בלאט 1 פון 1

שלום בית

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:28 pm
דורך נשמת השכל
אז @אסמכתא בעלמא האט שוין אריינגעווארפן א פלאקן זאל שוין זיין א באזונדערע אשכול..
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:25 pm
נשמת השכל האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:19 pm
נשמת השכל האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:08 pm תורת הנפש
https://forum.yidtish.com/viewforum.php?f=30

שלום בית
https://forum.yidtish.com/viewforum.php?f=29

חסידות, השקפה
https://forum.yidtish.com/viewforum.php?f=12

מיר גייען פרובירן זיך צו האלטן מער קאנצעטרירט, נישט צופיל אפגעטיילטע פארומס.

שלום בית - הויז ווירטשאפט..

נישט שלעכט..
ביינונז האט מען געוויסט אז שלום בית באלאנגט נאר אין שטוב... די וואס פארטראגן זיך אין גאס צו גוט, די האבן עס נישט אין שטוב. שטימט?

שוין, כ'גיי שוין דא אריין אין טעריטאריע פון @נשמת השכל
עס איז אן אמת ווארט, אבער די וועלעכע פארטראגן זיך נישט אין גאס רעד זיך נישט איין אז אינדערהיים פארטראגן זיי זיך יא, נאר דארט פארטראגן זיי זיך נאך ווייניגער..

Re: שלום בית

געפאוסט: פרייטאג יולי 14, 2023 3:34 pm
דורך אסמכתא בעלמא
ס'האט מיר אמאל דערציילט א אינגערמאן, וואס אגב, ער פערזענליך האט געגעבן א גט און נאכאמאל חתונה געהאט ב"ה, אבער פאר די חיזוק אויף זיין מצב בעפאר... האט ער מיר אזוי דערציילט אז ער איז אמאל געשטאנען אין די רייע ביי א רעסטוראנט, און געווארט אויף זיין פארציע.

שטייט פארנט פון אים א פארפאלק, און ממש... דאס שלום בית איז געווען עפעס נישט נארמאל. אזא מין העפליקייט ממש ווי א אמעריקאנע נייס'קייט... נייסער פון נייס. ער האט געטראכט צו זיך "אה, אזוי דארף עס עכט אויסזען! הלואי פאר מיר געווינטשן".

דענק איך נישט צו ער האט געזאגט אז א וואך שפעטער, אדער א חודש שפעטער, האט ער געהערט אז דארט איז יום טוב. יא דארט ביי יענעם... ביי די נייס וואן'ס. און שפעטער טאקע האבן זיי זיך צוטיילט.

Re: שלום בית

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 3:59 pm
דורך בן רבינו
איך מיין אז מען זאל אריבער פירן די אשכול אדער ווי אזוי מען ריפט עס דא.. צו פארום

Re: שלום בית

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 7:44 pm
דורך אור האמת
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:34 pm ס'האט מיר אמאל דערציילט א אינגערמאן, וואס אגב, ער פערזענליך האט געגעבן א גט און נאכאמאל חתונה געהאט ב"ה, אבער פאר די חיזוק אויף זיין מצב בעפאר... האט ער מיר אזוי דערציילט אז ער איז אמאל געשטאנען אין די רייע ביי א רעסטוראנט, און געווארט אויף זיין פארציע.

שטייט פארנט פון אים א פארפאלק, און ממש... דאס שלום בית איז געווען עפעס נישט נארמאל. אזא מין העפליקייט ממש ווי א אמעריקאנע נייס'קייט... נייסער פון נייס. ער האט געטראכט צו זיך "אה, אזוי דארף עס עכט אויסזען! הלואי פאר מיר געווינטשן".

דענק איך נישט צו ער האט געזאגט אז א וואך שפעטער, אדער א חודש שפעטער, האט ער געהערט אז דארט איז יום טוב. יא דארט ביי יענעם... ביי די נייס וואן'ס. און שפעטער טאקע האבן זיי זיך צוטיילט.
זאג פאר דעם אינגערמאן אז מ'קען יא האבן אזא עכטע שלום בית, און איך בעט ביים באשעפער אז ער און א יעדער איינער זאל זוכה זיין דערצו!

