וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1355
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4083

וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך מסתמא »

ווען מען רעדט פון די נושא איז זייער וויכטיג צו געדענקען א יסודות'דיגע נקודה, דאס איז די יסוד פון די דרך הממוצע. יעדע עקסטרעם איז קראנק.
ואסביר, טאטאל אנארכיע איז הירוס העולם אבער טאטאל קאנטראל איז גארנישט אנדערש סכנה. און אט די עקסטרעם טייטשט א קולט. עס איז א לעוול פון קאנטראל וואס שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט, אפילו פארן אויבערשטן אליינס. א יעדער דיקטאטור האט זיך זיינע גאולס וואס באפרידיגט אים און נאכדעם לאזט ער צורוה למחצה לשליש. אנדערש איז אבער א קולט פירער, ער זוכט אבסאלוטע און טאטאלע קאנטראל פיזיש און גייסטיש אין יעדע מובן אן קיין שום אספעקט אויסגעלאזט.

בכדי צו פארשטיין א קולט דארף מען קודם גיין בעיבי סטעפס. טראכט פון א טאקסיק רילעישאנשיפ, דער אביוזער באקומט פולע קאנטראל אויפן וויקטעם פיזיש און גייסטיש. דער אביוזער האקט אפ דעם וויקטים פון די פריינט און פאמיליע און/אויכעט נוצט ער די פריינט און פאמיליע צו מאניפולירן דעם וויקטעם. טרערן און ליבשאפט זענען בס"ה טולס אינעם מאניפיולעישאן טול-באקס. בקיצור, טראכט פונעם קלאסישן טאקסיק רילעישאנשיפ אבער מאך עס פלורעל פאר א רבים. די כח הרבים איז דאך נורא ואיום, דאס קאנצעטרירט די כח פון אלע מענטשן אין איינס. אט די קשר פון טאקסיק רילעישאנשיפ צו אן ענדלאזער קאנטראלירער בצירוף מיט'ן כח הרבים אט דאס פאראורזאכט דעם שרעקליכן ברי' 'קולט'.

נאטורליך איז זייער שווער צו אידענטיפיצירן קולטן אין די פריע שטאפלען ווייל זייער אסאך פארמען פון קאנטראל זענען טעטיג אויף די וועלט, און א 'קולט' איז בס"ה די שטארקע עקסטרעם. די צוויי קעגנזייטיגע שפיצן פון אנארכיע און קאנטראל זענען נישט ווי צוויי פארקערטע סעטינגס מיט בלויז 2 אפיצעס ווי אן on און off סוויטש. ניין, אנארכיע און קאנטראל זענען צוויי עקן מיט א ריזן ספעקטרום אינדערמיטן אונטער וואס יעדער פון אונז פאלט אריין. די נקודה פון א קולט איז פשוט דער עקסטרעם פון די שפיץ וואס הייסט קאנטראל.

מען דארף פארשטיין אז ווען מען קומט צום שפיץ מענטשליכע קאנטראל פאלט אוועק די ווירדן, דאס וואס מיר מענטשן רופן אן ווירדן איז נישט אנדערש ווי א קאנטראל וואס קאנטראלירט 'יעדעס' מענטש, אריינגערעכנט דעם פירער פון יעדע פלאץ. שפיץ מענטשליכע קאנטראל באדייט בהחלט א העדר, א לאך פון ווירדן, עס נעמט עס איבער. ווי דאס שפריכווארט לויטעט; אבסאלוט פאוער קארופטירט אבסאלוטלי. אפילו דער מלך וואס איז א פורץ גדר האט געדארפט אזוי צו זאגן ריפארטן צום סנהדרין, עס איז נישטא אזאנס אינעם אידישן לעקסיקאן ווי אבסאלוט אנטשעקד פאוער. אפילו ווען מען זעהט א צדיק טון א זאך וואס זעהט אויס שלא ע"פ הלכה, דארף מען טאקע דן זיין לכף זכות אבער חס וחלילה נאכטון.

עכ"פ, קאנטראל האט א ספעקטרום און די נקודה פון א קולט איז א ווערסיע פון אנטשעקד טאטאלע קאנטראל - כאפ די נקודה אז יעדער אביוזער טוט אט דאס, ער נעמט איבער די קאנטראל עד הסוף ובהחלט איז נישטא ביי אים אין זיין קרומען קאפ גארנישט העכער פון אים. יעצט אמת אז ביי חסידים האט מען געהאט אמונת צדיקים און געפאלגט אן קיין שאלות אבער די שפיץ חילוק איז אז דאס פאלגן קומט מצד דעם חסיד און נישט מצד עפעס א קאנטראל וואס צווינגט אים דערצו, כופה זיין קען מען נאר אויפן שו"ע אדער תקנות הקהילה וועלכע זענען משום סייג וכו'.

אבער לאמיר צוריקקומען צום שפיץ, א קולט איז נישט עפעס א ברי' חדשה, ניין. א קולט איז בס"ה די טאטאלע עקסטרעם פונעם 'קאנטראל ווערסוס אנארכיע' ספעקטרום, סאיז גארנישט פענסי ניי. א ודאי, דעי דאזיגע עקסטרעם איז מוליד ולדות, אבער די שפיץ איז אן אלטער זקן וכסיל. דער אמת איז אז באופן כללי זענען רוב דיאגנאזן און פראבלעמען בס"ה די עקסטרעמען פון געוויסע ספעקטרומען, לדוגמא מוד דיסארדער.

אלענפאלס, וויאזוי זיך צו היטן פון א קולט? אט דאס איז די מיליאן דאללער'דיגע פראגע. און די פראגע איז א גוטע, קולטן פארכאפן קלוגע און געלונגענע מענטשן. קיינער גייט נישט זיך איינשרייבן אין קיין קולט בידיעה.

די נקודה איז נישט דאס לעיבלען קולטן. די נקודה איז דאס דערקענען רעד פלעגס און וויסן וואס גייט אין יענע דירעקציע. עס איז נישט נוגע צו עס פיט שוין יעצט די עקזעקט קרייעטעריע צו זיין קוואליפיצירט קולט, עס איז אונז נישט נוגע. קולט-לייק ביהעיוויער איז עפעס וואס מ'מוז דערקענען און זיין א מבין דערויף, פארוואס זאלסטו זיין געכאפט אין שאק ביי גילוי קלונם? פרעג דיר אליינס די קשיא היתכן ביז אהין בינעך יא מיטגעגאנגען? פארוואס האב איך נישט געזעהן די אבוויעס זאכן וואס די דערויסע0נדיגע האבן געשריגן? לאמיר עס טאקע יא זעהן.


