עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

נייעס אין אונזער קווארטאל

וואלט איר געמופט צו א עקסטירענדע געגענט אפסטעיט פאר א דירה פון 1600 סקווער פיס פאר 350 טויזענט א דיר

וואלן זענען אפן ביז מאנטאג פעברואר 23, 2026 12:38 am

יא
20
57%
ניין
14
40%
עפעס אנדערש ,שרייב
1
3%
 
Total votes: 35

שעפעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:34 pm
x 103

עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך שעפעלע »

שלום וברכה
עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פונעם עולם דא , וואס זאגט דער עולם צו א דעוועלאפמענט אפסטעיט, פון +500 דירות אין די ערשטע 2 פאזעס , אין א עקסטירענדע ישוב, ווי עס איז שוין דא מוסדות, געשעפטן, מקוואות , בתי מדרשים

פאר 350 טויזענט דאלאר א 1600 סקווער פיס קאנדא דירה,
ניין סאיז נישט קרית יואל אדער מאנסי, א ישוב וואס איז נישט סאטמאר , נאר דארט וואינען שוין מענטשן פון יעדע חסידות,
סאיז אינטערסאנט צו הערן צו דער עולם איז אונטערסירט אין ביליגע דירות , עס האנדעלט זיך פון עסקנים און אינוועסטערס פון צו שטעלן א ביליגע דעוועלעפמענט
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 609
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 684

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך איד »

ווי אין אפסטעיט חוץ מאנסי איז דא א ישוב וואס ס'וואוינען שוין דארט מענטשן פון יעדע חסידות?
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 973

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך פעינטיג »

איד האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:22 am ווי אין אפסטעיט חוץ מאנסי איז דא א ישוב וואס ס'וואוינען שוין דארט מענטשן פון יעדע חסידות?
מאנטיסעלאו?!
אלעמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:42 pm
x 62

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך אלעמאל »

יעדער וואס קויפט, לייגט אריין זייטיגע געלטער אינעם הויז.
מ'שטופט זיך. און מ'ספענט אביסל מער ווי מ'פארמאגט.
מ'מיינט אהין און מ'מיינט אהער, דאס קאסט מער, יענץ האט מען נישט געקענט אזוי ביליג, וכו'. למעשה טרעפט מען זיך אביסל איבער געריסן.
מיט די צייט, פרייזן גייען ארויף.
ביי זיין הויז קאסט אלעס די זעלבע. (ווען רענט קאסט 1000, און מארטגעדזש קאסט 1200, ביז אפאר יאהר קאסט שוין רענט 2000 אבער מארטגעדזש בלייבט ביי 1200)

אז מ'גייט אלעמאל אריבער חבלי לידה ספעציעל ביי א נייע פלאץ, איז פארוואס נישט ספענדן ענדערש א משהו מער, און האבן א הויז און נישט קיין קאנדא?
ענדערש נאך אביסל גרעסער?
אדער חאטש ווי מ'בויעט אין ארץ ישראל, אז מ'בויט לכתחילה מיט א מעגליכקייט צו צולייגן נאך צוויי צימערן.

פארוואס זיך ציען צו א מקום אשר לא שערום אבותינו, און דארט האבן נישט מער ווי א קאנדא פון 1600 ס"פ?
שעפעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:34 pm
x 103

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך שעפעלע »

אלעמאל האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 3:56 am יעדער וואס קויפט, לייגט אריין זייטיגע געלטער אינעם הויז.
מ'שטופט זיך. און מ'ספענט אביסל מער ווי מ'פארמאגט.
מ'מיינט אהין און מ'מיינט אהער, דאס קאסט מער, יענץ האט מען נישט געקענט אזוי ביליג, וכו'. למעשה טרעפט מען זיך אביסל איבער געריסן.
מיט די צייט, פרייזן גייען ארויף.
ביי זיין הויז קאסט אלעס די זעלבע. (ווען רענט קאסט 1000, און מארטגעדזש קאסט 1200, ביז אפאר יאהר קאסט שוין רענט 2000 אבער מארטגעדזש בלייבט ביי 1200)

אז מ'גייט אלעמאל אריבער חבלי לידה ספעציעל ביי א נייע פלאץ, איז פארוואס נישט ספענדן ענדערש א משהו מער, און האבן א הויז און נישט קיין קאנדא?
ענדערש נאך אביסל גרעסער?
אדער חאטש ווי מ'בויעט אין ארץ ישראל, אז מ'בויט לכתחילה מיט א מעגליכקייט צו צולייגן נאך צוויי צימערן.

