קיינער גערענטירט נישט מען פרובירט דאס בעסטע צי ראטעווען די קינדערפעיק ניוז האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 1:05 pmמען דארף אוועק גיין און איטער שרייבןEric Trump האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:50 pmאיין נקודה אז ווילאנג די מענטשען בלייבן געטריי צום קולט קען מען אין איין מינוט האבן נייע פירערס, וואס ער זאגט איז לאז לב טהור אפן געב צוריק די קינדער ארעסטיר נאר די פאר פירערס אין שלום על ישראל, האלטסו טאקע אזוי?
און ווער גאראנטירט אז יעצט וועלן זיי זיך נישט צוריק צוזאמנעמען אין פארמירן א נייע חבורה? אין לדבר סוף און מען דארף לאזן דעם אויבערשטן פירן זיין וועלט. יא, די רודפי נפשות דארף מען באשטראפן, די וועלכע זענען א געפאר פאר אנדערע דארף מען אוועקנעמען פון געזעלשאפט, אבער עס איז נישט ריכטיג צו גריבלען אין יענעמ'ס פערזענליכן לעבן און צעשטורעמען זייער נפשות.
עניוועי, איך בין נישט אין יעצט פאר א לאנגע הין און צוריק. וואס איך ברענג ארויס אז עההם'ס נקודות זענען וואלידע און עטליעסט זענען זיי גוט פאר חומר למחשבה. ועל כולם ווערט מען נישט קיין לב טהור'ניק פאר'ן עס זאגן.
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 15
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2025 3:58 pm
- x 25
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 49
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:17 pm
- Location: קר''י
- x 105
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער וואוינט אין שכונת ויואל משה?שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 1:30 am היינט איז אנגעקומען א משפחה קיין קרית יואל. משפחת ר' חיים עזרי' אלטער הי"ו.
מיט וויפיל רענצלעך קלערט איר אז ער קומט אן? - איר קלערט מסתמא אז ער האט זיך געפאקט, ער פארמאגט שווערע באקסעס מיט פילע איינרישונגען וואס ער נעמט מיט פון זיין אלטע דירה.
זאג איך אייך, לא מיניה ולא מקצתיה!
איך קען ר' חיים עזריה פערזענליך. מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם אין כנישתא חדא. איך בין אים פערזענליך שולדיג א הכרת הטוב, בשעת ער האט מיר באזארגט מיט א געשמאקער צדה לדרך איידער איך בין אפגעפארן קיין ניו-יארק.
ר' חיים עזריה איז א חסידי'שער יונגערמאן, א זאפטיגער איד, טופח על מנת להטפיח. ער קומט אהער מיט א שטוב מיט קינדער, זיינע קינדער זענען גאר געראטן און געלונגען. איך זעה זיי אין א יאר ארום, אלס די מצויינים פון קלאס.
אבער אבער...
דער איד קומט אהער בעירום ובחוסר כל, אן גארנישט ממש. ער פארמאגט נישט קיין פרוטה לפורטה און ער קומט אהער אן קיין פלאן צו דעקן די פילע הוצאות וואס ער פארמאגט אויף זיך. ער איז אן אוד מוצל מאש, און ער דארף וויכטיג האבן הילף.
קודם-כל קומט יעצט צו גיין פורים. ער איז א פרעמדער דאהי אין קרית יואל, בשעת פורים איז א צייט וואס מען קען מאכן געלט. אידן אין קרית יואל, שעמט אייך נישט צוצוגיין צו אים, ווייזט אים צו וועלכע אדרעסן מען קען גיין, גיבט אים עצות ווי אזוי ער קען שאפן אפאר דאלער בעצם יום הפורים. נעמט אים אויף שיין און העלפט אים ארויס מיט וויפיל עס איז שייך.
אט לייג איך צו זיין פעידזש אינעם קאמפיין. לויטן אפמאך מיט די עסקנים גייט די געלט אויסדריקליך פאר אים. עס איז דאך יעצט פורים צייט, כל הפושט יד נותנים לו, און דא רעדט זיםך פון פדיון שבויים, חינוך און פיל אנדערע מצוות.
ווארפט אריין אפאר דאלער פאר דעם טייערן איד, און העלפט אים זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס על אדמת אמעריקע.
די לינק צו געבן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/13844
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 15
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2025 3:58 pm
- x 25
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יאדער אויבערהאר האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 1:16 pmער וואוינט אין שכונת ויואל משה?שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 1:30 am היינט איז אנגעקומען א משפחה קיין קרית יואל. משפחת ר' חיים עזרי' אלטער הי"ו.
מיט וויפיל רענצלעך קלערט איר אז ער קומט אן? - איר קלערט מסתמא אז ער האט זיך געפאקט, ער פארמאגט שווערע באקסעס מיט פילע איינרישונגען וואס ער נעמט מיט פון זיין אלטע דירה.
זאג איך אייך, לא מיניה ולא מקצתיה!
איך קען ר' חיים עזריה פערזענליך. מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם אין כנישתא חדא. איך בין אים פערזענליך שולדיג א הכרת הטוב, בשעת ער האט מיר באזארגט מיט א געשמאקער צדה לדרך איידער איך בין אפגעפארן קיין ניו-יארק.
ר' חיים עזריה איז א חסידי'שער יונגערמאן, א זאפטיגער איד, טופח על מנת להטפיח. ער קומט אהער מיט א שטוב מיט קינדער, זיינע קינדער זענען גאר געראטן און געלונגען. איך זעה זיי אין א יאר ארום, אלס די מצויינים פון קלאס.
