כשר וישר האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 5:06 pm
לחידודא האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 19, 2025 4:24 pm
די הלכה איז קלאר אז ווען איינער ארבעט אויף א רעקארדינג האט ער די רעכטן דערויף.
דאס מיינט אז ווען קרן שמואל ישעי' ארבעט אויף א חתונה און זיי שניידן ארויס די פייפעריי פונעם מייק, און די זעקסטע הקפה ניגון פונעם טרעק, האבן זיי אלע רעכטן צו פארקויפן דעם טרעק פאר וויפיל געלט זיי ווילן.
שמילי האט באקומען באצאלט טאפ דאלער פארן זינגען אויף די חתונה און ער האט נישט סיי וועלכע רעכט אויפן רעקארדינג.
אפשר האט די מחותן (דער וואס באצאלט) די רעכט אויף עס. אבער די זינגער זיכער נישט. פונקט ווי די מאכסט ביי א קאמפעני א קאסטום אייטעם נמשל די באשטעלסט א פולע קאסטום בענקל (פולע קאסטום מיין איך צו זאגן אז נישט א קאסטום הויעכקייט אד"ג. נאר א קאסטום דיזיין קאליר אד"ג) און נאכדעם גייסטו מאכן די סארט בענקלעך און עס פארקויפן קען נישט די קאמפעני (ביי וועם די האסט געמאכט די ערשטע) זאגן אז עס איז גניבה די האסט עס דאך געמאכט קאסטום פאר דיך די זעלבע איז מיט א זינגער. יעדעס מאל איינער רופט אים זינגען איז עס קאסטום פאר דער וואס רופט אים (איך רעד נישט פון א אלבום)
פון וואו נעמסטו דיין זיכערקייט?
למשל א שרייבער פון אן ארטיקל, פאר וועמען באלאנגט עס, פארן שרייבער אדער די אויסגאבע?
נישט שייך אראפצושטעלן מיט בלויזע בויך סברות, אין די פראפעסיאנעלע וועלט וועט יעדע דשאב קומען מיט א געהעריגע קאנטראקט, אויב איז נישט דא קיין קאנטראקט ווענד זיך עס אינעם צפעציפישער מציאות וואס איז די כלל ביי אזא מעשה, פמען קען נישט ברענגען קיין ראיות און בויך סברות פון ענליכע זאכן.