פארוואס זיך ציען צו א מקום אשר לא שערום אבותינו, און דארט האבן נישט מער ווי א קאנדא פון 1600 ס"פ?
פון וואס אונז רעדט מיר איז א זאך וואס די ערשטע פאזע קען זיין פערטיג געבויעט אריינצומופן אין עטליכע חדשים,
אין די מלכות של חסד אמעריקע און איבערהויפט ניו יארק, נעמט עפראוועלס יארן לאנג , און וואסער און סוער נאך לענגער , אזוי ווי מען זעט טאקע, דא רעדט מען פון עפעס וואס איז גרייט צו גיין אלעס איז שוין דא אין פלאץ, טאקע וועגן דעם קען עס זיין אזוי ביליג , משא"כ אז נישט וועט עס קאסטן וואס עס קאסט א פריוואטע הויז ,
טאמער ביזטו סאטמאר געשטימט ,זאלסטו קויפן א פריוואטע הויז אדער אין קרית יואל והגלילות ווי די נייע טשעסטער דעוועלעפמענט, סמיט גארדענס, וואדבערי ווילאס, בלומינגראוו , די אלע הייזער לויפן פאר בערך א מיליאן דאלאר, און טעקסעס א יאר גאר הויעך, און טאמער ביזטו נישט סאטמאר קענסטו קויפן אין מאנסי אדער לעיקוואד פאר מער ווי א מיליאן,
דאס אז היינט צוטאגס וויל יעדער זיין ווי א מיליאנער אן שוויצען דערצו, ווי למשל, אין בלומינגראוו האט מען געקענט קויפן פריוואטע הייזער פאר 275 טויזענט דאלאר, למעשה נאר א קליינע פארצענט האט געהאלטען ביים דורעכגיין די חבלי לידה, קענסט יעצט קויפן אין פרישע געגענטער אלטע הייזער פאר ביליג , אבער די דארפסט שוויצן דערפאר ,
טאמער אינוועסטערס,דעוועלעפערס האבן געשוויצט פאר דיר , דאן קאסט עס שוין א פרייז, דאס איז די מציאות, און עס גייט זיך נישט טוישן

פאר מען פארגעסט, רוב גליקלעכע אידן אין וויליאמסבורג מיט אייגענע דירות , האבן ניטאמאל 1600 סקווער פיס
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7479

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך פופציגער »

איך כאפ נישט.

מען רעדט פון אן עקזיסטירנדער געגנט וואס געהער צו א ספעציפישע חסידות? נו וויאזוי קען מען ענטפערן אזא פראגע אן וויסן דעטאלן?...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
לחידודא
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:36 am
x 117

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך לחידודא »

1600 סקווער פיס איז זייער א קליינע דירה.
שעפעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:34 pm
x 103

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך שעפעלע »

לחידודא האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 10:59 pm 1600 סקווער פיס איז זייער א קליינע דירה.
רוב דירות אין וויליאמסבורג איז קלענער און קרית יואל זענען שוין היינט אויך באלד רוב די סייז , און עס קאסט מיט אפאר מאות מער , פארפאלן נישט יעדער איז באשערט עשירות , סאיז א מציאות מיט וואס מען דארף לעבן א גאנץ לעבן און טין השתדלות וואס מען קען, אבער זיך אנחובתן אן קיין חשבון איז נישט קיין אידישע מידה, לשבר את האוזן די מארטגעדזש פון אזא דירה איז ביליגער ווי רענט כהיום אין יעדע חסידישע שטאט
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7479

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך פופציגער »

שעפעלע האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 11:53 pm
לחידודא האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 10:59 pm 1600 סקווער פיס איז זייער א קליינע דירה.
רוב דירות אין וויליאמסבורג איז קלענער און קרית יואל זענען שוין היינט אויך באלד רוב די סייז , און עס קאסט מיט אפאר מאות מער , פארפאלן נישט יעדער איז באשערט עשירות , סאיז א מציאות מיט וואס מען דארף לעבן א גאנת א לעבן און טין השתדלות וואס מען קען, לשבר את האוזן די מארטגעדזש פון אזא דירה איז ביליגער ווי רענט כהיום אין יעדע חסידישע שטאט
נישט זיכער. דאס איז די סייז פון א גרויסע 5 רומיגע דירה אין קרית יואל, וואס דו קענסט היינט האבן פאר ארום 480 אלפים.

סא גיין אין א נייע געגנט דארף מאכן סענס.

מיין אפיניאן איז אז אויבנאויף קוקט עס אויס שווערליך, אבער קען זיין אז מיט די אינפארמאציע פון וועלכע געגנט דו רעדסט וועלן זיך זאכן טוישן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שעפעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:34 pm
x 103

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך שעפעלע »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 12:45 am

די וועלט איז ריזיג גרויס, סאיז דא גענוג פאר יעדעם, סאיז דא טויזענטער מענטשן וואס האבן אוועק געמופט פון וויליאמסבורג און סאיז דא מענטשן וואס וועלן פאר די וועלטס געלט נישט מופן ,
סאיז דא אסאך רעדי דירות פאר 480 טויזענט דאלאר ?
אדרבה ווי ?
בעיקר איז דא רעדי די גרויסע דירות אויף פערדע שטאקן פאר גוטע פרייזן, פערדע שטאקן האלט דער עולם נישט ביים קויפן מער, 6 רומיגע דירות גייען יעצט פאר איבער 600 טויזענט ביליג גערעדט ,געהערט פון עטליכע דירות אין שכונות ויואל משה וואס מענטשן האבן יעצט אריין אין קאנטראקט, 6 רומיגע דירה איז ניטאמאל קיין נעט 1600 סקווער פיס
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7479

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך פופציגער »

שעפעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 12:08 pm

איך וואוין אין א 6 רומיגע דירה אין שכונת ויואל משה, אנגעבליך איז עס 1830 סקווער פוס, למעשה איז עס 1730.

צי ס'דא אסאך דירות? איך ווייס נישט. אבער ס'אויך נישט דא קיין סאך אינגעלייט וואס זוכן דירות און האבן נישט.

כדי מען זאל ווילן מופן צו א נייע פלאץ, און מיטמאכן אלע חבלי לידה, דארף מען האבן זייער א שטארקע שטופ דערצו, וואס לעת עתה איז עס נישטא.

