► Show Spoiler
אזא היסטארישע טאג, ווען דער אומשאַצבאַרער לגיון של מלך שהעמיד אותו צדיק וקדוש אשר לא יספר מרוב כ"י, 'גאַנץ סאטמאר' האט זיך געטון פארזאמלען תחת קורת גג אחד, אויסצושרייען מעמקי הלב אַ הייליגע ענדלאָזע הודאה 'חסדי ה׳ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיך', באַרקלעיס אויף אירע רבבות זיצן האט געטון שטורעמען בהלל ובהודאה 'בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו', על הנסים ועל הנפלאות בימים ההם בזמן הזה!
אלופי אלפי ישראל, טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, רבנים, דיינים, מרביצי תורה, עלטערע אידן דור דעה תלמידי רביה"ק זי"ע בעל הנס, מיטל-יעריגע אידן, בעלי בתים, אברכים, בחורי חמד, ילדי תשב"ר, ובראשם מלכינו בראשינו כ"ק מרן רבינו שליט"א, כולם נקבצו באו לך להודות ולהלל אויפן יום הצלה.
אריינקומענדיג אינעם בנין הגדול והאדיר, האט זיך אנטפלעקט דעם אומ-אפזעטיגן בילד, די גאנצע מעכטיגע סטאדיום מיט אירע קרוב צו 'צוואנציג טויזנט זיצן' ארום און ארום, בנוסף צו די פרישע 'טויזנט' צוגעלייגטע זיץ-פלעצער אויפן פאדלאגע פונעם זאל, די מעכטיגע בימת הכבוד מיט רבנן ותלמידיהון, בנוסף צו די הונדערטער מנהלי מוסדות על טהרת הקודש בארה"ק, ועל צבאם מגן חינוך הטהור בארץ ובגולה ראש גולת אריאל כ"ק מרן רבינו שליט"א.
כולם נקבצו באו לך. ווי ווייט די אויגן האבן נאר געקענט טראגן, האבן זיך געזען שורות שורות איינס העכערן צווייטן, מיט טויזנטער טויזנטער אידן וועלכע פולן אן דעם גיגאנטישן 'בארקלעיס סענטער' על כל גדותיו, ווי אינאיינעם איז מען געקומען פראווענען דעם 'יום הצלה', און זיך מחזק זיין מיטן אמונה הצרופה מרביה"ק זי"ע, ווי די הערצער האבן געקוואלן פאר פרייד, זעענדיג ווי אונטער איין דאך זיצן אזויפיל אלופי אלפי ישראל, פאר איין סיבה און איין ציל, צו ווייטער אנהאלטן דאס וואס מיר האבן מקבל געווען פון רביה"ק זי"ע, ומניה לא תזוע, ולאורו נסע ונלך עד ביאת הגואל.
יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו.
ווערטער זענען גענצליך איבריג, דיו אילו ימי, קני כל חורשתא, איז נישט מעגליך אראפצוגעבן וואס יהדות החרדית האט בייגעוואוינט, ווען צוויי צענדליגער טויזנט חסידים ואנשי מעשה זיצן כאיש אחד בלב אחד, פאר פינף געהויבענע שעות פון דביקות אין רבינו הקדוש זי"ע, און הלל והודאה צו השי"ת, א מעמד כל כולו קודש, אנגעפולט מיט רוחניות און דערהויבנקייט.
א געוואלדיגע חשיבות און זעלטענע ממשות רוחני האט דער 'מעמד הגדול' היי-יאר געטראגן מיט זיך, ווען א באזונדערע דגוש האט מען געלייגט אז דער מעמד זאל זיך פירן ווי עס פאסט זיך פאר א זמן 'כינוס סאטמאר לכל' לכבוד היום, אז עס זאל זיין אן קיין שום אויפטריטן אויף אנדערע שפראכן וכדו', בלויז מיוחד פאר דעם איינציגסטן ציל, אז דאס זאל זיין כולו קודש לה', אלס א ריכטיגער זמן קהלה לכל, פאר תלמידי וחסידי סאטמאר, ההולכים בדרכו הקודש פונעם בעל הנס רביה"ק והטהור זי"ע.
