המן פארשטינקען! מרדכי מיט די אידן טרינקען!

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 421
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1082

המן פארשטינקען! מרדכי מיט די אידן טרינקען!

פאוסט דורך יוחנן כהן »

דער אייבערשטער האט צוגעזאגט
נאך זיבעציג יאר זיין פארפלאגט
פון גלות בבל ווערן ארויס געיאגט

אחשוורוש ליידט נעבעך אויפן זכרון
ער איז פונעם חשבון מיאוס פארפארן
טועה געווען מיט א שיינע פאר יארן

צוליב זיין שלעכטע חשבון די צומישטע
פראוועט ער א ריזיגע גרויסע משתה
אינגאנצן א צופראסקעטע צו'חוש'טע

מען גייט זיבן טעג פרעסן פאשען
עסן און גרויסע טעצער מיט נאשן
אז יעדער זאל דערפון רעדן און רעש'ן

מענטשן געקומען פון יעדן קאנטינענט
און פון יעדע לאנד זייער פרעזידענט
קיינער פארפאסט דעם גרויסן מאמענט

מ'האט דארט א סעודה א רייכער
צוגעשטעלט אזוי אז כל בן נכר
זאלן זיך אנפילן די גראבע בייכער

ס'האט זיך געגאסן טרינקען און דזשוס
קוואנטומס אן א גרעניץ, אן א מאס
ווייל אזוי הייסט דער קעניג, די באלעבאס!

די זיבעטע טאג אנגעטרינקען פון די רויטע
שיכור'ערהייט שרייט דער קעניג װי א שוטה
ברענגטס מיר שוין אריין מיין גוי'טע!

אבער פאר ושתי שפראצט א וויידל ווי א סקאנק
מיט פימפעלס באצירט, זי פילט זיך ווי א דזשאנק
און זי באהאלט זיך אין טראנק...

און פארן קעניג זי שיקט זאגן:
'איך זעה אז דו קענסט נישט פארטראגן
צופיל שווערע אלקאהאל אין מאגן'

די באדינער דערציילן איבער ושתי'ס שוואנץ
מען האט נאך קיינמאל געהערט אזוינס
און זי זאגט אז דער קעניג איז א שמאנץ

אחשוורוש שעלט 'אוי וועט זי באצאלן!'
מען דארף איר צערייסן און צעמאלן
הענגט איר אויף א תלי' א שמאלן

מען האט אנגעכאפט ושתי מיט די קרעץ
און איר אויפגעהאנגען אויפן הויעכן עץ
אינעם נאמען פון געזעץ!

* * *

צומארגנס די קעניג זיך ערוועקט מיט פארדרוס
איך קען נישט פארשטיין פארוואס
איך האב געמאכט אזא נארישע באשלוס

איך וויל א נייע כלה פאר מיר אינגיכן
אלע מיידלעך זאלן קומען שוין צו קריכן
איך וויל קיינעם נישט דארפן זוכן

מען האט געשלעפט מיידלעך פון איבעראל
אסתר אויס'מורא באהאלט זיך אין שטַאל
מ'האט איר אבער געכאפט. געשלעפט צום גענעראל

מרדכי געבט איר אן עצה גאר א ווירקזאם
זאלסט זיך מאכן ווי א אומפארשטייענדע תם
חלילה נישט דערציילן דיין אידישע אפשטאם

אחשורוש האט זיך אין איר פארשמעקט
ער האט פאר איר א רייכע סעודה געדעקט
אבער איר אפשטאם נישט אנדעקט

בגתן ותרש צוויי שלעכטע טעראריסטן
געשמועסט אין א שפראך אן אומבאוואוסטן
צו הרג'ענען דעם גרויסן קעניג זיי גלוסטן

מרדכי הצדיק האט זייער פלאן צוריבן
שנעל האט מען זיי צום תלי' געטריבן
און א באלוין פאר מרדכי פארשריבן

* * *

אחר הדברים האלה
נאך א קורצע וויילע
האט מען גרויס געמאכט המן דער נבילה

דער בעל גאווה המן האט זאגאר באגערט
אז דער עולם זאל זיך צו אים ביקן די בערד
אראפ ביז דער ערד

אבער מרדכי המנ'ס שטאלץ צוברעכט
ער ווייזט-צו אויף זיין שיך מיט רעכט
המן! דו ביסט גאר מיין קנעכט!