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 12:15 pm

די רעדסט אביסעל ווי א arrogant מענטש מיט אנטשולדיגונג, אן טראכטען פון א צווייטען, און נאר פון זיך און פון די דעוועלעפערס טאש,
די נושא איז פון דירות פאר ביליגע פרייזן פאר דורעכשניטליכע פרייזן ,פאר די עוורידזש אינגערמאן, אזוי ווי עס איז אמאל געווען אין קרית יואל , אז כמעט יעדער האט זיך געקענט ערלויבן צו קויפן א דירה פאר א ביליגע פרייז,

נישט יעדער קען זיך ערלויבן וועלכע דירה ער חלומט ,
די פאקט איז אז רוב קענען נישט כהיום אן בארגן דרייען און גנבענען,
מען שמועסט דא פון פרייזן , סא לאמיר פאוקעסן אביסעל,
און נישט צו סאיז יא דא דירות עוועילעבל פאר טייער געלט אדער נישט ,
האסט מיר אפשר געכאפט ביים ווארט , וואס איך קען דיר נישט אפפרעגן , אבער 1730 איז שוין מיט די ווענט און די פארטש און סטארידזש רום ?
עניוועי צו באצאלן 650 אלפים פאר 1730 סקווער פיס איז נישט די זעלבע ווי 350 אלפים פאר 1600 סקווער פיס, איך גלייב ביזט דאס אויך מודה,
סאיז כמעט האלב די פרייז , 50% OFF,
איך פארשטיי אז די ביזט דא צו שטיפן די אגענדע פון די דעוועלעפערס, אבער ניין , רוב אינגעלייט קענען נישט עפארדען די דירות כעת ; נישט די דאון פעימענט און נישט די חודשליכע מארטגעדזש פעימענטס, אינגעלייט לויפן ארום יעדע חודש זיכן געלט צו קאווערן די טייערע פעימענטס , דאס איז אן די חובות פון אפצאלן די דאון פעימענט , און פאר דעם זאגט די רבי אז ער איז דא און וועט נישט ריען ווילאנג די אלע דעוועלעפערס וועלן זיך גיין זיכן גליקן אין מאנהעטען

שעפעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 12:30 pm

אקעי.

יעצט ענטפער אויף וואס כהאב געשריבן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1831
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4970

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך נקודות טובות »

שעפעלע האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 28, 2025 12:38 am שלום וברכה
סאיז אינטערסאנט צו הערן צו דער עולם איז אונטערסירט אין ביליגע דירות , עס האנדעלט זיך פון עסקנים און אינוועסטערס פון צו שטעלן א ביליגע דעוועלעפמענט
די טרוקענע ענטפער אויף דעם איז יא, דער עולם איז זייער נייגעריג אין ביליגע דירות. די שאלה איז נאר וואס נאך דארט איז דא.

וויפיל חבלי לידה גייען די ערשטע תושבים אריבערגיין נאכן שליסן זייער באשלוס? דו קענסט די געים guess who? לאמיר שפילן guess who.
שאלה איינס, איז דא דארט ארבעט חוץ פון זיין א מלמד, טיטשער, מקוה איד, אדער פארקויפן דריי גודס אינדעהיים? טאמער נישט קענסטו אראפלייגן האלב שטיקלעך. א גרויסער עולם איז נישט גרייט צו טרעוולן 2 שעה יעדן טאג.
שאלה צוויי, זענען די בתי חינוך הונדערט פראצענט איסטעבלישט דארט, אדער איז עס אין סכנה פון צוזאמען פאלן דוגמת לינדען און סאטמאר לעיקוואד. קענסט אראפ לייגן נאך אפאר שטיקלעך. גענוג אידן האבן מורא פון דעם אל תמות כדרך שמת פלוני, אין לעיקוואד איז די סאטמארע מוסדות נישט געהעריג עסטעבלישט נאך 6-7 יאר.
שאלה דריי, וויפיל מאל א חודש גייען זיך די תושבים דארפן טרעפן אין אנדערע שטעט פאר שאפפינג? איז דא דארט אלע אידישע באדערפענישן? אויב נישט קענסטו אראפלייגן נאך אפאר שטיקלעך.
סא אויף דערווייל בלייבן איבער נאר דו מיט מיר. יעצט זאג מיר וועלכע סייז הויז איך באקום פאר דעם? אה, 1600 סק"פ? א קאנדאו? לייג מיך אויך אראפ. פאר אזא סייז דירה האלט איך נישט ביים מופן, עס זענען דא אסאך ביליגערע דירות אין גוטעמאלע...

איך ווייס נישט פארוואס דער עולם כאפט נישט איין מאל און נאכאמאל. מען קוקט עס עפעס אן כאילו אונזער סאסייעטי איז דא צו וויינען און גארנישט טוהן למעשה. נישט אלעס איז געלט, ס'איז די קוואלעטי אף לייף. מענטשן זענען גרייט צו שוויצן און צאלן אן עקסטערע טויזענטער א חודש נישט צו מיטמאכן די חבלי לידה. די חילוק אין פרייז איז נישט מיליאנען. אלץ וויליאמסבורגער וואלט איך ענדערש געמופט קיין קרית יואל אדער מאנסי וואו זאכן זענען עסטעבלישט 100 פראצענט. איך בין נישט קיין הירא, און איך בין גרייט צו צאלן די פרייז דערפאר.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שעפעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:34 pm
x 103

