פרעזידענט פארמעסט 2024

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

א בליק אויף עירלי וואוטינג אין נאוואדע.
פיילס
IMG_20241020_135713_538.jpg
IMG_20241020_135713_538.jpg (89.49 KiB) געזען געווארן 490 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אין נעוועדא ווי מערסטנס שטימען זענען אירלי וואטינג און מעיל אין האבן דעמאקראטן בלויז א ליעד פון 1 טויזנט שטימען בשעת וואס אין 2020 האבן זיי געהאט 40 טויזנט ביי יעצט.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3267
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9193

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך פליט »

General election poll - Pennsylvania

🔴 Trump 46% (+3)
🔵 Harris 43%
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

IMG_20241021_015312_177.jpg
IMG_20241021_015312_177.jpg (35.19 KiB) געזען געווארן 390 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

"א גוטן מועד"

דאנעלד זשעי טראמפ.
פיילס
IMG_20241021_015641_702.jpg
IMG_20241021_015641_702.jpg (153.4 KiB) געזען געווארן 389 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

IMG_20241021_015811_329.jpg
IMG_20241021_015811_329.jpg (154.54 KiB) געזען געווארן 389 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

באריכטן אז די געוועזענע יו-ען אמבעסאדאר פון די טראמפּ אדמיניסטראציע און געוועזענע קאנדידאט פאר פרעזידענט, ניקי העילי, וועט זיך אנשליסן אין די קאמפיין פאר דער געוועזענער פרעזידענט טראמפּ.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

#נישט אייגענס.

ספעציעלע חול המועד סעריע.
טראמפ אדער העריס?
ארטיקל 1.


לכבוד חוה"מ וועלן מיר אנשטאטס די געווענדליכע פינאנציעלע ארטיקלען אריינפארן אין די פאליטישע וועלט.

דורכאויס די ימי חול המועד וועלן מיר פרובירן צו פארענטפערן די שאלה וואס דריקט יעדעם…
"ווער האט עס? טראמפ אדער העריס?"

פארשטייט זיך אז וויבאלד איך בין נישט קיין נביא, קען איך נישט פשוט פאראויסזאגן וואס ס'גייט געשעהן. וואס איך קען אבער יא טוהן, איז נאכברענגען מערערע שטיקלעך פון די אוועילעבל דעיטע, און זאל דער עולם אליינס מחליט זיין וואס ס'גייט ווארשיינליך פאסירן.


די עלעקטארעל קאלעדזש.

אונז גייען זיך דא ארויסלאזן אויף א מיסיע,
צוזאמצונעמען מערערע שטיקלעך רעלעוואנטע דעיטע, און אזוי ארום קענען אפמאכן וואס דא גייט זיך אפקאכן אין די קומענדיגע 2 וואכן.

אבער כדי צו קענען זוכן און באטראכטן סיי וואספארא דעיטע, פעלט זיך קודם אויס צו זיין קלאר "וואס" אונז זוך מיר.

אונז וואלטן בכלל נישט געווען אינטערסירט צו באטראכטן דעיטע פון ענגלאנד, אויב וואלט מיר אונז געמאכט ריסערטש ווער ס'גייט געווינען די קאנאדישע פרעימער'שאפט.

די זעלבע איז דא אויך. וויבאלד אונז זוך מיר דעיטע וואס פארציילט ווער ס'גייט זיין קומענדיגע אמעריקאנער פראזידענט, קענען מיר נישט פשוט קוקן אויף די דעיטע פאר וועם רוב אמעריקאנער גייען שטימען, ווייל נישט דאס פארציילט ווער ס'גייט ווערן פרעזידענט!

די החלטה ווער ס'זאל זיין די קומענדיגע פרעזידענט פון אמעריקע, גייט נישט ווערן געמאכט דורך רוב אמעריקאנער. צו מחליט זיין ווער ס'גייט ווערן דער אמעריקאנער פרעזידענט, ווענד זיך ענדערש אין א גרופע מענטשן וואס מען רופט אן "די עלעקטארעל קאלעדזש".