Re: שלום בית

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 8:08 pm
דורך הכנה דרבה
אור האמת האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:44 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:34 pm ס'האט מיר אמאל דערציילט א אינגערמאן, וואס אגב, ער פערזענליך האט געגעבן א גט און נאכאמאל חתונה געהאט ב"ה, אבער פאר די חיזוק אויף זיין מצב בעפאר... האט ער מיר אזוי דערציילט אז ער איז אמאל געשטאנען אין די רייע ביי א רעסטוראנט, און געווארט אויף זיין פארציע.

שטייט פארנט פון אים א פארפאלק, און ממש... דאס שלום בית איז געווען עפעס נישט נארמאל. אזא מין העפליקייט ממש ווי א אמעריקאנע נייס'קייט... נייסער פון נייס. ער האט געטראכט צו זיך "אה, אזוי דארף עס עכט אויסזען! הלואי פאר מיר געווינטשן".

דענק איך נישט צו ער האט געזאגט אז א וואך שפעטער, אדער א חודש שפעטער, האט ער געהערט אז דארט איז יום טוב. יא דארט ביי יענעם... ביי די נייס וואן'ס. און שפעטער טאקע האבן זיי זיך צוטיילט.
זאג פאר דעם אינגערמאן אז מ'קען יא האבן אזא עכטע שלום בית, און איך בעט ביים באשעפער אז ער און א יעדער איינער זאל זוכה זיין דערצו!
אוודאי אזוי.. אבער די כלל איז אז ווער ס'צופרידן און האט באמת א גוטע קשר. זוכט עס נישט צו ווייזן פאר יעדן עובר ושב אויפ'ן גאס.
וכן להיפך,וואו ס'איי אייי... האט מען פרעשור אהערצושטעלן פאר די גאס ווי נייס די מצב איז..

Re: שלום בית

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:47 am
דורך אויטענטיש
ס'ווענד זיך אבער אסאך אין די תכונת הנפש פון די קאפל.
ס'איז דא אזעלכע וואס דארפן אסאך חצוניות'דיגע קשר. ווי שמייכלען, פארברענגען.
און זיי האבן א גיטע אינערליכע קשר אויך.
און דא אזעלכע וואס האבן א טיפע אינערליכע קשר, און וועלן דייקא גארנישט צייגן אויסערליך.
אסאך מאל אפילו בשיטה.. זייפילן עס איז קינדעריש וכדומה.

דאס איז אבער זיכער, אז די וואס האבן א שטאקע need צו כסדר דארפן ווייזן אין פאבליק זייער שטארקע ליבשאפט איז צריך בדיקה אחריהם..

Re: שלום בית

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:49 am
דורך אסמכתא בעלמא
אויטענטיש האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:47 amדאס איז אבער זיכער, אז די וואס האבן א שטאקע need צו כסדר דארפן ווייזן אין פאבליק זייער שטארקע ליבשאפט איז צריך בדיקה אחריהם..
איך וואלט געזאגט: אין צריך בדיקה.

Re: שלום בית

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:53 am
דורך משתוקק לארץ ישראל
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:49 am
אויטענטיש האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:47 amדאס איז אבער זיכער, אז די וואס האבן א שטאקע need צו כסדר דארפן ווייזן אין פאבליק זייער שטארקע ליבשאפט איז צריך בדיקה אחריהם..
איך וואלט געזאגט: אין צריך בדיקה.
👍

Re: שלום בית

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 3:07 pm
דורך אור האמת
טייערע ידידים,

לאמיר אנפאנגען מיט די קעפל פון די אשכול.

וואס איז דאס שלום בית?

Re: שלום בית

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 3:14 pm
דורך בינת הלב
אור האמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:07 pm טייערע ידידים,

לאמיר אנפאנגען מיט די קעפל פון די אשכול.

וואס איז דאס שלום בית?
א גאנצע הויז.

ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט, וואלט דאס בכלל קיין נושא נישט געווען, ס'טייטש דו ווייסט נישט ווי אזוי מען לעבט צוזאמען מיט נאך מענטש?! דו ווייסט נישט אז מען ברויך ליב האבן די אשת חיל?! דאס זענען דאך פון די סאמע פשוטע נאטורן און סקילס פון אונזער וועזן.

אבער היות וועלט איז דאך נישט וועלט (די אידישע און גוי'אישע וועלט צוגלייך), איז עס עפעס געווארן אזא גאנצע שווערע סוגיא פיהל מיט קעוועטשענישן וואס מען דארף סאלוון און קלאר מאכן..