המן טוט זיך פון מרדכי פיין צוקראצן
פון כעס, ער פילט ווי ער גייט פלאצן
די שנאה אין די לופט קען קיינער נישט שאצן

ער שווערט נקמה
ער בעהט פונעם קעניג א הסכמה
צו פירן קעגן אלע אידן א מלחמה

'קעניג איך בעט דיך
רוים זיי אפ פון שטח
זיי זענען ווערד א רעטעך...

זיי זענען א פאלק א מיסטעריעזער
א באנדע רעליגיעזער
מיט לאנגע נעזער

מען דארף די אידן צושמייסן און צוקלאפן
די בלוט פונעם נשמה אויסצאפן
דאס אידישע פאלק זאל דראפן

המן רעדט מיט זיין געשליפן צינגעל
אחשורוש פאלגט ווי א וואויל אינגל
און ער געבט אים איבער זיין רינגל

* * *

מרדכי דריידט זיך ארום מיט א זאק פארמויערט
און ער וויינט אז די גזירה אויף אונז לויערט
וויבאלד מיר האבן ביים סעודה געהויערט

מרדכי טוט אין אסתר'ס הארץ איינפלאנצן
פארוואזשע דען ביסטו פון די אינסטאנצן
אויב נישט זיך צו מוסר נפש זיין אינגאנצן

* * *

אסתר איז צום קעניג געלאפן שרייען
איך וויל דעם קעניג דערפרייען
מיט א רייכע משתה היין!

א סעודה'לע בא'חנ'ט
וועלן מיר פראווענען היינט
נאר דו מיט המן דיין פריינט

ביי די סעודה אחשורוש פרעגט פון אסתר 'אמער
זאג ביטע דיין באגער
פארוואס דו האסט מיר גערופן דא אדער?

דער קעניג זאל הערן א בקשה אינטרעסאנט
צו נאכאמאל קומען מארגן צו א סעודה עלעגאנט
אינעם קעניגליכן רעסטעראנט!

המן איז פון דארט ארויס שמח
מיטן קאפ אין דער הייעך
אזש עס איז געגאנגען א ריח!

ביז המן מרדכי'ן זעהט
ווי ער שטייט גראד ווי א ברעט
און ביקט זיך נישט פאר זיין מאיעסטעט

פאר זרש'ן לויפט המן דערציילן
זי זאגט מען דארף מרדכי צוביילן
אויף א תלי' פופציג איילן

המן קריצט מיט די ציין
ער לויפט צום קעניג אריין
אבער... לאמיר אפאר מינוט צוריק גיין

* * *

בלילה ההוא, א שלאף א צוקראכענע
דער קעניג טראסקעט פון דאכענע
מיט אפאר ביינער צובראכענע

זיינע מחשבות געבן זיך א צופלאקער
פארוואס פונקט המן דער קנאקער
האט זי גערופן פאר צום סעודה די געשמאקער?

דער קעניג ווערט ווייס ווי די לבנה
אפשר האבן זיי א כוונה
מיר צו לייגן אין א סכנה?

אפשר האב איך איינעם נישט באלוינט
נישט איינעם געקרוינט
און דערוועגן מיך נישט געשוינט?

"באדינער אין די שאפע די לינקע
ליגט די ספר די פינקע
נו! ברענג עס אהער א פלינקע!"

