קיינער וואס איז געווען מאגא ווי פרוי גרין, דהיינו מאגאאיזם וואס איז באשטאנען פון גלייבן אין קאנספיראציעס און קעמפן קעגן דיעפ סטעיט וכדו' וואס דאס איז געווען טראמפ'ס כח מיט נייע וויילער כידוע, איז נאך נישט ארויסגעטרעטן קעגן טראמפ.קלאפן האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 12:44 amקיינער אבער קיינער אינערהאלב די רעפאבליקאנער און ספעציעל אינער האלב מאגא וואס איז ארויס קעגן טראמפ (צ"ל וואס טראמפ איז ארויס קעגן אים) איז נישט אנגעקומען אין ערגעץ.
פינטל
טראמפ לאזט דיסעגריען אבער ביזן פארלירן די רעספעקט צו אים די רגע ער נעמט זיך איבער איינעם איז יענער אראפ פון די מאפע.
גראדע איז טראמפ זייער שנעל מוותר אויב בייגט מען זיך פאר אים און דעיס קען נאך געשען מיט פרוי גרין אבער דערווייל שטייט מען נישט דארט
טראמפ האט שוין אינטערגעברענגט קאנאנען פון נעמען וואס האבן געשאקעלט א וועלט און אלע אבער אלע וואס זענען גרויס כהיום איז עס ווייל זיי גייען אונטערן שפאן פונעם קעניג.
אפגערעדט פרוי גרין וואס איר גאנצע שטארקייט איז נאר אדאנק טראמפ און די זעלבע מיט אלע מאגא איפלוענסערס וואס מיינען די וועלט איז זייערס אויב וועלן זיי איבערציען דעם שטריק זענען זיי דערנאך.
מרס גרין איז דערנאך. פינטל.
מען זעט איר פארלוירנקייט ווי זי הייבט אן שפילן מה יפית'ניק(טע)...
איינער וואס רעדט זיך איין אז דעי סאמעטוכע דא וועט שאטן טראמפענען איז לכאורה ממש א גרינער אין פאליטיק (לכאורה בשעת די איראנער מלחמה איז יענער אויך געשלאפן ווייל דעמאלטס האבן אויך אסאך יונגע אנאליסטן פאראויסגעזאגט אז מאגא איז אווער והנה...)
קען זיין אז טראמפ וועט ווידעראמאל זיגן אבער קיין ראי' פון ביז היינט מיין איך אז מ'קען נישט ברענגען.