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך שעפעלע »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 3:13 pm

די פלאץ איז שוין דא אלעס וואס מען דארף פארן טאג טעגליכען לעבן, אלס שאפינג פאר א פרוי איז א פערזענליכע געשמאק פאר געוויסע פרוי צו פארן שאפינג, אזוי ווי וויליאמסבורג'ע און קרית יואל'ע פרויען פארן עמטליך שאפן קיין בארא פארק ,און די זעלבע קרית יואל'ע פרויען קיין מאנסי איז ממש ווי וועכענטליכע זאך ביי געוויסע, אפגערעדט ביפאר א חתונה, און בארא פארקע פרויען קומען אין גרויסען צו די נייע W Mall אין וויליאמסבורג געבן איבער די ווייבער שול, דאס איז פשוט א פרויענישע תאווה, און עס האט גארנישט מיט דארפן , באמת איז עס #peer presuure

הונדערטע אידן וואינען שוין דארט כעת , עס איז בכלל נישט קיין חבלי לידה,
סאיז אלס דא אויפן מקום פארן טאג טעגליכן באנוץ , אבער סאיז נישט וויליאמסבורג אדער בארא פארק, זשאבס איז פונקט ווי יעדע אנדערע שטאט , נישט יעדע אינגערמאן אין וויליאמסבורג אדער קרית יואל ארבעט אראונד די קארנער פון זיין הויז...נאר טויזענטער אינגעלייט אין וויליאמסבורג אדער קרית יואל וכדומה טרעוולען צוויי שעה צו די ארבעט, דאס איז אין קורצן די ענטפער וועגן זשאבס,

מוסדות שטייען דארט בעסער ווי סאטמאר לינדען און לעיקוואד , ליין איבער איך רעדט בכלל נישט פון א סאטמארע שטאט , אבער די ווארט צוזאמפאלן איז פשוט ליגענט, פארוואס זאג איך אייך עס? ווען מען הייבט אן טשעלענזשען עכט צו וואינען מיט לגיונות, איז ווי מען זאגט, בלייבזשע אין וויליאמסבורג און צאל 3500 פאר א חתן כלה דירה און מאך נישט משיגע קיין מענטשן, סאטמאר לעיקוואד און לינדען האבן סך הכל געדארפט געלט , קיינער האט נישט צוליב דעם אוועקמופט , די אידן דארט וועלן שמייכלען נאכן ליינען דייינע שורות, עס פעלט זיי גארנישט, פרייליך און צופרידן, דאס הייסט ווייט פון נוצן די אויסדריק צוזאמגעפאלן, קינדער ברוך השם גייען אין מוסדות געהעריג דארט, די קינד ווייסט נישט פון קיין דאגות צו זאגן, און זאגן אז טויזענטער חסידישע משפחות צווישען לעיקוואד און לינדען איז כדרך שמת פלוני, איז שוין אן אגענדע געטריבענע ציל דא, והא ראיה די אלע טויזענטער משפחות מופן נישט צוריק ... און קיינער איז נישט געשטארבען ,אלעס גייט אן, יעדע וואך מופן פרישע חסידישע משפחות קיין לעיקוואד און לינדען ברוך השם.

און טאמער דיין קאלקעלעיטער איז צובראכן , 350 פאר 1600 סקווער פיס און באלד 700 אלפים פאר 1600 סקווער פיס אין קרית יואל איז עטליכע אלפים א חודש א חילוק אינקלודינג אפצאלן די חובות פון דאון פעימענט ,אין מאנסי איז עס היפש אביסעל מער... עס קען זיין די ווייסט נישט אדער ווילסט נישט וויסן די עכטע פרייזן, אדער האלטסטו נאכנישט ביים קויפן א דירה כעת .

די ביזט הונדערט פארצענט גערעכט אז די האסט די געלט קויף מה שלבך חפץ , די רעדע איז פון עוורידזש אינגעלייט וואס האבן נישט קיין 200 אלפים קעש אין טאש און 5 אלפים א חודש מינומים קעש פאר דירה געלט יעדע חודש; אז די זאגסט אז די ביזט פון די וואס האבן; אשרי לך און לויב די באשעפער פאר דעם
אונז רעדן בכלל נישט פון דעם דא

איז אויב אזוי פארוואס מופסטו נישט קיין קרית יואל פון וויליאמסבורג? אויב ביזט נישט אינטערסירט פאר וועלכע סיבה סאיז נישט דא, דאן רעדן מיר נישט פון אייך, אונז רעדן צו אינגעלייט וואס ווילן קויפן א דירה מיט 50 אלפים קעש און צאלן $2500 א חודש פאר זייער אייגענע 1600 סקווער פיס ברענד ניו אידישע דירה , אנשטאט פאר זייער לענדלארד
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7479

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך פופציגער »

שעפעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 3:48 pm
און טאמער דיין קאלקעלעיטער איז צובראכן , 350 פאר 1600 סקווער פיס און באלד 700 אלפים פאר 1600 סקווער פיס אין קרית יואל איז עטליכע אלפים א חודש א חילוק
איך האב געהאט דעם פראבלעם שוין מיט דיין פריערדיגע ניק.

דו האסט אמאל א גוטע נקודה, אבער אנשטאט עס ארויסברענגען געהעריג, נעמסטיך שיסן פאקטן, און אויב איינער וואגט זיך צו טשעלענדזשן דיינע פאקטן קומט א גאנצע טאפ טשולענט יענעם אין קאפ אריין "העי! דו! דו טרונקסט בלוט! דו ביסט פון די דעוועלאפערס חברה!"