אויך איז גאר שטארק באגריסט געווארן די געוואלדיגע דערגרייכונג, אז עס איז ב"ה נישט געווען קיין שום 'לייוו ווידעא סקרינס' אינעם זאל, נאכדעם וואס מען האט שווער געארבעט ביי די פארוואלטונג אז זיי זאלן עס לאזן אדורכפירן למען קדושת המעמד, נאכדעם וואס מיט עטליכע יאר צוריק ביים היסטארישן 'כינוס הרבבות' האבן זיי בשו"א נישט מסכים געווען דערצו, אבער ב"ה יעצט מיט די ריכטיגע השתדלות דורך די געטרייע עסקנים, האט מען דאס געקענט אויספירן מכח אל הפועל, וואס איז שטארק באגריסט געווארן דורך די טויזנטער באטייליגטע.
אין אומר ואין דברים בכל הארץ יצא קום
שפראכלאז, ווערטערלאז, זענען נישט די פאסיגע אויסדריקן אויף דעם הייליגן מעמד הגדול 'כינוס תלמידי וחסידי סאטמאר', אבער מיר וועלן פרובירן אין קורצע ווערטער בקצה המזלג, ארויסצוברענגען די פרטי המעמד וואס מיר האבן מיטגעלעבט, און עס שרייט זיך ארויס פון יעדנ'ס הארץ דעם 'אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו', אז אונז האמיר זוכה געווען מיטצולעבן אזא לעכטיגע טאג מלא רוחניות, מלא קדושה, מלא דביקות, מלא הלל והודאה.
תפילת מנחה ומעמד בקשת רחמים
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן ארום 3:00 מיטאג, ווען דער 'בארקלעיס סענטער קאמפלעקס' האט צוביסלעך אנגעהויבן ווערן איבערגעפילט. תיכף ביים אריינקומען אין זאל איז א רייכע סעודה פעקל פארטיילט געווארן לכל הקהל הקודש. דערויף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה ברוב עם במעמד בעת רצון.
תיכף נאך תפילת מנחה האט נאכגעפאלגט דער 'מעמד בוקע רקיעים', מיט פרקי תהלים בהתעוררות רב, איינצורייסן לביטול רוע גזירת החינוך המרחפת על יהדות ניו יארק היל"ת. אין אזא זמן ווען טויזנטער אידן, תלמידי וחסידי סאטמאר, קומען זיך צוזאם להודות ולהלל אויפן קיום היהדות, ביינאזאם צו שטיצן דעם רבינ'ס הייליגע אימפעריע מוסדותינו הקדושים, ווי פאסיג איז געווען אז מען זאל בהאי מקום דקא גרים, בעטן לפני שוכן מרומים שיעביר את רוע הגזירה, אז אט-די הייליגע המשכה וואס רביה"ק זי"ע האט איינגעפלאנצט על אדמת אמעריקע מיט מסירת נפש ממש, זאל ווייטער וואקסן און בליען על דרך ישראל סבא, אויפן הייליגן לויטערן דרך שקיבלנו מאבותינו ורבותינו הק' מוסדי דור.
פרקי תהלים האט פארגעזאגט בהתעוררות רב, דער לאנגיעריגער מנהל רוחני הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א, וואס איז נאך געשטעלט געווארן דורך רביה"ק זי"ע לעמוד לשרת למען חינוך בנינו ודורותינו, וכן יעזור ה' להלאה אויף לאנגע געזונטע יארן.
מנהלי כללי מוסדות סאטמאר אומעטום,
דערנאך איז פארגעקומען די רייכע קורצע אויפטריטן פון די אדמיניסטראטארן פון אלע ריזיגע סאטמארע אימפעריעס ברחבי ניו יארק, ניו דזשערסי, און קאנאדע. נאכן הערן די דרשות און אלע הרחבות גבולי קדושה אין יעדן שטאט צוגלייך, האט זיך ארויסגעשטעלט די אומגלויבליכע, אבער טרוקענע פאקטן, אז במשך די לעצטע 6-7 יאר, איז שוין צוזאמגעשטעלט געווארן קרוב צו א 'ביליאן דאלער' פאר הרחבת מוסדות סאטמאר אין אמעריקע וקאנאדע!
