בלאט 1 פון 60

עקסקלוסיוו - כשר'ע POM פליפ פאון ארויס אויפ'ן מארקעט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:16 pm
דורך דער תהלים איד
נאך לאנגע יארן וואס דער עולם שטייט/זיצט און ווארט אויף א גוטע פליפ-פאון, נאכדעם וואס די גאנצע מארקעט איז אריבער צו סמארטפאונס, און צו האבן פליפ פאון'ס זענען געווארן ממש א נסיון... אדער איז עס א ביליגע קאמפאני וואס צעברעכט זיך אדער גייט עס אראפ פון די מאפע א יאר נאכן ערשיינען, און א נארמאלע קיבארד פאון צו טייפן נארמאל? מאן דכר שמי', אא"וו, כ'דארף עס עכט נישט זאגן יעדער ווייסט און שפירט עס.

יעצט האב איך די זכי' צו זיין א ניצוץ פון אליהו און זיין א מבשר טוב... ס'קומט א דורכברוך גאר בקרוב!

נאך א לאאאנגע צייט וואס א גרופע אינגעלייט האבן זיך אריינגעווארפן צו טרעפן א ריכטיגע פלאץ צו באשטעלן א ריכטיגע כלי, האלט יעצט ביים ענדע פון אנטוויקלונג א נייע כשר'ע פאון, אן קיין אינטערנעט, אבער שטארק, און צוגעשטעלט מיט אלע אנדערע באדערפענישן און פיטשערס, לויט וויאזוי די קהילות און רבנים פארלאנגען.

כוועל אויסזאגן א סוד: איך האב עס שוין. ווייל? איך בין איינע פון די "טעסטערס", וואס אויף מיינע ביינער לערנט מען זיך.... מען פרובירט אויס אלע פיטשערס און מ'מאכט זיכער אז ס'נישטא קיין באגס.

אין די לעצטע פאר וואכן האט מען שוין געמאכט עטליכע אפדעיטס, זאכן רוקן זיך גאר שנעל, און ס'קוקט אויס אז גאר בקרוב גייט עס ערשיינען און איך ערווארט אז דערוילעם גייצעך אויסטערליש מחיה זיין.

די "הארדווער" איז שוין אנגעקומען, כמיין אז די גאנצע ריזיגע שיפמענט. די "סאפטווער" האלט ביי די לעצטע שטאפלען, א סופער סופער סאפטווער ב"ה (כמובן נאר נאך אלע מיינע פארלאנגטע טשעינדזשעס :roll: ).

סוי, אויב דער עולם וויל קען מען מיר פרעגן מער שאלות, אלס באנוצער פונעם פאון גלייבעך איך וועל קענען ענטפערן כמעט אלעס.

חוץ מזה וועל איך אפשר דערציילן אביסל פון וואס כהאב שוין אלס געבעטן צו פארעכטן, אלס טעסטער. אי"ה וויפיל די צייט וועט ערלויבן.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:17 pm
דורך וואסאפשט
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:16 pm נאך לאנגע יארן וואס דער עולם שטייט/זיצט און ווארט אויף א גוטע פליפ-פאון, נאכדעם וואס די גאנצע מארקעט איז אריבער צו סמארטפאונס, און צו האבן פליפ פאון'ס זענען געווארן ממש א נסיון... אדער איז עס א ביליגע קאמפאני וואס צעברעכט זיך אדער גייט עס אראפ פון די מאפע א יאר נאכן ערשיינען, און א נארמאלע קיבארד פאון צו טייפן נארמאל? מאן דכר שמי', אא"וו, כ'דארף עס עכט נישט זאגן יעדער ווייסט און שפירט עס.

קודם א בילד
דערנאך איז דאס דאנערי'ס פאון??

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:18 pm
דורך דער תהלים איד
נישט דאנערי.

א בילד? המממ, וויאזוי כאפ איך א בילד פון מיין פאון, מיט מיין פאון?...

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:18 pm
דורך א קלער
גייט האבן די הכשר פון די וועד הקהילות?

