חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 6:25 pm
ראם עמנואל געוועזענע טשיף אוו סטעף פון פרעזידענט אבאמא קלערט פון לויפן פאר פרעזידענט אין 28', ער האט שוין געעפנט א וועבזייטל און ער פרובירט צו טעסטן די וואסערן זעהן אויב ער האט א שאנס.
https://www.rahm2028.org/
דער בחור מאכט נויז און ער פרובירט צו רידערן, ער זאגט אז די דעמאקראטן זענען צעטיילט אין צוויי בשעת געווין ניוסאם'ס חלק איז נאר ביזי צו קעמפן קעגן טראמפ וויל ער פירן די חלק וואס קעמפט נאר לטובת אמעריקאנע בירגער. ער זאגט אז אין 2028 ווען טראמפ וועט שוין נישט זיין רעלעוואנט וועט ער בלייבן די בעסערע אויסוואל אלס די קעמפער פארן פאלק.
ער באוויינט די פאקט אז די דעמאקראטן פלעגן שטיין %20 פראצענט העכער אין די אנקעטע וועלכע פארטיי איז בעסער פאר עדיוקאציע, און נאך די ביידען און העריס מבול איז געווארן אזא תוהו ובוהו און קיינער ווייסט שוין נישט וואס און וואס... אויף CNN האט ער זיך אויסגעדריקט אז די דעמאקראטישע פארטיי איז ווייניגער פאפולער ווי אילאן מאסק, און דאס דארף קלינגען ווי א וועקער זייגער ביי יעדן דעמאקראטישע באאמטער.
ער טענה'ט אז ווי ער רעדט איבער פארבאטן סאושל מידיע פאר יוגנטליכע אונטער 16 יאר באקומט ער מאסיווע שטיצע און דאס ליגט אויך אויף די אגענדע.
ער לויפט ארום צו פארשידענע פלאטפארמע'ס אריינגערעכנט מעיגן קעילי, ווי ער פרובירט צו ווערן פאפולער ביי אלע שיכטן און קרייזן.