וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
עס איז מיר אויסגעקימען דורכאויס חודש ניסן צי טראכטען, פון די נושא, וויל הערן וואס דער עולם האלט/זאגט.
בימי ילדותי איז געווען א שיינע חלק פון אינגעלעך וואס זענען געגאנען שבת ויו"ט אנגעטיען מיט'ן מער חסידיש/פרימער לבוש ווי צב"ש מיט א וואלענע טלית קטן אויפען העמד / לאנקע רעקל.
ארימקוקענדיג דורכאויס די ימים הפסח, האב איך קוים געזען אינגעלעך אזוי, אפילו ביי די רבישע משפחות וואס גייען מיט בעקידשעס איז ווייניג וואס האבען אנגעהאט א וואלענע ט"ק אויפען העמד.
אינדערסאנט אז אין די יעצטיגע דור, ווי עס איז דא אסאך מער אויפוואכאניג וועגען לבוש, צי לבושי כבוד, און אפילו דאס גיין מיטן ציצית ארויסגעשטעגט זעט מען היינט אסאך מער פון יארן צירוק, אפילו ביי אלגעמיינער חסידשע עולם (נישט נאר סאטמאר), איז און די פרט פון גיין שבת מיט'ן טלית קטן אינדרויסען געווארן אסאך שוואכער, עס וואלט געדארפט זיין פארקערט. איך זע אסאך טאטע'ס וואס זענען אזוי געגאנגען אלץ קינד און זייערע קינדער גייען נישט אזוי, און זיי זענען נישט לאו דווקא וויינגער פרים ווי זיי זענען אמאל געווען. ווי אויך די אינגעלעך וואס גייען יא אזוי, גייען נישט חול המועד וכדו, אין די צייט וואס היינט וועט כמעט יעדער גיין ח"מ מיט א ווייסע העמד וואס אין מיינע יארן געווען סאך ווייניגער. (ביי שמחות אויך ווייניגער)
יעדער ווייסט היינט אז דאס איז א פאסיגע לבוש, ווי מען זעט ביי חומש סעודת טוט מען אן אלע אינגלעך אזוי.
איז פארוואס איז דאס געווארן אזוי? צי דארף מען נישט רעדן דערוועגן צי די קינדער עס צירוק איינפירן?

Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
איך בין נייגעריג צי הערן פון דער עולם דא וואס איז געגאנגען מיטן פרימע לבוש שבת אלץ יונגל
מיט וועלעכע לבוש - ביי וועלעכע יארגאנג?
געווען מדעת עצמו אדער עלטערען געהייסען?
געווען שטאלץ דערמיט אדער זיך געשעמט?
קוקענדיג צירוק האסטס הנאה אז ביסט געגאנגען אזוי?
ביסט געגאנגען נאר שבת און יו"ט אדער אויך חוה"מ, פורים?
וויאזוי ביי שמחות?
דיינע קינדער גייען די זעלבע ווי די אדער נישט? מאיזה סיבה ווייל ווילטס נישט זיי זאלן ליידען ווי דיר אדער פשט ווייל היינט גייט מען ווייניגער אזוי?

-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2188
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 4220
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
כ‘וואלט געגליכען אנצוטוהן פאר די קינדער (פארשטייט זיך אויב ס‘נישט צו א שטארקע ביג דיעל) א ט"ק מיט ווייסע שטרימפ, אבער ס‘מיז זיין זויבער.
ווייס איך נישט אויב ס‘שייך.
אדרבה אויב די ווייסט פון א דיטערדזענט וואס טוט עכט די דזאב, העלמיר עס אפשר טרייען.
ווייס איך נישט אויב ס‘שייך.
אדרבה אויב די ווייסט פון א דיטערדזענט וואס טוט עכט די דזאב, העלמיר עס אפשר טרייען.
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
פארוואס בכלל זאל א קינד גיין מיט א וואלענע ט"ק אויף די העמד? ס'האט א מקור?