אבער אבער...
דער איד קומט אהער בעירום ובחוסר כל, אן גארנישט ממש. ער פארמאגט נישט קיין פרוטה לפורטה און ער קומט אהער אן קיין פלאן צו דעקן די פילע הוצאות וואס ער פארמאגט אויף זיך. ער איז אן אוד מוצל מאש, און ער דארף וויכטיג האבן הילף.
קודם-כל קומט יעצט צו גיין פורים. ער איז א פרעמדער דאהי אין קרית יואל, בשעת פורים איז א צייט וואס מען קען מאכן געלט. אידן אין קרית יואל, שעמט אייך נישט צוצוגיין צו אים, ווייזט אים צו וועלכע אדרעסן מען קען גיין, גיבט אים עצות ווי אזוי ער קען שאפן אפאר דאלער בעצם יום הפורים. נעמט אים אויף שיין און העלפט אים ארויס מיט וויפיל עס איז שייך.
אט לייג איך צו זיין פעידזש אינעם קאמפיין. לויטן אפמאך מיט די עסקנים גייט די געלט אויסדריקליך פאר אים. עס איז דאך יעצט פורים צייט, כל הפושט יד נותנים לו, און דא רעדט זיםך פון פדיון שבויים, חינוך און פיל אנדערע מצוות.
ווארפט אריין אפאר דאלער פאר דעם טייערן איד, און העלפט אים זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס על אדמת אמעריקע.
די לינק צו געבן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/13844
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 945
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1292
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס איז יעצט דא א קהילה דארט אפאר מינוט אוועק וואס מען פייניגט נישט דארט קיינעם און יעדער פירט זיך ווי אזוי ער וויל, און מען מעג אפי' אנהאלטן זייערע מנהגים,
איז וואס איז זיין וויי געשריי?
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 945
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1292
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך בין מסכים מיט דעם,פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 1:05 pmאון ווער גאראנטירט אז יעצט וועלן זיי זיך נישט צוריק צוזאמנעמען אין פארמירן א נייע חבורה? אין לדבר סוף און מען דארף לאזן דעם אויבערשטן פירן זיין וועלט. יא, די רודפי נפשות דארף מען באשטראפן, די וועלכע זענען א געפאר פאר אנדערע דארף מען אוועקנעמען פון געזעלשאפט, אבער עס איז נישט ריכטיג צו גריבלען אין יענעמ'ס פערזענליכן לעבן און צעשטורעמען זייער נפשות.Eric Trump האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:50 pmאיין נקודה אז ווילאנג די מענטשען בלייבן געטריי צום קולט קען מען אין איין מינוט האבן נייע פירערס, וואס ער זאגט איז לאז לב טהור אפן געב צוריק די קינדער ארעסטיר נאר די פאר פירערס אין שלום על ישראל, האלטסו טאקע אזוי?
עניוועי, איך בין נישט אין יעצט פאר א לאנגע הין און צוריק. וואס איך ברענג ארויס אז עההם'ס נקודות זענען וואלידע און עטליעסט זענען זיי גוט פאר חומר למחשבה. ועל כולם ווערט מען נישט קיין לב טהור'ניק פאר'ן עס זאגן.
אבער עס איז נישט דא לעת עתה קיין מהלך וואס די אידן זאלן קענען בלייבן לעבן מיט זייער יעצטיגע לעבענסשטייגער אן די עבירות און רציחות.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
למעשה האט נאך קיינער דא נישט אנגעכאפט א געוויסע פעולה פון די עסקנים און מסביר געווען די פראבלעם דערפון...
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2199
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6869
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס וואלטן אלעס געווען גוטע נקודות, ווען עס איז ווען א מהלך געבויעט אויף ערליכע יסודות וואס זענען פארקראכן.
אבער לויט ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער יסוד טומאה וזוהמא, פוסט און לעהר, רשעות ואכזריות, איז דאס איז נישט אנדערש פון די רעפארמער צדוקים און איסיים וואס זענען בשורש נישט גוט. איין חילוק אז די גרופע האט נישט קיין גרויסע השפעה אויסער אויף זייערע ארעסטאנטן.
אדרבה! פון וועם האט זיך הר' שלמה פאררופן אלס תלמוד? ווער האט זיך אידענטיפיצירט אלס זיין רבי? וואספארא תירוצים האבן זיי אויף די אלע שייגעץ שטיק? וואספארא בירורי הלכה האבן זיי אויף די אלע מעשים תעתועים? אויף די אלע אזוי גערופענע תיקונים?
א זאך וואס איז געגרינדעט, געבויעט, און געפירט, אויף רע ברויך מען עוקר מן השורש זיין - אויב עס איז מעגליך.

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מען דארף דיר קלאר זאגן?
מען טראגט אריין עסן צי די קינדער
מען לערנט מיט זיי די פרשה
מען פארברענג מיט זיי
מען העלפט ארויס די אנפירער און תפיסה זאל גיין צי גרינגערע תפיסות אנשטאט על סוואדער און באליז (סארי אויב איך שרייב עס נישט גוט)
וכו..
די רשעות איז גרויס...