Re: שלום בית

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 3:17 pm
דורך world champion
בינת הלב האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:14 pm
אור האמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:07 pm טייערע ידידים,

לאמיר אנפאנגען מיט די קעפל פון די אשכול.

וואס איז דאס שלום בית?
א גאנצע הויז.

ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט, וואלט דאס בכלל קיין נושא נישט געווען, ס'טייטש דו ווייסט נישט ווי אזוי מען לעבט צוזאמען מיט נאך מענטש?! דו ווייסט נישט אז מען ברויך ליב האבן די אשת חיל?! דאס זענען דאך פון די סאמע פשוטע נאטורן און סקילס פון אונזער וועזן.

אבער היות וועלט איז דאך נישט וועלט (די אידישע און גוי'אישע וועלט צוגלייך), איז עס עפעס געווארן אזא גאנצע שווערע סוגיא פיהל מיט קעוועטשענישן וואס מען דארף סאלוון און קלאר מאכן..
אביסל אנדערע ווארדינג... היות די וועלט האט דער אייבערשטער באשאפן זייער אייגענארטיג מיט כל מיני נאטורן, כל מיני געפילן, כל מיני מצבים כללים ופרטים, והעיקר אז א מענטש איז באשאפן געווארן פון עפר ואפר וכו'

Re: שלום בית

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 3:20 pm
דורך זייער גוט
אור האמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:07 pm טייערע ידידים,

לאמיר אנפאנגען מיט די קעפל פון די אשכול.

וואס איז דאס שלום בית?
ווי זאגט לאנגזאם, דאס איז א זאך וואס נאר האלב וועלט דארף האבן, די אנדערע האלב זענען פרויען...
--

אדער צו געבן פארשטיין מיט א משל. שלום בית איז ווי אן אייפעד, פונקט ווי איך האב נישט קיין אייפעד האב איך דאס אויך נישט...

Re: שלום בית

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 3:22 pm
דורך בינת הלב
זייער גוט האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:20 pm
אור האמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:07 pm טייערע ידידים,

לאמיר אנפאנגען מיט די קעפל פון די אשכול.

וואס איז דאס שלום בית?
ווי זאגט לאנגזאם, דאס איז א זאך וואס נאר האלב וועלט דארף האבן, די אנדערע האלב זענען פרויען...
--

אדער צו געבן פארשטיין מיט א משל. שלום בית איז ווי אן אייפעד, פונקט ווי איך האב נישט קיין אייפעד האב איך דאס אויך נישט...
שוין, מסודר, קענט איר זיך שוין ארויס-סיינען פון דיזן אשכול היות שלום בית איז ממילא נישט עפעס וואס מען ברויך האבן..

Re: שלום בית

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 3:26 pm
דורך אור האמת
אור האמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:07 pm טייערע ידידים,

לאמיר אנפאנגען מיט די קעפל פון די אשכול.

וואס איז דאס שלום בית?

לאמיר פראבירן מסביר זיין בקיצור נמרץ וואס מיינט 'שלום בית', ווייל באריכות קען מען עכט אויך נישט…

עס שטייט אין פסוק, פרשת בראשית, "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד", דא זאגט אונז די תורה אז חתונה האבן מיינט אז מ'דארף ווערן ווי איינ'ס, דאס מיינט אז פונקט ווי די נעמסט קעיר פון דיין גוף און די גיבסט אכטונג אז די זאלסט זיך ח"ו נישט צומזיק'ן, למשל, א מענטש וועט קיינמאל נישט זאגן, אקעי, וויבאלד איך האב א רעכטע האנט ממילא דארף איך שוין נישט די לינקע. אזוי דארף מען שפירן ווען מ'איז חתונה געהאט, און דאס מיינט אמת'ע אהבה. מ'דארף פיעלן ווי מ'איז ממש איינ'ס, נישט ווי מ'האלט אין איין ארבעטן אויף זיך אדער מ'איז מוותר, ווייל אויב עס איז אזוי, וועט מען מוזן ארבעטן אויף זיך אגאנצן לעבן. דאס איז נישט די ריכטיגע אהבה.

איז עס מעגליך?