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 615
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 520
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
פארוואס איז דער אשכול אין תורהדיג?
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2188
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 4220
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
וואס מיינט "שטארקע ביג דיעל"?פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 1:58 pm כ‘וואלט געגליכען אנצוטוהן פאר די קינדער (פארשטייט זיך אויב ס‘נישט צו א שטארקע ביג דיעל) א ט"ק מיט ווייסע שטרימפ, אבער ס‘מיז זיין זויבער.
ווייס איך נישט אויב ס‘שייך.
אדרבה אויב די ווייסט פון א דיטערדזענט וואס טוט עכט די דזאב, העלמיר עס אפשר טרייען.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2188
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 4220
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
ס‘זאל נישט ווערן קיין רעליגיע. אין צו ס‘איז נארמאל לפי רוחך אזא לבוש.לומד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 5:28 pmוואס מיינט "שטארקע ביג דיעל"?פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 1:58 pm כ‘וואלט געגליכען אנצוטוהן פאר די קינדער (פארשטייט זיך אויב ס‘נישט צו א שטארקע ביג דיעל) א ט"ק מיט ווייסע שטרימפ, אבער ס‘מיז זיין זויבער.
ווייס איך נישט אויב ס‘שייך.
אדרבה אויב די ווייסט פון א דיטערדזענט וואס טוט עכט די דזאב, העלמיר עס אפשר טרייען.
ווענט זיך אויך וואספארא שטוב די פירסט, אין צו דיינע אדער פרוי‘ס משפחה גייען. די ווילסט נישט איין טאג זאלן זיי דעיס קוועסטשען.
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
די פלעגטס גיין?פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 5:31 pmס‘זאל נישט ווערן קיין רעליגיע. אין צו ס‘איז נארמאל לפי רוחך אזא לבוש.לומד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 5:28 pmוואס מיינט "שטארקע ביג דיעל"?פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 1:58 pm כ‘וואלט געגליכען אנצוטוהן פאר די קינדער (פארשטייט זיך אויב ס‘נישט צו א שטארקע ביג דיעל) א ט"ק מיט ווייסע שטרימפ, אבער ס‘מיז זיין זויבער.
ווייס איך נישט אויב ס‘שייך.
אדרבה אויב די ווייסט פון א דיטערדזענט וואס טוט עכט די דזאב, העלמיר עס אפשר טרייען.
ווענט זיך אויך וואספארא שטוב די פירסט, אין צו דיינע אדער פרוי‘ס משפחה גייען. די ווילסט נישט איין טאג זאלן זיי דעיס קוועסטשען.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2188
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 4220
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
נוגע?לומד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 5:36 pmדי פלעגטס גיין?פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 5:31 pmס‘זאל נישט ווערן קיין רעליגיע. אין צו ס‘איז נארמאל לפי רוחך אזא לבוש.
ווענט זיך אויך וואספארא שטוב די פירסט, אין צו דיינע אדער פרוי‘ס משפחה גייען. די ווילסט נישט איין טאג זאלן זיי דעיס קוועסטשען.
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
ווייל עפ"י הלכה איז א שאלה צו ווען מ'גייט מיט א בגד פון א געוויסע מאטעריאל דארף די ציצית אויך זיין פון די זעלבע סחורה,
ביי קינדער וואס זענען נישט מחויב מה"ת איז מען מיקל.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
לייג צו אן אנקעטעלומד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 1:55 pm איך בין נייגעריג צי הערן פון דער עולם דא וואס איז געגאנגען מיטן פרימע לבוש שבת אלץ יונגל
מיט וועלעכע לבוש - ביי וועלעכע יארגאנג?
געווען מדעת עצמו אדער עלטערען געהייסען?
געווען שטאלץ דערמיט אדער זיך געשעמט?
קוקענדיג צירוק האסטס הנאה אז ביסט געגאנגען אזוי?
