דעם קעניג'ס בן יחיד

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1183

דעם קעניג'ס בן יחיד

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

פרשת פנחס
דעם קעניגס בן יחיד


פרשת פנחס
א משל געפין-איך-עס
א קעניג ווי אלעמאל געהאט אן איינציג בן יחיד,

דאס קינד פרזונדיגט געווארן
דעם קעניג געכאפט א צארן
עד כדי כך דעם בן יחיד'ל ארויס געווארפן פון שטוב אויכעט,

קעניג'ס ליבהאבער דעם קעניג איבערגערעדט
דאס קינד טאקע געזונדיגט אבער ווערן וואויל ער וועט
מיטן טאטע זיך איבערגעבעטן אין פאלאץ צוריק געברענגט
מיין טייער ליבער קינד איך האב צו דיר אזוי געבענקט,

דער קעניג דריידט זיך אויס צו זיין גוטער פריינד
צוויי גוטע זאכן האסטו געטון מיט מיר היינט
איינגעשטילט מיין צארן געטון, אבער דער עיקר אז אין מיין שטוב
צוריק געברענגט האסטו מיין זוהן, וואס איך האב אזוי שטארק ליב,

דאס זעלביגע איז אונז מסביר די אהבת שלום
פנחס איז ווי דער גוטע פריינד פון די משלים
השיב את ''חמתי'' מיין כעס אפגעטון
אבער דער עיקר ''מעל בניי ישראל'' פון מיין טייער זוהן,

באליבט מיר זענען ביים טאטע'ן מיט אהבה אנע גבול
כאטש געזונדיגט מיר האבן מיט עבירות פיל
פארשוקט טאקע אין גלות מיט פיין און לייד
אבער ער ווארט מיר זאלן אומקערן נישט זיין אזוי ווייט.



א גוט שבת!
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

מיין סוכה פאטענט, ציגל אנשטאט ברעטער.
viewtopic.php?t=2323
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3230
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9049

Re: דעם קעניגס בן יחיד

פאוסט דורך פליט »

וואו.
מאסיווע!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: דעם קעניגס בן יחיד

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

געפין-איך-עס איט איז...


יוש... טאלאנט! וואו נעמט מען אביסעלע...


שכח!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3145
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3577

Re: דעם קעניגס בן יחיד

פאוסט דורך שמח »

זייער שיין!!

קיעפּ אָפּ יאָור גוד וואָורק...


נ.ב. אויב פארשטייסטו נישט פרעג איבער...

פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: דעם קעניגס בן יחיד

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שטארק!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1183

Re: דעם קעניגס בן יחיד

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

שמח האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 11:45 am זייער שיין!!

קיעפּ אָפּ יאָור גוד וואָורק...


נ.ב. אויב פארשטייסטו נישט פרעג איבער...

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 6:16 pm זייער שטארק!
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 9:49 am געפין-איך-עס איט איז...


יוש... טאלאנט! וואו נעמט מען אביסעלע...


שכח!
פליט האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 8:36 am וואו.
מאסיווע!

שכח!!!
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

מיין סוכה פאטענט, ציגל אנשטאט ברעטער.
viewtopic.php?t=2323
שרייב פאוסט