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4729
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14092
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אזויווי עטליכע האבן שוין געזאגט, איז נישט פשט אז דארט איז דא א קהילה וואס איז געבויט אויף אידישקייט און ס'איז דא אסאך שלעכטע חלקים אויך, זיי זענען לע"ע נישט קיין אידן, נישט קיין מענטשן, נישט קיין עלטערן און נישט קיין קינדער, בלויז פאפעטס פון די הנהלה. ס'איז נישט שייך אז די טויש זאל געמאכט ווערן אינערהאלב די גרעניצן פון די קהילה, וואס איז בלויז געבויט אויף קאנטראל, און ווען דו נעמסט דאס אוועק ווערט עס צעבלאזן ווי פעדערן אינעם ווינט.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 1:05 pm און ווער גאראנטירט אז יעצט וועלן זיי זיך נישט צוריק צוזאמנעמען אין פארמירן א נייע חבורה? אין לדבר סוף און מען דארף לאזן דעם אויבערשטן פירן זיין וועלט. יא, די רודפי נפשות דארף מען באשטראפן, די וועלכע זענען א געפאר פאר אנדערע דארף מען אוועקנעמען פון געזעלשאפט, אבער עס איז נישט ריכטיג צו גריבלען אין יענעמ'ס פערזענליכן לעבן און צעשטורעמען זייער נפשות.
עניוועי, איך בין נישט אין יעצט פאר א לאנגע הין און צוריק. וואס איך ברענג ארויס אז עההם'ס נקודות זענען וואלידע און עטליעסט זענען זיי גוט פאר חומר למחשבה. ועל כולם ווערט מען נישט קיין לב טהור'ניק פאר'ן עס זאגן.
די ניקס דא, וכל שם וח'ניק'א דאית ליה, זענען נישט באשולדיגט צו זיין א לב טהור'ניק פארן אויפברענגען נאך א נקודה למחשבה, נאר פארן נאכאנאנד לייקענען דאס וואס הונדערטער מענטשן דערציילן צו האבן געהערט פון די בעלי המעשה, און וואס מערערע עדות'שאפטן פון געוועזענע מיטגלידער זענען עוועיליבעל פארן פובליקום. אבער אין די זעלבע צייט גלייבן יעדער שמויגער און אפרוח וואס זאגט נאר עפעס וואס שטיצט זיין נאראטיוו.
ס'איז נישט נאר איין ספעציפישער נקודה, מיינונג אדער פאוסט. ס'איז די גאנצע בילד וואס ווייזט אז זיי זענען בלויז דא צו איבערדרייען און פארדרייען די קעפ.
יותר ממה שכתבתי יש בלבי, וכשם שקבלתי שכר וכו'.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1680
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2791
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
סאו ווען?עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 11:18 amווען די זינלאזע אטאקעס אויף מיר (מיין ניק) וועלן זיך אפשטעלן, אינקלודינג אז איך בין א מיטגלידער אין לב טהור, וועל איך דיר אי"ה ענטפערן.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 11:15 am @עהעם
צום פוינט,
די שלמה העלבראנץ איז געווען א פרייער מענטש מיט זיראו שימוש.
דורך צדיקי אמת פונעם דור הקודם איז ער געפלויגען פון ארץ ישראל, פון מאנסי, וכו׳ (עיין זקינך ויאמרו לך, וואס @דער תהלים איד האט געפאוסט אביסעל פריער)
ער האט נישט געהאט קיין איין מנהיג הקודם וואס האט איהם מעריץ געווען, וואס אינדעם איז נכלל אלע גאר פרומע רבי‘ס, איז דעיס נישט קיין קשיא וואס סאיז דיר שווער?
ער האט געכאפט אפאר עקסטרים תמימי לב אלס חסידים, אין זיי ליידער פארכאפט.
דעיס איז זיכער אז ער האט משחית געווען אינגע קינדער אויף מבהילדיגע אופנים, אין קיינער פון דארט טאר נישט האבען קיין קשיות?? מ׳ניצט אויס עד הסוף - ועד בכלל - די נשים אויף קאנטראל, אז מ׳זאל נישט קענען אוועקגיין.
בעסיקלי קאנטראל אין נאכאמאל קאנטראל.
אין דעיס איז ביסיידס די עיניום קשים וואס ס‘קומט פאר אין גרויסען..
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5987
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 13096
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דאס האט מען שוין געטון, און די רשעים האבן באוויזן צו פירן אלעס ווייטער.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:33 pmמען לייגט זיי אין טורמע.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:28 pmנישט דאס איז געווען די קשיא.עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:00 pm איי, האט איינער געפרעגט, ווי אזוי קען די קהילה אנגיין אן א פירער? איך גלייב אז ס'איז דא דארט מעסיגע ערליכע מענטשן וואס זענען נישט עוסק אין די אלע השחתות וואס מ'באריכטעט אויף די פירערס.
כלל ישראל דארף קענען פארנעמען אלע סארט קהילות און חבורות, ווילאנג ס'פירט זיך על פי תורה, און אז לב טהור איז גאר אן עקסטרעמע פרומע קהילה, געבט דאס נאכנישט רעכט פאר עסקנים זיך אריינצומישן און אריינמישן רבנים און ארויסכאפן מענטשן פון דארט מיט געוואלד.
די קשיא איז וויאזוי קענסטו גאראנטירן אז די פארדארבענע פירער בלייבן נישט ביים קאנטראל פון דעם פלאץ?
אידישע לעבנס זענען ווייטער געפייניגט געווארן בגשמיות, און שוידערליך נרדף געווארן ברוחניות.
- סענס אף יומער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 74
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 673
Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע
סיריעסלי?! ער טראכט פשוט גראד אן קיין נגיעות... ער זוכט פשוט די אמת... נאר אונז זעמיר נעבעך פארמאכט און ווילן נישט טראכטן אפן און רעאליסטיש...