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:19 pm
דורך Lee
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:16 pm נאך לאנגע יארן וואס דער עולם שטייט/זיצט און ווארט אויף א גוטע פליפ-פאון, נאכדעם וואס די גאנצע מארקעט איז אריבער צו סמארטפאונס, און צו האבן פליפ פאון'ס זענען געווארן ממש א נסיון... אדער איז עס א ביליגע קאמפאני וואס צעברעכט זיך אדער גייט עס אראפ פון די מאפע א יאר נאכן ערשיינען, און א נארמאלע קיבארד פאון צו טייפן נארמאל? מאן דכר שמי', אא"וו, כ'דארף עס עכט נישט זאגן יעדער ווייסט און שפירט עס.

יעצט האב איך די זכי' צו זיין א ניצוץ פון אליהו און זיין א מבשר טוב... ס'קומט א דורכברוך גאר בקרוב!

נאך א לאאאנגע צייט וואס א גרופע אינגעלייט האבן זיך אריינגעווארפן צו טרעפן א ריכטיגע פלאץ צו באשטעלן א ריכטיגע כלי, האלט יעצט ביים ענדע פון אנטוויקלונג א נייע כשר'ע פאון, אן קיין אינטערנעט, אבער שטארק, און צוגעשטעלט מיט אלע אנדערע באדערפענישן און פיטשערס, לויט וויאזוי די קהילות און רבנים פארלאנגען.

כוועל אויסזאגן א סוד: איך האב עס שוין. ווייל? איך בין איינע פון די "טעסטערס", וואס אויף מיינע ביינער לערנט מען זיך.... מען פרובירט אויס אלע פיטשערס און מ'מאכט זיכער אז ס'נישטא קיין באגס.

אין די לעצטע פאר וואכן האט מען שוין געמאכט עטליכע אפדעיטס, זאכן רוקן זיך גאר שנעל, און ס'קוקט אויס אז גאר בקרוב גייט עס ערשיינען און איך ערווארט אז דערוילעם גייצעך אויסטערליש מחיה זיין.

די "הארדווער" איז שוין אנגעקומען, כמיין אז די גאנצע ריזיגע שיפמענט. די "סאפטווער" האלט ביי די לעצטע שטאפלען, א סופער סופער סאפטווער ב"ה (כמובן נאר נאך אלע מיינע פארלאנגטע טשעינדזשעס :roll: ).

סוי, אויב דער עולם וויל קען מען מיר פרעגן מער שאלות, אלס באנוצער פונעם פאון גלייבעך איך וועל קענען ענטפערן כמעט אלעס.

חוץ מזה וועל איך אפשר דערציילן אביסל פון וואס כהאב שוין אלס געבעטן צו פארעכטן, אלס טעסטער. אי"ה וויפיל די צייט וועט ערלויבן.
וואף!! שמייס אריין מיט אפדעיטס/בילדער

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:20 pm
דורך וואסאפשט
עס גייט נישט האבן די אלע פראבלעמען פון עפפס
אויף וואס די חברה פירן א מערכה?

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:24 pm
דורך דער תהלים איד
א קלער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:18 pm גייט האבן די הכשר פון די וועד הקהילות?
איך מיין אז ס'איז שוין אפראווד, אדער האלט עס אויפ'ן וועג צו ווערן.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:25 pm
דורך דער תהלים איד
וואסאפשט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:20 pm עס גייט נישט האבן די אלע פראבלעמען פון עפפס
אויף וואס די חברה פירן א מערכה?
דאס זענען זיינע עפפס.

כווייס נישט אויף וואס מ'פירט מערכות... אבער ער האט אלעס וואס א בעיסיק פאון האט, פלאס אפאר קאסטום זאכן, ווי א עפפ פון די היינטיגע זמנים, און א אידישע לוח.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:26 pm
דורך דער תהלים איד
און מיין עיקר שמחה איז געווען דער פול קיבארד אויפ'ן סקרין.

אויך האט עס די גרינגע וועג פאר וואויסנאוטס ביי טעקסט.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:27 pm
דורך שמח
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:16 pm
האט עס שייכות מיט די קאמפעני וואס האט געמאכט די פילטער פאר טעסלא?