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז שוין גאַנצע 80 יאָר זינט דעם ביטערן חורבן עולם נורא, ווען רוב מנין ובנין פון דאס אידישע פאָלק איז נעבעך נעקר געוואָרן רח"ל, האָט איין צדיק אמת מרן רביה"ק זי"ע, מיט זיינע הימלישע כוחות, חבקוק שהעמידן על אחת, מיט בלוט און טרערן, צוריקגעשטעלט אַ יהדות החרדית, איינגעפלאַנצט אַ נייער כלל ישראל אין אַמעריקע, במסירת נפש אויפגעשטעלט די הייליגע מוסדות הקדושים 'תורה ויראה דרבינו יואל', אט-די הייליגע המשכה איז אויסגעשטיגן אלס דער סאמע מעכטיגסטער 'לגיון של מלך' איבער דער גארער וועלט! מיט א תפילה צום אויבערשטן שממנו יתד וממנו פּינה, אַז דאָס זאל פאָרגעזעצט ווערן ווייטער עד ביאת גואל במהרה!
חסדי ה' כי לא תמנו; הופעת כ"ק מרן רבינו שליט"א.
אט איז אנגעקומען דער 'קלימאקס' פונעם ריזן 'כינוס סאטמאר', ווען דער מעכטיגער 'סטאדיום' איז געווען איבערגעפילט מיט אלע אירע שטאקן על כל גדותיו, און עס איז געמאלדן געווארן אז דער מגן חינוך הטהור, ראש גולת אריאל, כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א, מנהיג קהלתינו ומוסדותינו הק', וממשיך דרכו בקודש פון רביה"ק בעל הנס זי"ע, קומט אט יעצט אריין אינעם זאל, לשוש אתנו משוש, באשיינען בראש המעמד האדיר והגדול הזה, און אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור אפגעבן א שבח והודי' פארן רבוש"ע ברוך שלא השבית לנו גואל.
אי' שוקל ואי' סופר! מ'קען דאס מיט ווערטער נישט באשרייבן, און ווער ס'האט דאס נישט מיטגעלעבט וועט דאס נישט פארשטיין, ווי דער גאנצער 'בארקלעיס פעסטונג', מיטן ריזן הויכשטאקיגע ארמיי וואס האט זיך געפונען דערינען, איז אין יענע רגעים פארוואנדלט געווארן אין איין שטיק שבח והודאה דורך די אלפי אלפים, וועלכע לויבן און דאנקען, טאנצן און פרייען זיך בקול רינה ותודה המון חוגג, מיט אזא עקסטאז, צענדליגער טויזנטער אידן, זקנים עם נערים, זינגען אינאיינעם מיט התרגשות 'חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!'
דער מנהיג העדה כ"ק רבינו שליט"א ערשיינט פון מערב זייט פונעם סטאדיום, און שּפאַנט אדורך דעם גאנצן זאל צווישן די ספעציעל דעזגנירטע ערטער, אויפן פאדלאגע פונעם זאל, לכבודם פון די חשוב'ע מלמדים ומרביצי תורה שליט"א, ווען מלפניו ומלאחריו שּפאנען די משמשים בקודש, הרבני החסיד המרומם רבי משה פריעדמאן שליט"א, משב"ק רבותינו הק', און הרבני החסיד המרומם בנש"ק רבי שמואל טייטלבוים שליט"א.
טויזנטער אידן שטופן זיך צו באגריסן רבינו שליט"א, דער רבי איז מאיר פנים לכל אחד ואחד, ואף הוא עונה כנגד המברכים בצהלת פנים אין דעם גרויסן יום הצלה.
כ"ק מרן רבינו שליט"א ערשיינט אויפן פני המזרח ביים בימת הכבוד, און דער מעכטיגער קול השיר ווערט פארשטארקט. די לופט איז עלעקטעריזירט, ווען רבינו שליט"א כאפט זיך דאן אן אין די ארומיגע גדולי הרבנים, עיני העדה, מרנן ורבנן חברי הבית דין שליט"א, בעת ווען חייל אלף אלפין ורבבה הייבן זיך אינאיינעם, די הונדערטער שטאקן, די טויזנטער אידן, אלס טאנצט ווי איין מעכטיגע חומה בצורה, ווי עס האט זיך ווירקליך געשפירט דאס וואס מיר זאגן אין די הייליגע ימים נוראים ביים פיוט 'ועמך מסביבים אותך כחומה, ואתה מן השמים תשגיח אותם לרחמה!'