ביסט געגאנגען נאר שבת און יו"ט אדער אויך חוה"מ, פורים?
וויאזוי ביי שמחות?
דיינע קינדער גייען די זעלבע ווי די אדער נישט? מאיזה סיבה ווייל ווילטס נישט זיי זאלן ליידען ווי דיר אדער פשט ווייל היינט גייט מען ווייניגער אזוי?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
קיינער דא נישט?לומד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 1:55 pm איך בין נייגעריג צי הערן פון דער עולם דא וואס איז געגאנגען מיטן פרימע לבוש שבת אלץ יונגל
מיט וועלעכע לבוש - ביי וועלעכע יארגאנג?
געווען מדעת עצמו אדער עלטערען געהייסען?
געווען שטאלץ דערמיט אדער זיך געשעמט?
קוקענדיג צירוק האסטס הנאה אז ביסט געגאנגען אזוי?
ביסט געגאנגען נאר שבת און יו"ט אדער אויך חוה"מ, פורים?
וויאזוי ביי שמחות?
דיינע קינדער גייען די זעלבע ווי די אדער נישט? מאיזה סיבה ווייל ווילטס נישט זיי זאלן ליידען ווי דיר אדער פשט ווייל היינט גייט מען ווייניגער אזוי?
אין אישי אויך גוט
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2188
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 4220
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
איך בין געגאנגען - אבער נאר ווען כ'בין געווען אין די מוד.
בבחינת לא לקידוש ולא להבדלה
בבחינת לא לקידוש ולא להבדלה
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1936
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5358
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
האסט מיר געכאפט ביים פינטל!
אני הקטן בין ע"פ רוב ליבעראל. ס'מיר נישט נוגע ווי אזוי מען גייט אנגעטוהן, איך מאך נישט קיין עסק דערפון. פארשטייט זיך אז איך שטעל מיך צו צו די תקנות המוסדות, אבער דאס איז טאקע וויבאלד איך מאך נישט קיין עסק דערפון. פארט אבער באדערט עס מיר פארוואס מען לייגט אזא דגוש אויף חציניות. עפעס וואס די מוסד פארלאנגט נישט לאז איך ע"פ רוב טוהן ווי אזוי ס'איז באקוועם.
די גאנצע זאך פון א חסידישע לבוש איז א תורת פורים, דאס טוישט זיך כסדר ווי געשריבן דא. בשעת נישט לאנג צוריק איז סטעפ אין שיך און מאט בעקיטשע געווען א קילע זאך, איז דאס היינט נכסי ציבור חוץ ממש ביי די גאר פרומע. איך האב אלעמאל געוואלט פארשטיין די פרומע באצווינגער וואס זענען כסדר גוזר פרישע גזירות על הציבור, פארוואס שטעלן זיי זיך אפ ביי מצות ציצית וואס איז שקולה כנגד כל המצוות, ובפרט ווען גיין ציצית על הבגדים איז די עיקר המצוה כמבואר בשלחן ערוך? נישט אז איך בארעכטיג פאר א רגע דאס ארויפצווינגען פרומקייטן על הציבור, נאר אז מען איז שוין יא גוזר זאל עס כאטש זיין א זאך וואס איז מקורו טהור בשלחן ערוך.
ס'איז באמת צום באגריסן די פאקט אז מען זעהט היינט אזוי פיל ארבעטס אינגעלייט גיין מיט די וואלענע טלית קטן אינדרויסן, מער ווי סיי ווען אין היסטאריע. ס'איז אין דעם הינזיכט באמת אכשיר דרא. ס'איז א נחת צו זעהן ווי אידישע קינדער שעמען זיך נישט מיט א מצות עשה מן התורה, נאר גייען ארום בחוצות וברחובות מיט די הייליגע לבוש אן א בושה. תבא עליהם ברכה! ס'כמעט נישטא א סיבה אז ווייסע קראגן ארבעטער זאלן דארפן אריינלייגן די ציצית היינט. ווען די פרומע באצווינגער זאלן זיך פארלייגן אויף דעם, וואלט איך זיי אפשר פארשטאנען. אבער ניין, דער עיקר איז אז מען גייט מיט היט און רעקל אין גראסערי... גיי פארשטיי...