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:27 pm
דורך וואסאפשט
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:25 pm
וואסאפשט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:20 pm עס גייט נישט האבן די אלע פראבלעמען פון עפפס
אויף וואס די חברה פירן א מערכה?
דאס זענען זיינע עפפס.

כווייס נישט אויף וואס מ'פירט מערכות... אבער ער האט אלעס וואס א בעיסיק פאון האט, פלאס אפאר קאסטום זאכן, ווי א עפפ פון די היינטיגע זמנים, און א אידישע לוח.
waze גוגל מעפס ???
און בעצם גייט אוסקוקן ווי א vn220 אדער קאנסטראקשן אדער עפעס פריש????

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:28 pm
דורך דער תהלים איד
די סקרין איז 'טאטש' אבער נישט 'וויש'.. (כווייס נישט וויאזוי עס צו רופן).

ס'מיינט אז דו קענסט נאר דרוקן און סעלעקטן, נישט ריקן.

לויט ווי כהאב פארשטאנען איז עס געווען איינע פון די תנאים פון די ועד הקהילות.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:28 pm
דורך טיפע טאשן
קען מען זען ווידיא?
גייט גדר/משומר דארפן אינסאלען נאך א פילטער אויף דעם?

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:28 pm
דורך דער תהלים איד
וואסאפשט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:27 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:25 pm
וואסאפשט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:20 pm עס גייט נישט האבן די אלע פראבלעמען פון עפפס
אויף וואס די חברה פירן א מערכה?
דאס זענען זיינע עפפס.

כווייס נישט אויף וואס מ'פירט מערכות... אבער ער האט אלעס וואס א בעיסיק פאון האט, פלאס אפאר קאסטום זאכן, ווי א עפפ פון די היינטיגע זמנים, און א אידישע לוח.
waze גוגל מעפס ???
נאופ

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:29 pm
דורך שמח
ברענג ביטע בילדער און אינפא אויך פון די הארדוועיר, די סייז, סטארעזש סייז וכו'

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:29 pm
דורך דער תהלים איד
ווידיא נישט.

בילדער כאפט עס מורא'דיג שיין און קלאר.

גדר/משומר זיגלעך? איי העוו נאו איידיע, איך גיי פרעגן.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:30 pm
דורך שמח
וואס מיינט דאס pom ?

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:31 pm
דורך דער תהלים איד
מלשון מילגרוים בלע"ז...

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:33 pm
דורך וואסאפשט
די גאנצע גדולה איז א פול קיבארד און זמנים עפפ???

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:35 pm
דורך דער תהלים איד
די ערשטע גדולה איז: א פליפ פאון וואס ארבעט!!...

און ארבעט גוט.

די צווייטע גדולה איז די טעקסט. יא זיכער! די מוטשעניש מיט T9... כבעט דיר... און דערצו אויך א "אידיש" קיבארד. און די וואויסנאוטס על אתר, וואס אויף מיין קייסערא איז עס געווען עפעס א מין אפקומעניש.

די זמנים און אידישע לוח איז שוין שאר ירקות. אבער אויך גאאאר נוצבאר פאר אידישע קינדער.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:36 pm
דורך שמח
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:31 pm מלשון מילגרוים בלע"ז...
איז דאס ספעציעל אויסגעקליבן געווארן אז עס זאל זיך הערן ווי Palm? (די אלטע געשמאקע פאון, ווער געדענקט נאך...)

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:37 pm
דורך שבת קודש
עס גייט האבן אידטיש?...

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:38 pm
דורך וואסאפשט
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:35 pm

די צווייטע גדולה איז די טעקסט. יא זיכער! די מוטשעניש מיט T9... כבעט דיר...
יאפעד און מאסטער האפ איך זענען נישט דא
אבער זיי מוחל T-9 האט און העלפט ווייטער אסאך היימישע אידן

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:38 pm
דורך שמח
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:37 pm עס גייט האבן אידטיש?...
יא! אבער אן די ''ט'' אינמיטן...

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:40 pm
דורך דער תהלים איד
די טעגליכע זמנים עפפ