מיין פריינט, א 1600 סקווער פוס דירה אין קרית יואל קאסט היינט 480 אלפים. אויב דיינע 1600 רעכענען נישט אריין די ווענט וכו', לאמיר שוין יא צורעכענען דאס אויך (הגם נישט אין אלע דעוועלאפמענטס אין קרית יואל רעכנט מען עס צו), האלטן מיר ביי ארום 520.

א 6 רומיגע דירה, וואס איז געווענליך אין די רעינדזש פון 1800 ס"פ גייט היינט פאר 650.

פאר 725 קענסטו יעצט האבן א 8 רומיגע דירה וואס לויפט ביי ארום 2300 ס"פ.

סא לאמיר ווייטער גיין מיט @נקודות טובות געססינג געים... אויב ווערט דער ישוב געפירט מיט אזעלכע נאנסענס, לייג אראפ נאך אפאר שטיקלעך.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שעפעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:34 pm
x 103

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך שעפעלע »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:23 pm

איך האב דיר שוין געפרעגט און אנדערע פרעגן דיר אויך ווען די שרייבסט הוילע פאקטן צו שטיפן דיינע אגענדעס,
טאמער סאיז נישט קיין מיליטערישע סוד , ביטע שרייב ווי איז דא צו קויפן דירות פאר 480 טויזענט דאלאר , א דאנק
נישט פון דעפאזיטס פון 6 יאר ארום ביטע

פאר איך פארגעס ביטע שרייב וויפעל די האסט געצאלט פאר דיין 1730 סקווער פיס דירה, טאמער די ווילסט עפעס ברענגען א ראיה לדבריך
טאמער ווילסטו שטיפן בלינדע אגענדעס פאר געוויסע דעוועלעפערס אין קרית יואל , גיי אן אבער עס גייט דיר גארנישט העלפן
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1831
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4970

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך נקודות טובות »

שעפעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 3:48 pm די פלאץ איז שוין דא אלעס וואס מען דארף פארן טאג טעגליכען לעבן, אלס שאפינג פאר א פרוי איז א פערזענליכע געשמאק פאר געוויסע פרוי צו פארן שאפינג, אזוי ווי וויליאמסבורג'ע און קרית יואל'ע פרויען פארן עמטליך שאפן קיין בארא פארק ,און די זעלבע קרית יואל'ע פרויען קיין מאנסי איז ממש ווי וועכענטליכע זאך ביי געוויסע, אפגערעדט ביפאר א חתונה, און בארא פארקע פרויען קומען אין גרויסען צו די נייע W Mall אין וויליאמסבורג געבן איבער די ווייבער שול, דאס איז פשוט א פרויענישע תאווה, און עס האט גארנישט מיט דארפן , באמת איז עס #peer presuure

הונדערטע אידן וואינען שוין דארט כעת , עס איז בכלל נישט קיין חבלי לידה,
סאיז אלס דא אויפן מקום פארן טאג טעגליכן באנוץ , אבער סאיז נישט וויליאמסבורג אדער בארא פארק, זשאבס איז פונקט ווי יעדע אנדערע שטאט , נישט יעדע אינגערמאן אין וויליאמסבורג אדער קרית יואל ארבעט אראונד די קארנער פון זיין הויז...נאר טויזענטער אינגעלייט אין וויליאמסבורג אדער קרית יואל וכדומה טרעוולען צוויי שעה צו די ארבעט, דאס איז אין קורצן די ענטפער וועגן זשאבס,

מוסדות שטייען דארט בעסער ווי סאטמאר לינדען און לעיקוואד , ליין איבער איך רעדט בכלל נישט פון א סאטמארע שטאט , אבער די ווארט צוזאמפאלן איז פשוט ליגענט, פארוואס זאג איך אייך עס? ווען מען הייבט אן טשעלענזשען עכט צו וואינען מיט לגיונות, איז ווי מען זאגט, בלייבזשע אין וויליאמסבורג און צאל 3500 פאר א חתן כלה דירה און מאך נישט משיגע קיין מענטשן, סאטמאר לעיקוואד און לינדען האבן סך הכל געדארפט געלט , קיינער האט נישט צוליב דעם אוועקמופט , די אידן דארט וועלן שמייכלען נאכן ליינען דייינע שורות, עס פעלט זיי גארנישט, פרייליך און צופרידן, דאס הייסט ווייט פון נוצן די אויסדריק צוזאמגעפאלן, קינדער ברוך השם גייען אין מוסדות געהעריג דארט, די קינד ווייסט נישט פון קיין דאגות צו זאגן, און זאגן אז טויזענטער חסידישע משפחות צווישען לעיקוואד און לינדען איז כדרך שמת פלוני, איז שוין אן אגענדע געטריבענע ציל דא, והא ראיה די אלע טויזענטער משפחות מופן נישט צוריק ... און קיינער איז נישט געשטארבען ,אלעס גייט אן, יעדע וואך מופן פרישע חסידישע משפחות קיין לעיקוואד און לינדען ברוך השם.