אין אנדערע ווערטער, אפילו טאמער רוב אמעריקאנער שטימען פאר, לאמיר זאגן, דאנאלד טראמפ, אבער דאן קומען די חברה פון די עלעקטארעל קאלעדזש, און שטימען פאר העריס, וועט העריס ווערן פרעזידענט און נישט טראמפ.

און, אין פאקט, איז טאקע אזוי געווען אין 2016 ווען הילערי קלינטאן, וואס האט געהאט מער אמעריקאנע שטימען ווי טראמפ, איז פארט נישט געווארן פרעזידענט וויבאלד א רוב פון די עלעקטארעל קאלעדזש האט געשטימט קעגן איר. און די זעלבע איז געווען ווען אל גאור איז נישט געווארן פרעזידענט אין 2000 (נאר ענדערש בוש-דער-צווייטער) כאטש ער האט געהאט מער אמעריקאנע שטימען ווי בוש.

במילא, צו קוקן אויף "וויפיל דעמאקראטן איז דא אין אמעריקע ווערסוס וויפיל רעפאבליקאנער", אדער "וואס ווייזן די פאולס פון גאנץ אמעריקע", איז א טעות.
וואס מען דארף ענדערש קוקן אויף, איז: וואס זאגן די חברה פון די עלעקטארעל קאלעדזש…? פאר וועם גייען זיי שטימען.

דא שטויסן מיר זיך אבער אן אין א פראבלעם.

די עלעקטארעל קאלעדזש עקזיסטירט נאך נישט…

אונז ווייס מיר נאך נישט יעצט וועלכע מענטשן גייען זיין אין די קאלעדזש!

וועלכע מענשטן ס'גייען זיין א חלק פון די עלעקטארעל קאלעדזש, גיי מיר ערשט געוואר ווערן נאך די וואלן!

איך ווייס אז דערווייל הערט זיך די זאך זייער אומקלאר, אבער לייען ביז צום סוף צו פארשטיין וואס דא קומט פאר.

איז אזוי:
די עלעקטארעל קאלעדזש באשטייט פון 538 מעמבערס.

די מענטשן וואס זענען א חלק פון די עלעקטארעל קאלעדזש ווערן אנגערופן "עלעקטארס".

יעדע סטעיט פון די 50 אמעריקאנע סטעיטס, באקומט די זכיה אויסצוקלייבן עטליכע פון די 538 עלעקטארס.

די 538 עלעקטארס גייען נישט זיין אייניג צוטיילט צווישן אלע 50 סטעיטס, נאר די סטעיטס מיט מער מענטשן גייען האבן מער עלעקטארס, און סטעיטס מיט ווייניגער מענטשן גייען האבן ווייניגער עלעקטארס.
למשל קאליפארניע -וואס האט די מערסטע מענטשן אין אמעריקע- גייט האבן 54 עלעקטארס, טעקסאס 40, פלארידע 30, און ניו יארק 28, בעת וואס אלאסקא און נאך פילע אנדערע סטעיטס מיט ווייניג מענטשן, גייען האבן בלויז 3 עלעקטארס.

אין די וואלן פון נאוועמבער דעם 5'טן, גייען די מענטשן פון יעדע סטעיט אויסוועלן ווער ס'זאלן זיין די עלעקטארס פון זייער סטעיט (זאל די סטעיט האבן עלעקטארס וואס גייען וואויטן פאר טראמפ, אדער ענדערש עלעקטארס וואס גייען גיין פאר העריס).

ווען דו גייסט אין נאוועמבער 5 וואויטן פאר טראמפ אדער העריס, גייט דיין וואויט נישט גיין דירעקט פאר טראמפ אדער העריס, נאר דו גייסט ענדערש וואויטן צו דו ווילסט אז די עלעקטארעל מעמבערס פון דיין סטעיט זאלן ענדערש זיין טראמפ חברה אדער ענדערש העריס חברה.