***


טייל מענטשן האבן מורא צו רעדן פון קולטן אויס מורא אז מארגן וועט מען דעזיגנירן יהדות אלץ א קולט, אדער ארטאדאקסיע, אדער זייער פערזענליכע קהילה אדער חסידות צו וואו זיי באלאנגען. עס איז אבער זייער טעות, זיי ווייסן גארנישט וואס א קולט באדייט און דעריבער ציטערן זיי צו אדרעסירן דעם סכנה אויס מורא אז מארגן וועט מען קומען נאך זיי אומ’יושר’דיג. סאיז עפעס אזא מיינדסעט ווי; קולטן און רעליגיע איז די זעלבע זאך און סאיז די טובה פון די זאך אז מיר געניסן פון פרייהייט פון רעליגיע טראצדעם וואס דאס ערמעגליכט קריסטנטום און איסלאמיזם. סאיז עפעס אזא שמור לי ואשמור לך צוגאנג אז איך וועל ערלויבן קולטן צו עקזיסטירן וועט יענער מיר ערלויבן צו עקזיסטירן. אבער דער אמת איז אז דאס קומט פון נישט פארשטיין בכלל וואס איז דאס א קולט אזוי אז דו דרייסט דיך ארום מיט די איינדרוק אז לעולם ביסטו אויכעט אין א קולט.

דעריבער איז וויכטיג עס צו חזר'ן און ארייננעמען קלאר אז רעליגיע און קולט זענען צוויי גאר אנדערע זאכן. רעליגיע איז א גלויבונג, א קולט איז א קאנטראל מיט א פירער אין שפיץ. איז קודם לאמיר קלאר ארויסשניידן ’גלויבונג’ פון די קולט וואקאבולאר, אפילו קריסטנטום איז אויכעט נישט קיין קולט טראצדעם וואס סאיז עבודה זרה. בכדי עפעס זאל הייסן קולט דארף דא זיין א לעבעדיגע פירער וואס קאנטראלירט, נישט א סעט פון גלויבונגען און ווירדן וועלכע דיקטירן. אפילו א גאר ראדיקאלע ווערסיע פון לעבן איז נאכאלץ נישט קוואליפיצירט קולט. עס קען זיין ווי שארף און עקסטרעם דו ווילסט, נישט דאס טייטשט א קולט. א קולט איז אן אבסאלוטע און טאטאלע קאנטראל אויף אירע אינטערטאנען מיט א לעבעדיגע פירער (אדער פירערס) אין שפיץ דערפון.


יעצט לאמיר עס נעמען א שלב ווייטער, אפילו א קאנטראלד קאמיוניטי איז אויכעט נישט קאנסידערד קולט כל זמן די קאנטראל איז איבער א סעט פון ווירדן וואס בענעפיטירט נישט קיינעם. דאס הייסט, אז טאמער קומסטו נאך א געוויסע ליסטע פון ערווארטונגען ביסטו מסודר, קען עס זיין ווי עקסטרעם ס'איז, דאס איז ווייטער נישט קיין קולט. א קולט איז א מציאות פון א קאנטראל וואס שטייט נישט פאר א ספעציפישע ליסטע ווירדן און ערווארטונגען. עס מאנט און פאדערט נאן סטאפ געטריישאפט, איבערגעגעבנקייט, התבטלות, געלט און אלעס וואס א מענטש קען נאר האבן, אפילו די אייגענע גוף, צו ווערן איבערגעגעבן און קאנטראלירט דורך די קולטס פירערשאפט.

איז אזוי, א ודאי וועט א יעדע קולט פארקויפן אז ער האט א שיטה, א הילוך החיים און א סעט פון ווירדן וואס ער ברענגט צום טיש. נישט נאר דאס, געווענטליך וועט די מיסיע וואס די קולט שטעלט פאר ממש פארשפרעכן צו לעזן די וועלטס פראבלעמען. אבער דו בלייב קוקן מיט אפענע אויגן צו ציביסלעך פאלן אלע ווירדן און גלויבונגען אוועק און אלעס צילט סוכ”ס צו דעם איינעם ציל פון קאנטראלירן און דיקטירן דיין לעבן, יעדע אטעם, יעדע פעני, יעדע אונס כח, צו זיין פולשטענדיג אינטער די קולט פירערשאפט.

בעפאר מ'גייט ווייטער, קולטן זענען פיל מיט עקסטרעם קלוגע און אמאל געוועזענע נארמאלע מענטשן. וויאזוי פאלן קלוגע מענטשן אריין אין קולט’ס? די ספעקטרום ענטפער קען זיין אסאך אבער איין געוויסע נקודה זעהט מען גאר שטארק, די נקודה אז יעדע מענטש איז א נשמה פאר זיך און מ'קען נישט סובל זיין דאס פילן פלעין. א מענטש מוז פילן ספעציעל, ער איז נישט עפעס סתם. אסאך מענטשן גלייבן צוליב דעם געפיל, לאמיר עס רופן ’דעם דראנג פאר עטענשאן’, אין קאנספיראציע טעאריעס בכדי צו באקומען דעם געפיל אז ער איז דערגאנגען עפעס וואס דאס מענטשהייט פארזעהט, דאס גיבט א געוואלדיגע געפיל פון שפירן ספעציעל. יעצט א קולט רייט גאר שטארק אויף אט דעם וואלנערעביליטי, א קולט איז כסדר ביזי חזר'ן ווי גארנישט און פארלוירן דו ביסט אן די קולט און ווי גארנישט און פארלוירן דו ביסט געווען ביז'ן דזשוינען די קולט. נאכדעם איז דא די עקסטערע סלאגאנען אינטערצושטרייכן וויפיל מער דו ביסט פון די גאנצע וועלט פארן האבן די זכי' צו זיין א חלק פון די קומץ קטן וועלכע וועלן ווערן געראטעוועט פון די שלעכטס און סכנות וואס גייען אלץ אנקומען

היות די באגריף 'קולט' איז בס"ה די שפיץ פון א ספעקטרום איז זינלאז צו געבן א פונקטליכע ליסטע פון סימנים. אז דו זעסט סיי וועלכע גרופע וואס איז 'אויסנאם' משועבד צו אן קאנטראלירנדע פירערשאפט, זיי עקסטרעם אויפמערקזאם. און די שליסל איז דאס ווארט 'אויסנאם'. אז דו זעסטע עקסטרעמע יוצא דופן'דיגע התנהגות בכלליות, כאפ נישט קיין התפעלות. אין אונזער קעיס איז די נושא פון עקסטרעמע פירערשאפט קאנטראל. אבער אין אמת'ן אריין, יוצא דופן'דיגע הנהגה איז אלץ א רעד פלעג. נישטא וואס צו כאפן התפעלות פון עקסטרעמקייט, רעסט עשורד אז דו זעסט נאכנישט אלעס.

פשוטע קשיות זיך אליינס צו פרעגן:

צו קען איך איבערלאזן די גרופע אן קיין דראמע אדער אבוויעס שווערע געפילן? אויב איז די ענטפער ניין באדייט דאס דעפינעטלי אז דו ווערסט דא מאניפולירט.

איז די שפראך, דו ביסט גארנישט ווערד? ביסט א דורכפאל, ביסט פשוט א סכנה צו זיין מיט דיר אליינס, אונז וועלמיר דיר ראטעווען. יע יע... ביסט גוט אין דער ערד! מייוועי הייוועי איז א סימן מובהק אז מדארף הייבן פיס. זעה אז ער שפארט דיך דא איין. א געזונטע פלאץ רעד נישט אזוי, נישט די ביטול צו דיר און נישט די קאנפידענץ אין זיך אליינס.