לגבי קינדער, ס'איז בפשטות נישט פראקטיש. זיי לויפן ארום און ווערן שמוציג, צו וואשן א וואלענע טלית קטן איז נישט גרינג. די ציצית צורייסט זיך שנעלער, און צו קויפן א פרישע וואלענע ציצית דארף מען שוין א מארגעדזש. ווען ער איז גענוג בר דעת צו וואטשן א היט, קען ער שוין אנטוהן א ציצית אינדרויסן.

!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
נישט רעדנדיג פון באצווינגער איז נישט ריכטיג אז די גאנצע תורת הלבוש איז תורת פורים ווייל ס'טוישט זיך, דער פרומער תורת הלבוש באשטייט פון איין זאך, נישט זיין אפ-טו-דעיט אפילו מיט די חסידישע לבוש, בעלזער רב האט געהאקט אויף קנעפלעך און ס'איז נישטא קיינער וואס האט היינט א פראבלעם דערמיט - נישט ווייל מיר זענען געווארן מאדערן, נאר ווייל דאס איז שוין נישט מאדערן,נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 13, 2025 5:12 pm האסט מיר געכאפט ביים פינטל!
אני הקטן בין ע"פ רוב ליבעראל. ס'מיר נישט נוגע ווי אזוי מען גייט אנגעטוהן, איך מאך נישט קיין עסק דערפון. פארשטייט זיך אז איך שטעל מיך צו צו די תקנות המוסדות, אבער דאס איז טאקע וויבאלד איך מאך נישט קיין עסק דערפון. פארט אבער באדערט עס מיר פארוואס מען לייגט אזא דגוש אויף חציניות. עפעס וואס די מוסד פארלאנגט נישט לאז איך ע"פ רוב טוהן ווי אזוי ס'איז באקוועם.
די גאנצע זאך פון א חסידישע לבוש איז א תורת פורים, דאס טוישט זיך כסדר ווי געשריבן דא. בשעת נישט לאנג צוריק איז סטעפ אין שיך און מאט בעקיטשע געווען א קילע זאך, איז דאס היינט נכסי ציבור חוץ ממש ביי די גאר פרומע. איך האב אלעמאל געוואלט פארשטיין די פרומע באצווינגער וואס זענען כסדר גוזר פרישע גזירות על הציבור, פארוואס שטעלן זיי זיך אפ ביי מצות ציצית וואס איז שקולה כנגד כל המצוות, ובפרט ווען גיין ציצית על הבגדים איז די עיקר המצוה כמבואר בשלחן ערוך? נישט אז איך בארעכטיג פאר א רגע דאס ארויפצווינגען פרומקייטן על הציבור, נאר אז מען איז שוין יא גוזר זאל עס כאטש זיין א זאך וואס איז מקורו טהור בשלחן ערוך.
איז ווילאנג א לבוש איז נאך ניי - היינטיג, איז עס ווייניגער חסיד'יש, ווי מער ס'קומט אריין (דורך די א.ג. שוואכע) וועלן אידן עס אנטון יעדער כפום דרגא דיליה ווען ס'הייסט שוין ביי אים גענוג נישט-היינטיג, ביז ס'ווערט די נייע חסידיש איז שוין די מאדע ביים נעקסטן,
און דאס וועט זיך טאקע אלס טוישן פונקט ווי (און אין רעזולטאט פון דעם אז) די מאדע וועט זיך אלס טוישן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
@נקודות טובות איך וועל ליידער מוזן שארף דיסעגריען מיט דיין הקדמה... ס’פארשטענדליך אז מ’פרובירט צו האלטן א חסיד’ישע סטאנדארט אין לבוש, אפילו אויב ס’טוישט זיך בהמשך הזמן.