ווען א קאנדידאט געווינט א סטעיט (דאס מיינט ער געהאט אפילו נאר איין וואויט מער פון זיין קעגנער אין יענע סטעיט), מיינט עס אטאמאטיש אז אלע עלעקטארס פון יענע סטעיט גייען ווערן אויסגעקליבן דורך זיינע מענטשן, און די עלעקטארס פון יענע סטעיט גייען דארפן שטימען פאר אים אין די עלעקטארעל קאלעדזש.

סאוי, אויב טראמפ גייט האבן אפילו איין מער שטימע פון העריס אין די סטעיט אף טעקסעס, גייען אלע עלעקטארס פון די סטעיט אף טעקסעס ווערן אויסגעקליבן דורך די טראמפ חברה און אזוי ארום פארזיכערן אז די 30 עלעקטארס פון טעקסאס גייען שטימען פאר טראמפ ווען די עלעקטארעל קאלעדזש גיט אפ זייער שטימע.
אז העריס גייט געווינען ניו יארק (דאס מיינט אז ווען מען גייט קוקן אויף די טאטעל שטימעס פון ניו יארק סטעיט גייט העריס האבן אפילו נאר איין שטימע מער פון טראמפ) גייט זי אויסקלייבן ווער ס'זאל זיין אלע 28 עלעקטארס פון ניו יארק, און אזוי ארום פארזיכערן אז אלע 28 עלעקטארס זאלן שטימען פאר איר ווען די עלעקטארעל קאלעדזש גייט שטימען ווער ס'זאל זיין פרעזידענט.

און אזוי גייט זיין מיט אלע סטעיטס.
תיכף נאך די עלעקשן'ס, גייט מען דורך גיין סטעיט ביי סטעיט, און אין יעדע סטעיט וואס טראמפ גייט געווינען -אפילו נאר מיט איין שטימע- גייען די רעפובליקאנער אויסקלייבן די עלעקטארס, און אין יעדע סטעיט וואס העריס גייט געווינען, גייען די דעמאקראטן אויסקלייבן די עלעקטארס.

ווי פריער דערמאנט, איז פאראן א סך הכל פון 538 עלעקטארס אין די עלעקטארעל קאלעדזש, דאס מיינט אז כדי א קאנדידאט זאל ווערן פרעזידענט, דארף ער האבן כאטש 270 עלעקטארס וואס זאלן אים שטיצן (א רוב פון 538).

דאס איז אין קורצן וויאזוי די אמעריקאנע פרעזידענטליכע וואל סיסטעם ארבעט.

פארוואס דארף מען גיין קרום אז מען קען גיין גראד??

פארוואס האט מען געמאכט זאכן אזוי קאמפליצירט אנשטאטס צו פשוט אויסוועלן א פרעזידענט לויט ווער ס'האט א סך הכל פון מער אמעריקאנע שטימען?

די תירוץ דערויף איז, ווי אלעס אין די קאנסטיטוציע, א טיפע לאנגע און אינטערסאנטע שמועס פאר זיך וואס מיר וועלן איבערלאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט. יעצט וועלן מיר זיך בלויז באציען צו די תוצאה פון די דאזיגע סיסטעם.

לאמיר זיך פארשטעלן אז אמעריקע האט נאר 3 סטעיטס, קאליפארניע מיט אירע 54 עלעקטארס, טעקסאס מיט אירע 40 עלעקטארס, און פלארידע מיט אירע 30.

לאמיר אצינד אננעמען אז מר. דעמאקראט געווינט קאליפארניע, בעת וואס וואס מר. רעפובליקאנער געווינט טעקסאס און פלארידע, אבער די וועג וויאזוי זיי האבן געווינען זייערע סטעיטס איז געווען היפש אנדערש.

דער דעמאקראט האט באקומען כמעט "אלע" שטימען פון זיין סטעיט, לאמיר זאגן אז ער באקומט אין קאליפארניע 20 מיליאן שטימען, בעת וואס דער רעפובליקאנער האט בלויז באקומען איין מיליאן שטימען אין קאליפארניע.