און טאמער דיין קאלקעלעיטער איז צובראכן , 350 פאר 1600 סקווער פיס און באלד 700 אלפים פאר 1600 סקווער פיס אין קרית יואל איז עטליכע אלפים א חודש א חילוק אינקלודינג אפצאלן די חובות פון דאון פעימענט ,אין מאנסי איז עס היפש אביסעל מער... עס קען זיין די ווייסט נישט אדער ווילסט נישט וויסן די עכטע פרייזן, אדער האלטסטו נאכנישט ביים קויפן א דירה כעת .

די ביזט הונדערט פארצענט גערעכט אז די האסט די געלט קויף מה שלבך חפץ , די רעדע איז פון עוורידזש אינגעלייט וואס האבן נישט קיין 200 אלפים קעש אין טאש און 5 אלפים א חודש מינומים קעש פאר דירה געלט יעדע חודש; אז די זאגסט אז די ביזט פון די וואס האבן; אשרי לך און לויב די באשעפער פאר דעם
אונז רעדן בכלל נישט פון דעם דא

איז אויב אזוי פארוואס מופסטו נישט קיין קרית יואל פון וויליאמסבורג? אויב ביזט נישט אינטערסירט פאר וועלכע סיבה סאיז נישט דא, דאן רעדן מיר נישט פון אייך, אונז רעדן צו אינגעלייט וואס ווילן קויפן א דירה מיט 50 אלפים קעש און צאלן $2500 א חודש פאר זייער אייגענע 1600 סקווער פיס ברענד ניו אידישע דירה , אנשטאט פאר זייער לענדלארד
:lol: :lol: די ערשטע זאך קומט מיר צו לאכן :lol: :lol: ווי לאנג דו האסט באשולדיגט @פופציגער מיט אגענדעס האב איך דיר נאך געגלייבט אז ער איז עקיבא הערש קליין, אבער ס'איז נישטא ווער זאל לאכן ווען איך ווער באשולדיגט מיט אגענדעס. איך זעה נישט קיין וועג ווי אזוי איך זאל בעניפעטירן אפילו בעקיפין איין וועג אדער די אנדערע.

ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן, אדרבה, אויב וויל איך שפעקיולירן קום איך למסקנה אז איך וואלט בעניפעטירט מער פון די נייע ישובים. די חשבון איז זייער פשוט. מיט מער נייע ישובים, איז דא א גרעסערע געברויך פאר די ברוינע טישאס אין די בתי מדרשים זיך צו ווישן די הענט, אויב דארף מען מער טישוס, דארף מען שניידן מער ביימער, אויב דארף מען שניידן מער ביימער, דארף מען פלאנצען מער ווייץ, און אויב דארף מען פלאנצען מער ווייץ, דארף מען מער ספאנישע ארבעטער, אויב דארף מען מער ספאנישע ארבעטער, וועלן זיין ווייניגער אימיגראנטן אין וויליאמסבורג, און אז סוועט זיין ווייניגער אימיגראנטן אין וויליאמסבורג, וועלן די גראסעריס נישט האבן קיין ארבעטער, וועל איך אליינס דארפן אהיים שלעפן די גראסערי ארדערס. כאפסט? איך נישט.

אקעי, יעצט לענין.
אויב איז טאקע אמת אז ביי פרויען איז שאפפינג א ספורט, דאן פארוואס רוקן זיך די נייע ישובין אזוי שטייט. עס וואלט דאך געדארפט גיין אז ווי ווייטער מען וואוינט פון די געשעפטן אלץ מער זאלן די פרויען ווילן וואוינען דארט, ווייל זיי האבן ליב די טרעוול....

פארן שאפינג איז פונקט גוט ווען מען טוט דאס פאר אן אוטינג. מען פארט אריין א זונטאג מיט א שוועסטער צו מיט פרענדס פאר פארוויילונג. זיין געצווינגען צו טרעוולען מיט די קינדער איז כלל נישט בא'טעמ'ט, עס איז כלל נישט קיין לכתחילה.

לגבי דשזאבס.
אמת אז פולע אידן פארן פאר זייערע פרנסות, אבער דו ווילסט מיר זאגן אז פראצענטאעל טרעפן תושבי לינדען פרנסות ביי זיך אינדערהיים אזוי ווי תושבי בארא פארק? ס'איז קלאר אז איינער וואס האט א לאקעל דזשאב און איז נישט נע ונד יעדן טאג איז גרייט צו צאלן א פרייז דערפאר.

לגבי די מוסדות.
איך ווייס נישט וואס איר ווייסט וועגן סאטמאר לעיקוואד, אבער ניין, די מוסד פארט נאך אלץ אויף רעדער. פאר א חודש צוריק האט זיך נאך פארמאכט איין קלאס, דאכט זיך מיר 11 גרעיד. און דאס איז נאכדעם וואס מאנכע וואוינען שוין דארט 6-7 יאר צו אפשר מער. און לגבי לינדען, ניין, איך בין נישט גרייט צו מופן צו א שטאט וואס מען עפענט אויף די מוסד א וואך שפעט ווייל ס'איז נישט קיין געלט. און מען ווייסט נישט מה יולד יום, און אויף די האטליין זאגט מען אז מען וועט לאזן וויסן מער פרטים.