***

איינמאל מיר פארשטייען דעם יסוד וואס טייטשט דאס א קולט פאלט אטאמאטיש אוועק די אלע חששות אז מארגן וועט מען לעיבלען יהדות אלץ א קולט. א קולט באדייט נישט א קבוצה פון עקסטרעמע אדער מאדנע פערזאנען. מאדנע מיינט מאדנע און עקסטרעם מיינט עקסטרעם, עס האט קיין שייכות אהער. א קולט מיינט אויכעט נישט א גרופע בעלי דמיון. דמיון מיינט דמיון, עס מיינט נישט א קולט. א קולט אין איר שורש איז עקסטרעם סימפל און קלאר; א קולט איז א גרופע מענטשן וועלכע ווערן קאנטראלירט דורך א פירער (אדער פירער) אויף אן אופן פון בלי גבול'. קולט באדייט 'אנלימיטעט קאנטראל'.

קולט פירער האבן א דראנג צו קאנטראלירן ענדערש ווייניגער מענטשן עד אין שיעור ווי איידער אסאך מענטשן אבער מיט א גבול. ער וועט שטופן די לימיטס ביז ווי ווייט לימיטס גייט נאר... אלעס צו זעהן די אזוי געגארטע קאנטראל. עס איז ווי אן אדיקשאן וואס די נעכטיגע 'אריבערגיין די לימיט' איז שוין נמאס, ער דארף יעדע תקופה עפעס פריש.

א קולט מצב איז נישט ווי א רעזשים אין וועלכע יעדער מוז אויספאלגן די ערווארטונגען ווי א סאלדאט. נעה... הלואי ווען דו קענסט ווען נאכקומען די ערווארטונגען. א קולט מצב איז ווי פרובירן אנפילן א לעכעריגע בעג, דו גייסט קיינמאל נישט יוצא זיין. די גאנצע נקודה איז די שררה און שליטה איבער דיר און די אביוז וועט יעדן טאג דערגרייכן נייע לעוולס.

א רעזשים איז טאקע שלעכט אבער דאס טייטשט נישט א קולט. סאיז אמת אז א רעזשים איז טעכניש בכח צו פארוואנדלען איר רעזשים אלץ א קולט, אבער בשורשו איז עס נישט קיין קולט. א קולט זוכט 'אנלימיטעט' קאנטראל 'אין אלע הינזיכטן' פון אירע אנהענגער און זי מאנט כסדר מער און מער קאנטראל בלי גבול.

יעצט מיט די ריכטיגע דעפיניציע אין האנט ווערן אלע סימפטאמען פון א קולט גאנץ שנעל קלאר און פארשטענדליך.

פארוואס טאקע וועלן קולטן פארשפרעכן צו האבן די ענטפער פאר אלע וועלטס פראבלעמען? פארוואס האט ער אלע ענטפערס פון פינאנץ ביז געזונט פון רוחניות צו גשמיות? פארוואס טאקע פארקויפן די קולטן פאר זייערע נאכשלעפער אז זיי זענען די איינציגסטע קומץ קטן וועלכע וועלן האבן א תקומה בשעת די גאנצע וועלט וועט האבן א ביטערע סוף? וואס איז דעי 'ברייטע' 'אלעס' ספעקטרום וואס ער דעקט? זייער סימפל, ער וויל דיר איבערנעמען פולשטענדיג. אלע אספעקטן פון דיר זאל ווערן עקספאוזד, איבערגעגעבן און קאנטראלירט דורכן קולט. עס זאל נישט פארבלייבן קיין איין ווינקעלע אין דיר וואס איז נישט זייער ביזנעס. עס איז קאנטראל.

דא קומט צו דערמאנען די סימפל חילוק צווישן קולט און רעליגיע. רעליגיע דעקט טאקע אלעס פונעם לעבן אבער עס איז נישטא דער בשר ודם וואס באקומט דא די קאנטראל. כי לי בני ישראל עבדים, ולא עבדים לעבדים. א קולט פאסירט ווען א בשר ודם זוכט אט דעי געטליכע 'בלי גבול'דיגע' קאנטראל.

אז מיר פארשטייען דעם יסוד פון א קולט שטימט שוין אויכעט דעי אומדערהערטע געלט רייסערייען. טייל קולטן פארלאנגען ממש צו אויפגעבן די גאנצע האב און גוטס כלומרשט אלץ א סארט הקדש. אנדערע אבער נעמען אינטער גראנדיאזע פראיעקטן וואס די איינעם ציל דערפון איז צו קענען רייסן געלט פון די קולט אנהענגער. דעי ממונו של אדם שמעמידו על רגליו איז א געוואלדיגע שטער פאר טאטאלע התבטלות, עשיר יענה עזות ועני יענה הכנעה. כמובן אז ווי רייכער די פירערשאפט איז און ווי ארימער די איינגעשלאסענע זענען אלץ בעסער, די מקבל און משפיע סיטואציע איז געוואלדיג פאר די קאנטראל.

נאך א געפערליכע שטער פאר 'אבסאלוטע קאנטראל' איז די מה טובו אוהליך יעקב. געהעריג דער האט משפחה, א ווייב טאטע מאמע, חבירים וכו' נא נא... דעיס איז א סכנה.

איז אזוי, קודם כל דארף די מאן וויסן אז ער איז בעה"ב און די פרוי איז בבחינת בהמה, זי איז גארנישט חוץ א משועבדיגע קנעכט. די פרוי דארף וויסן אז עס איז איר ארבעט צו קאנטראלירן די מאן. וועגן די עלטערן דארף מען כסדר חזרן אז מאיז בבחינת יתום. בקיצור די פוינט איז אז יעדע קולט וועט טרעפן אלע סארטן אויסריידן און תירוצים צו אויפברעכן די געזונטע משפחה פאבריק. און דאס אלעס וועט פאסירן על לא דבר, אפילו דו פאלגסט 100 פראצענט. עס איז פון די סאמע ערשטע זאכן וואס מען וועט טון. משפחה און נאנטע פריינט זענען די סאמע גרעסטע טרעט פאר א קולט צו באקומען אויף דיר אבסאלוטע קאנטראל.

'זיי' ווערסוס 'אונז'. 'אנשי שלומינו' ווערסוס 'שונאים'. די סארט צוטיילונג שפראך איז גאר וויכטיג אינעם אפברעכן פראצאדור. אלעס זאל דיר ווערן פרעמד און די איינציגסטע ווארימע ווינקל זאל זיין די קולט.

א קולט וועט נאטורליך אנטוויקלען אן אייגענע סלענג וואס נאר די 'היימישע' וועלן פארשטיין. דער דערויסענדיגער וועלכער הערט די שפראך וועט פלעין נישט כאפן וואס דא פליעט. נאכדעם וועט נאכקומען די 'קולט טאלקינג פוינט' אז נאר דער וואס איז בתוך הדברים פארשטייט, וואס פארשטייסטו דען דו דרויסענדיגער?!!

כמובן אז טאמער קען מען מאכן די קולט פארכאפטע טון מאדנע זאכן איז עס דאך מה טוב ומה נעים, די פארדינסטן זענען פילפאכיג: דער פארכאפטער דמיונט אז ער האט א שיטה. דער קולט פירער פראקטיצירט קאנטראל. אלץ שאר ירקות פירט דאס צו אז די פארכאפטע זאלן ווערן אויסגעשפיגן פון סאסייעטי און נאר שפירן באקוועם אינעם ווארימע ווינקעלע קולט. אה... קאוזי...