נאדיר א הויפן פון זיינע ברייטע רעאליסטישע מיינונגען מיט א זעלבסטשטענדיגע בליק אויף לב טהור
אה שיעור נישט פארגעסן... יעצט האלט מען שוין אז נאר די ציווילע מיטגלידער טאר מען נישט טשעפענען אבער די פירער דארף מען יא אונטערברענגען... כ'קען נישט כאפן וואס ס'איז בכלל שלעכט מיט זיי אז זיי מעג מען יא נעבעך פייניגן...
@בנימין כהן, @יוסף, וועלכע נאך ניק האט שוין @עהעם איינגעשפאנט אויף זיין לאמיר-טראכטן-אמת'דיג קאמפיין ?
עהעם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 2:23 pm ביטע נידערן די היץ אביסל... אין כאן לא אוישוויץ, ולא פארגאזן, ולא ר' מיכאל בער...
עס רעדט זיך פון א חבורה וואס לויט געוויסע מענטשן וואס זענען ארויס פון דארט טוען די פירערס דארט מעשי נבלה און אנדערע פשעים קעגן די מענטשהייט, וואס זענען די חברים אין די קהילה שולדיג אויף די חטאים פון זייערע פירער? אפשר זענען גאר מיר אין א קולט אז מיר ווילן ארויפצווינגען אונזער לעבנסשטייגער אויף קהילת לב טהור...
ווי איך קוק עס אן, עס איז געקומען א דורכברוך און א שעת הכושר פאר בני המשפחה פון מיטגלידער אין לב טהור זיי איינמאל פאר אלעמאל ארויסצונעמען פון דארט און פארמאכן די בושות און בזיונות וואס זיי האבן אז זייער'ס א משפחה מיטגלידער געפינט זיך דארט.
עסקנים האבן זיך נאטירליך צוגעכאפט צו דעם אקציע...
קיינער מוז נישט אננעמען מיין שטעלונג, אבער מ'דארף נישט דראמאטיזירן די מצב...
עהעם האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 12:10 pm קען זיין יא, קען זיין נישט, די שאלה הייבט בעצם אן פון וואס די קולט באשטייט.
למשל אויב יאפפעד ווען גיין צו די רעגירונג און אפסטעמפלען די חרדישע אידנטום אלס א קולט, וועט דאס ווערן דיזיגנירט אלס א קולט?
ווער האט די גיידליינס ווי אזוי אפצומעסטן און אפצושאצן א קולט? יושע העכט? סתם א טעראפיסט? א דיין? ווער?
עהעם האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 02, 2025 12:37 pm זייער גוט ארויסגעברענגט, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז עס קענען זיין אז מענטשן געפינען זיך אין ערגערע פלעעצער און מצבים ווי לב טהור, נאר קיינער ווייסט נישט דערפון.
פון די אנדערע זייט קענען זיין מענטשן וואס געפינען זיך אין לב טהור למחצה לשליש ולרביע, דאס הייסט זיי ווילן דוקע לעבן אזא סארט לייף סטייל, אבער זענען נישט משועבד כל כולם צו די קולט פירער.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1680
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2791
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ביטע, די תורה זאגט אינז שוין - אז די רבש"ע עשה את האדם ישר והם בקשו חשבונות.עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:00 pmאיך בוי מיין וועג אויף די וועג ווי אזוי דער באשעפער האט מיך געמאכט טראכטן, אויף באריכטן וואס איך האב געהערט פון יוצאים פון די פלאץ, וואס זיי האבן מיר דערציילט (נישט פון די יעצטיגע קאמפיין, איך רעד פון יארן צוריק), אויף קענענדיג די וויינגארטן ברידערס, און אויף די אינטערוויאס און באריכטן פון די יעצטיגע קאמפיין.כבוד מלכים האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 11:29 am @ עהעם
על סמך מה בויעסטו "די וועג וויאזוי איך קוק אן די יעצטיגע לב טהור פרשה"?
ביסטו אמאל געווען דארט? גערעדט מיט איינעם פון דארט? דעת תורה? קאמאן סענס?
איך פרעג באמת, עס איז נישט קיין אטאקע.
איך שרייב זייער קלאר מיין מיינונג, די פירערס דארט זענען א סכנה פאר סאסייעטי, און מ'דארף זיי אפשטעלן, אבער לגבי די עצם חבורה פאר זיך, איז נישט ריכטיג אז עסקנים נעמען זיך איבער מענטשן וואס ווילן לעבן אויף א געוויסע וועג, און זיי מיט געוואלד אוועקשלעפן.
איי, האט איינער געפרעגט, ווי אזוי קען די קהילה אנגיין אן א פירער? איך גלייב אז ס'איז דא דארט מעסיגע ערליכע מענטשן וואס זענען נישט עוסק אין די אלע השחתות וואס מ'באריכטעט אויף די פירערס.
כלל ישראל דארף קענען פארנעמען אלע סארט קהילות און חבורות, ווילאנג ס'פירט זיך על פי תורה, און אז לב טהור איז גאר אן עקסטרעמע פרומע קהילה, געבט דאס נאכנישט רעכט פאר עסקנים זיך אריינצומישן און אריינמישן רבנים און ארויסכאפן מענטשן פון דארט מיט געוואלד.
אפשר איז די מעשה פארקערט, אז די פירער צווינגען צו בלייבען דורך זייערע פינסטערע מעטאדען, האסט שוין געהערט פון שטאקהאלם סינדרעם? מיט וואס איז דאס אנדערשט?
מ׳טאר נישט ארבייטען, עסן ושאר צרכים זענען זיי די פארזארגערס, שידוכים איז דורך זיי, וואס נישט??