לגבי די פרייז.
ניין, מיין קאלקיולעיטער איז נישט צובראכן. @פופציגער שרייבט אז מען קען האבן אזא דירה אין קרית יואל פאר 480. איך גלייב אים נישט אויפן ווארט, און איך לייג צו נאך 10 פראצענט, קומט אויס 528,000. אבער איך גלייב דיר אויך נישט אויפן ווארט, און איך לייג אויך צו צען פראצענט, וואס קומט אויס 385,000. יעצט אויב גייט מען אז מען געבט א דאון פעימענט פון 20% קומט אויס פאר @פופציגער'ס דירה דארף מען א מארטגעדזש פון 422,400 וואס קומט אויס צו ארום 3400 א חודש. ווידער מיט דיינע דירות דארף מען א מארטגעדזש פון 308,000, וואס קומט אויס צו ארום 2,450 א חודש. קארעקט מי איף איי עם ראנג. דאס קומט אויס צו מיר א חילוק פון אביסעל ווייניגער ווי טויזענט דאלער א חודש.

לגבי אויב איך קען עפארדן.
צו איך קען עפארדן אדער נישט וועלן מיר רעדן א צווייטע מאל, אבער אין קיין פאל וואלט איך נישט געקויפט אין א שטאט ווי יעדער וואס קויפט דארט רייסט זיך איבער פאר אזעלכע נישטיגע סומעס. א גאנצע שטאט וואס די מערסטע וואס מען קען זיך ערלויבן איז א דאון פעימענט פון 50 טויזענט דאלער, איז א רעסעפי פאר דיזעסטער! פשט איז א גאנצע שטאט פון ארעמע לייט. ס'קען נישט מצליח זיין אן דעם וואס איינער פון די גרויסע קאמפעני סיסטעם קהילות (לכתחילה סאטמאר, ובדיעבד אויך באבוב 48) נעמען דאס אויף זיך, און זיי זאלן דאס שטיפן. צו אנדערע געגנטער האבן געמופט אזעלכע וואס האבען געקענט עפאורדן מער נאר משום סיבות האבן זיי געוואלט די קלענערע ישובים. ביודעי ומכירי...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
לחידודא
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:36 am
x 117

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך לחידודא »

@שעפעלע עס קוקט נישט אויס ווי דו זוכסט צו הערן מיינונגען, נאר ענדערש אז יעדער זאל זאגן אז עס איז גוט.
שעפעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:34 pm
x 103

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך שעפעלע »

לחידודא האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:22 pm @שעפעלע עס קוקט נישט אויס ווי דו זוכסט צו הערן מיינונגען, נאר ענדערש אז יעדער זאל זאגן אז עס איז גוט.
איך בוי נישט , סתם געוואלט ליפטערן דא , אבער ווען איינער שרייבט "כדרך שמת פלוני" אויף סאטמאר לעיקוואד און סאטמאר לינדען, איז קיין מייינונג ,
און שרייבן אז ער האט גענוג געלט און קען זיך ערלויבן צו קויפן א טייערע דירה וועגן געלט שפילט נישט קיין ראלע, איז א לץ שבליצים וואס זיכט צו פארדרייען די נושא פאר א פערזענליכע געלט סיבה...

די וואוטס זענען ביזדערווייל רוב אז מען זיכט יא ביליגע דירות ,
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1831
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4970

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך נקודות טובות »

שעפעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:31 pm
לחידודא האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:22 pm @שעפעלע עס קוקט נישט אויס ווי דו זוכסט צו הערן מיינונגען, נאר ענדערש אז יעדער זאל זאגן אז עס איז גוט.
די וואוטס זענען ביזדערווייל רוב אז מען זיכט יא ביליגע דירות
אקעי, אויב רוב עולם איז מיט דיר, נעם דיך שוין צו די ארבעט! אויף וואס ווארטסטו? איינער פון די רשעי בני ישראל קען דיר נאך אויסכאפן און דערנאך מייקר שער זיין. דו האלטסט אז ס'קען שוין זיין גרייט קומענדיגע וואך? די ערשטע 100 משפחות קענען שוין וואוינען דארט ביי פורים?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2391
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5614

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:34 pm
שעפעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:31 pm
לחידודא האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:22 pm @שעפעלע עס קוקט נישט אויס ווי דו זוכסט צו הערן מיינונגען, נאר ענדערש אז יעדער זאל זאגן אז עס איז גוט.
די וואוטס זענען ביזדערווייל רוב אז מען זיכט יא ביליגע דירות
אקעי, אויב רוב עולם איז מיט דיר, נעם דיך שוין צו די ארבעט! אויף וואס ווארטסטו? דו האלטסט אז ס'קען שוין זיין גרייט קומענדיגע וואך?
עס איז נישט מעגליך צו זיין גרייט אזוי שנעל צוליב וואס די דעוועלאפער פון די מעינסטריעם לייגן פיסלעך. :roll:
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7479

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך פופציגער »

שעפעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:35 pm
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:23 pm
שעפעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 3:48 pm
און טאמער דיין קאלקעלעיטער איז צובראכן , 350 פאר 1600 סקווער פיס און באלד 700 אלפים פאר 1600 סקווער פיס אין קרית יואל איז עטליכע אלפים א חודש א חילוק
איך האב געהאט דעם פראבלעם שוין מיט דיין פריערדיגע ניק.

דו האסט אמאל א גוטע נקודה, אבער אנשטאט עס ארויסברענגען געהעריג, נעמסטיך שיסן פאקטן, און אויב איינער וואגט זיך צו טשעלענדזשן דיינע פאקטן קומט א גאנצע טאפ טשולענט יענעם אין קאפ אריין "העי! דו! דו טרונקסט בלוט! דו ביסט פון די דעוועלאפערס חברה!"