און ווען מקען מאכן די פארכאפטע גיין נאך געלט כלומרשט אינטערן נאמען עסקנות און דערמיט נאך רייך מאכן די קולט איז דאך די זאך גבוה מעל גבוה. ממה נפשך, אדער א דאללער אין טאש פונעם קולט פירער אדער א פיינע ריזשעקשאן פון די דערויסענדיגע גאס אזוי אז דאס זאל דינען אלץ דערמאנונג אז באקוועם ביסטו נאר דא ביי אונז.

עניוועי, ווען איר זעהט אבסאלוטע קאנטראל בלי גבול זאלט איר וויסן אז עס ענדיגט זיך נישט ביי עבודה זרה. אז עס ווערט מותר דאס עוקר זיין כי לי בני ישראל עבדים איז דאס אן אנדייטונג אומצוויידייטיג אז נעקסט זענען די אנדערע צוויי פון די ג' חמורות. לעולם דארף מען אויפגעשוידערט ווערן ביי שלב א' און נישט ווארטן אזוי לאנג ביז עס גייט ווייטער.


***


דו ווער דיזי. פארשטיי אז דו קענסט נישט פארשטיין. טראכט אז דו קענסט נישט טראכטן. דיין גאט-געשענקטע מתנה 'דעת' 'דיין דזשאדזשמענט' זאל זיין לגמרי אףף לימיטס, אין לך רשות להשתמש בהן אפילו לראותם בלבד.

אלץ יסוד מוסד דארפסטו וויסן אז קאממאן סענס עקזיסטירט נישט. קאממאן נאלידזש עקזיסטירט נישט. דאס וואס דו זעסט מיינט נישט. דאס וואס דו פילסט איז נישט וואס דו פילסט. דו האסט נישט די רשות און אפילו יכולת צו אנקוקן און אפלערנען גארנישט און קיינעם.

אה... די מכות און רציחה וואס די בני הקולט ווערן דירעקטירט אויסצופירן? נעה, דו ווייסט גארנישט וואס א רשע מיינט!!! יענער וואוילער איד איז (מסתמא) אסאך א גרעסערע רשע ווען סקומט צו זיינע זאכן... זיכער אזוי! און דו וואס כוועל דיר זאגן, נישט דא נאך אזאלעכע בעלי מידות ווי אונז בני הקולט!!!

בכלל דארפסטו וויסן קלאר אז אפילו ווען דו זעסט שוין יא עמיצער א לומד תורה ועובד ה', ובעל חסד ובעל מידות אז עס מיינט גאארנישט, מיינוס גארנישט. דו קענסט ניטאמאל האבן אן השקפה ראשונה דא. דו ווייסט אז די עירוב רב זענען אויכעט געווען אידן לומדי תורה? (די באלבאטישע פשוט פשט אז זיי זענען געווען א מישונג פון פרעמדע פעלקער גרים מחמת פחד, לערנט מען נישט). דו קענסט די מעשה אז צדיק פלוני איז אנגעקומען אין הימל לאחר מאה ועשרים איז געקומען א מלאך און אוועקגעבלאזן זיין גאנצע תורה? דו ווייסט אז דער בעל דבר האט געמאכט פאר 60 יאר יענעם חסיד פאר אן עובד השם אלעס בכדי אז זיין לשון הרע אויף א געוויסער צדיק זאל נתקבל ווערן און דערמיט מאכן א פירוד לבבות צווישן די צדיקים.

הער און פארשטיי אז די אנגענומענע מעסטערס אויף ערליכקייט, ווי לימוד התורה, תפילה, חסד, מידות, דאס אלעס פליעט פון די פענסטער. אלעס וואס דו זעסט אינדערויסן איז שקר, עירוב רב, סטרא אחרא, דו קענסט גארנישט קוקן און אפלערנען אפילו בתורת הוה אמינא. איי וואס בלייבט יא? א טאטאלע התבטלות צו איינער וואס גייט דיר זאגן וויאזוי אפצולערנען די וועלט. איינער וואס גייט דיר דערציילן וואס צדקות און רשעות מיינט, גארנישט וואס דו זעסט און פארשטייסט מיינט עפעס.

'מידות' 'צדקות' 'רשעות' און 'רציחה' ווערן מיטאמאל בלורי דעפיניציעס. מקען גארנישט וויסן ווער עס איז וואס ווייל דאס וואס דו זעסט, יא אט דאס, דאס זעסטו נישט. דו פארלירסט די רשות און עווענטועל די יכולת אנצוקוקן זאכן כמו שהוא. אלע באגריפן ווערן בלורי און אומדעפינירט, דיין גאט-געשענקטע שכל ווערט בארויבט פון קענען גענוצט ווערן. די שכל ווערט קאנווינסט אז ער קען זיך אליינס נישט געטרויען, א לעבעדיגע סועסייד תוך תוכו אינעם נפש גופא.


די באגריפן פון 'ישות' 'הכנעה' 'התבטלות' 'התמסרות' ווערט גע'חזר'ט כסדר. אבער געוואלד און געשריגן הכנעה צו וואס? צו וועמען? ווען דו עסט אן עפל ביסטו זיך מכניע צו דעם עפל? דו קוש'סט די ערד נאך יעדע טריט? אה ניין. הייסט אז א מענטש דארף נישט זיין א בלענקעט מכניע, א ברעט, נאר וואו עס פעלט זיך אויס. סאו דו האסט יא ישות ביים ציטרעטן די ערד מיט יעדע טריט... פשוט צו קלארמאכן.

זיך מכניע זיין צום אויבערשטן און צו זיין תורה ומצוות, א ודאי.
אבער דעי כסדר חזרן הכנעה און ביטול זאגט בהחלט אז איך וויל עפעס מער פון דיר ווי סתם דיר לאזן לערנען די תורת השם און זיך פירן אידיש. איך וויל עפעס דארטן טיעף אינעווייניג. הכנעה און ביטול צום אויבערשטן איז דאך א דבר המסור ללב, נישט פון דעם רעדט ער. נישט דאס וויל ער. ער וויל אז דו זאלסט 'אים' פולשטענדיג פאלגן עד כדי ביטול והכנעה צו 'אים' לגמרי. עס איז 'דיין ביטול' 'צו אים'.

דו וועסט זעהן אן אפווייכונג אין לערנען ריכטיג און פארשטיין די תורה. ווייל די תורה קען בהחלט נישט שטיין אין וועג פון די סמכות עליונה די קולט. אויב קען מען עס מסדר זיין צוזאמען מילא, אבער בעסער איז אז מאיז עס בכלל נישט משוה. די עשה פון קולט איז דוחה די לא תעשה פון לימוד התורה, גארנישט פון די תורה מיינט נישט גארנישט, נישט לקולה און נישט לחומרא. די גאנצע תורה ווערט ווי א בויך תורה כפי ראות עיני בעלי הקולט, קיין שייכות מיט די תורה המסורה לנו עם כללי ההוראה. די מאקסימום לערנען איז אויבן אויפיג גארנישט אויף למעשה.

