בלאט 1 פון 1

אייגנארטיגע זאכן אינעם תשפ"ה לוח

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 10:52 am
דורך ירא השם
ווי שוין באקאנט קומט א יאר מיט זייער אסאך זעלטענע זאכן אינעם לוח

הר"ר מרדכי גענוט הי"ו וואס געט ארויס יערליך א לוח מיט אלע מאורעות מידי יום ביומו האט הייאר געמוזט צוטיילן די לוח אויף צוויי חלקים צוליב די פילע זאכן וואס זענן אייגענארטיג דאס יאר

די חשובע חברים דא זענען געלאדענט צו מיטיילן וואס זיי ווייסן פון אייגענארטיגע אדער זעלטענע זאכן אין קומענדיגע יאר

Re: אייגענארטיגע זאכן אינעם תשפ"ה לוח

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 11:00 am
דורך ירא השם
וזה החלי

א)
א געווענליכע יאר זאגט מען נישט ויהי נועם מוצ"ש סליחות (חוץ אויב א' ר"ה איז שבת) ביז נאך שמחת תורה, היייאר וועט מען זאגן ויהי נועם מוצ"ש שובה ( מחלוקות אויב עיו"כ איז א יו"ט לגבי ויהי נועם אבער עס איז אנגענומען אז ניין און מ' זאגט יא ויהי נועם

ב)
תשפ"ה וועט מען בכלל נישט לייענען פרשת וילך (בד"וו ווען איז מען עס מעביר סדרה?)

ג)
שבת שקלים וועט זיין תרומה נישט ווי געווענליך משפטים אין א שנה פשוטה

ד)
ויקהל פקודי וועט זיין עקסטער אפילו עס איז נישט קיין עיבור יאר

Re: אייגענארטיגע זאכן אינעם תשפ"ה לוח

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:47 pm
דורך אהבת עולם
ירא השם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 11:00 am ב)
תשפ"ה וועט מען בכלל נישט לייענען פרשת וילך (בד"וו ווען איז מען עס מעביר סדרה?)
זיי מסביר דיין שאלה וועגן מעביר סדרה זיין. ענדיגן די תורה האט נישט מיט די יאר נאר פון איין שמח"ת צום צווייטן.

Re: אייגענארטיגע זאכן אינעם תשפ"ה לוח

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:49 pm
דורך ירא השם
אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:47 pm
ירא השם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 11:00 am ב)
תשפ"ה וועט מען בכלל נישט לייענען פרשת וילך (בד"וו ווען איז מען עס מעביר סדרה?)
זיי מסביר דיין שאלה וועגן מעביר סדרה זיין. ענדיגן די תורה האט נישט מיט די יאר נאר פון איין שמח"ת צום צווייטן.
סא פרשת האזינו וועט מען מעביר סדרה זיין וילך?

Re: אייגענארטיגע זאכן אינעם תשפ"ה לוח

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 2:20 pm
דורך אנדערער
מען האט געליינט וילך די וואך שבת

Re: אייגענארטיגע זאכן אינעם תשפ"ה לוח

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 2:38 pm
דורך משה רבינו
און חודש תשרי זאגט מען נישט קיין לכו נרננה

Re: אייגענארטיגע זאכן אינעם תשפ"ה לוח

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 2:49 pm
דורך ירא השם
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 2:20 pm מען האט געליינט וילך די וואך שבת
במילא

נעקסטע יאר אבער נישט

Re: אייגענארטיגע זאכן אינעם תשפ"ה לוח

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 2:53 pm
דורך אנדערער
ירא השם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 2:49 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 2:20 pm מען האט געליינט וילך די וואך שבת
במילא

נעקסטע יאר אבער נישט
איך בין צומישט געווען

Re: אייגענארטיגע זאכן אינעם תשפ"ה לוח

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 6:01 pm
דורך מאושר
ירא השם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 11:00 am
ב)
תשפ"ה וועט מען בכלל נישט לייענען פרשת וילך (בד"וו ווען איז מען עס מעביר סדרה?)

מענין לענין:

געהערט אמאל אז ס׳איז דא א איד וואס ס׳איז אים געבוירן געווארן צוויי קינדער פרשת וילך (האזינו איז מער שייך לכאורה...) אינעם זעלבע יאר... דהיינו איינער אנפאנג יאר און א צווייטער סוף יאר... ס׳איז לכאורה געווען א עיבור יאר אויכעט...

עכ״פ ס׳איז אינטרעסאנט

Re: אייגענארטיגע זאכן אינעם תשפ"ה לוח

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 11:20 pm
דורך וואוילער
ירא השם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:49 pm
אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:47 pm
ירא השם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 11:00 am ב)
תשפ"ה וועט מען בכלל נישט לייענען פרשת וילך (בד"וו ווען איז מען עס מעביר סדרה?)
זיי מסביר דיין שאלה וועגן מעביר סדרה זיין. ענדיגן די תורה האט נישט מיט די יאר נאר פון איין שמח"ת צום צווייטן.
סא פרשת האזינו וועט מען מעביר סדרה זיין וילך?
ניין, פרשת וילך וועט זיין אנפאנג שנת תשפ״ו און דעמאלטס וועט מען מעביר סדרה זיין.

Re: אייגענארטיגע זאכן אינעם תשפ"ה לוח

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 12:53 am
דורך צאן קדשים
משה רבינו האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 2:38 pm און חודש תשרי זאגט מען נישט קיין לכו נרננה
ס'ווענדט זיך אויב מ'איז מקבל שבת פאר לכו נרננה אדער נישט ווייל אויב שבת ווערט ערשט נאכדעם גייט מען פרייטאג ל' תשרי זאגן לכו נרננה.