חכם עתיק האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 23, 2024 12:10 pm
די רבי האט גערעדט מיט א מורא'דיגע קול אדיר און מיט א אויסטערלישע התרגשות,
נישט געזאגט קיין גרויסע הקדמות נאר גלייך צוגעגאגען צום ענין,
מורא'דיגע יסודות במשנתו של בעל הנס, און פון מסורת האבות, ס'איז כדי עס צו איבערהערן אפ' מ'איז דארט געווען, ווייל בשעת מעשה איז שווער צו קאנציטרירן,
אנגערירט ממש
אלע אלע ענינים, שווער אויסרעכענען אלעס,
אדרבה אויב איינער קען מרחיב זיין,
במשך דעם מעמד האט דער רבי
צוויי מאל משמיע געווען דברות קודש.
ביים ערשטן דברות קודש האט דער רבי משמיע געווען יסודות׳דיגע דברי הדרכה במשנתו פונעם הייליגן בעל הנס זי"ע, און די זכי' צו שטיין צו דער האנט צו העלפן אויפבויען און מרחיב זיין די גבולי הקדושה פונעם הייליגן רבי'ן בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע.
דער רבי האט מעלה געווען לשבח מוסדותינו הקדושים וואס וואקסט און בליט לשם ולתפארת,
אזוי אויך איבער די גזירות וואס באדראען כלל ישראל בארץ ובגולה, בפרט די ביטערע גזירת החינוך המרחפת על יהדות ניו יארק, ועל כולם דער חובת השעה זיך מחזק צו זיין אין די דרכים פון רביה"ק זי"ע, נישט נאכצולאזן גארנישט, קיין קוצו של יו"ד, ווייל נאר אזוי קענען מיר זיך דערהאלטן אין דעם ביטערן אריכות הגלות, ממשיך צו זיין מורשתו הרוחנית פון רביה"ק זי"ע, בלי שום שינוי קל.
רבינו שליט"א האט מעורר געווען מיט שטארקע יסודות בענייני הדת, אז מען זאל זיך פירן בקדושת הבית אין אלע הינזיכטן, התעוררות בענייני צניעות, ארויסגעברענגט לשבח די לעצטערע שינוי לטובה ביי די נשים צדקניות אנבאלאנגט דאס קאפ צודעק, שטארקע זהירות איבער ליין מאטריאל, התבדלות מרשעים ומדרכי הגוי, בפרט נזהר זיין זיך צו דרייען נאר אין סאטמארע בתי מדרשים, אז מ'זאל חלילה נישט נשפע ווערן פון פרעמדע השקפות ח"ו, נאר שיקן די קינדער אין די הייליגע מוסדות, ישיבות, און נישט אוועקשיקן די בחורים לערנען קיין ארץ ישראל אשר תוצאותיו מי ישורנה, בפרט פאר סאטמארע אידן איז דער נזק פילפאכיג מער, נאכדעם וואס מען קען זיך אנפיקעווען בדיעות כוזבות ה"י. און דערביי אויסגעפירט ברכות לרוב פאר די טויזנטער משתתפים.
ביים צווייטן דברות קודש האט דער רבי מיט א קול אדיר וחזק געפאדערט, אז אונז זאל מיר זיך אליינס אנקוקן צי 'אותו דבר שציווני עדיין נוהג בנו', צי אונז זעמיר טאקע מקיים דעם הייליגען רבינ'ס צוואה, צו שטיצן און מחזק זיין בגוף ובממון די אלע מוסדות על טהרת הקודש בארה"ק, וועלכע שיידן זיך אפ פון די מלכות המינות.
דערביי האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט מיט ווייטאג איבערן געפערליכן מצב אין ארה"ק, ווען די פרומע פארטייען וועלכע זענען מקושר צו די טמא'נע געלטער משולחן איזבל, ווערן א חלק אין די ממשלה און אלע זייערע גזירות נוראות, כי השוחד יעוור עיני חכמים, 'שוחד שהוא חד', מען ווערט אליינס פארבלענדעט נישט זעענדיג דעם אמת.
רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן: "קרוב צו אכט יאר צוריק זענען מיר דא געשטאנען אין דעם מקום און געבראכן די השתקה אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס". דעמאלס האבן נאך אסאך געוואלט לייקענען דעם פאקט, אבער היינט צוטאגס זעט מען איין דעם אמת, בפרט לעצטנס ווען די מדינה הטמאה שיקן ארויס טויזנטער 'גיוס באפעלן' פאר בחורי ישראל לשמד רח"ל היל"ת.
רבינו שליט"א האט אויסגעפירט, עס איז זיכער אז רבינו הק' זי"ע געפינט זיך דא מיט אונז, לאמיר זיך אויסגיסן אונזערע הערצער איבער דער שווערע מצב רוחני וגשמי וואס מיר גייען אריבער! לאמיר פארציילן פארן הייליגן רבי'ן וויפיל אידן דארפן ישועות ורפואות! כי כל לבב דוי וכל ראש לחלי! אין דעם זכות וואס מיר זענען מחזק די בעלי מסירת נפש, מנהלי המוסדות על טהרת הקודש, און מיר לערנען זיך אפ פון זייער מסירת נפש, וועט דאס אוודאי משפיע זיין, און דער אויבערשטער וועט העלפן פאר יעדן איינעם מיט אלע השפעות טובות.