משא"כ די סטעיטס וואס דער רעפובליקאנער האט געווינען, האט ער עס געווינען נאר מיט אביסל.

לאמיר זאגן אז אין טעקסאס האט דער רעפאבליקאנער באקומען 10 מיליאן שטימען, און דער דעמאקראט האט באקומען 8 מיליאן.
און אין פלארידע האט דער רעפאבליקאנער באקומען 5 מיליאן, און דער דעמאקראט 4 מיליאן.

ווען מען קוקט אויף די רויע נומערן האט דער דעמאקראט געווינען שטארק.
ער האט געהאט 20 מיליאן אין קאליפארניע, 8 מיליאן אין טעקסאס און 4 מיליאן אין פלארידע. צוזאמען איז עס 32 מיליאן שטימען, וואס דאס איז פיל מער ווי די סך הכל שטימען וואס דער רעפאבליקאנער האט באקומען (דער רעפובליקאנער האט באקומען איין מיליאן אין קאליפארניע, 10 מיליאן אין טעקסאס און 5 מיליאן אין פלארידע = 16 מיליאן).

וויבאלד אבער דער רעפאבליקאנער האט באקומען פיל מער עלעקטארס, ווייל ער באקומט דאך די 40 עלעקטארס פון טעקסאס, און די 30 פון פלארידע (ער האט למעשה געווינען די 2 סטעיטס), בעת וואס דער דעמאקראט האט נאר באקומען די 54 פון קאליפארניע, איז קלאר אז דער דעמאקראט פארלירט, און דער רעפאבליקאנער ווערט פרעזידענט (ווייל דיר רעפאבליקאנער האט למעשה מער עלעקטארס).

אין אנדערע ווערטער, דאס אז איין קאנדידאט געווינט זיינע סטעיטס מורא'דיג שטארק; באקומענדיג ממש יעדעס איינציגע שטימע דארט, העלפט עס אין גארנישט מער ווי אויב זאל ער עס נאר געווינען מיט איין שטימע.

און וויבאלד קאנדידאטן ווייסן פון די סוד, איז עס טאקע גורם אז ווי נאר א קאנדידאט איז זיכער ביי זיך אז מער ווי האלב פון א געוויסע סטעיט גייט וואוטן פאר אים, גייט ער מער נישט אריינלייגן געלט און כח צו קאמפיינען דארט. ווייל האבן נאך מער וואוטערס אין די סטעיט, גיבן בכלל נישט אז גרעסערע טשאנס פאר נאך וואוטס אין די עלעקטארעל קאלעדזש.

איינמאל דו פארשטייסט די קאנצעפט, וועסטו פארשטיין פארוואס יעדער איז ביזי מיט די "סווינג-סטעיטס"...

אזעלכע סטעיטס ווי מען ווייסט גאנץ קלאר ווער ס'גייט געווינען (צב"ש קאליפארניע איז גאנץ קלאר אז העריס גייט געווינען) איז באמת נישט נוגע צו זי גייט עס געווינען מיט 10 15 אדער 20 פראצענט. איינמאל ס'איז קלאר אז זי גייט עס געווינען, לוינט נישט פאר טראמפ אריינצולייגן א פענני אין די סטעיט, וויבאלד ארויסקוועטשן נאך אפאר טראמפ שטיצער אין קאליפארניע גייט אים גארנישט ברענגען, ווייל די רגע וואס העריס גייט האבן אפילו איין שטימע מער אין קאליפארניע (און זי גייט דאך האבן פיל מער פון דעם) גייען די 54 עלעקטארס פון קאליפארניע סיי ווי ווערן אויסגעקליבן דורך די דעמאקראטן.

און ווייטער פארקערט, אין טענעסי איז זייער קלאר אז טראמפ גייט האבן מער שטימען (אונז ווייסן טאקע נישט פונקטליך מיט וויפיל מער, אבער ס'איז קלאר אז בדרך הטבע גייט ער עס געווינען), לוינט אים ווייטער נישט אריינצולייגן געלט דארט, וויבאלד ער פארדינט נישט גארנישט מיטן האבן נאך אפאר וואויטס דארט. די רגע ער געווינט די סטעיט אפילו נאר מיט איין שטימע גייען זיינע מענטשן אויסקלייבן די 11 עלעקטארס פון טענעסי.