מנעמט א באגריף ווי הכנעה וואס איז אמת אין געוויסע תחומים און אין געוויסע צייטן און מדארף דאס מיטאמאל אדאפטירן אלץ א בלענקעט יסוד, בו בזמן וואס די איינציגסטע הכנעה און התבטלות וואס א מענטש דארף טאקע האבן 24 שעה א טאג איז צום אויבערשטן און נאר צום אויבערשטן אליינס. קיין שום בשר ודגים דארף דאס נישט מיטהאלטן וכ"ש זיך אריינשטעלן אינדערצווישן. בלענקעט הכנעה??? אויכעט צום אינדיאנער סקעמער? הכנעה צו א בשר ודם איז נישט מער ווי א סעטינג וואס א בר דעת נוצט כפי הבנתו. יא די שכל דערציילט דיר ווען צו נוצן דעם הכנעה קארטל און ווען מזאגט גענוג געווען 'עד פה תבא'. דיין שכל קען דיר אנצינדן א רויטן לעמפל אין קאפ; עס שמעקט נישט גוט, עס שמעקט נישט ערליך, עס שמעקט נישט מסורה'דיג, עס שמעקט ווי א סעלפיש פארצייטישע פריצישע דיקטעיטערשיפ, ותו לא. הער דיך גוט צו צו דיין פשוטע שכל, עס איז די איין און איינציגסטע גאט געשענקטע מתנה מיט וואס דו גייסט אפלערנען דעם רצון השם און דאס איז וואס גייט דיך פירן אים צו דינען. אן קיין מח איז נישטא קיין מענטש, נישט נאר ברוחניות נאר אויך בגשמיות. ווייסטו וואס כוועל דיר זאגן הרב 'בלענקעט הכנעה', איבער דעם אינדיאנער סקעמער ווייסעך נישט קיין סאך אבער צו דעם רוחניות סקעמער ביסטו זיכער געפאלן.

שכל אין אונזער שמועס דא מיינט נישט חקירה און/אדער פילאזאפיע, אויסדריקליך ניין. מיר רעדן פון די בעיסיק דעת, די סאמע בעיסיק כח ההבחנה. דו האסט א מח צו קוקן, אבזערווירן, קלערן, מבחין זיין בין ימין לשמאל.
הכנעה וואס מיר מאכן אוועק איז ח"ו אויף קיין פאל נישט כלפי שמים אדער תורה מסיני, עס האט נישט קיין לעבעדיגע בענעפיטירער. עס איז פשוט כפשוטו די מסורת התורה עד סיני לעיני כל ישראל. נישטא וואס מהרהר זיין נאך דער וואס האט באשאפן די וועלט און דעם מענטש, די שכל איז מחייב אז הירהור אחר הבורא איז פשוט טיפשות. דו גייסט נוצן די נברא זאל זיך משתמש זיין מיט א יצור, די שכל, צו קלערן מיט אט דעי יצור צו קלערן אויף איר אייגענע בורא? ביסטע דען קוקו?
וכן די ויאמינו בשם ובמשה עבדו, דאס מיינט אויסדריקליך נישט גלייבן אז פלוני איז א צדיק. און עס מיינט אפילו נישט גלייבן אין צדיקים, דאס איז א מליצה. פשוט פשט מיינט עס גלייבן אין די נביאות און שליחות פון משה רבינו.

די שפיץ נקודה פון דעם קולט פירער איז דיך צו דיזי מאכן, דיך צו צימישן מיט האלבע אמתן און גאנצע ליגנטס, מאמרים אוט אוו קאנטעקסט, אלעס מיטן ציל דיך צו פארקנאקן דעם קאפ. נאר אזוי וועט ער באקומען אויף דיר אבסאלוטע קאנטראל. די מח איז פון די מערסט מאכטפולע אייטעם'ס אויף די וועלט, אן א מח וואלטן מיר געוואוינט און געלעבט ווי די חיות אין דזשאנגעל. אלעס וואס דו זעסט איז מח. א קולט פירער וועט אויף אלע פרייזן נוטראליזירן די סאמע גרעסטע סכנה צום קולט; 'מח'.

נישט בחינם האט שלמה העלבראנץ געטיילט מעדיצין און דראגס פאר זיינע אינטערטאנען. דו ווער הויעך, דו ווער נידעריג, דו ווער קוקו, זיי אין א גייסטישע מאסר. דיין קאפ זאל זיין אוט אוו יוז. נישטא קיין עצמיות'דיגע דעת.

דער קולט פירער טוט עס ביי דיזיין צו זיינע אינטערטאנען, דו זיץ ביי דרשות און קאך דיך אין ענינים וואס דו פארשטייסט נישט און האט נישט קיין שום מעסטער אנצוכאפן, עירוב רב, ישות, הכנעה, התבטלות, עירוב רב, דער עיקר דו ווערסט גוט דיזי. ווייס און פארשטיי אז גארנישט וואס דו זעסט און גארנישט וואס דו פארשטייסט מיינט עפעס. ווער בלינד, טויב, שטום און דום טראצדעם וואס דיינע 5 חושים זענען נאכאלץ אין טעכנישע טאקט. זיי דיזי. זיי צימישט. גיב אויף אויף סיי וועלכע טשענס צו קענען טראכטן. זוך וואו דו קענסט אלעס איבערגעבן אז יענער זאל נושא בעול זיין אשטאט דיין מח. דער עבד עברי זוכט אן אדון לעצמו. דאס לעבן איז צו שווער און קאמפליצירט זיך אליינס צו געטרויען. דו גייסט ארויס פון די סארט דרשות צימישט און ציחושט מטושטש און לגמרי פארדרייט. די קאפ איז דיר חרוב. דו קענסט שוין נישט קוקן, דו קענסט שוין נישט בוחר זיין. גארנישט מיינט ביי דיר גארנישט. דיין קולט פירער קען יעצט פארברענען מענטשן אויפן שייטער הויפן און דו וועסט זעהן צדקות. אלעס איז ביי דיר מטושטש.

יא יא, און נאכדעם די ציפעדיגע טעם פון האבן אפגעבטלט 10-20 יאר פונעם לעבן פאר גארנישט און פאר קיינעם. די טעם פון ווערן געסקעמט. און דאס איז שוין אין בעסטן פאל. השמר והזהר, דו ווילסט נישט שטארבן כדרך שמת פלוני.

הכנעה און ביטול צו א בשר ודם איז אויסדריקליך נאר ווען עס איז פולשטענדיג פארדינט!!! אפילו כיבוד הורים ומורים האט קלארע הלכות און דעפיניציעס, עס איז נישט קיין בלענקעט ביטול והכנעה מיט אלץ און אלעמען. און מורים מיינט איינער וואס לערנט מיט דיר תנ"ך ש"ס ושו"ע, נישט עפעס ענינים וואס איז נישט קלאר נובע פון ש"ס ופוסקים. דו ווייסט וואס חתימת התלמוד מיינט?? עליו אין להוסיף וממנה אין לגרוע. דאס מיינט מורים! נישט איינער וואס לערנט מיט דיך פלעמיש און קלעימט אז ער טראגט דיר אזוי צום אויבערשטן. און אפילו אויף די ריכטיגע סארט מורים, דהיינו רבו שלמדו תורה, איז נישטא די בלענקעט לגמרי'דיגע טאטאלע ביטול. עס איז מוגדר. די עיקר הכנעה וביטול איז אויף די חלק המורשת התורה. קיינער ווארפט נישט אוועק די סאמע בעיסיק שכל, דעת, דזשאדזשמענט, מכל תחומי החיים. הס מלהזכיר! שלא תמות כדרך שמת פלוני.