לסיכום, דיינע נקודות קען מען ניצען אויף ביידע וועגן.
די עסקנים שטעלונג איז סימפעל, מ‘טראסט נישט קיין מיטגליד מיט זיינע קינדער וועגן נארמאלע חששות, אז די דארפסט דיינע קינדער דאן ביטע געב די בעלות פאר עסקנים, אבער וואוינען קענען זיי צוזאמען, וואס איז ראנג??
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1680
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 2791
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ממש?!? אזוי שנעל צו טראסטען אויף די חלק פון להטפיח?? כ‘האף אז נישט..שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 1:30 am היינט איז אנגעקומען א משפחה קיין קרית יואל. משפחת ר' חיים עזרי' אלטער הי"ו.
מיט וויפיל רענצלעך קלערט איר אז ער קומט אן? - איר קלערט מסתמא אז ער האט זיך געפאקט, ער פארמאגט שווערע באקסעס מיט פילע איינרישונגען וואס ער נעמט מיט פון זיין אלטע דירה.
זאג איך אייך, לא מיניה ולא מקצתיה!
איך קען ר' חיים עזריה פערזענליך. מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם אין כנישתא חדא. איך בין אים פערזענליך שולדיג א הכרת הטוב, בשעת ער האט מיר באזארגט מיט א געשמאקער צדה לדרך איידער איך בין אפגעפארן קיין ניו-יארק.
ר' חיים עזריה איז א חסידי'שער יונגערמאן, א זאפטיגער איד, טופח על מנת להטפיח. ער קומט אהער מיט א שטוב מיט קינדער, זיינע קינדער זענען גאר געראטן און געלונגען. איך זעה זיי אין א יאר ארום, אלס די מצויינים פון קלאס.
אבער אבער...
דער איד קומט אהער בעירום ובחוסר כל, אן גארנישט ממש. ער פארמאגט נישט קיין פרוטה לפורטה און ער קומט אהער אן קיין פלאן צו דעקן די פילע הוצאות וואס ער פארמאגט אויף זיך. ער איז אן אוד מוצל מאש, און ער דארף וויכטיג האבן הילף.
קודם-כל קומט יעצט צו גיין פורים. ער איז א פרעמדער דאהי אין קרית יואל, בשעת פורים איז א צייט וואס מען קען מאכן געלט. אידן אין קרית יואל, שעמט אייך נישט צוצוגיין צו אים, ווייזט אים צו וועלכע אדרעסן מען קען גיין, גיבט אים עצות ווי אזוי ער קען שאפן אפאר דאלער בעצם יום הפורים. נעמט אים אויף שיין און העלפט אים ארויס מיט וויפיל עס איז שייך.
אט לייג איך צו זיין פעידזש אינעם קאמפיין. לויטן אפמאך מיט די עסקנים גייט די געלט אויסדריקליך פאר אים. עס איז דאך יעצט פורים צייט, כל הפושט יד נותנים לו, און דא רעדט זיםך פון פדיון שבויים, חינוך און פיל אנדערע מצוות.
ווארפט אריין אפאר דאלער פאר דעם טייערן איד, און העלפט אים זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס על אדמת אמעריקע.
די לינק צו געבן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/13844
די עצם געלט ענין - איז בכלל נישט קיין סתירה, אדרבה זאל זיך גיסען געלט
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 319
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 3187
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך האב נישט געפלאנט צו זיין אקטיוו, אבער די ניקס מאכן מיר שווער ארבעטן, איך האב נישט קיין ברירה, איך מוז אכטונג געבן אז קיין איין תמים זאל נישט נתפעל ווערן פון זייערע גיפט.
די צרה איז נעבעך אז לב טהור האט געבויעט א פעסטע ברענד ביים היימישן ציבור אז זיי זענען בסך הכל א עקסטרים פרומע קהילה, פרומער ווי נטורי קרתא, גאר פרום. און אזוי איז זיי געלונגען צו אראפשטעלן א ארגומענט אז ''וואס גייט דיר אן אז איינער וויל זיין משוגע? וואס שטערט דיר אז איינער איז פרומער פון דיר?''
די מציאות איז אבער (הונדריטער אמעריקאנער אידן האבן שוין גערעדט מיט יוצאים, און עס איז אפילו דא פאבליק ווידיאוס וואס ווייזן דעיס אויף)
לב טהור האט נישט קיין שום שייכות מיט פרומקייט!
זייער פריעדיגע רבי ימ''ש פלעגט מטמא זיין אידישע קינדערלעך
זייער היינטיגע רבי ימ''ש פלעגט מטמא זיין אידישע קינדערלעך
זייער רב וואס איז יעצט אויף בעיל האט שוין 7 יאר א סמארטפאון אן א פילטער (דעיס איז נישט זייער גרעסטע עבירה, איך ברענג נאר ארויס ווי ווייט די קאווער אפ גייט, ווער עס קען דעם רב וועט שאקירט ווערן)
זיי זענען יעצט מחלל שבת בפרסיא, אנגעבליך צוליב פיקח נפש, אבער ווער עס איז מעיין (וויאזוי זיי ניצן עס, כאפן קליפס א גאנצן טאג אויף די גאס) פארשטייט אז דאס איז א אויסרייד וואס איז פונקט גוט פורים נאכמיטאג
זייער יעצטיגע אמת'ע מנהיג חיים צבי מלכא קען ניטאמאל איין עמוד גמרא אינווייניג
זייער הנהלה זענען אפגעזעצן נעכט נאך נעכט אין אפיס און געקוקט שמוץ רח''ל (שמעתי מכלי ראשון)
א יוצא האט מיר דערציילט וואו מען האט אים געכאפט לערנען גמרא, און מיט כעס האט מען עס אראפגעשליידערט אויף די ערד, און געווארנט אז קיינער טאר דאס נישט אויפהייבן.