די איינציגסטע סטעיטס וואס ס'לוינט פאר קאנדידאטן אריינצולייגן כח און מח צו איבעררעדן וואוטערס, איז נאר אין אזעלכע סטעיטס וואס ס'איז נישט קלאר ווער ס'גייט געווינען. אין אזעלכע סטעיטס קען יעדע שטימע אויסמאכן ער זאל געווינען די סטעיט און אזוי ארום באקומען די אלע עלעקטארס פון יענע סטעיט.

די סטעיטס וואס מען ווייסט נישט אויף זיכער פאר וועם ס'גייט גיין, ווייל צומאל גייען זיי פאר די דעמאקראטן און צומאל פאר די רעפובליקאנער, ווערן אנגערופן "סווינג-סטעיטס". זיי סווינגען אמאל אהער און אמאל אהין.

למעשה:

אין יאר 2024 איז אנגענומען אז טראמפ איז גאנץ פארזיכערט צו געווינען 24 סטעיטס. די 24 סטעיטס זענען צוזאמען ווערד 219 עלעקטארס.
פון די אנדערע זייט איז גאנץ קלאר אז העריס גייט ווארשיינליך געווינען אנדערע 19 סטעיטס, וואס זענען צוזאמען ווערד 226 עלעקטארס.

די עיקר געשלעג טוט זיך אויף די איבריגע 7 סווינג-סטעיטס.

די סווינג סטעיטס זענען ווי פאלגענד:

פענסילוועניע מיט אירע 19 עלעקטארס.
דזשארדזשיע מיט אירע 16 עלעקטארס.
נארט קאראליינע מיט אירע 16 עלעקטארס.
מישיגן מיט אירע 15 עלעקטארס.
אריזאנע מיט אירע 11 עלעקטארס.
וויסקאנסין מיט אירע 10 עלעקטארס.
און נעוואדע מיט אירע 6 עלעקטארס.

וויבאלד א קאנדידאט קען נאר ווערן פרעזידענט מיטן האבן כאטשיג 270 עלעקטארס אויף זיין זייט, און טראמפ איז דאך דערווייל נאר פארזיכערט מיט ארום 219, און העריס איז נאר פארזיכערט מיט ארום 226, שלאגן זיי זיך טאקע שטארק ארום אויף די 7 סווינג סטעיטס, כדי זיך צופארזיכערן מיט גענוג עלעקטארס אנצוקומען צו 270.


נאך די לאנגע הקדמה האף איך אז ס'איז קלאר געווארן וועלכע סארט דעיטע מיר דארפן זוכן אויף צו אפמאכן ווער ס'גייט זיין פרעזידענט.
ווי איידער זוכן אויף אינפארמאציע איבער וואויטערס פון גאנץ אמעריקע, גייען מיר זיך בעיקר אפשטעלן אויף אינפארמאציע איבער די ספעציפישע 7 סטעיטס.

אינעם מארגענדיגן ארטיקל וועלן מיר אנהייבן מיט דורכגיין די אוועילעבל דעיטע.

א פרייליכן מועד.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3267
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9193

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך פליט »

IMG_20241021_214631_529.jpg
IMG_20241021_214631_529.jpg (100.58 KiB) געזען געווארן 307 מאל
NYT poll
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

די פאקס דיסיזשען דעסק הויפט אהרן מישקין זאגט אז אויב ס'איז א שמאָלע אויסגאנג וועט עס ווארשיינליך קלאר ווערן די געווינער ערשט נאך 4-5 טעג ארום שבת.

ער פירט שוין די 'טישל' זינט 2008 און פארפיגט איבער 9 אנאליסטן, און פאריגע מאל איז ער און פאקס אויסגעשטאנען גרויס קריטיג פון די טראמפ לאגער ביים דערקלערן אריזאנע פאר ביידן אויף אילעקשן נאכט.

