מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 03, 2025 8:53 pmקוק איבער מיינע פוינטס.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 03, 2025 2:30 pmכ'וויל נישט פארדרייען דעם שמועס, אבער:
1) ס'איז נישט ריכטיג. מען האמערט נישט קעגן שייטלען בכלליות, נאר קעגן אומאיידעלע, וויבאלד א גרויסע פראצענט ערליכע משפחות גייען שייטלען בידוע.
2) וואס מען לערנט איז גענוי דאס וואס דער מייסד האט איינגעפירט, ה"ה הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
1 פאקט, אין קר”י סקול ווערט מען אפיציעל מחונך אז א שייטל איד איז א צווייטע קלאס איד. דאס איז א מילתא דעבידה לגילויי, פרעג די תלמידות, עס זענען דא טויזנטער יעדעס יאר קע”ה
2 די פשטות השו”ע והפוסקים, אויפן דף ווי מען זאגט, איז קלאר.
דער מייסד האט נישט געמאכט קיין תקנות צו אסרן שייטלען אדער עס אפילו צוצודעקן. אבער עס איז נישט רעלעוואנט לעניננו.
ליין מיין פאוסט דא, פון נעכטן. דער מייסד האט עס זייער קלאר אראפגעשטעלט.
און גראדע רעדט מען היינט מער לקולא לפי המצב, ואכמ"ל. א גרויס חלק טיטשער גייען אליינס שייטלען, כ'מין ס'איז לגמרי נישט איינשטימיג מיט'ן מציאות צו זאגן אז דער סיסטעם איז אז זיי זענען צווייטע קלאס.
אויב יענע קהלה איז אזוי פונדערהיים, נישט אלס מגושמים, וואלט מען עס מעגליך אקצעפטירט פונקט ווי דעמאלס. פונקט ווי מען אקצעפטירט א ספרד'ישע קהלה וואס האט אנדערע מנהגים לגמרי.מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 03, 2025 8:53 pm
3 וואלסטו היינט אקצעפטירט אין קר”י א קהילה וואו מען שניידט די בערד, מען גייט אפיציעל לכתחילה מיט אפענע צניעות’דיגע שייטלען, מען עסט געבראקס און מאשין מצות אין פסח? איך ווייס דער ענטפער, ניין. וואלסט געטענה’ט (אפשר מיט רעכט?) אז מען ברעכט אינטער די פך שמן טהור רצון רבינו הקדוש קרית יואל. יעצט דערצייל איך דיר אז רבינו יואל האט גערופן די דעברעצינער קהילה קיין קר”י, אן צו לייגן קיין תנאים דערצו, איך טריי בסך הכל צו מאכן סענס דערפון.
אבער ס'איז נישט אויסגעשלאסן צו זאגן אז דער רבי האט געוואלט האבן דעבריצין אין קרית יואל וואוסנדיג אז דערמיט וועלן זייערע בערד ארויסוואקסן אין נאו טיים...