נאך די פייערדיגע ריקודין האט מען פארגעזעצט מיט ווארעמע ניגוני התעוררות, בשעת דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו דער סעודת הודאה. דאן האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו פארצוזינגען די קאפיטל פון 'אודה', להודות ולהלל אויפן גרויסן יום הצלה, די התרגשות'דיגע ווארעמע מאמענטן פון כיסופין והתעוררות ווען די 'צוואנציג טויזנט סאטמארע חסידים' זינגען אינאיינעם בהתלהבות דעם ניגון ההודאה.
דברות קודש ומשא המעמד.
דער קלימאקס און הויכפונקט פון דעם מעמד אדיר והגדול איז געווען, ווען טויזנטער אידן הערן זיך צו צום 'קול אלוקים מדבר מתוך האש', דער דבר ה' בעוז וואס עס האט משמיע געווען דער מנהיג העדה, רבן של רבבות אלפי ישראל, כ"ק מרן אדמו"ר עטרת ראשינו שליט"א, ווי די גאנצע מעכטיגע 'בארקלעיס סענטער סטאדיום' מיט אירע 'צוואנציג טויזנט תלמידי וחסידי סאטמאר' איז געזעסן געשפאנט מיט יראה עילאה, זיך צוהערנדיג צו די קול ה' חוצב להבות אש, ווען דער רבי שליט"א הייבט אן ארויסצוברענגען איבער דעם משמעות פון דער נס הצלה, די יסודות׳דיגע דברי הדרכה במשנתו פונעם הייליגן בעל הנס זי"ע, און די זכי' צו שטיין צו דער האנט צו העלפן אויפבויען און מרחיב זיין די גבולי הקדושה פונעם הייליגן רבי'ן בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע.
מעלה געווען לשבח מוסדותינו הקדושים וואס וואקסט און בליט לשם ולתפארת, און דערביי ארויסגעברענגט די ודברים העומדים על הפרק איבער די גזירות וואס באדראען כלל ישראל בארץ ובגולה, בפרט די ביטערע גזירת החינוך המרחפת על יהדות ניו יארק, ועל כולם דער חובת השעה זיך מחזק צו זיין אין די דרכים פון רביה"ק זי"ע, נישט נאכצולאזן גארנישט, קיין קוצו של יו"ד, ווייל נאר אזוי קענען מיר זיך דערהאלטן אין דעם ביטערן אריכות הגלות, ממשיך צו זיין מורשתו הרוחנית פון רביה"ק זי"ע, בלי שום שינוי קל.
דערביי האט רבינו שליט"א מעורר געווען מיט שטארקע יסודות בענייני הדת, אז מען זאל זיך פירן בקדושת הבית אין אלע הינזיכטן, התעוררות בענייני צניעות, ארויסגעברענגט לשבח די לעצטערע שינוי לטובה ביי די נשים צדקניות אנבאלאנגט דאס קאפ צודעק, שטארקע זהירות איבער ליין מאטריאל, התבדלות מרשעים ומדרכי הגוי, בפרט נזהר זיין זיך צו דרייען נאר אין סאטמארע בתי מדרשים, אז מ'זאל חלילה נישט נשפע ווערן פון פרעמדע השקפות ח"ו, נאר שיקן די קינדער אין די הייליגע מוסדות, ישיבות, און נישט אוועקשיקן די בחורים לערנען קיין ארץ ישראל אשר תוצאותיו מי ישורנה, בפרט פאר סאטמארע אידן איז דער נזק פילפאכיג מער, נאכדעם וואס מען קען זיך אנפיקעווען בדיעות כוזבות ה"י. און דערביי אויסגעפירט ברכות לרוב פאר די טויזנטער משתתפים.
תיכף נאך די דברי אלקים חיים איז פארגעקומען די זעלטענע מרוגש'דיגע פרעזענטאציע אויפטריט דורך הילד החשוב אחד מתלמידי מוסדותינו הק', אינאיינעם מיט ר' הערשל וויינבערגער הי"ו מחשובי הורי מוסדותינו הקדושים, וואס האט בארירט אלע הארץ סטרונעס, ארויסברענגענדיג וואס רבינו הקדוש זי"ע האט אויפגעבויט על אדמת אמעריקע, און די הייליגע המשכה אויף ווייטער, און אז דער רבי געפינט זיך דא מיט אונז אין זאל בעת ווען מיר קומען זיך צוזאם מיטן ציל לחזור ולשנן בדרכיו הקדושים.