לסיכום: א קולט באדייט, א גרופע מענטשן וועלכע ווערן קאנטראלירט בלי גבול דורך איין אדער עטליכע פירער. דו זאלסט זיין זייער קלאר, די קולט פירער זענען לגמרי סעלפיש און די תאוות השררה (תאוות הקאנטראל) דרייווד זיי אראפ פון זינען און דו קולט מעמבער (רוף דיך חבר החבורה, וועלכע פענסי נאמען אימער) דו ווערסט דא אויסגענוצט און אויסגעקוועטשט פיור סעלפיש פאר יענעמס תאוות אזש ביזן דיך פארוואנדלען אין א גייענדיגע שאטן, א זאמבי. אנטלויף דערפון ווי פון פייער!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
ענציקלאפעדיסט
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 8:10 pm
x 144

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך ענציקלאפעדיסט »

אויסטערליש רייך און פונדאמענטאל!
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 570
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1261

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך פעיק ניוז »

קריסטאל קלאר.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2114
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 4982

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שכוח @מסתמא דאס איז א ריכטיגע wow ארטיקל. זייער זייער קלאר. אפשר וואלט כדאי געווען זאלסט ענדיגן מיט א קיצור ווייל עס איז זייער לאנג און קען אויסזען קאמפליצירט.

דער קיצור איז א סעיף א' אויב דו קענסט נישט אוועקגיין, סעיף ב' אויב דו ווערסט אראפגעשטעלט ווי א גארנישט, אא"וו.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1355
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4083

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך מסתמא »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2025 3:31 pm שכוח @מסתמא דאס איז א ריכטיגע wow ארטיקל. זייער זייער קלאר. אפשר וואלט כדאי געווען זאלסט ענדיגן מיט א קיצור ווייל עס איז זייער לאנג און קען אויסזען קאמפליצירט.

דער קיצור איז א סעיף א' אויב דו קענסט נישט אוועקגיין, סעיף ב' אויב דו ווערסט אראפגעשטעלט ווי א גארנישט, אא"וו.
א קולט אין איר שורש איז עקסטרעם סימפל און קלאר; א קולט איז א גרופע מענטשן וועלכע ווערן קאנטראלירט דורך א פירער (אדער פירער) 'אויף אן אופן פון בלי גבול'. קולט באדייט 'אנלימיטעט קאנטראל'.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2635
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7246

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שיין און קלאר!! יישר כח!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1958

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך נפתלי »

WOW WOW WOW
זייער שיין און זייער קלאר!!!
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 783

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך פעינטיג »

קריסטעל קלאר! 👍👍👍
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1393

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

קוקט אויס ווי א מעכטיגע ארטיקל.

איך האב עס נאכנישט אנגעהויבן ליינען, אבער ווי מיין שטייגער, האק איך אייביג אריין ביי דרשות.
אזויווי איך בין נישט געווען אנוועזנד אין דיין אפיס, צו אין דיין דיינינג רום, בשעת די האסט דעם ארטיקל אראפגעקלאפט אויפ'ן קיבארד, האב איך דאן נישט געקענט אריין שרייען.


די זאגסט אז מען דארף גיין אינעם דרך הממוצע, און איך האב אן הערה.

ווען מען זאגט פאר א סאטמארער חסיד אז מען דארף גיין בדרך הממוצע, וועט ער גלייך טראכטן פונעם רבין זי"ע.

ער איז דייקא נישט געגאנגען בדרך הממוצע.
ער איז געווען א קנאי, וואס א מצוה האט אין אים געברענט, און אן עבירה האט אים געציפט ביז אין זיבעטן ריפ, אזש ער האט פאר לאגער געליטענע זיך אויפגעשטעלט, און געשריגן דעם דבר ה'.


היעלה על הדעת, צו טראכטן אויפן רבין צו ער האט געטוהן ריכטיג?!
נאר וואס דען?!

עס איז נישט דא אזא זאך ווי עקסטרעמיזם.

עס איז דא 'ריכטיג' און עס איז דא 'נישט-ריכטיג'.

אונז אלע ווייסן דאך אז אידישקייט האט גארנישט מיט געפילן.

אין די גאנצע תורה שטייט נישט אז אידישקייט גייט מיט געפילן.

אוודאי שטייט בכל לבבך ובכל נפשך, אבער יעדער פארשטייט אז מען קען נישט דרוקן א קנעפל אין הארץ, און אנהייבן דינען דעם אייבערשטן מיט געפיל.

פונקט אזויווי יעדער פארשטייט, אז א קינד האט מען ליב, ווייל מען האפט פאר אים, מען ווארט אויף אים, און 'נאכדעם' באקומט מען א ליבשאפט צו אים, די זעלבע איז מיט הארץ צום אייבערשטן, מען דארף צו אים האפן, צו אים בעטן, פון אים געהאלפן ווערן, און נאכדעם קען א געפיל פון ליבשאפט און בענקעניש, צו אים ארויס קומען.

צוריק פון וואו מיר זענען פארקראכן.

עס איז דא 'ריכטיג' און נישט ריכטיג.

די וועלט איז אויסגעשטעלט מיט געפיל.

ווען עס הערשט א מאנגל אין אייער אין אמעריקע, און טראמפ זאגט אז ער וועט אריינברענגען זעקס הונדערט ביליאן טשיקנס וועט אים יעדער אנקוקן אלס א העלד.

ווען א וויירוס גייט אן און ביידען טיילט סטימולוס געלטער, וועט די דעמאקראטישע שטיצער זיך פרייען מיט יעדע דאלאר מער וואס מען טיילט.

דער צער בעלי חיים גרופע האט דען נישט קיין ריכטיגע טענה?

עס איז געווען צייטן וואס מען האט געפייניגט אומשולדיגע בעלי חיים, איז עס דען גערעכט?!

איז עס גערעכט צו אריין ברענגען יעצט אזויפיל אייער, אז די גאנצע מארקעט זאל גיין אין דער ערד?

איז עס גערעכט צו פארטיילן אומנויטיגע געלטער פארן פאלק, און די דאלאר זאל אראפגיין?

איז עס גערעכט צו קריכן אויף די נערוון, אז מען דארף אנהייבן לעבן אינאיינעם מיט די חיות, און איך זאל אנהייבן עסן שטרוי פאר פרישטאג?

נאר וואס דען?

אויף אלעם איז דא ריכטיג און נישט ריכטיג.

וויבאלד דער טראמפיסט גייט מיט געפיל, דער דעמאקראט גייט מיט געפיל, דער חיות מענטש גייט מיט געפיל, קען ער נישט מאכן די ריכטיגע החלטה.

משא"כ די תורה גייט נישט מיט געפיל.

דער רבי זי"ע האט געטוהן וואס עס איז "ריכטיג".

עס איז נישט קיין עקסטרעמיזם!! עס איז "ריכטיג"!!

דער פרעזידענטס קאר איז באוואפנט פון אלע זייטן.

