איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
עמק השדים
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
Location: דאהי
x 72

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך עמק השדים »

הדסים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 3:12 pm
_
כה לחי! (וואס מיינט עס?)
דער רד"ק אין שמואל א כה, ו זאגט אז עס מיינט
כזה הטוב יהיה לך כל ימי חייך,
זה אנדערע מפרשים דארט פאר נאך פשטים
אמונה אינה רק מפני שאינו יודע מאמין, רק מפני שאור ד׳ וקדושתו נמצאת בקרב איש הישראלי והיא הרואה את קדושת הארתו ית׳ נאחזת וקשורה בו, והיא האמונה, ואור קדושה זו נמצאת בנו מהאבות.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2104
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3774

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך הדסים »

איך בין פולשטענדיג אין שטיצע פונעם היינטיגן סופרים קאורט אורטייל.

א זיג פאר דעמאקראטיע.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1275
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך יאנטשי »

איינער ווייסט צו די ענים קליקער קאמפיין האט א הסכמה פון א דיין? אדער איז עס ס"ה א געדאנק וואס דער מארקעטינג קאמפאני האט געהאלטן וועט זיין געוואלטיג?
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 965
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1071

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך תינוק הבורח »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:24 am איינער ווייסט צו די ענים קליקער קאמפיין האט א הסכמה פון א דיין? אדער איז עס ס"ה א געדאנק וואס דער מארקעטינג קאמפאני האט געהאלטן וועט זיין געוואלטיג?
פארוואס זאל עס ברויכן אן הסכמה?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1275
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך יאנטשי »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:44 am

די גאנצע געדאנק פון 'געדענקען' וויפיל נסיונות מען האט געהאט אויפן וועג צום ביהמ"ד, שמעקט מיר עפעס נישט. און וואס וועט מען טון שבת ווען מען טראגט נישט ארום דעם קליקער, וועט יען דארפן געדענק אויף ביז נאך שבת אלע נסיונות... ווענד זיך פאר וועמען, אבער נישט פאר יעדעם איז עס אזא גלאנציגע זאך כלפענ"ד.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 965
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1071

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך תינוק הבורח »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:49 am

איז וואס דארף מען דא א דיין?
אויב איז עס א הילף פאר דיר, נוץ עס.
אויב איז עס א שטער, נוץ עס נישט.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 965
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1071

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך תינוק הבורח »

א 2025 מיינדסעט אז מען קען שוין נישט טראכטן אליינס, זאל דער בעל ה@נקודות טובות מאריך זיין דערין...
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך חלום חלמתי »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:44 am
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:24 am איינער ווייסט צו די ענים קליקער קאמפיין האט א הסכמה פון א דיין? אדער איז עס ס"ה א געדאנק וואס דער מארקעטינג קאמפאני האט געהאלטן וועט זיין געוואלטיג?
פארוואס זאל עס ברויכן אן הסכמה?
כ'אב עס אנגעקוקט מאדנע, צייל וויפיל פרויען די האסט געזען און נישט געקוקט...

איי מיען...
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20234

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יעפ... ס'איז דאס ערשטע מאל וואס עינים טוט א מאוו וואס כפאט מיר נישט... (דאס איז א קאמפלימענט! :lol: )

די גאנצע געדאנק פון פארטיילן קליקערס... איי דאונט קנוי. עפעס א אנדערע לעוול ווי די עינים וואס איך קען.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 965
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1071

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך תינוק הבורח »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 1:33 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:44 am
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:24 am איינער ווייסט צו די ענים קליקער קאמפיין האט א הסכמה פון א דיין? אדער איז עס ס"ה א געדאנק וואס דער מארקעטינג קאמפאני האט געהאלטן וועט זיין געוואלטיג?
פארוואס זאל עס ברויכן אן הסכמה?
כ'אב עס אנגעקוקט מאדנע, צייל וויפיל פרויען די האסט געזען און נישט געקוקט...