(מיר ווייסן אז ער רעדט צום דבר וויבאלד לעצטענס געשעהן אלע גרעסערע נייעסער אויף שבת און יום טוב כדאי מיר זאלן נישט קענען מיטהאלטן, שמחת תורה, סינוואר...)
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אין א אנקעטע פון א ארביש'ע נייעס קוואל אינאיינעם מיט יוגאוו אויף ארביש'ע אמעריקאנער שטייט טראמפ +2.

דאס איז טראץ וואס העריס שטעלט זיך נישט מיט מי אנגעבליך צוליב די אראבער אין מישיגן.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

די היינטיגע ערשטער טאג עירלי וואטינג אין פלארידע איז אריבער אזוי.

376 טויזנט האבן געשטימט אין פערסאן 53% ר. 28% ד. 17% אנדערע אדער אינדעפענדענט.

אינאיינעם מיט די מעיל אין וואס זיי אקסעפטירן שוין פאר צוויי דריי וואכן וועלכע איז אין טאטאל 1.3 מיליאן און איז ד. +6% קומט די יעצטיגע טאטאל אויס צו

1.68 מיליאן שטימען +1.1ר.

אין 2020 האבן 10.8 מיליאן געשטימט אין פלארידע דאס מיינט אז יעצט שטייט מען ביי כמעט 15% פון די ערווארטעטע שטימען.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אביסל אנקעטעס פארן טאג.

קודם האט די 'איקאנאמיסט פרעדיקשאן' זיך גערוקט צו טראמפ, נעמענדיג 5/7 פון די סטעיטס.

לויט די ניו יארק טיימס פאול עוורידש שטייען 4 אינדערמיט, אריזאנע און דשארדשא פאר טראמפ און וויסקאנסין פאר העריס.

סאפאלק, נאציאנאלע העריס +1 אין די פאריגע איז זי געווען +5.

וואשינגטאן פאסט, העריס העריס 4 סטעיטס טראמפ 2 און נעוועדא איז א טיי.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

די CBS נייעס סטאנציע איז מודה אז זיי האבן געדיט די ענפער פון העריס אויף א אינטערוויו 13 טעג צוריק אויף זייערע 60 minutes פראגראם.
פיילס
IMG_20241022_014348_553.jpg
IMG_20241022_014348_553.jpg (167.07 KiB) געזען געווארן 228 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אין דשארדשא ווי א דריטל ציבור האט שוין געשטימט 1.7 מיליאן

איז די רויטע מורעי קאנטי די ערשטע צו איבערשטייגן איר 2022 אירלי וואטינג נומערן מיט 108%.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2122
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2227

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך אנדערער »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 22, 2024 1:44 am די CBS נייעס סטאנציע איז מודה אז זיי האבן געדיט די ענפער פון העריס אויף א אינטערוויו 13 טעג צוריק אויף זייערע 60 minutes פראגראם.
תמצית. איך האב געפעלשט אבער טראמפ איז שולדיג
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2163
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5397

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך פופציגער »

יישר כח @מיילעך פריילעך
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

לויט א פרישע סאפאלק - USA today אנקעטע שטייט טראמפ פאראויס מיט א מאסיווע +11% ביי לאטינטוי'ס.
(38-49)
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אין די קאלשי בעטינג זייטעל, וואס איז לויט טייל מער אקוראט ווי פאולימארקעט, האט זיך נאך מער ארויפגעריקט די אויבערהאנט פון פרעזידענט טראמפ.
(59-41)
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

די לאס אנדזשעלעס טיימס וועט נישט אינדארסירן העריס.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

גאלאפ, פעיוועריבילעטי רעיטינג.

טראמפ + 2
העריס - 2

די איינציגסטע פון די דריי אילעקשאנס וואס טראמפ איז פאזיטיוו אין די פערמענאנטע פאול.