דאס אנז לגבי יהודות, זאלט איר וויסן קלאר אז דאס האט 0 שייכות מיט יודישקייט.
יעצט לגבי די פיינוגענען איז די מציאות אז מען פייניגט דארט מיט עיניום וואס די נאציס קענען זיך קומען לערנען רשעות ביי זיי. טיפע חכמות אין הלכות רציחה וואס מען קען זיך ניטאמאל פארשטעלן. און די מציאות איז אז די מענטשן דארטן ווילן נישט דארט זיין, נאר זיי זענען פסכילאגיש קאנטראלירט צו זאגן אז זיי ווילן! איך זאג דעיס נאכן רעדן מיט צענדליגער יוצאים.
יעצט בנוגע די אלע ניקס, מיר ווייסן קלאר אז לב טהור חברה זיצן אויפן אינטערנעט א גאנצן טאג, מיר ווייסן (שמעתי מכלי ראשון) אז זיי עפענען ניקס. זיי טרייען צו שפילן אז זיי זענען נישט אינגאנצן אויף לב טהור'ס זייט, זיי זענען אפילו גרייט צו מכלומר'שט בארעדן די פירער'ס כדי מען זאל זיי כאטש גלייבן מיט איין שקר. עס איז ב''ה דא גענוג אינפאו ביים היימישן עולם, און דער דעת הקהל איז ב''ה נישט ווי דער לב טהור'ניק שרייבט דא.
אנשטאט זיין ביזי זיך טענה'ן מיט אים אדער מיטן נעקסטן ניק וואס זיי גייען עפענען, האלט קלאר פאר די אויגן אז ער איז א לב טהור'ניק, בפשטות פון די העווי רוצחים דארט, און יעדע ווארט זיך צו טענה'ן מיט אים איז פשוט פארברענגט די צייט, אנגנארירט אים און שוין. (מיינע ווערטער גייען ארויף אויך אויפן פרישן ניק וואס ער גייט עפענען, וואס גייט זיך האלב אננענעמען פאר עהעם, און האלב אפילו זיך טענה'ן מיט אים).

על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 2:16 pm איך האב נישט געפלאנט צו זיין אקטיוו, אבער די ניקס מאכן מיר שווער ארבעטן, איך האב נישט קיין ברירה, איך מוז אכטונג געבן אז קיין איין תמים זאל נישט נתפעל ווערן פון זייערע גיפט.

איך קען ר' חיים עזריא גוט און איך בין מסכים אז ער איז יא טופח על מנת להטפיח. א צדיק פון א איד, קומט נעבעך פון אוישוויץ דלב טהור. אן עלטערע מלמה איבערלעבער האלט איר אויך אז ער גייט אייך מאכן פאר א נאצי? (איך ווייס אז די משל איז נישט דומה צום נמשל, כ'ברענג נאר ארויס וויאזוי איך פיל עס).פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 2:07 pmממש?!? אזוי שנעל צו טראסטען אויף די חלק פון להטפיח?? כ‘האף אז נישט..שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 1:30 am היינט איז אנגעקומען א משפחה קיין קרית יואל. משפחת ר' חיים עזרי' אלטער הי"ו.
מיט וויפיל רענצלעך קלערט איר אז ער קומט אן? - איר קלערט מסתמא אז ער האט זיך געפאקט, ער פארמאגט שווערע באקסעס מיט פילע איינרישונגען וואס ער נעמט מיט פון זיין אלטע דירה.
זאג איך אייך, לא מיניה ולא מקצתיה!
איך קען ר' חיים עזריה פערזענליך. מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם אין כנישתא חדא. איך בין אים פערזענליך שולדיג א הכרת הטוב, בשעת ער האט מיר באזארגט מיט א געשמאקער צדה לדרך איידער איך בין אפגעפארן קיין ניו-יארק.
ר' חיים עזריה איז א חסידי'שער יונגערמאן, א זאפטיגער איד, טופח על מנת להטפיח. ער קומט אהער מיט א שטוב מיט קינדער, זיינע קינדער זענען גאר געראטן און געלונגען. איך זעה זיי אין א יאר ארום, אלס די מצויינים פון קלאס.
אבער אבער...
דער איד קומט אהער בעירום ובחוסר כל, אן גארנישט ממש. ער פארמאגט נישט קיין פרוטה לפורטה און ער קומט אהער אן קיין פלאן צו דעקן די פילע הוצאות וואס ער פארמאגט אויף זיך. ער איז אן אוד מוצל מאש, און ער דארף וויכטיג האבן הילף.
קודם-כל קומט יעצט צו גיין פורים. ער איז א פרעמדער דאהי אין קרית יואל, בשעת פורים איז א צייט וואס מען קען מאכן געלט. אידן אין קרית יואל, שעמט אייך נישט צוצוגיין צו אים, ווייזט אים צו וועלכע אדרעסן מען קען גיין, גיבט אים עצות ווי אזוי ער קען שאפן אפאר דאלער בעצם יום הפורים. נעמט אים אויף שיין און העלפט אים ארויס מיט וויפיל עס איז שייך.
אט לייג איך צו זיין פעידזש אינעם קאמפיין. לויטן אפמאך מיט די עסקנים גייט די געלט אויסדריקליך פאר אים. עס איז דאך יעצט פורים צייט, כל הפושט יד נותנים לו, און דא רעדט זיםך פון פדיון שבויים, חינוך און פיל אנדערע מצוות.