איז עס עקסטרעמיזם?! קיינער גייט נישט זאגן, 'די וועכטער קענסטו אוועקנעמען, ווייל דער פרעזידענט קען זיך באגיין מיט א פיר מיליאן פראצענט סעקיוריטי, און מיט דעם וועכטער, איז עס פיר אהאלב מיליאן... פארוואס?

ווייל דאס איז "ריכטיג".

אין זיין פאזיציע, אין די צייט, און אין אזא פלאץ, איז "ריכטיג" צו האבן אזויפיל סעקיוריטי.

דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס א מענטש דארף אזוי וויכטיג האבן א רבי.

איך פארשטיי די ווילסט זיין דאס בעסטע וואס שייך, אבער קענסטו רוהיג זאגן אויף דיר, אז דו האסט א ריכטיגע מוח דשליט על הלב, און אז דו קענסט מאכן ריכטיגע באשלוסן?!

בקיצור. מען גייט נישט בדרך הממוצע, נאר מען טוהט וואס עס איז ריכטיג.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1355
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4083

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך מסתמא »

אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:25 am
► Show Spoiler
בקיצור. מען גייט נישט בדרך הממוצע, נאר מען טוהט וואס עס איז ריכטיג.
פיין איז דא א דרך הממוצע, דער רמב”ם אין הלכות דעות דעפינירט עס הערליך און סאיז גאנץ לייכט עס אראפצוברענגען און אפלערנען אין יעדע צייט און פלאץ, ר’ מיכאל בער זצ”ל שרייבט אין א בריוו אז הלכות דעות און הלכות תשובה להרמב”ם איז להלכה למעשה בלי חולק. דאס גופא אז ממיינט היינט אז סאיז עפעס א בלורי אומדעפינירטע זאך איז שכחת התורה און כוויל נישט זאגן די ווארט עם הארצות.
ווען סקומט צו סיי וואס פון תורה ומצוות איז נישטא קיין פשרות, אמת. דאס גופא איז אויכעט אויסגעפסקנט קלאר, פון הפסד ביז כבוד הבריות און אלעס אינדערמיטן, די תורה זאגט אונז קלאר ווען מקען וואס ארומרוקן און ביז וואו, און ווען מזאגט יקוב הדין את ההר. סאיז גארנישט אזוי בלורי
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
עהעם
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 44

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך עהעם »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2025 2:55 pm
► Show Spoiler
פון וואו קומט די אינפארמאציע?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13758

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

עהעם האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 5:04 pm
► Show Spoiler
פון וואו קומט די אינפארמאציע?
דו ווילסט הערן די נאמען פון דער פראפעסאר וואס האט ערפונדן די טעאריע?

דאס קומט נישט פון קיין פראפעסאר, נאר פון די זעלבע פלאץ פון וואו דער פראפעסאר שעפט זיינע טעאריעס... לאקאציע איז נאנט צו די פלאץ פון די תפילין של ראש.

אגב, קומענדיגע מאל דו ציטירסט אזא לאנגע פאוסט, לייג עס ביטע אין ספוילער. א דאנק.
► Show Spoiler
עהעם
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 44

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך עהעם »

► Show Spoiler
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 7:09 pm
עהעם האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 5:04 pm
► Show Spoiler
פון וואו קומט די אינפארמאציע?
דו ווילסט הערן די נאמען פון דער פראפעסאר וואס האט ערפונדן די טעאריע?

דאס קומט נישט פון קיין פראפעסאר, נאר פון די זעלבע פלאץ פון וואו דער פראפעסאר שעפט זיינע טעאריעס... לאקאציע איז נאנט צו די פלאץ פון די תפילין של ראש.

אגב, קומענדיגע מאל דו ציטירסט אזא לאנגע פאוסט, לייג עס ביטע אין ספוילער. א דאנק.
► Show Spoiler
איר דארפט נישט ווערן אזוי איבערגענומען ווען מ'טשעלענדזשט א ניק אויף א פאבליק פורום...
איינער שרייבט מיר שוין אין אישי אז איך בין פון לב טמא און איך זאל פיצן פון דא...
איך בין ב"ה אויפגעוואקסן אין מאנסי, איך קען זייער גוט די וויינגארטנס, און איך וואלט זיי נישט גענומען פאר מיין מורה דרך, אבער סאמהאו קויף איך נאכנישט אפ אלע קוואליפיקאציעס וואס איז דא געווארן אויסגעשמועסט, יעדע תקופה שרייט מען "קולט" אויף א צווייטע חבורה... אמאל איז עס געווען ניקלשבורג, וועכטער, אשלג, טשערנאוויטץ, ברסלב, דאראג, יו נעים איט...
ס'ווענדט זיך אויף וועלכע זייט די עסקנים (אדער משפחה מיטגלידער פון געשוויסטער אין די חבורה) זענען אויפגעשטאנען...
לויט מסתמא'ס ליסטע פון קוואליפיקאציעס איז לכאורה יעדע גרויסע קהילה מיט א רבי א קולט...
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 448
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 815

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך צווייטער »

עהעם האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:54 am
► Show Spoiler
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 7:09 pm
עהעם האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 5:04 pm
► Show Spoiler
פון וואו קומט די אינפארמאציע?
דו ווילסט הערן די נאמען פון דער פראפעסאר וואס האט ערפונדן די טעאריע?

דאס קומט נישט פון קיין פראפעסאר, נאר פון די זעלבע פלאץ פון וואו דער פראפעסאר שעפט זיינע טעאריעס... לאקאציע איז נאנט צו די פלאץ פון די תפילין של ראש.

אגב, קומענדיגע מאל דו ציטירסט אזא לאנגע פאוסט, לייג עס ביטע אין ספוילער. א דאנק.
► Show Spoiler
איר דארפט נישט ווערן אזוי איבערגענומען ווען מ'טשעלענדזשט א ניק אויף א פאבליק פורום...
איינער שרייבט מיר שוין אין אישי אז איך בין פון לב טמא און איך זאל פיצן פון דא...
איך בין ב"ה אויפגעוואקסן אין מאנסי, איך קען זייער גוט די וויינגארטנס, און איך וואלט זיי נישט גענומען פאר מיין מורה דרך, אבער סאמהאו קויף איך נאכנישט אפ אלע קוואליפיקאציעס וואס איז דא געווארן אויסגעשמועסט, יעדע תקופה שרייט מען "קולט" אויף א צווייטע חבורה... אמאל איז עס געווען ניקלשבורג, וועכטער, אשלג, טשערנאוויטץ, ברסלב, דאראג, יו נעים איט...
ס'ווענדט זיך אויף וועלכע זייט די עסקנים (אדער משפחה מיטגלידער פון געשוויסטער אין די חבורה) זענען אויפגעשטאנען...
לויט מסתמא'ס ליסטע פון קוואליפיקאציעס איז לכאורה יעדע גרויסע קהילה מיט א רבי א קולט...
דו האסט ווארשיינליך נישט דורכגעליינט וואס ער האט געשריבן, איז וואר?

דאס אז מבא'טיטל'ט מיט 'קולט' געוויסע קהילות וואס זיי זענען נישט קיין קולט, מאכט נישט אוועק וואס ער האט געשריבן. העכסטענס קענסטו ווייזן פאר דעם עסקן די ארטיקל.