דאס איז אויך וויכטיג וויבאלד זיין געווענליכע שטארקע נעגאטיוו אין פעיוועריבילעטי דרייווט שטארק טוראונט ביי דעמעקראטן און אינדעפענדענטס.
פיילס
IMG_20241022_162235_860.jpg
IMG_20241022_162235_860.jpg (104.02 KiB) געזען געווארן 111 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

לויט באריכטן וועט טראמפ גיין אויף די גאר פאפולערע דשאו ראגען פאדקעסט די פרייטאג.

ראגען איז פון די מערסט פאפולערע פאדקעסטס אין לאנד מיט איבער 10 מיליאן צוהערער, און האט אסאך אינדעפענדענט צוהערער.

ראוגען פאר זיך האט לעצטנס גענומען א שטארקע פאפוליסטישע רעכטע דריי.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2163
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5397

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך פופציגער »

@מיילעך פריילעך יישר כח פאר דיין נעכטיגע אנאליז.

שוין דא א המשך?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 22, 2024 4:31 pm @מיילעך פריילעך יישר כח פאר דיין נעכטיגע אנאליז.

שוין דא א המשך?
סאיז נישט מיינס, העמיר ווארטן אז דער יעניגער זאל ממשיך זיין.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9579

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

טראמפ אדער העריס?
ארטיקל 3.



גיי מיר ווייטער אין אונזער קוועסט צו זוכן דעיטע אויף די 7 סווינג סטעיטס, כדי צו ארויסהאבן ווער האט מער טשאנסן צו געווינען.

די ערשטע סארט דעיטע וואס אונז זענען דורכגעגאנגען איז געווען Polls, און ווי געזעהן האט טראמפ דארט די אויבערהאנט.

די צווייטע סארט דעיטע וואס מען קען באטראכטן איז: וואוטער רעגיסטראציעס.

כמעט אלע אמעריקאנע סטעיטס פארלאנגען אז כדי צו קענען שטימען אין די עלעקשנס איז נישט גענוג אז מען איז אן אמעריקאנער סיטיזן, נאר מען דארף אויך זיין רעגיסטרירט.

רעגיסטרירן, איז נישט עפעס א מעידזשער פראצעדור. בדרך כלל ברויך מען בלויז אויספילן אן איין זייטיגע Form מיט סאמע בעיסיק אינפארמאציע ווי נאמען, אדרעס אדג.

אין א חלק פון די סטעיטס וועט מען בשעת'ן זיך רעגיסטרירן אויך דארפן אריינשרייבן צו וועלכע פאליטישע פארטיי מען וויל אנגעהערן (דעמאקראט, רעפובליקאנער, אינדעפענדענט וכו).

צו וועלכע פארטיי מען האט זיך איינגעשריבן, מאכט נישט אויס ווען ס'קומט צו דזשענעראל עלעקשנס (ס'מאכט בלויז אויס ביי די פריימעריעס עלעקשנס אין געוויסע סטעיטס), און בכלל קען מען גרינג טוישן די פארטיי וואס מען באלאנגט צו.

פארט אבער, קען די רעגיסטראציע אינפארמאציע געבן א בליק איבער די שטימונג פון די וויילער.

אז מער מענטשן רעגיסטרירן זיך צו פארטיי A, ווי איידער פארטיי B, איז אנצונעמען אז פארטיי A האט יעצט די מאמענטום.

ווי געשמועסט, נאר א חלק פון די סטעיטס שטעלן צו די דעיטע, אבער גראדע נעמט עס אריין עטליכע פון אונזערע סווינג-סטעיטס.

אז מען גייט דורך די פארטיי-רעגיסטראציעס פון אלע סטעיטס זינט די 2020 עלעקשנס, שטעלט זיך ארויס אן אינטערסאנטער בילד:

ביי יעדע איינציגסטע פון די סטעיטס האבן זיך זאכן געריקט לטובת די רעפאבליקאנער, און קעגן די דעמאקראטן, אין די לעצטע 4 יאר.