די באדינער פארויכערט זיך זיין ציגארעטל
ער ברענגט אהער דאס בלעטעל
און הייבט אן דרש'ענען א גאנצע פשעטל

עס האט זיך ענדליך אויפגעמישט דאס בלאט
אז מרדכי האט אויסגעזאגט גלאט
אז בגתן ותרש האבן פארן מלוכה געשאדט

המן קומט אריין אין א צייט א פריע
ער וויל פארן קעניג זיין מודיע
אז ער וויל דעם מרדכי הענגען אויפן תלי'

פרעגט אים גלייך דער סולטאן
"וואס טוט מען מיט א אינגערמאן
וואס גרויס מאכן איך פלאן?"

פאר המן ווערט גוט אויפן קושקע
ער נעמט זיך פרייען ווי א שלישקע
וועם מיינט מען, אויב נישט מיר דער גרויסער שישקע?

מען זאל איינשפאנען פערדן פעסטע אפאר
מיט שיינע לאנגע ווייסע האר
און אויסרופן הויעך און קלאר:

"ככה יעשה לאיש
אזוי דארף מען טוהן פארן באשעפעניש
וואס דער קעניג וויל אים מאכן פריש!"

זאגט אחשוורוש פאר המן, "גיי דיר"
נעמט שיינע טייערע קליידער
און טוה דאס אן פאר מרדכי אין חדר

עס וועט נישט העלפן קיין בקשות און תחנות
גיי זיך אויף אלעס און געפין עס
און פאר מרדכי פארגין עס!

די באפעל האט פאר המן געגריצלט
ס'גארגל אין האלדז האט אים געקיצלט
עס האט זיין גאנצע פלאן צעפיצלט

ער טרעפט מרדכי זיצן ביי א מחיצה
עס זיצט דארט א גאנצע קבוצה
און מ'לערענט הלכות קמיצה

אוי! קעגן דיין קמיצה וואס איז מיין געלט ווערד
קום! שטיי אויף פון די ערד!
און גיי ארויף אויפן פערד

מרדכי וויל פון גארנישט הערן
"איך האב דאך אש אויף מיין שטערן,
מען דארף מיר אפוואשן און אפשערן"

המן דער גרויסער אנטיסעמיט
שארט זיך ארויף ס'ארבל אן אפעטיט
און האט אים אפגעשוירן גוט!

מרדכי האט אים דערלאנגט א שטויס, נישט קיין שוואכע
און מיט דעם געמאכט המן'ס רוקן א פלאכע
אזוי אז המן איז געקראכן ווי א טשוראפאכע...

המן דער נַאר, דער טָאטֶער
איז געפלויגן אין די גאסן ווי א סקוטער
פיל מיט יסורים און אייטער בלאָטער

יעדער טוט לאכן און זיך דערקוויקן
ווי ער שלעפט מרדכי'ן ווי א טשיקן
ער וויל יעדעם צורייסן און דערשטיקן

יעדער שטוינט, המן איז מרדכי'ס דרייווער?
עס טוט אים וויי יעדעס אבר
ער וויל זיך שוין טרעפן אין קבר!...

המן גייט דורך זיין הויז, א בלאסע
זיין טאכטער שטייט אויבן אויפן טעראסע
אין איר האנט ליגט אן אמפער א נאסע

זי כאפט אן דעם גאנצן קאטשקע
זי שליידערט אראפ דאס געראטשקע
אויף המן'ס קאפ א פלאטשקע!!

המן שטייט נאס און פאלאזירט
"ווא-וואס האט דא פאסירט??
ווער האט מיר אינגאנצן פארשמירט?"

פון איבעראל שמוץ עס פליסט
ער איז אינגאנצן פאר'מיאוס'ט
ווען פלוצלינג מ'רופט אים צום קעניג ווי אפגעשמועסט

המן נעמט זיך שרייען מיט באדויער
"איך בין שמוציגער ווי א פויער!
איך ברויך נעמען א שויער!!"

ער געקענט רעדן צום וואנט
מען האט אים אנגעכאפט ביים האנט
און געשלעפט צום קעניג ווי אן ארעסטאנט

* * *

ביים סעודה אחשוורוש פרעגט פון אסתר פון איר
"ביטע שוין דיר אידענטיפיציר
וואס איז דיין פראטעסטיר?"

