'ווייסט וויאוזוי צו קוקן פון רעכט אויף לינקס וכדומה כדי מען זאל נישט קענען אויסצוען די בילדער און פארקויפן שקרים פאר די גאס אז ס'איז געווען אסאך מער מענטשען.
ער מיז קענען קומען מארגען אין קאווע שטיבל און זאגן: איך בין געווען דארט אנפאנג סעודה האלוי ס'איז געווען פעסט שיטער אפגערעדט די גאנצע זאל איז געווען שמאל ווי די גלות .....
נאך א מזל טאקע מיין רב האט נישט קיין ברודער...
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4730
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14075

Re: וואס ביסטו ביים רבי'נס חתונה?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

יקל פעדער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 12:24 am
פארגעהאלטן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 9:20 pm ס'דא די אידן פון די ברידער'ס קהילה וואס קומען און שאצן פינקטלעך אפ מיט א געניטן אויג וויפיל מענטשען ס'דא, וויפיל שטריימלעך, און וויפיל פרעמדע. און טרעפן די פארענטשע וואס איז עכט געווען האלב ליידיג ווען מ'ווייסט וויאוזוי צו קוקן פון רעכט אויף לינקס וכדומה כדי מען זאל נישט קענען אויסצוען די בילדער און פארקויפן שקרים פאר די גאס אז ס'איז געווען אסאך מער מענטשען.
ער מיז קענען קומען מארגען אין קאווע שטיבל און זאגן: איך בין געווען דארט אנפאנג סעודה האלוי ס'איז געווען פעסט שיטער אפגערעדט די גאנצע זאל איז געווען שמאל ווי די גלות .....
נאך א מזל טאקע מיין רב האט נישט קיין ברודער...
כאגעוויסט אז זיי זענען נישט שוה בשוה, אבער עד כדי כך?!

נאר א ווערטל... סידעך אדר, חחח...
אוועיטער
יקל פעדער
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 am
Location: צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט
x 228

Re: וואס ביסטו ביים רבי'נס חתונה?

פאוסט דורך יקל פעדער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 12:41 am
יקל פעדער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 12:24 am
פארגעהאלטן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 9:20 pm ס'דא די אידן פון די ברידער'ס קהילה וואס קומען און שאצן פינקטלעך אפ מיט א געניטן אויג וויפיל מענטשען ס'דא, וויפיל שטריימלעך, און וויפיל פרעמדע. און טרעפן די פארענטשע וואס איז עכט געווען האלב ליידיג ווען מ'ווייסט וויאוזוי צו קוקן פון רעכט אויף לינקס וכדומה כדי מען זאל נישט קענען אויסצוען די בילדער און פארקויפן שקרים פאר די גאס אז ס'איז געווען אסאך מער מענטשען.
ער מיז קענען קומען מארגען אין קאווע שטיבל און זאגן: איך בין געווען דארט אנפאנג סעודה האלוי ס'איז געווען פעסט שיטער אפגערעדט די גאנצע זאל איז געווען שמאל ווי די גלות .....
נאך א מזל טאקע מיין רב האט נישט קיין ברודער...
כאגעוויסט אז זיי זענען נישט שוה בשוה, אבער עד כדי כך?!

נאר א ווערטל... סידעך אדר, חחח...
כאמזל ס'איז אדר... ווענישט איז עס נישט קיין ווערטל...
חחח...
מ׳דארף נישט הייסן פעדער, צו האבן א גוטע פעדער.
שרייב פאוסט