מסע חינוך הטהור בתוקפה.
דערנאך איז דער 'מסע חינוך הטהור' געקומען צו איר הויכ-ווענדפונקט, ווען בקול רגש האבן אויפגעטרעטן צוויי מסירת נפש'דיגע מנהלים, און ארויסגעברענגט מעומק לבבם זייערע הארציגע געפילן ברגשי הכרת הטוב פאר סאטמארע חסידים, פאר די געוואלדיגע הילף און שטיצע מיט וואס אנשי שלומינו טוען זיי ארויסהעלפן במשך דעם גאנצן יאר.
א 'כינוס הרבבות שטימונג' האט זיך אויפגעוועקט אין זאל, אט אין דעם מקום וואו מיט זיבן אהאלב יאר צוריק איז מען זיך צונויפגעקומען אויסשרייען אונזער וויי-געשריי קעגן די גזירות על הדת בארה"ק, אט-דאס איז געווארן חוזר וניעור ביי די פייערדיגע דרשות דורך די מנהלי המוסדות על טהרת הקודש.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרב הגאון רבי יהודה עהרנטאל שליט"א - מנהל מוסדות 'בנות ירושלים' על טהרת הקודש, ווי מיר הארציגע דיבורים האט ער ארויסגעברענגט זיין הכרת הטוב פאר די רבבות סאטמארע אידן, וואס העלפן אים שטענדיג ארויס, און שטייען לימינו ער זאל קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש, און מיט א קול געשטיקט פון טרערן בקול בוכים האט ער געדאנקט דעם אויבערשטן, 'אודך בקהל רב', אז ער האט די זכי' אזויפיל יארן צו פירן א מוסד על טהרת הקודש במסירת נפש, און ער בעט דעם אויבערשטן 'ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח', ער זאל ווייטער קענען מרבה זיין 'טהרת הקודש' ביז משיח'ס טאג.
דערנאך איז געהערט געווארן פייערדיגע דיבורים דורך הר"ר אברם יחיאל אונא שליט"א - מנהל מוסדות 'תורת אהרן' עטה"ק פאר די ליטווישע בני תורה קרייזן, ווען ער האט ארויסגעברענגט לשבח והכרת הטוב, אז מיט ארום צען יאר צוריק, ווען רבו הגדול הראש הישיבה מרן רבי שמואל אויערבאך זצ"ל, האט זיך געשטעלט במסירת נפש מיט די געוואלדיגע מהפיכה זיך אפצושאקלען פון די מלכות המינות און זייערע טמא'נע געלטער, האט יעדער געלאכט פון זיי, מען האט חוזק געמאכט פון זיי, אבער 'איין איינציגע קהילה' איז זיי געשטאנען צוהילף, דאס איז די 'הייליגע סאטמארע קהילה, בנשיאות דעם רבי'ן שליט"א', וואס דער מגן חינוך הטהור בארץ ובגולה רבינו שליט"א, האט זיך אריינגעווארפן אוועקצושטעלן א יסוד בסיס למען קיום התורה בטהרה.
דערביי האט דער מנהל געזאגט מיט ווייטאג דאס וואס די ציונים ימ"ש זוכן אויסצורייסן אלעס, לעקור את הכל, און דערביי אויסגעשריגן: "געוואלד!!! ראטעוועט!!!" נאר מיטן העלפן אז די 'טהרת הקודש' זאל האבן א קיום, וועט ארגינעלע אידישקייט אין ארה"ק האבן א קיום.
לוחות שניות; צום צווייטן מאל דברות קודש מלהבות אש 'ומשא חינוך הטהור' דורך כ"ק רבינו שליט"א.