איי מיען...
מאדנע בין איך מסכים.
דער גאנצער זאך פון זיך נעמען א מצווה און משוגע מאכן די מענטשהייט דערמיט איז אבסורד, צו עס איז יואל לאנדא, צו עס איז שמעון לעפקאוויטש.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך חלום חלמתי »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 2:30 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 1:33 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:44 am

פארוואס זאל עס ברויכן אן הסכמה?
כ'אב עס אנגעקוקט מאדנע, צייל וויפיל פרויען די האסט געזען און נישט געקוקט...

איי מיען...
מאדנע בין איך מסכים.
דער גאנצער זאך פון זיך נעמען א מצווה און משוגע מאכן די מענטשהייט דערמיט איז אבסורד, צו עס איז יואל לאנדא, צו עס איז שמעון לעפקאוויטש.
דעס קומט נישט אריין יעצט.

איך רעדט יעצט ווען די יחיד פירט א ארגענעזאציע און שיקט די קעלבער טאנצן. קעי היינט זאל יעדער ציילן וויפיל פרויען ס'איז דא אין גאס, מארגן זאל מען טיילן קארטלעך, נעכטן זאל מען מען הענגען צעטלעך און יעדער זאל אונטערשרייבן.

ווילסט מעורר זיין אידן? זייער חשוב. משוגע מאכן תמימות'דיגע כולל אינגעלייט? ביסט א פאלנע לץ אדער כבוד שמעקער. סארי פארן עס זאגן .
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 622
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 1126

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך וואלף »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:24 am איינער ווייסט צו די ענים קליקער קאמפיין האט א הסכמה פון א דיין? אדער איז עס ס"ה א געדאנק וואס דער מארקעטינג קאמפאני האט געהאלטן וועט זיין געוואלטיג?
ס'געווען שבת א בראשור מיט בילדער פון אסאך רבנים וואו מען איז עס געגאנגען ווייזן
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2104
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3774

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך הדסים »

@פופצי איז אין דע האוז!

cc @הלבלר בקולמסו לעטס געט רעדי
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3692

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך אנדערער »

7@חלום חלמתי ווער רעדט פון ציילן פרויען? מען ציילט נצחונות.
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:00 am 7@חלום חלמתי ווער רעדט פון ציילן פרויען? מען ציילט נצחונות.

זיי מסביר....
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3692

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך אנדערער »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:01 am
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:00 am 7@חלום חלמתי ווער רעדט פון ציילן פרויען? מען ציילט נצחונות.

זיי מסביר....
א מענטש פילט אז ער פאלט אזויפיל דורך און געט אויף. אויב ציילט מען די נצחונות זעט מען וויפיל מען איז יא מתגבר. אויך העלפט עס צו זיין פארזיכטיג ווייל מען פארגעסט זיך נישט אזוי שנעל
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
צולייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 329

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך צולייגער »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 3:03 pm נניח אז דו האלטסט אז יעדער מוז ארויפגיין אויף דיין באן און נוצן נעטפרי
ער האלט דאך נישט, ווען יעדער האט ווען נעטפרי, וואלט ער דאך נישט געהאט פון וועם צו בעטן.

ופשוט הוא, ס'איז דא א סיבה פארוואס איך האב יו-טוב עקסעס (געפילטערט + מיט א עינא פקיחא פון א ירא שמים לכל עת מצוא איבער מיין היסטארי). ווייל כ'דארף עס האבן. אויב דארף מען עס נישט האבן, האב איך עס נישט. און אויב דו דארפסט נישט האבן עקסעס צו תגובות מיט א ווארט וואס קען מיינען עפעס אנדערש, בבחינת שמה שוה פרוטה במדי, און דו פרייסט זיך דערמיט, לאז די שמחה זיין בשלימות.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4754
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך שמח »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:24 am איינער ווייסט צו די ענים קליקער קאמפיין האט א הסכמה פון א דיין? אדער איז עס ס"ה א געדאנק וואס דער מארקעטינג קאמפאני האט געהאלטן וועט זיין געוואלטיג?
השגחה פרטית... גערעדט מיט שמעון לעפקאוויטש נעכטן, ער זאגט מיר אז ס'איז גראדע געווען איין דיין וואס האט נישט געהאלטן דערפון, און מ'קען פארשטייט די צד אז ס'איז נישט גוט, אבער זיי און די אנדער רבנים האבן אנגענומען די צד אז ס'איז יא גוט און אזוי האט מען עס געלאזט אין גאנג פארן ברייטן ציבור.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4754
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך שמח »

