ברוכים הבאים.
די טעמע זאל דינען אלץ פאבליק פלאטפאמע פארן ציבור צו פארשרייבן למשמרת סיי וועלכע שיינע געדאנק עס פאלט אייך ביי.
חידושים, הגהות, והערות על דא ועל הא
חידושים, הגהות, והערות על דא ועל הא
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: חידושים הגהות והערות על דא ועל הא
והיה עקב תשמעון את המשפטים האלה ושמרתם ועשיתם אתם ושמר ד’ אלוקיך לך את הברית ואת החסד אשר נשבע לאבתיך. ואהבך וברכך והרבך וברך פרי בטנך ופרי אדמתך דגנך ותירשך ויצהרך שגר אלפיך ועשתרת צאנך על האדמה אשר נשבע לאבתיך לתת לך.
אין ילקוט מעם לועז ברענגט ער אז טראצדעם וואס מיר ווייסן אז שכר מצווה בהאי עלמא ליכא, אכ”ז צוליב די יסורים באקומט מען אט די אלע ברכות שוין דא אויף דער וועלט, כמובן שהקרן קיימת לעולם הבא.
מיט דעם פארשטיי מען די טויש אינעם לשון רבים תשמעון אריבער צו די לשון יחיד לך, ווייל דאס אלעס ווענד זיך אין יעדן יחיד און אין זיינע נסיונות.
בגמרא שבת (נה:) אמר רב אמי, אין מיתה בלא חטא ואין יסורין בלא עון, אין מיתה בלא חטא דכתיב (יחזקאל יח, כ) הנפש החוטאת היא תמות בן לא ישא בעון האב ואב לא ישא בעון הבן צדקת הצדיק עליו תהיה ורשעת הרשע עליו תהיה וגו', אין יסורין בלא עון דכתיב (תהלים פט, לג) ופקדתי בשבט פשעם ובנגעים עונם.
מיתיבי אמרו מלאכי השרת לפני הקב"ה רבונו של עולם מפני מה קנסת מיתה על אדם הראשון אמר להם מצוה קלה צויתיו ועבר עליה א"ל והלא משה ואהרן שקיימו כל התורה כולה ומתו א"ל (קהלת ט, ב) מקרה אחד לצדיק ולרשע לטוב וגו', הוא דאמר כי האי תנא, דתניא ר"ש בן אלעזר אומר אף משה ואהרן בחטאם מתו שנא' (במדבר כ, יב) יען לא האמנתם בי הא האמנתם בי עדיין לא הגיע זמנכם ליפטר מן העולם. מיתיבי ארבעה מתו בעטיו של נחש ואלו הן בנימין בן יעקב ועמרם אבי משה וישי אבי דוד וכלאב בן דוד וכולהו גמרא לבר מישי אבי דוד דמפרש ביה קרא דכתיב (שמואל ב יז, כה) ואת עמשא שם אבשלום תחת יואב (שר) הצבא ועמשא בן איש ושמו יתרא הישראלי אשר בא אל אביגיל בת נחש אחות צרויה אם יואב וכי בת נחש הואי והלא בת ישי הואי דכתיב (דברי הימים א ב, טז) ואחיותיהן צרויה ואביגיל אלא בת מי שמת בעטיו של נחש מני אילימא תנא דמלאכי השרת והא איכא משה ואהרן אלא לאו ר"ש בן אלעזר היא וש"מ יש מיתה בלא חטא ויש יסורין בלא עון ותיובתא דרב אמי תיובתא.
לכאורה איז זייער שווער די גמרא צו בלייבן ביי א מסקנה אז יש יסורים ומיתה בלא חטא. צו זאגן אז פורעניות האט נישט קיין חשבון איז בגדר לייקענען שכר ועונש. צו זאגן אז אלעס איז א מקרה און אז די מצבים גוט און שלעכט האט נישט מיט א מענטשנס אויפפירונג איז לכאורה אויבן אויף מנגד די עיקרי האמונה.
נארוואסדען, יתכן אז דאס אלעס איז נמשך פון די עטיו של נחש. די זוהמת הנחש איז א טיפע נפשיות’דיגע ענין פון מזהם זיין די נשמות און אן איבעריגע דאזע חומריות און נסיונות וואס אן דעם וואלטן מיר נישט געהאט. די סוכ”ס איז אז א מענטש אין דעם גוף איז כמעט מן הנמנע צו אנקומען צו שלימות כדבעי און דעריבער פעלט אויס מיתה, וכן איז עס מיט די בזיעת אפך תאכל לחם און די בעצבון תלד די צער עיבר, לידה און גידול. דאס אלעס איז הא בהא תלוי.
א מענטש בכדי נישט נמשך צו ווערן נאך די פגעי הזמן און זיין חומר דארף צו זיין פארנומען ווי סשטייט טוב תורה עם דרך ארץ שביגיעת שניהם משכחת עוון. סאיז נישט אז א מענטש איז באשטראפט צוליב די חטא אדם הראשון. סאיז פשוט א טעכנישע הכרח, אז צוליב די חטא זענען אונזערע נסיונות צו גרויס און שטארק אז מנוחה איז נישט גוט, בטילה מביא לידי זימה ושיעמום. מדארף זיין פארנומען מיטן זיך מוטשענען און פלאגן. מה יתרון לאדם בכל עמלו שיעמל תחת השמש, למעלה יש יתרון דהיינו עסק התורה, אבער עכ”פ אדם לעמל יולד. פארוואס? אט צוליב דעם זוהמת הנחש וואס ברענגט אונז אן נסיונות וואס בכדי זיך צו מתמודד זיין מיט דעם פעלט זיך אויס די מושג יסורים פון זיין פארנומען אגאנצן לעבן מיט אונזערע צרכים.
יעצט צוריק צו דעם געברענגטן ילקוט מעם לועז, קלער איך צו זאגן אז נישט אז די יסורים מאכן אז מזאל באקומען די שכר דא אויף דער וועלט... פונקט פארקערט, לעולם וואלט דאך די גאנצע יסורים נישט געדארפט זיין. די יסורים איז בס”ה אז מיר זאלן זיין ערליך. נו אויב א איד האלט זיך טראץ די נסיונות דאן פעלט דאך דאס מער נישט אויס די פלאגעניש בכדי אפצוהאלטן פון זינדיגן. דעריבער פאלט די בזיעת אפך און די בעצבון תלד נאטורליך אוועק, נישט בתורת שכר, דאס איז גאר וויאזוי דער אויבערשטער האט מתחילה אוועקגעשטעלט די עולם הגשמי. אויף דעם משקל וואס מיר לערנען אין אבות (ד ט) רבי יונתן אומר: כל המקיים את התורה מעוני סופו לקיימה מעושר וכל המבטל את התורה מעושר סופו לבטלה מעוני. פשוט, דאס אלעס, הן די נסיונות ברוחניות והן די נסיונות בגשמיות פאלט אוועק איינמאל משטייט עס ביי. מיט דעם פארשטייען מיר די לשון הפסוק וואס באציט זיך בעיקר אויף די צוויי זאכן פרנסה און א ברכה אויף די פרי בטן, די קללות וואס מהאט באקומען צוליב דעם חטא אדם הראשון.