ווארפט אריין אפאר דאלער פאר דעם טייערן איד, און העלפט אים זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס על אדמת אמעריקע.
די לינק צו געבן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/13844
די עצם געלט ענין - איז בכלל נישט קיין סתירה, אדרבה זאל זיך גיסען געלט
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 338
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1220
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:00 pmאיך בוי מיין וועג אויף די וועג ווי אזוי דער באשעפער האט מיך געמאכט טראכטן, אויף באריכטן וואס איך האב געהערט פון יוצאים פון די פלאץ, וואס זיי האבן מיר דערציילט (נישט פון די יעצטיגע קאמפיין, איך רעד פון יארן צוריק), אויף קענענדיג די וויינגארטן ברידערס, און אויף די אינטערוויאס און באריכטן פון די יעצטיגע קאמפיין.כבוד מלכים האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 11:29 am @ עהעם
על סמך מה בויעסטו "די וועג וויאזוי איך קוק אן די יעצטיגע לב טהור פרשה"?
ביסטו אמאל געווען דארט? גערעדט מיט איינעם פון דארט? דעת תורה? קאמאן סענס?
איך פרעג באמת, עס איז נישט קיין אטאקע.
איך שרייב זייער קלאר מיין מיינונג, די פירערס דארט זענען א סכנה פאר סאסייעטי, און מ'דארף זיי אפשטעלן, אבער לגבי די עצם חבורה פאר זיך, איז נישט ריכטיג אז עסקנים נעמען זיך איבער מענטשן וואס ווילן לעבן אויף א געוויסע וועג, און זיי מיט געוואלד אוועקשלעפן.
איי, האט איינער געפרעגט, ווי אזוי קען די קהילה אנגיין אן א פירער? איך גלייב אז ס'איז דא דארט מעסיגע ערליכע מענטשן וואס זענען נישט עוסק אין די אלע השחתות וואס מ'באריכטעט אויף די פירערס.
כלל ישראל דארף קענען פארנעמען אלע סארט קהילות און חבורות, ווילאנג ס'פירט זיך על פי תורה, און אז לב טהור איז גאר אן עקסטרעמע פרומע קהילה, געבט דאס נאכנישט רעכט פאר עסקנים זיך אריינצומישן און אריינמישן רבנים און ארויסכאפן מענטשן פון דארט מיט געוואלד.
ר' איד, מען האט אייך שוין מערערע מאל איבערגעפרעגט: ווער צווינגט איינעם אוועקצוגיין? וועיר לאזט נישט אן ערוואקסענער מענטש וואס מיט זיין אייגענעם שכל (לאמיר אננעמען לשיטתך אז עס איז נישט מאניפולירט) איז מחליט דארט צו בלייבן? די עסקנים זענען לעץ עתה עוסק אין בלויז צוויי זאכן: 1) זיכער מאכן אז די קינדער, וואס קענען זיך נישט פראטעקטן און זענען צו יונג צו האבן א מיינונג, בלייבן נישט אין דעם פארדארבענעם פלאץ וואו די פירער פייניגן זיי ברוחניות ובגשמיות, און 2) אויב אן ערוואקסענער איז מחליט ארויסצוקומען (צב"ש צוליב די אוממענטשליכע באדינגונגען וואס די הנהלה האט זיי געהייסן וואוינען אויף די גאס וכדומה) זאל ער האבן אלע מעגליכקייטן דאס אויסצופירן מכח אל הפועל.
טא, איך ווידערהאל: ווער טוט זיי וועלכע פעולה צו צווינגען ערוואקסענע אוועקצוגיין פון לב טמא?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זיי מיר מוחל הרב העסקן החשוב, אבער נישט יעדער וואס שרייבט פארקערט פון וואס דו ווייסט, אפגעזען ווי שטארק אדער קראנט דו ווייסט עס, איז א לב-טהור'ניק און א לב טהור ניק.
גייטס קוקטס אין די ערשטע בלעטער פון דעם אשכול, ווי געוויסע אידן ווערן נחשד צו געהערן צו ל"ט, און מיט א דריי פון עטליכע פעידזשעס האבן זיי געטוישט זייער מיינונג (לכאורה נאכ'ן זען און הערן מער).
און אפשר איז @עהעם נאכנישט אזוי באהאוונט? אפשר האט ער נאכנישט גענוג צייט פארשווענדעט אויף קרעטשמע?
דער גאנצע לב טהור כאפצעריי דא איז מיאוס, און זאל זיך אויפהערן ביטע.
און דאס אז ער האט זיך קוים איינגעשריבן דא מיינט אויך גארנישט כידוע, ווייל לכבוד די פרשה זענען צענדליגע פרישע ניקס אהער געקומען.
@עהעם'ס שטעלונג איז א טיפישע מושכל ראשון פון איינער וואס האט זיך נאכנישט גענוג אריינגעטון. א דו ווילסט מסביר זיין און דערציילן פאר אים און כל דכוותי' זאכן וואס זיי ווייסן נאכנישט, אדרבה - אבער פארוואס אזוי בייסיג?