אסתר זאגט אז המן מאכט פאר אידן צרות
מיט זינדלאזע סברות
ער וויל מיט זיי שלאגן כפרות

דער קעניג לויפט אינעם גארטן זיך רעגן
ער זעהט ווי מענטשן טוהן אפזעגן
זיי פארלענדן זיין גאנץ פארמעגן

דער קעניג ווערט רויט ווי מָאסט
ווען די חברה ענטפערן אים מיט פרָאסט
"המן אונזער טאטע האט אונז געלאזט!"

ער לויפט צוריק, זיין אטעם קוים ער האלט
און ער זעהט דורך פון צווישן די שפאלט
ווי המן, אסתר'ן באפאלט!

פאר המן האט אנגעכאפט א קורדייקוס
ער לויפט אוועק פון אסתר די צדיקת
פארעכטנדיג זיינע צעפארענע שלייקעס

פלוצלינג קומט חרבונה מיט די נייעס
אז המן האט זיך אונטערגענומען אחריות
צו הרג'ענען מרדכי און ניטאמאל אויף אים לערנען משניות.

המן האט פארלוירן זיין לעצטע האף
מ'האט געטראפן אויף אים צופיל ברענשטאף
יעצט קומט זיין ביטערע סוף!

ער האט געליטן דורכפעלער א גאנצע פלאטע
זיין כבוד ליגט פארזינקען טיף אין בלאטע
ער איז יעצט נישט ווערד קיין זלאטע

מען האט ארויף געצויגן המן הויעך א שטעקן
שטייף געמאכט די שטריק און צאמגעצויגן די עקן
זאלן אים די בינען צובייסן און אויסלעקן!

ענדליך איז געשען די גרויסע נס
אן אפילו דורך פירן א פראצעס
האט מען אויפגעהאנגען המן מיט סוקסעס!

יעדער האט געזינגען אויף הויעכע טענער
אז המן מיט אלע זיינע פלענער
האט מען פארפאקט אין א קאנטעינער

* * *

מרדכי מיט אסתר טוהן זיך צום קעניג ווענדן
"אויף די אידן זאל שוין קומען נייע אומשטענדן
און זיי זאלן זייערע שונאים קענען פארלענדן"

גענוג האבן די אידן געליטן
זיי האבן געכאפט די באנדיטן
און זיי געהרג'עט און צושניטן!

מרדכי באקומען די הויז פון המן
דער קעניג האט אים גרויס געמאכט זיין נאמען
באצירט בלבוש מלכות תכלת וארגמן...

* * *

איבערגעדרייט ליום טוב מאֵבֶל
יעדער זינגט בכינור ובנבל
לכבוד דעם טויט פונעם טייוול!

מען האט מתקן געווען יום טוב פורים
מען זאל עסן פיינע שליו און ברבורים
און טאנצן אין די גאסן ווי שיכורים

פליען אויפן ראוד אנע סיעט בעלט
מען טיילט אסאך געלט
מען דריידט זיך ארום פארשטעלט

רבותי!! ס'איז פורים אויף דער וועלט!!
די נעשכיזער איז געווען א גוטע איד
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 944
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1289

Re: המן איז טויט! און פאר די אידן א נויט!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

זייער שיין!

א געוואלדיגע טאלאנט!
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 194
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 257

Re: המן איז טויט! און פאר די אידן א נויט!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פאר די אידן א נויט?


וואס א חילוק די עיקר ס'גראמט..
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 421
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1082

המן פארשטינקען! מרדכי מיט די אידן טרינקען!

פאוסט דורך יוחנן כהן »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 9:07 pm פאר די אידן א נויט?


וואס א חילוק די עיקר ס'גראמט..
געווען א טעות
די נעשכיזער איז געווען א גוטע איד
שרייב פאוסט