ווי אן עלעקטעראנישע שטראם האט דער יו"ר המעמד הרה"ח ר' שלמה אליעזר מייזלס הי"ו צוגעטרעטן צום מייקראפאן, און געמאלדן אז דער פלאן איז געווען אז הגה"צ אבד"ק ירושלים שליט"א זאל אויפטרעטן מיטן 'דבר מסע חינוך הטהור', אבער דער רב שליט"א האט געבעטן אז אין אזא התרגשות'דיגע מאמענט איז נישט מער ווי פאסיג אז דער מגן חינוך הטהור, אביו הגדול אבינו רועינו הנאמן כ"ק רבינו שליט"א, זאל בבחינת 'לוחות שניות' נאכאמאל אויפטרעטן, און ארויסברענגען דאס התבוננות צו גיין אינעם הייליגן רבינ'ס דרכים.
דא האט דער רעיא מהימנא צום 'צווייטן מאל' זיך אויפגעשטעלט, און אויפגעטרעטן מיטן 'דבר מסע חינוך הטהור', און מיט א קול אדיר וחזק געפאדערט, אז אונז זאל מיר זיך אליינס אנקוקן צי 'אותו דבר שציווני עדיין נוהג בנו', צי אונז זעמיר טאקע מקיים דעם הייליגען רבינ'ס צוואה, צו שטיצן און מחזק זיין בגוף ובממון די אלע מוסדות על טהרת הקודש בארה"ק, וועלכע שיידן זיך אפ פון די מלכות המינות.
דערביי האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט מיט ווייטאג איבערן געפערליכן מצב אין ארה"ק, ווען די פרומע פארטייען וועלכע זענען מקושר צו די טמא'נע געלטער משולחן איזבל, ווערן א חלק אין די ממשלה און אלע זייערע גזירות נוראות, כי השוחד יעוור עיני חכמים, 'שוחד שהוא חד', מען ווערט אליינס פארבלענדעט נישט זעענדיג דעם אמת.
רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן: "קרוב צו אכט יאר צוריק זענען מיר דא געשטאנען אין דעם מקום און געבראכן די השתקה אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס". דעמאלס האבן נאך אסאך געוואלט לייקענען דעם פאקט, אבער היינט צוטאגס זעט מען איין דעם אמת, בפרט לעצטנס ווען די מדינה הטמאה שיקן ארויס טויזנטער 'גיוס באפעלן' פאר בחורי ישראל לשמד רח"ל היל"ת.
רבינו שליט"א האט אויסגעפירט, עס איז זיכער אז רבינו הק' זי"ע געפינט זיך דא מיט אונז, לאמיר זיך אויסגיסן אונזערע הערצער איבער דער שווערע מצב רוחני וגשמי וואס מיר גייען אריבער! לאמיר פארציילן פארן הייליגן רבי'ן וויפיל אידן דארפן ישועות ורפואות! כי כל לבב דוי וכל ראש לחלי! אין דעם זכות וואס מיר זענען מחזק די בעלי מסירת נפש, מנהלי המוסדות על טהרת הקודש, און מיר לערנען זיך אפ פון זייער מסירת נפש, וועט דאס אוודאי משפיע זיין, און דער אויבערשטער וועט העלפן פאר יעדן איינעם מיט אלע השפעות טובות!
נאך די געוואלדיגע דברות קודש מלהבות אש, האט דער גאנצער ציבור געזונגען בהתעוררות רב אונטער איין דאך ניגוני גלות וגאולה, און גאר א שטארקע מאמענט ביים זינגען די הייליגע 'אני מאמין ניגון', וואס האט פריש אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור הרבבות אין א התלהבות והשתוקקות.
זכרונות מימי קדם.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח הישיש רבי יחזקאל שטיין שליט"א - הויז-בחור ביי רביה"ק זי"ע, ווי ער האט פארציילט בנועם שפתיו זיינע מתיקות'דיגע זכרונות, וואס ער האט פערזענליך מיטגעלעבט ביי רביה"ק זי"ע אין די בראשית יארן פון אמעריקע, און האט ארויסגעברענגט, אז ער געדענקט נאך בשנת תשי"ב לפ"ק, ווען די סעודת הודאה כ"א כסלו איז פארגעקומען מיט קוים א מנין אידן, און ער האט זיך קיינמאל נישט געקענט פארשטעלן אז מיט העכער 70 יאר שפעטער וועט ער שטיין און רעדן ביי א מעמד סעודת הודאה כ"א כסלו מיט '20 טויזנט סאטמארע אידן' קע"ה בליעה"ר, ההולכים בדרכיו הקדושים! ואחריתך ישגה מאד!