למשל:

אין 2020 האט פענסילוועניע געהאט 4.2 מיליאן רעגיסטרירטע דעמאקראטן, און בלויז 3.5 מיליאן
רעגיסטרירטע רעפאבליקאנער, אבער אין די לעצטע 4 יאר האבן זיך זאכן היפש געטוישט. פענסילוועניע האט היינט צוטאגס כמעט 3.7 מיליאן רעפאבליקאנער (צובאקומען ארום 200,000), און אונטער 4 מיליאן דעמאקראטן (פארלוירן ארום 200,000).

ס'איז כדאי צוצולייגן, אז אין 2020 ווען די דעמאקראטן האבן געהאט אן אויבערהאנט פון ארום 700,000 רעגיסטרירטע וויילער, האט ביידן געווינען פענסילוועניע מיט בלויז ארום 80,000 שטימען.

איז אויב מיט א רעגיסטראציע מערהייט פון 700,000 האט ביידן געווינען מיט בלויז 80,000, איז זיכער גרינגער פאר טראמפ צו געווינען פענסילוועניע ווען די געפ איז בלויז ארום 300,000.

ענדליכס האט פאסירט אין אריזאנע:

אין אריזאנע, האבן ביידע פארטייען פארלוירן וויילער אין די לעצטע 4 יאר (פאראן פיל מער אינדעפענדענטס), אבער די דעמאקראטן האבן פארלוירן פיל מער וויילער ווי די רעפובליקאנער, ווי פאלגענד:

אין 2020 האט אריזאנע געהאט עטוואס ווייניגער ווי 1.4 מיליאן רעגיסטרירטע דעמאקראטן, בעת וואס די רעפאבליקאנער האבן געהאט ארום 1.5 מיליאן, אבער היינט צוטאגס האט אריזאנע היפש איבער 1.4 מיליאן רעפאבליקאנער (אין פונקטליכע נומערן האבן זיי פארלוירן ארום 50,000 וויילער), בעת וואס די דעמאקראטן האבן בלויז אונטער 1.1 מיליאן דעמאקראטן (פארלוירן ארום 300,000). דאס קען ווידער זיין א צייכן אז די דעמאקראטישע פארטיי פארלירט פאפולעריטעט אין אריזאנע אויף א גאר שטארקע אופן.

און ווייטער אין נארט קאראליינע, זעהן מיר ווידער די זעלבע זאך.

אין 2020 האט נארט קאראליינע געהאט ארום 2.6 מיליאן רעגיסטרירטע דעמאקראטן, און ארום 2.2 מיליאן רעגיסטרירטע רעפאבליקאנער. דא האט אבער אויך פאסירט די זעלבע זאך אין די לעצטע 4 יאר.

נארט קאראליינע האט היינט צוטאגס ארום 2.3 מיליאן רעפאבליקאנער (צובאקומען ארום 100,000), און ארום 2.4 מיליאן דעמאקראטן (פארלוירן ארום 200,000).

און די זעלבע האט פאסירט כמעט איבעראל.
כמעט יעדע סטעיט וואס שטעלט ארויס אזעלכע סארט דעיטע זעהט מען אז ס'האט זיך געריקט מער צו די רעפובליקאנער זייט.


האבן מיר דא נאך א שטיקל דעיטע וואס איז לטובת טראמפ, און קעגן העריס.

אבער ווידעראמאל, צו מיינט עס אז זאכן זענען גאראנטירט פאר טראמפ? זיכער נישט!
געדענק אז ס'זענען פאראן מאסן אינדעפענדענטס, ווי אויך ווייס מיר נישט אויף 100% פאר וועם אינדיווידואלן וועלן שטימען אפילו טאמער זענען זיי רעגיסטרירט פאר א געוויסע פארטיי.

בקיצור, קיין פרוף פאר טראמפ איז עס נישט. ס'איז אבער קלאר אז די דעמאקראטן וואלטן געקענט באשטיין ס'זאל זיין פארקערט, און זיי זאלן האבן געוואקסן ווען ס'קומט צו די רעגיסטראציעס.

מער מארגן (אז ס'וועט מיר געלונגען…)
א גוט קוויטל!!
שרייב פאוסט