מיין פריינט, א 1600 סקווער פוס דירה אין קרית יואל קאסט היינט 480 אלפים. אויב דיינע 1600 רעכענען נישט אריין די ווענט וכו', לאמיר שוין יא צורעכענען דאס אויך (הגם נישט אין אלע דעוועלאפמענטס אין קרית יואל רעכנט מען עס צו), האלטן מיר ביי ארום 520.

א 6 רומיגע דירה, וואס איז געווענליך אין די רעינדזש פון 1800 ס"פ גייט היינט פאר 650.

פאר 725 קענסטו יעצט האבן א 8 רומיגע דירה וואס לויפט ביי ארום 2300 ס"פ.

סא לאמיר ווייטער גיין מיט @נקודות טובות געססינג געים... אויב ווערט דער ישוב געפירט מיט אזעלכע נאנסענס, לייג אראפ נאך אפאר שטיקלעך.
איך האב דיר שוין געפרעגט און אנדערע פרעגן דיר אויך ווען די שרייבסט הוילע פאקטן צו שטיפן דיינע אגענדעס,
טאמער סאיז נישט קיין מיליטערישע סוד , ביטע שרייב ווי איז דא צו קויפן דירות פאר 480 טויזענט דאלאר , א דאנק
נישט פון דעפאזיטס פון 6 יאר ארום ביטע

פאר איך פארגעס ביטע שרייב וויפעל די האסט געצאלט פאר דיין 1730 סקווער פיס דירה, טאמער די ווילסט עפעס ברענגען א ראיה לדבריך
טאמער ווילסטו שטיפן בלינדע אגענדעס פאר געוויסע דעוועלעפערס אין קרית יואל , גיי אן אבער עס גייט דיר גארנישט העלפן
די פרייז פון 480 האב איך געשריבן לויט די תקנות פון 300 א ס"פ. וואו ס'איז דא רעדי פאר די פרייז? איך ווייס נישט. אין מאנטיסעלא איז דא?

פאר מיין 1830 ס"פ דירה האב איך געצאלט מער ווי דעם פרייז, איך האב לעצטנס געזאגט פאר'ן רבי'ן שליט"א אז איך בין דער גביר פון שכונת ויואל משה, ווייל איך האב געקויפט ווען ס'געווען די טייערסטע... יעצט זענען די שכונת ויואל משה דירות ווידער ביליג... אבער פארט האב איך נישט געצאלט קיין 700. היבש ביליגער.

יעצט וועגן מיינע אגענדעס, קענסטו מיר זאגן וועלכע אגענדע?
פאר דיין אינפא: איך זיץ מיט שטחים אין מאנטיסעלא. מיינע אלע ארומיגע ווייסן אז איך קוק ארויס אויפ'ן טאג וואס מ'הייבט זיך אן אהינציען.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7479

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך פופציגער »

@שעפעלע

כהאב א מאסיווע אפדעיט!! טויש דעם קעפל!!

וואס האלט דער עולם? וואלט איר געווען גרייט צו קויפן א פריוואטע הויז, ארום 2,000 ס"פ, אויף א דריטל עיקער, פאר $400,000? (טעקס איז אונטער א טויזנטער א יאר!)

מען רעדט פון א געגנט וואו עס וואוינען שוין נאנט צו 70 משפחות, זייער נאנט צו א צווייטע אידישע ישוב, די מעלה איז אז ביידע פון זיי געהערן נישט פאר א ספעציפישע קהלה, סא ס'דא פלאץ פאר יעדן, און ס'דא א היימישע מוסד מיט א הערליכע בית המדרש מיט אלע געברויכן.

שוין דא אויך א גראסערי - וואס האט אויך א פלייש דעפארטמענט מיט אלע היימישע שחיטות, דריי גודס סטאר, שיך סטאר, מילכיגע רעסטוראנט, הוט געשעפט, און קניידל פארעם.

די באמבע נייעס איז ס'בויט זיך יעצט דארט א הערליכע שאפינג מאל, וואו עס גייען קווארטירט ווערן צענדליגע היימישע ביזנעסער!

ממש א גאלדענע געלעגנהייט!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שעפעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 8:34 pm
x 103

Re: עפארדעבעל דירות פאריעקט פון 350 טויזענט דאלאר א קאנדא

פאוסט דורך שעפעלע »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:34 pm
שעפעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:31 pm
לחידודא האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:22 pm @שעפעלע עס קוקט נישט אויס ווי דו זוכסט צו הערן מיינונגען, נאר ענדערש אז יעדער זאל זאגן אז עס איז גוט.
די וואוטס זענען ביזדערווייל רוב אז מען זיכט יא ביליגע דירות
אקעי, אויב רוב עולם איז מיט דיר, נעם דיך שוין צו די ארבעט! אויף וואס ווארטסטו? איינער פון די רשעי בני ישראל קען דיר נאך אויסכאפן און דערנאך מייקר שער זיין. דו האלטסט אז ס'קען שוין זיין גרייט קומענדיגע וואך? די ערשטע 100 משפחות קענען שוין וואוינען דארט ביי פורים?
אבער איך וויל נישט נכשל זיין כלל ישראל כדרך שמת פלוני, איבער 600 משפחות זענען נעבעך געשטארבען אין לינדען; עטליכע טויזענט חסידישע משפחות זענען געשטארבען אין לעיקוואד #נעבעך
אפשר לוינט זיך צו אינוועסטען אין א מאסן קבר
שרייב פאוסט