כ'האב געהאט א מגיד שיעור אין מיינע בחורישע יארן וואס איך פלעג זיין נאנט מיט אים, איינמאל פאר מיין חתונה ווען כ'האב געשמועסט מיט אים, האב איך אים געפרעגט, מגיד שיעור לעבן, פרויען זענען אזוי אנדערש ווי אונז מענער, וויאזוי קען מען לעבן מיט זיי? האט ער מיר געזאגט, הער זיך איין, 'זה כלל גדול בשלום בית', עפען אויף דיין האנט וועסטו זעהן אז ביי די אויבערשטע פינגערס, איז קיין איין פינגער נישט גלייך, איינס איז העכער פונעם צווייטן. יעצט, זאגט ער מיר, בייג צוזאם דיינע פינגערס וועסטו זעהן אז אלע זענען גלייך און אייניג… און נאכמער, קיינער פילט נישט אז ער איז געבויגן, נאר יעדע פינגער, פיט שיין אריין מיט די צווייטע.

די זעלבע איז מיט מענטשן. קיין איין מענטש און קאפל איז נישט די זעלבע, אבער ווען מ'בייגט זיך איינער צום אנדערן, ווערט מען איינ'ס און דעמאלטס איז מען זוכה צו 'אמת'ע אהבה'.

Re: שלום בית

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 3:27 pm
דורך אור האמת
דא איז דא שיעורים בחינם פון הרב מרדכי קליין וואס ער זאגט זייער אסאך גוטע זאכן אויף שלום בית

https://www.yiddish24.com/cat/151

Re: שלום בית

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 3:28 pm
דורך אני-הק'
ייש"כ @אור האמת
דא קומט טאקע עכט צוניץ א לייק קנעפל

Re: שלום בית

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 6:16 pm
דורך אינזשעניר
אור האמת האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:26 pm
אור האמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:07 pm טייערע ידידים,

לאמיר אנפאנגען מיט די קעפל פון די אשכול.

וואס איז דאס שלום בית?

לאמיר פראבירן מסביר זיין בקיצור נמרץ וואס מיינט 'שלום בית', ווייל באריכות קען מען עכט אויך נישט…

עס שטייט אין פסוק, פרשת בראשית, "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד", דא זאגט אונז די תורה אז חתונה האבן מיינט אז מ'דארף ווערן ווי איינ'ס, דאס מיינט אז פונקט ווי די נעמסט קעיר פון דיין גוף און די גיבסט אכטונג אז די זאלסט זיך ח"ו נישט צומזיק'ן, למשל, א מענטש וועט קיינמאל נישט זאגן, אקעי, וויבאלד איך האב א רעכטע האנט ממילא דארף איך שוין נישט די לינקע. אזוי דארף מען שפירן ווען מ'איז חתונה געהאט, און דאס מיינט אמת'ע אהבה. מ'דארף פיעלן ווי מ'איז ממש איינ'ס, נישט ווי מ'האלט אין איין ארבעטן אויף זיך אדער מ'איז מוותר, ווייל אויב עס איז אזוי, וועט מען מוזן ארבעטן אויף זיך אגאנצן לעבן. דאס איז נישט די ריכטיגע אהבה.

איז עס מעגליך?

כ'האב געהאט א מגיד שיעור אין מיינע בחורישע יארן וואס איך פלעג זיין נאנט מיט אים, איינמאל פאר מיין חתונה ווען כ'האב געשמועסט מיט אים, האב איך אים געפרעגט, מגיד שיעור לעבן, פרויען זענען אזוי אנדערש ווי אונז מענער, וויאזוי קען מען לעבן מיט זיי? האט ער מיר געזאגט, הער זיך איין, 'זה כלל גדול בשלום בית', עפען אויף דיין האנט וועסטו זעהן אז ביי די אויבערשטע פינגערס, איז קיין איין פינגער נישט גלייך, איינס איז העכער פונעם צווייטן. יעצט, זאגט ער מיר, בייג צוזאם דיינע פינגערס וועסטו זעהן אז אלע זענען גלייך און אייניג… און נאכמער, קיינער פילט נישט אז ער איז געבויגן, נאר יעדע פינגער, פיט שיין אריין מיט די צווייטע.