נדיביו יאמרו לו!
דערנאך איז געהערט געווארן די שטארק-רירנדע ווערטער דורך זיין אייניקל הרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' יואל לאנדא שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די שטאלצקייט און זכי' אז מען איז א סאטמארער חסיד, און דער גאנצער וועלט שטייט אויף סאטמאר'ס צדקה וחסד, זעענדיג קלאר ווי דעם רבינ'ס הבטחה פון 'אייגענע עשירים' האט איר ריכטיגער קיום.
דערביי האט דער נגיד המרומם געמאלדן, אז הנהלת המוסדות גייט בעז"ה געבן ביז 'דרייסיג פראצענט העכערונג' פאר די מלמדים ומרביצי תורה, מיטן הילף פון ר' יואל שליט"א ושותפו הרבני הנגיד ר' יעקב שווימער שליט"א.
נאך די רירנדע ווערטער פון ר' יואל שליט"א, האט דער מנכ"ל ר' חיים יצחק מאנדל הי"ו געמאלדן, אז הרבני הנגיד המרומם ר' ליפא פריעדמאן שליט"א שענקט דעם ריזן סכום פון 'פינף מיליאן דאלער' לטובת דאס אויפבוי פונעם 'גרעסטן בנין התלמוד תורה בממלכת סאטמאר האדירה', 'בנין עטרת יואל', לכבודו פון אביו ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק וזוגתו שתחי'.
פאר מקדושים; כ"ק אדמו"ר מ'בית חיים יהושע שליט"א.
מיט א יראת הכבוד האט אויפגעטרעטן האי חו"פ פאר מקדושים, מזקני אדמור"י דורינו, כ"ק אדמו"ר מ'בית חיים יהושע שליט"א, וועלכער האט מיט שטארקע דיבורים ארויסגעברענגט אונזער חוב און ציל, זיך צו קלאמערן בדרכיו הקדושים פון רביה"ק זי"ע בעל הנס, און דערביי ארויסגעברענגט אינטערעסאנטע זכרונות וואס ער האט אליין בייגעוואוינט ביי רביה"ק זי"ע.
דערנאך האט ער ארויסגעברענגט לשבח פונעם מגן חינוך הטהור כ"ק רבינו שליט"א, וואס טוט פארטיילן אזויפיל געלטער פאר די מנהלי המוסדות על טהרת הקודש, אז דער קופת 'שקל הטהור' האט שוין פארטיילט ארום 'פופציג מיליאן דאלער' פאר טהרת הקודש!
היסטארישע מאמענטן: ערשטמאליגע חלוקת 'שקל הטהור' על אדמת אמעריקע!
מיט קורצע דיבורים האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יצחק מאיר שטערנבוך שליט"א מארה"ק, ומראשי מוסדות 'זרע קודש' עטה"ק, ארויסברענגענדיג דברי הכנה איידערן היסטארישן 'חלוקת שקל הטהור' וואס וועט פארקומען דא אין זאל.
נאך ברכת המזון האט רבינו שליט"א געזאגט די שבע ברכות פאר 17 חתנים מאנ"ש קע"ה, און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חתנים ומחותנים. דערנאך האט כל הקהל הקודש זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבוד היום.
נאך די ריקודי קודש איז פארגעקומען די התרגשות'דיגע מאמענטן, ווען דער מגן חינוך הטהור בארץ ובגולה ראש גולת אריאל, כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געטון פארטיילן די פאנטאסטישע סומעס דורך מפעל 'שקל הטהור' פאר אלע מנהלי המוסדות על טהרת הקודש, זייענדיג דאס ערשטע מאל ווען אזא חלוקה קומט פאר על אדמת אמעריקע. יעדער מנהל איז אריבער רבינו שליט"א כבני מרון, און פערזענליך ערהאלטן זיין 'ריזן טשעק' למען קיום וביסוס המוסדות עטה"ק. ברוך המקדש שמו ברבים!
ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען לביתו נאוה קודש, זענען אלע מנהלי המוסדות עטה"ק נאכאמאל אריין בקודש פנימה, ווי רבינו שליט"א האט זיי פון פריש געגעבן א באזונדערע תמיכה לאות הכרה ומתנה פאר זייער עבודת הקודש במסירת נפש.
אשרי עין ראתה כל אלה!