מוציא אסירים בכושרות
פאלגנד באריכטן מיר אפאר אנעקדאטן און קרישקעלעך וועגן די הייליגע אקטיוויטעטן אינערהאלב די אפיסעס פון מרכז 'עזרה ויעוץ' בראשות העסקן הנמרץ הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א אין די לעצטע טעג.
פאריגע וואך דאנערשטאג פרשת חוקת איז פארגעקומען א גרויסארטיגע עצרת מחאה אין שטאט יהוד קעגן די חיטוטי שכבי וואס קומען דארט פאר, פון דארט איז העסקן הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א אראפגעפארן צו די דערנעבנדיגע שטאט נתניה מיטצוהאלטן א געריכט וועגן א בחור וואס איז ארעסטירט געווארן אפאר טעג פריער.
ווי מ'קען זען אינעם בייגעלייגטן פראטאקאל האט ר' שמעון געארבעט ברורב עצה ותשיה און מיט גרויס סייעתא דשמיא געברענגט אז די קעיס זאל זיך שיין פאראויסרוקן, אן דעם הילף פון א לויער.
ווי מיר ליינען אין פראטאקאל איז נישט געווען ביכולת פאר דער לויער ר' מנחם שטאובער הי"ו זיך צו באטייליגן ביי דעם געריכט וויבאלד ער האט געמוזט וויילן אין שפיטאל מיט זיין באבע. ר' שמעון האט דאן געזען אז ער מוז נעמען דראסטישע שריט כדי צו טרעפן א לעזונג פאר דעם בחור, און האט דעריבער גענומען די לייצעס אין די הענט אריין און אליין גענומען פירן דעם קעיס.
לויט ווי ר' שמעון האט פון פאראויס אפגערעדט מיטן בחור האט געדארפט הייסן ווי כאילו ר' שמעון האט פרובירט משכנע זיין דעם בחור ער זאל מסכים זיין צו נעמען א לויער פון די מיליטערישע פארטיידיגונג, אבער דער בחור איז געשטאנען פעסט אז ער וויל בשום אופן נישט ווערן פרעזענטירט דורך די מיליטער.
וויבאלד דער ארעסטאנט האט נישט געוואלט קיין איינער זאל אים פרעזענטירן האט אים דער ריכטער געבעטן זיך אליינס צו פארטיידיגן. דער בחור האט געפרעגט פאר ר' שמעון "וואס זאל איך זאגן?" און ר' שמעון האט "איבערגעטייטשט" פארן ריכטער די ווערטער פונעם בחור, זאגנדיג אז דער בחור זאגט אז ער שעמט זיך צו רעדן און ער בעט "הוציאו כל איש מעלי".
נו, אז דער בחור בעהט, האט דער שופט באפוילן אלע אדוואקאטן וואס זענען געווען אנוועזנד זיי זאלן שוין פארלאזן דעם זאל. "נו יעצט קענסטו רעדן", ווענדט זיך דער ריכטער צום בחור, און דאן ווענדט זיך נאכאמאל דער בחור צו ר' שמעון פארלוירענערהייט "וואס זאל איך אים זאגן", און ווידער האט ר' שמעון געדינט ווי אן אזוי-גערופענער "דאלמעטשער" און גע'טענה'עט אז טראץ וואס די אדוואקטן זענען פארשיקט געווארן אינדערויסן זיצן נאך אבער אינעווייניג די חברים צום צעל פונעם ארעסטאנט, און היות ער האט צו פארציילן פארן ריכטער א העכסט פריוואטע געשיכטע פון זיין יוגנט שעמט ער זיך עס צו פארציילן פארנט פון זיי.
דער ריכטער איז געווארן זייער נייגעריג צו הערן די "געשיכטע" פון דעם בחור, און ער האט זיך צוגעאיילט צו פארענדיגן שנעל די אנדערע קעיסעס פון די איבריגע ארעסטאנטן, און דאן, מיט אנגעשפיצטע אויערן האט ער זיך אוועקגעזעצט צו הערן די "ווייטאגליכע געשיכטע".
און דא האט די בעקעריי אנגעפאנגען צו ארבעטן אויף טורבא... ר' שמעון האט ערקלערט פאר דעם שופט אז ער קען שוין דעם בחור פאר לאנגע יארן, און אז ארום די זעכצן איז אריבער גאר א שווערע טראומא און עס איז אים זייער שווער צו רעדן דערפון. ער האט געבעטן אז ער וויל דריגענד זען א פסיכיאטער. דער ריכטער איז געווארן זייער באאיינדרוקט פון די געשיכטע און האט אויפן ארט באפוילן אז מען זאל דעם בחור ברענגען ווי שנעלער פאר א דאקטאר, האפנטליך אז ביז א קורצע צייט וועט ער טאקע פטור ווערן פון זיי.
פון דארט איז ר' שמעון געפארן עסקנ'ען צו באפרייען צוויי ארעסטירטע ביי די שטורמעישע פראטעסטן איבער די חילולי הקברים אין שטאט יהוד.
פון דארט איז ר' שמעון געקומען צו פליען צום אפיס ווי ער איז געזעצן פאר צוויי אין א האלב שעה אין א ציה און געגעבן ראט און טאט פאר איבער 60 מענטשן וואס זענען געקומען פאר הילף.
היינט, זונטאג פרשת בלק, איז געווען זייער א שיינע מחזה אין אפיס: עס איז אריינגעקומען א בחור וואס מוטשעט זיך שוין זייער לאנג מיטן מיליטער און פארציילט מיט זארג פאר ר' שמעון אז ער איז היינט געווען אין בקו"ם און מען האט אים געהייסן אונטער חתמ'ענען אויף א צעטל אז א מעדיצינשע קאמיטעט וועט אדורכקוקן זיין נושא, און ער האט נישט קיין אהנונג וואס די קאמיטעט באדייט. "דו האסט א פטור" האט ר' שמעון אויסגערופן באגייסטערט, "די צעטל וואס די האסט אונטערגעשריבן באדייט אז דו ביסט ברוך ה' פטור געווארן!".
עס גייען נישט אריבער צוויי מינוט און נאך איינער ערשיינט, דער מוז ארויספארן קיין חו"ל קומענדיגע וואך צו די חתונה פון זיין ברודער, און ער פארציילט אויך אז ער האט באקומען עפעס א צעטל וואס עס שטייט דארט עפעס וועגן א מעדיצינישע קאמיטעט און ער ווייסט נישט וואס דאס מיינט, "מזל טוב", האט ר' שמעון אים אויסגעשטרעקט די האנט מיט א שמייכל, "דו האסט באקומען א פטור, דו קענסט זאפארט ארויספארן". דער בחור האט נישט געקענט גלייבן וואס ער הערט.
אזוי רעדנדיג קומט אריין א דריטער, און... אויך ער פארציילט באזארגטערהייט איבער די צעטל וואס ער האט באקומען, וואס לויטעט אז א מעדיצינישע קאמיטעט גייט זיצן אויף זיין קעיס. "דא האט איר א דריטער היינט מיט א פטור" האט ר' שמעון אויסגערופן. גלייך איז ארויפגעשטעלט געווארן לחיים מיט תיקון אויפן טיש, און די שטאב אין אפיס איז ארויס אין א טענצל...