ס'איז קלאר אז פאר געוויסע טיפ מוחות איז עס נישט גוט, ס'ברענגט אים צו זיין מער פארנומען ווייטער מיט די נישט גוטע זאך, אזא איינער זאל האבן די שכל און פארשטיין אז ס'איז נישט געמאכט פאר אים, אים העלפט עס נישט נאר פארקערט.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 9:45 am
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:24 am איינער ווייסט צו די ענים קליקער קאמפיין האט א הסכמה פון א דיין? אדער איז עס ס"ה א געדאנק וואס דער מארקעטינג קאמפאני האט געהאלטן וועט זיין געוואלטיג?
השגחה פרטית... גערעדט מיט שמעון לעפקאוויטש נעכטן, ער זאגט מיר אז ס'איז גראדע געווען איין דיין וואס האט נישט געהאלטן דערפון, און מ'קען פארשטייט די צד אז ס'איז נישט גוט, אבער זיי און די אנדער רבנים האבן אנגענומען די צד אז ס'איז יא גוט און אזוי האט מען עס געלאזט אין גאנג פארן ברייטן ציבור.
👌
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1275
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך יאנטשי »

שכח @שמח פארן אויסקלארן.
אלתר
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 5:04 pm
x 14

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך אלתר »

"גארליק נאטס": א נייע שטורעם קאכט זיך אין די עולם הכשרות וההוראה
עס קאכט זיך א הלכה-שטורעם אין די עולם הכשרות ארום די פרישע "גארליק נאטס" אין די פיצא געשעפטן. רבנים און מורי הוראה, בראשם הגרא"מ מייזליש שליט"א, האבן מעורר געווען אז היות דער טייג איז מילכיג און עס פעלט א "סימן", איז דאס א חשש איסור פון "שלא ללוש עיסה בחלב". דער ארטיקל גייט דורך די יסודות ההלכה, די אלטע היתרים קעגן דעם היינטיגן מציאות, און ברענגט די פרישע דראמאטישע הכרעה פונעם "וועד הכשרות דקרית יואל" וועלכע האבן גע'אסר'ט צו נוצן מילכיגע טייג פאר גארליק נאטס. ליינט וואס איר דארפט וויסן איידער איר קויפט.

ה' טבת תשפ״ו
5 מינוט צו ליינען
"גארליק נאטס": א נייע שטורעם קאכט זיך אין די עולם הכשרות וההוראה
אויב האט איר לעצטנס באזוכט א פיצא געשעפט און געזען אידן שטייען און דעבאטירן איבער א קליין שטיקל טייג, זאלט איר וויסן עס איז נישט סתם א שמועס, נאר ווארשיינליך קאכט זיך א "ריתחא דאורייתא".

די טעמע אויפן טיש איז די באקאנטע "גארליק נאטס" (Garlic Knots). וואס ביז נעכטן האט אויס געזען ווי א תמימות'דיגער צובייס ביי די זופ וכדו', איז אין די לעצטע טעג פארוואנדלט געווארן אין אן ערנסטער הלכה'דיגער סוגיא וואס ליגט יעצט אויפן טיש פון די גדולי הפוסקים און וועדי הכשרות.

הקדמה: וואס איז דאס די איסור פון "שלא ללוש עיסה בחלב"? – א קורצער שיעור כללי
איידער מיר גייען אריין אינעם שטורעם ארום די "גארליק נאטס", לאמיר איבערגיין די יסודות ההלכה אין שולחן ערוך (יורה דעה סימן צ"ז).

ביי אונז אידן איז איינגעווארצלט אז "ברויט איז פארעווע".
פארוואס? ווייל "לחם" איז דער עיקר פון א סעודה. מען עסט ברויט ביי יעדע געווענליכע סעודה אפגעזען צו עס איז א פליישיגע אדער מילכיגע סעודה..