די זעלבע איז מיט מענטשן. קיין איין מענטש און קאפל איז נישט די זעלבע, אבער ווען מ'בייגט זיך איינער צום אנדערן, ווערט מען איינ'ס און דעמאלטס איז מען זוכה צו 'אמת'ע אהבה'.
אוי ווי גוט געזאגט. שטארק ארויסגעברענגט

Re: שלום בית

געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 8:57 am
דורך ריכטיג
דער אמת'ער יסוד פאר א ריכטיגע שלום בית, איז איין זאך, 'אמת'.
דאס הייסט אז דו זאלסט אלעמאל שטרעבן צו זיין אמת'דיג, און נאר וועלן טון דאס וואס עס איז ריכטיג.

יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ, זיין צייט, און זיין תפקיד.

דער מאן דארף זיין דער משפיע אין שטוב, ער שטעלט דעם טאן, און ער איז אין טשארדש.
און דער פרוי דארף זיך צושטעלן צו איר מאן'ס רצון.
אבער אויב דער מאן איז נישט אמת'דיג דא פאר די טובה פון זיין שטוב, און פאר דעם איינעם ציל פון טון וואס עס איז ריכטיג, דאן ווערט די שלום בית צוהאקט, ווייל פארוואס זאל זי וועלן זיין א שקלאפטע צו זיינע רצונות, אויב זיי זענען נישט אמת'דיגע?

Re: שלום בית

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:54 pm
דורך פארפאלענער
אור האמת האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:26 pm
אור האמת האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:07 pm טייערע ידידים,

לאמיר אנפאנגען מיט די קעפל פון די אשכול.

וואס איז דאס שלום בית?

לאמיר פראבירן מסביר זיין בקיצור נמרץ וואס מיינט 'שלום בית', ווייל באריכות קען מען עכט אויך נישט…

עס שטייט אין פסוק, פרשת בראשית, "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ וְהָיוּ לְבָשָׂר אֶחָד", דא זאגט אונז די תורה אז חתונה האבן מיינט אז מ'דארף ווערן ווי איינ'ס, דאס מיינט אז פונקט ווי די נעמסט קעיר פון דיין גוף און די גיבסט אכטונג אז די זאלסט זיך ח"ו נישט צומזיק'ן, למשל, א מענטש וועט קיינמאל נישט זאגן, אקעי, וויבאלד איך האב א רעכטע האנט ממילא דארף איך שוין נישט די לינקע. אזוי דארף מען שפירן ווען מ'איז חתונה געהאט, און דאס מיינט אמת'ע אהבה. מ'דארף פיעלן ווי מ'איז ממש איינ'ס, נישט ווי מ'האלט אין איין ארבעטן אויף זיך אדער מ'איז מוותר, ווייל אויב עס איז אזוי, וועט מען מוזן ארבעטן אויף זיך אגאנצן לעבן. דאס איז נישט די ריכטיגע אהבה.

איז עס מעגליך?

כ'האב געהאט א מגיד שיעור אין מיינע בחורישע יארן וואס איך פלעג זיין נאנט מיט אים, איינמאל פאר מיין חתונה ווען כ'האב געשמועסט מיט אים, האב איך אים געפרעגט, מגיד שיעור לעבן, פרויען זענען אזוי אנדערש ווי אונז מענער, וויאזוי קען מען לעבן מיט זיי? האט ער מיר געזאגט, הער זיך איין, 'זה כלל גדול בשלום בית', עפען אויף דיין האנט וועסטו זעהן אז ביי די אויבערשטע פינגערס, איז קיין איין פינגער נישט גלייך, איינס איז העכער פונעם צווייטן. יעצט, זאגט ער מיר, בייג צוזאם דיינע פינגערס וועסטו זעהן אז אלע זענען גלייך און אייניג… און נאכמער, קיינער פילט נישט אז ער איז געבויגן, נאר יעדע פינגער, פיט שיין אריין מיט די צווייטע.

די זעלבע איז מיט מענטשן. קיין איין מענטש און קאפל איז נישט די זעלבע, אבער ווען מ'בייגט זיך איינער צום אנדערן, ווערט מען איינ'ס און דעמאלטס איז מען זוכה צו 'אמת'ע אהבה'.
אפשר ביסטו מער מסביר ווי אזוי מען מאכט עס ארבעטן?

Re: שלום בית

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 5:27 pm
דורך אור האמת
פארפאלענער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:54 pm

איך קען עס נישט מסביר זיין, הער דא שיעורים בחינם פון הרב מרדכי קליין וואס ער זאגט זייער אסאך גוטע זאכן אויף שלום בית

https://www.yiddish24.com/cat/151