ס’הייסט, קיינער האט נישט געזאגט אז א מאט בעקיטשע איז אן עבירה אדער אנדערש ווי מסורה. נאר וואדען, ווילאנג ס’איז א קילע זאך, דאס הייסט אז די "שיינע" אינגעלייט באצירן זיך דערמיט און זיי ברענגען עס אריין, ווילן נישט אסאך ערליכע אידן אז זייערע קינדער זאלן עס האבן. דאס איז פשוט הנבדיל בין קודש לקודש.
*
יעצט צום ענין. איך בין אלס קינד געווען דער סארט קינד וואס האט געוואלט גיין מיט א וואלענע טלית קטן, אבער היינט פארשטיי איך פארוואס מיינע עלטערן האבן נישט ממש געוואלט... א וואלענע טלית קטן מוז מען קענען האלטן ריין, און אויב נישט איז עס א בזיון המצוה.
והיינו טעמא - לכאורה - פארוואס מזעט היינט מער אינגעלייט מיט וואלענע ט"ק, ווייל א מערהייט ארבעטן היינט אויף דזשאבס וואס מקען זיך האלטן ריין, איז עס שוין געווארן מער איינגעפירט.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
דיינעע עלעטרען נישט געוואלט אלץ ריינקייט אדער ווייל זיי האבן נישט געוואלט די זאלטס גיין מיט א פרימע סארט לבוש?פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 13, 2025 9:41 pm יעצט צום ענין. איך בין אלס קינד געווען דער סארט קינד וואס האט געוואלט גיין מיט א וואלענע טלית קטן, אבער היינט פארשטיי איך פארוואס מיינע עלטערן האבן נישט ממש געוואלט... א וואלענע טלית קטן מוז מען קענען האלטן ריין, און אויב נישט איז עס א בזיון המצוה.
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
רובא יונגלעך קענען שוין עס האלטן ריין רואיג פון די 11/12
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
מיינע עלטערן האבן נישט געהאט קיין אישוס מיט פרומע זאכןלומד האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 13, 2025 9:45 pmדיינעע עלעטרען נישט געוואלט אלץ ריינקייט אדער ווייל זיי האבן נישט געוואלט די זאלטס גיין מיט א פרימע סארט לבוש?פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 13, 2025 9:41 pm יעצט צום ענין. איך בין אלס קינד געווען דער סארט קינד וואס האט געוואלט גיין מיט א וואלענע טלית קטן, אבער היינט פארשטיי איך פארוואס מיינע עלטערן האבן נישט ממש געוואלט... א וואלענע טלית קטן מוז מען קענען האלטן ריין, און אויב נישט איז עס א בזיון המצוה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
רוב בחורים קענען אויך נישט האלטן דעם טלית קטן ריין, און דאס איז שוין מיט א כאלאטל
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
ובני ישראל יוצאים ביד רמ”א, עס איז בכלל נישט קיין שאלה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1936
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5358
Re: וואלענע ציצית ביי קינדער - שבת לבוש
ווייס איך נישט פון וואס איר רעדט. דער רמ"א קריגט מיטן מחבר אין דעם? איך געדענק נישט אזאנס. כמדומה אז ניטאמאל דער מחבר לערנט אזוי, נאר דער ב"ח. און אפילו לגבי טליתים של שאר מינים וואס דער מחבר לערנט אז ס'איז דרבנן און דער רמ"א קריגט, שטייט דאך שוין אין תניא ומשנה ברורה אז מען זאל מחמיר זיין לקיים המצוה מן המבחר. מאך עס נישט אוועק במחי יד.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 12:14 pmובני ישראל יוצאים ביד רמ”א, עס איז בכלל נישט קיין שאלה.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again