די גזירת חז"ל:
חז"ל האבן גוזר געווען אז מען טאר נישט קנעטן קיין טייג מיט מילך אדער מילכיגע פראדוקטן (און די זעלבע צייט אויך נישט מיט פלייש-פעטנס וכדו'). די טעם פון די גזירה איז אלס "הרגל". היות מענטשן זענען צוגעוואוינט אז ברויט איז פארעווע, אויב וועט מען ערלויבן צו באקן מילכיגע ברויט, קען א מענטש זיך טועה זיין, און ער וועט עס חלילה עסן מיט א שטיקל פלייש אדער ביי א פליישיגע סעודה.

ממילא, אפילו אויב איינער וויל עסן די מילכיגע ברויט "אליין" (אן פלייש) אדער ביי א מילכיגע סעודה, איז עס אסור מצד הדין, ווייל חז"ל האבן גוזר געווען אויף דאס עצם באקן און עסן אזא ברויט, מחשש מכשול.

ווען איז יא מותר?:
ווען מעג מען יא באקן מילכיג ברויט? נאר אויב מען טוט איינע פון די צוויי תנאים:

שינוי (א סימן): מען מאכט דעם ברויט אויף א משונה'דיגע פארעם (למשל א דריי-עקיגע ברויט, אדער מען לייגט ארויף א סימן וואס שרייט "מילכיג"), אזוי אז ווען מען נעמט עס אין האנט איז עס 100% קלאר אז עס איז מילכיג.
דבר מועט (א קליינע קוואנטיטעט): מען באקט נאר א קליינע ביסל, וואס איז נאר גענוג ממש פאר איין סעודה פאר די שטוב מענטשן, און מען עסט עס תיכף. אין אזא פאל איז נישטא קיין חשש אז עס וועט איבערבלייבן און מען וועט זיך טועה זיין שפעטער.
יעצט צום ענין פון די גארליק נאטס: די מציאות איז, אז כמעט אלע פיצא סטארס נוצן די זעלבע טייג פאר די פיצא ווי פאר די גארליק נאטס. דער טייג אנטהאלט געווענליך מילך אדער מילך-פוידער.

לעצטנס זענען ארויסגעקומען מודעות און בריוו פון עטליכע רבנים ומורי הוראה (צווישן זיי דער באקאנטער דומ"ץ הגרא"מ מייזליש שליט"א), וועלכע שרייען געוואלד אז די גארליק נאטס וואס ווערן פארקויפט אין די פיצא געשעפטן זענען ממש דאס פון וואס חז"ל האבן מורא געהאט און זיי האבן א דין פון "פת שנילוש בחלב" וואס איז אסור צו באקן. ווייל די "גארליק נאטס" זעען אויס פונקט ווי די פארעווע (וואס מען קויפט אין גראסעריס אדער אנדערע בעקעריס)

די טענות פון די מקילים (ביז היינט):

"דבר מועט": די הלכה ערלויבט צו באקן מילכיג ברויט אויב איז עס א קליינע קוואנטום ("כעין תורא") וואס מען עסט אויף ביי איין סעודה. די סברא איז געווען, אז גארליק נאטס באקט מען נאר אביסל פארן טאג.
"פרעצעלס / סנעק": עס זענען דא פוסקים וואס האלטן אז זאכן וואס זענען נישט קיין "ברויט" ממש, נאר א סנעק (פרפראות), זענען נישט בכלל די גזירה.
"מקום שמכירין": היות מען קויפט עס אין א "פיצא סטאר", ווייסט דאך יעדער אז ס'איז מילכיג.
דער היינטיגער מכשול:
די נייע קול קורא'ס צעווארפן די אלע היתרים, באזירט אויפן היינטיגן מציאות:

מאסן פראדוקציע: היינט באקן די פיצא סטארס ריזיגע קוואנטומס (Mass production). עס איז שוין נישט קיין "דבר מועט".
עס איז ממש ברויט: מענטשן עסן דאס פאר א סעודה, און מען קען זיך גרינג אנעסן א שיעור קביעות סעודה. עס איז נישט סתם א "קיכל".
בלבול המוחות: דער טענה אז "יעדער ווייסט" איז נישט אמת. מענטשן קויפן עס, ברענגען עס אהיים, און די קינדער (אדער די עלטערן) עסן עס שפעטער ביי די פליישיגע סעודה, מיינענדיג אז ס'איז פארעווע ברויט, ווייל עס האט נישט קיין שום סימן.
וואס זאל מען ערווארטן?
די נושא איז יעצט "אויפן טיש" פון די גדולי הוראה און גרעסערע כשרות ארגאניזאציעס צו באשליסן וויאזוי צו האנדלען דעם מצב. "וועד הכשרות דקרית יואל" האט שוין ארויסגעגעבן א קלארע הוראה פאר אלע פיצא געשעפטן אונטער זייער השגחה, אז מען טאר מער נישט באקן קיין מילכיגע גארליק נאטס, לויט די נייע תקנה מוזן אלע גארליק נאטס געמאכט ווערן פון א פארעווע טייג (אפילו אין א מילכיגע געשעפט), כדי צו פארמיידן די מכשול פון "פת שנילוש בחלב".

וואס קען פאסירן אין די קומענדיגע טעג?

נייע פסקים: עס איז ערווארטעט אז נאך רבנים וועלן ארויסקומען מיט קלארע הדרכות.
שינוי בצורה: עס איז מעגליך אז די כשרות ארגאניזאציעס וועלן צווינגען די פיצא סטארס צו מאכן די גארליק נאטס אין אן אנדערע פארעם (למשל: משולש, אדער מיט א ספעציעלע "מילכיג" שטעמפל/פאן), כדי עס זאל זיין א קלארע "היכר".
פראוזען סחורה: עס ווערט באטאנט אז די פראוזען גארליק נאטס אין די גראסעריס זענען יא געמאכט אין א באזונדערע "ליין" און זענען פארעווע, און דער רעש איז נאר אויף די פריש-געבאקענע.
וואס טוט מען למעשה?:
ביז דער שטורעם וועט זיך סעטלען און עס וועט ארויסקומען א קלארער פסק פון אלע כשרות ארגעניזאציעס, איז דער עצה היעוצה פאר יעדן ירא שמים:

הוי זהיר! נעמט נישט אן אז "גארליק נאטס" זענען פארעווע.
שאלה להלכה: פרעגט אייער מורה הוראה אויב די מילכיגע סארט זענען אויסגעהאלטן בכלל צום עסן
פרעגן: ווען איר קויפט אדער עסט גארליק נאטס, פרעגט דעם משגיח אדער בעל הבית קלאר: “איז דער טייג מילכיג?”
נישט מישן: ברענגט עס נישט אהיים צו א פליישיגע סעודה כל זמן איר זענט נישט 100% זיכער.
מיר וועלן ווייטער נאכפאלגן די אנטוויקלונגען אין די "גארליק נאטס סוגיא" און אייך האלטן אינפארמירט.
טאגבוך
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 2:35 pm
x 27

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך טאגבוך »

די מערסטע געזאגטע סטעיטמענט אויף פאדקעסט'ס איז: 'איך האב געפילט לייק'
טאגבוך
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 2:35 pm
x 27

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך טאגבוך »

די שוועריגקייט פון ארבעט'ן פאר א ציבור איז אז מ'הרג'עט זיך אויס פאר'ן ציבור און זיי זענען דיר מסביר וואספארא זכיה דו האסט צו שקלאפן פאר זיי
יאסי געשטעטנער פרעג-אים אויף קול מבשר
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3692

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

פאוסט דורך אנדערער »

טאגבוך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 1:42 am די שוועריגקייט פון ארבעט'ן פאר א ציבור איז אז מ'הרג'עט זיך אויס פאר'ן ציבר און זיי זענען דיר מסביר וואספארא זכיה דו האסט צו שקלאפן פאר זיי
יאסי געשטעטנער פרעג-אים אויף קול מבשר
יעצט פארשטיי איך פארוואס יאסי ארבעט נישט פאר'ן ציבור

שרייב פאוסט