ס'איז דא א געזונטע קשר צווישן א רבי אדער א מורה דרך בלשונינו און א תלמיד, און ס'מעג גיין אפילו זייער ווייט אז דער תלמיד איז זיך מבטל פארן רבי'ן, פונקט ווי א געזונטע קשר צוויישן איש לאשתו איז די פרוי זיך מבטל פאר איר מאן.

די חילוק איז נישט אינעם מקבל צו ער איז זיך מבטל אדער נישט. די חילוק איז אינעם משפיע צו ער וויל 'קאנטראל' 'שליטה', אדער ער וויל משפיע זיין מיט זיין כח השפעה וואס דער אויבעשטער האט אים באשאנקען. ס'איז דקות'דיג צו כאפן אסאך מאל, אבער מיטן קענען די מידות ותכונת הנפש פונעם משפיע וועט מען עס קענען שנעל מבחין זיין.

איך האב אמאל געהערט א זיסע דוגמא, א איד לויפט אריין אין ביהמ''ד נאך חצות און כאפט זיין טלית ותפילין און טוט עס אן, קומט צו צו אים א איד (די מוסר זאגער פון די קהילה...) און הייבט אים אן מוסר'ן אז מ'טאר נישט דאווענען אזוי שפעט, נאך חצות, ס'איז נישט אויסגעהאלטן עפ''י שו''ע וכו' וכו'. ענטפערט אים דער אינגערמאן, אז ער איז אפגעזיצן א גאנצע נאכט אין שפיטאל מיט א קינד אינעם עמערדזשעסי רום, נאר יעצט איז ער באפרייט געווארן און ער קען יעצט כאטש אנטון טו''ת, ליינען קרי''ש און דאווענען א תפילת השלמה.

אויב איז דער מוסר זאגער א נישט ערליכע מענטש און וויל בלויז מוסר זאגן צו דיקטירן, וועט ער אים זאגן (מיט א געמאכטע שמייכל) יא, יא, אבער ס'איז סתם אזוי גוט צו וויסן וואס איך האב געזאגט, אפילו ס'איז נישט נוגע יעצט.

אבער א ערליכע איד וואס איז מוכיח מיט גוטע מידות וועט אים זאגן אנטשולדיגט, איז זענט גערעכט, קומענדיגע מאל וואלט איך געדארפט מער טראכטן בעפאר מוסר'ן א צווייטן.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1355
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4083

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך מסתמא »

הרב @עהעם איך האב געעפנט דעם טעמע בכדי אז מען זאל פארשטיין פארוואס כמעט קיין איין חסידות איז נישט קיין קולט. אלעס ליגט אין מיין ערשטע פאוסט. אייער פראגע אז יעדע חסידות איז א קולט ווייזט אויף איינס פון די צוויי 1 אדער אז איר האט עס נישט געליינט 2 אדער אז איר עקשנט זיך דא איין מיט א ציל.

אויב האט איר עס געליינט און איר פארשטייט נישט אדער איר זענט חולק דאן זייט אזוי גוט און זייט אייך מסביר
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
עהעם
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:30 pm
x 44

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך עהעם »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 10:10 am זייט אייך מסביר
אי"ה, ווען די צייט וועט ערלויבן
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13758

Re: וויאזוי צו דערקענען א קולט - בלתי מוגה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

עהעם האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:54 am
► Show Spoiler
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 7:09 pm
עהעם האט געשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 5:04 pm
► Show Spoiler
פון וואו קומט די אינפארמאציע?
דו ווילסט הערן די נאמען פון דער פראפעסאר וואס האט ערפונדן די טעאריע?

דאס קומט נישט פון קיין פראפעסאר, נאר פון די זעלבע פלאץ פון וואו דער פראפעסאר שעפט זיינע טעאריעס... לאקאציע איז נאנט צו די פלאץ פון די תפילין של ראש.

אגב, קומענדיגע מאל דו ציטירסט אזא לאנגע פאוסט, לייג עס ביטע אין ספוילער. א דאנק.
► Show Spoiler
איר דארפט נישט ווערן אזוי איבערגענומען ווען מ'טשעלענדזשט א ניק אויף א פאבליק פורום...
איינער שרייבט מיר שוין אין אישי אז איך בין פון לב טמא און איך זאל פיצן פון דא...
איך בין ב"ה אויפגעוואקסן אין מאנסי, איך קען זייער גוט די וויינגארטנס, און איך וואלט זיי נישט גענומען פאר מיין מורה דרך, אבער סאמהאו קויף איך נאכנישט אפ אלע קוואליפיקאציעס וואס איז דא געווארן אויסגעשמועסט, יעדע תקופה שרייט מען "קולט" אויף א צווייטע חבורה... אמאל איז עס געווען ניקלשבורג, וועכטער, אשלג, טשערנאוויטץ, ברסלב, דאראג, יו נעים איט...
ס'ווענדט זיך אויף וועלכע זייט די עסקנים (אדער משפחה מיטגלידער פון געשוויסטער אין די חבורה) זענען אויפגעשטאנען...
לויט מסתמא'ס ליסטע פון קוואליפיקאציעס איז לכאורה יעדע גרויסע קהילה מיט א רבי א קולט...
איך בין נישט איבערגענומען, כהאב פשוט נישט געכאפט אויף וואס דו פרעגסט פון וואו די אינפארמאציע קומט. דאס איז אלעס שכל.

זייער נישט שיין פון די ניקים וואס קענען נישט פארנעמען נאך א מיינונג און מוזן גלייך באשמוצן יעדער וואס קוקט עס אן אנדערש ווי זיי. נו_שוין, וה' הטוב יכפר.

ס'דא א נפק"מ צווישן שרייען קולט און שרייען קולט. ווען משרייט אז נואטב"ד וכו' זענען א קולט, איזעס נישט צוליב דעם וואס צענדליגער מענטשן זענען שוין אנטלאפן פון דארט מיט די נשמה אין די הענט און פארציילן אלע איבער די שרעקליכע קאנטראל און אביוז וואס דארט קומט פאר.

חוץ מזה וואס דו האסט ארויסגענומען א גאר מאדנע מסקנא פון מסתמא'ס ארטיקל. ער האט גארנישט געשריבן ספעציפיש אויף קיינעם, נאר אז אויב זענען די פאקטן כך וכך, ווערט עס אנגערופן מיטן פראפעסיאנאלן הגדרה: קולט.

אויב האלטסטו אז מהאט בלויז פאבריצירט מעשיות אויף די וויינגארטנס, דאן האט דער ארטיקל נישט קיין שייכות מיט זיי. ווי דער קאצקער האט געזאגט: זיי שרייען אויף אן אנדערער בונם...

און אויף די לעצטע שורה: די שפיץ נקודה וואס איך האב ארויסגענומען פון @מסתמא איז, אז א קולט איז נישט קיין בריה בפני עצמה, נאר די העכסטע שטאפל אין קאנטראל. אויב געוויסע נקודות פון דער ארטיקל קענען צוגעצייכנט ווערן צו געוויסע הויפן, מיינט דאס אז דער חצר ווערט געפירט מיט א געוויסע מאס קאנטראל. א קולט וועט עס זיין ווען זיי וועלן האלטן אויף די העכסטע מדריגה, א פלאץ וואו קיין איין הויף איז נאך [דערווייל - וה' ישמור] נישט צוגעקומען.
שרייב פאוסט