(אגב, א סגולה זיכער צו מאכן אז אזא איינער האלט זיך ביי זיינס און נעמט ממש פערזענליך זיין שטעלונג איז אים צו באשמוצן. און דאס איז לכאורה פשט פון זיין מאדנע געדאנקען-טאנץ דא)
---
יתכן אז עס זענען יא דא ניקס וואס אפערירן אזוי ווי דו שילדערסט, און כאטש איינער דריי-קאפ דא איז זיכער אזאנס, אבער צוערשט זיי דאס מברר קלארער, איידער דו קאנפראנטירסט איינעם אזוי.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5987
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 13096
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@שווערמער מ'דארף האבן זייער זייער א שוואכע קאפ צו מיינען אז @עהעם איז אביעקטיוו און האט פשוט קושיות.
יא, ס'איז אויך דא ווער עס האט אנהויב געהאט קושיות, אינקלודינג @דער תהלים איד, אבער אינגאנצן אנדערע קושיות, און אן קיין דריידלעך.
מ'טאר נישט זיין דום. ס'איז א לאו דאורייתא... אל תפנו
יא, ס'איז אויך דא ווער עס האט אנהויב געהאט קושיות, אינקלודינג @דער תהלים איד, אבער אינגאנצן אנדערע קושיות, און אן קיין דריידלעך.
מ'טאר נישט זיין דום. ס'איז א לאו דאורייתא... אל תפנו
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יעדער האט זיך זיינע קשיות, און דאס אז דו האסט געהאט אנדערע קשיות ווי אים, מיינט סך הכל אז דו ביסט אן אדערע מענשט...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 2:31 pm @שווערמער מ'דארף האבן זייער זייער א שוואכע קאפ צו מיינען אז @עהעם איז אביעקטיוו און האט פשוט קושיות.
יא, ס'איז אויך דא ווער עס האט אנהויב געהאט קושיות, אינקלודינג @דער תהלים איד, אבער אינגאנצן אנדערע קושיות, און אן קיין דריידלעך.
מ'טאר נישט זיין דום. ס'איז א לאו דאורייתא... אל תפנו
ביי נאַו האט רבינו עהעם שוין אייגענע נגיעות דא, און קענסט אים נישט דן זיין איבער דעם אומאביעקטיוו.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ריכטיג. מיר האבן געמיינט אז וויבאלד דער רבי וחביריו זיצן אין תפיסה וועט זיך עס אויפלעזן, דערווייל איז אויסגעוואקסן א פרישע הנהלה, וועלכע האלטן דעם עולם ביים קארג. און עס איז קלאר אז אויב די יעצטיגע הנהלה וועט גיין אין חד גדיא, וועט אויפקומען פרישע... מען דארף די זאך עוקר מן השורש זיין פאר יעדן פרייזדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 1:54 pmדאס האט מען שוין געטון, און די רשעים האבן באוויזן צו פירן אלעס ווייטער.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:33 pmמען לייגט זיי אין טורמע.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:28 pm
נישט דאס איז געווען די קשיא.
די קשיא איז וויאזוי קענסטו גאראנטירן אז די פארדארבענע פירער בלייבן נישט ביים קאנטראל פון דעם פלאץ?
אידישע לעבנס זענען ווייטער געפייניגט געווארן בגשמיות, און שוידערליך נרדף געווארן ברוחניות.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5987
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 13096
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
סארי, כ'האב נישט געמיינט "אנדערע קושיות", נאר "אנדערע מיני קושיות".שווערמער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 2:38 pmיעדער האט זיך זיינע קשיות, און דאס אז דו האסט געהאט אנדערע קשיות ווי אים, מיינט סך הכל אז דו ביסט אן אדערע מענשט...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 2:31 pm @שווערמער מ'דארף האבן זייער זייער א שוואכע קאפ צו מיינען אז @עהעם איז אביעקטיוו און האט פשוט קושיות.
יא, ס'איז אויך דא ווער עס האט אנהויב געהאט קושיות, אינקלודינג @דער תהלים איד, אבער אינגאנצן אנדערע קושיות, און אן קיין דריידלעך.
מ'טאר נישט זיין דום. ס'איז א לאו דאורייתא... אל תפנו
ביי נאַו האט רבינו עהעם שוין אייגענע נגיעות דא, און קענסט אים נישט דן זיין איבער דעם אומאביעקטיוו.
ווען איינער פרעגט מיר "פארוואס לייגן די אידן בלוט אין די מצות?", און איך ענטפער אים אז מ'לייגט נישט, און ער פרעגט צוריק "אבער למעשה איז דא וואס לייגן, פארוואס זאגסטו מיר נישט די סיבה?" = ווייס איך אז ער האט תשובות, נישט קושיות.
ס'איז נישט שייך צו טראכטן פאר איין רגע אז @עהעם איז נישט א "רוצח מדבר מתוך גרונו".
כ'וועל נישט זאגן אז ער איז א לב טהור'ניק זעלבסט, כ'ווייס נישט, קען זיין ער איז סתם א חבר מיט איינע פון די גיפטיגע אזויגערופענע יוצאים, מחללי שבת עם פנים תמימות.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4729
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14092
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הונדערט פראצענט. אבער די מעשה דא איז קלאר... געפרופט ווי שטארק פרוף קען נאר זיין...
עגען, אויף וויפיל איך ווייס באלאנגט ער נישט צו לב טמא, נאר איז שטארק פארדרייט אין דיזע נושא. און קען באשטיין אונז אויך צו פארדרייען.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך בין ב"ה נישט טויב און בלינד, איך ליין און הער וואס טוט זיך, און וויפיל מ'וועט מיר אויפווייזן די רשעות פון די פירערס דארט, האלט איך אבער נישט אז עס איז ריכטיג זיך אריינצומישן ביי די פשוט'ע קהילה מיטגלידער און זיי ארויסשלעפן מיט געוואלד און זיי צונאר לייגן פאר די גאנצע וועלט.