דער חת”ס אין די תשובות ווינדערט זיך אויפן אני מאמין בביאת המשיח, מדארף גלייבן ווייל אזוי שטייט אין די תורה אבער פארוואס איז דאס א קוטב אויף וואס יהדות שטיצט זיך פרעגט ער, אפילו חס וחלילה טאמער בלייבן מיר דא היל”ת, בלייבן מיר סייווי ערליכע אידן. למעשה פירט ער אויס אז די מספר 13 טרעפט מען שוין פון די גאונים אזוי ברענגט ער פון זיין גרויסן תלמיד דער מהר”ם א”ש. עכ”פ סבאדערט פארן חת”ס.
דער ברך משה ווינדערט זיך אויפן אע”פ שיתמהמה און ער פארענטפערט עס דורכן מעשה מיט נאפיאליאן אז צוליב דעם וואס מיר גלויבן אפילו עס איז פארהוילן, אט דאס איז אונזער גרעסטער חיזוק.
עכ”פ, איך קלער עס צו פארענטפערן אז די אני מאמין בביאת משיח איז טאקע נישט אזוי ווייט א קוטב די עצם אמונה בביאת משיח, דאס טאקע מאכט נישט אזוי ווייט אויס. אבער דאס זיין אין א מצב פון אע”פ שיתמהמה, אט די גלות צביון פון א איד וואס ווארט אויף משיח, דאס איז שוין איינצאל א קוטב. אט די מהות גלות איד דעפינירט אונז. דאס איז עפעס אויף וואס אלעס שטיצט זיך. אן דעם יסוד זענען מיר גאר עפעס אנדערש.

Re: חידושים, הגהות, והערות על דא ועל הא
אין די מגילה טרעפט מען כמעט נישט נישט קיין אפענע ניסים, אלעס איז באהאלטן און טעקניקל, מען טרעפט נישט רעדן פון הלכה (חוץ בשייכות צו פורים) אדער מוסר לכאורה.
למעשה אבער אז מטראכט אריין אין די פסוק ’כי אם החרש תחרישי בעת הזאת רוח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר ואת ובית אביך תאבדו ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות’ זעהט מען דא מורא’דיגע אפענע לימודים.
1 די ישועה וועט קומען סייווי, מאקסימום קענסטו האבן די זכות פון זיין דער מגלגלין זכות ע”י זכאי.
2 אויב ביסטו אין א פאזיציע צו העלפן און דו העלפסט נישט איז עס נישט נאר אז דו טרעטסט אויפן ’במקום שאין איש השתדל ליהות איש’ נאר עס איז א פשיעה אין דיין גאנצע שליחות און עקזיסטענץ. מי יודע צו דיין גאנצע פאזיציע איז נאר פאר אט די מינוט צו העלפן יענעם, און אויב טוסטו דאס נישט וועט די זעלבע גורל פון יענעם פאלן אויף דיר ’מידה כנגד מידה’ האסט געלאזט יענעם פאלן וועט מען דיר לאזן פאלן.
3 עס איז דא אמאל וואס א קינד באקומט א טשענס צו פאררעכטן אן עוולה פון די עלטערן און טאמער טוט ער עס נישט ווערט ער געשטראפט צוזאמען מיט די עלטערן. אסתר איז געווען אן אייניקל פון שאול המלך און סאיז געווען איר אחריות צו אפשטעלן די דעמידזש וואס איז ארויסגעקומען פון לאזן לעבן אגג.
בקיצור, עס ליגט אין די פסוק געהעריג א שמועס אין בטחון און השתדלות, ערבות און מילוי התפקיד.
א שמחת פורים

רבינו הב"מ זצ"ל האט געטייטשט פורים אמאל ( אפשר האט ער עס נאכגעזאגט) רווח והצלה יעמדו עס וועט געשען א נס אבער ממקום אחר פון פרעמדע מקורות, די ישועה וועט קומען פון נישט ערליכע פלעצער, אבער דעמאלס וועט את ובית אביך תאבדו חלילה ווייל א נס נישט ממקור הקדושה קען נישט האבן קיין קיום